בלאט 1 פון 2

פריע מנין פרייטאג צונאכטס אין קרית יואל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2009 12:36 pm
דורך 3x0
ווייסט איינער צי עס איז דא ערגעץ א מנין פרייטאג צו נאכטס אין קרית יואל, וואס מען שטעלט זיך דאווענען ביים זמן פון ליכט צינדן (אדער פריער)?


די פאקט: צוזאמענגענומען לפונדק אחד

1. בית המדרש שלום על ישראל אויף ישראל זופניק (ראמני 08)
2. בבית ר' שמעון ליבערמאן אויף קארטער (ראמני 08)
3. בבית ר' מאיר ראטה אויף מרדכי שעהר (ראמני 08)
4. ביהמ"ד שארית ליהודא (רבי חיים הערמאן) (אלף בית)
5. ביי ר' אברהם יצחק פלאר אינדערהיים (join us)
6. בבית ר' ? גרינפעלד אויף ליסקע. 15 מינוט נאכן זמן. (ראמני 08)
7. בבית ר' יוסף דוב ראזענפעלד (3X0)
8. אויף פאקש אין בעיסמענט פון חה"ס (קוימען קערער)
9. אויף 5 לייפניק איז דא א מנין אין א בעיסמענט. (3X0)
10. אויף 25 מירון איז דא א מנין בבית ר' ירמי' ווייס. (3X0)
11. אויף ריזשין בבית חיים דוד מענדלוויטש. (יאנאש)
12. ביהמד שלום על ישראל (פאטאקי08)
13. אין בית מדרש גבעת שאול איז דא א מנין 15 מינוט פאר'ן זמן שב"ק אין די זומער וואכן (חידוש נפלא)
14. הרה"צ מנעבליץ רבי יעקב בערגשטיין האט א מנין ביי זיך אין שטוב, אויף 7 מירון. imzist

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2009 1:08 pm
דורך ראמני 08
בית המדרש שלום על ישראל אויף ישראל זופניק
בבית ר' שמעון ליבערמאן אויף קארטער
בבית ר' מאיר ראטה אויף מרדכי שעהר
ועוד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2009 1:34 pm
דורך cano
עס קען מיר אויך נוגע זיין, ראמאני ישר כוח פאר די אינפאו, אויב עס איז נישט שווער פאר אייך מיר צו געבען דעם ועוד, וועל איך אייך זייער דאנקבארזיין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2009 1:42 pm
דורך איזאק
א גוטע קשיא טריאו, איך זוך אויך, אבער ענדערש 15 מינוט נאכן זמן, און ס'זאל זיין א נארמאלע מנין ווי מ'דאווענט געהעריג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2009 1:58 pm
דורך אלף בית
כ'מיין אז אין ביהמ"ד שארית ליהודא (רבי חיים הערמאן) איז דא א פריע מנין וואס איז שוין פארטיג ווען די געהעריגע מנין קומט אן א דרייפערטל שעה נאכן זמן.
אויב איז דארט טאקע דא אזא מנין, דאווענט מען דארט זיכער נארמאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2009 2:21 pm
דורך join us
ביי ר' אברהם יצחק פלאר אינדערהיים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2009 2:27 pm
דורך ראמני 08
איזאק האט געשריבן:א גוטע קשיא טריאו, איך זוך אויך, אבער ענדערש 15 מינוט נאכן זמן, און ס'זאל זיין א נארמאלע מנין ווי מ'דאווענט געהעריג.

בבית ר' ? גרינפעלד אויף ליסקע. אויב געדענק איך גוט דאווענט מען דארט 15 מינוט נאכן זמן.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2009 2:51 pm
דורך 3x0
א גרויסן שכות פאר אלע וואס האבן געענטפערט סיי דא און סיי אין אישית.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2009 3:36 pm
דורך חידוש נפלא
איך מיין אז אין טאלטשעווע אויף (אפטא?) דאווענט מען אויך פרי פרייטאג צונאכטס

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2009 11:57 am
דורך ראמני 08
חידוש האסט א טעות.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2009 12:41 pm
דורך חידוש נפלא
קען זיין

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2009 9:57 am
דורך 3x0
די אלע וואס זענען מקפיד נישט צו מאכן קידוש ווינטער צווישן 6 און 7 אזייגער, דארפן לכאורה אויך מקפיד זיין יעצט צווישן 7 און 8. ריכטיג?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2009 10:00 am
דורך עפל קאמפאוט
ריכטיג ריכטיג, מען קען אבער זאגן די תפילה אב הרחמים הוא ירחם עם עמוסים וכו' (מהרה"ק רבי שמעון מיערוסלאב)

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2009 10:32 am
דורך וואלוועלע
און די געגענט פון עצי תמרים ווייסט איינער ווי עס געפינט זיך א מנין ביים זמן?
קריטיש וויכטיג,

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2009 10:40 am
דורך 3x0
בבית ר' יוסף דוב ראזענפעלד.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2009 4:10 pm
דורך קוימען קערער
וואלוועלע אויף פאקש אין בעיסמענט פון חה"ס

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 11:10 am
דורך 3x0
אויף 5 לייפניק איז דא א מנין אין א בעיסמענט.

אויף 25 מירון איז דא א מנין בבית ר' ירמי' ווייס.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 12:44 pm
דורך יאנאש
אויף ריזשין בבית חיים דוד מענדלוויטש.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 6:08 pm
דורך לאז געמאכט
ווען דאווענען די אלע מנינים?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 8:31 am
דורך פאטאקי08
ביהמד שלום על ישראל

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 8:44 am
דורך 3x0
געמאכטער, אלע מנינים וואס איך האב געשריבן זענען ביים זמן פון ליכט צינדן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 10:22 am
דורך חידוש נפלא
אין בית מדרש גבעת שאול איז דא א מנין 15 מינוט פאר'ן זמן שב"ק אין די זומער וואכן

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 16, 2010 9:16 am
דורך פאטאקי08
לכאורה ספירה צייט איז נישטא קיין מנינים צוליב ספירה

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 04, 2010 11:05 am
דורך singer
do you know in birach moshe gegent

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 04, 2010 11:22 am
דורך פישל
נאך אזא ליסטע ווייסט איינער צו עס איז בכלל דא א מנין אין קרית יואל וואס דאווענט געהעריג? (א האלבע שעה אדער א דריי פערטל שעה נאכן זמן)