בלאט 1 פון 1
סידור
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 12:28 pm
דורך דאס בין איך
איך ווייס נישט צו עס באלאנגט אין דעם פארום, אבער ווי יא?
איך דארף א סידור מיט אונזער היימישע נוסח, (תפלת יעקב משולם, קול יעקב, זכרון י"ד), אויף פי די עף, אדער עפעס א פראוגרעם וואס קען גענוצט ווערן אויפן קאמפיוטער.
ייש"כ למפרע
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 12:44 pm
דורך וויכטיג מאכער
ס'באלאנגט טאקע דא...
איך וואלט אויך עפרישיעיטעד אזא זאך...
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2009 6:01 pm
דורך געדולד
איך גלייב נישט אז עטרת אדער כפתור זאל ארויסגעבן זייערע סידורים אויף פי די עף פאר'ן פאבליק, זיי זענען נישט גרייט אז אנדערע אידן זאלן עובר זיין אויף איסור השגת גבול.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2009 6:03 pm
דורך דאס בין איך
געדולד האט געשריבן:איך גלייב נישט אז עטרת אדער כפתור זאל ארויסגעבן זייערע סידורים אויף פי די עף פאר'ן פאבליק, זיי זענען נישט גרייט אז אנדערע אידן זאלן עובר זיין אויף איסור השגת גבול.
ייש"כ פאר דיין הילף.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2009 7:24 pm
דורך farshlufen
חברים טייערע, איר ווייסט טאקע נישט פון דעם אוצר הספרים ביי אונז אין שוהל?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2009 8:01 pm
דורך דאס בין איך
אפשר וועקסטו דיך אויף???
אדרבה! ברענג מיר א סידור מיט אונזער נוסח, שיינע דרוק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 3:37 pm
דורך גראדער
דאס בין איך האט געשריבן:
איך דארף א סידור מיט אונזער היימישע נוסח, (תפלת יעקב משולם, קול יעקב, זכרון י"ד), אויף פי די עף, אדער עפעס א פראוגרעם וואס קען גענוצט ווערן אויפן קאמפיוטער.
ייש"כ למפרע
ביזטו גרייט עפעס צו באצאלן דערפאר?