בלאט 1 פון 1

אבן הטוען (גיפט סערטיפיקאט'ס און סטאר קרעדיט'ס)

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 4:19 pm
דורך סאדע_באטל
עס איז מיר איינגעפאלן א בייפאל, וואס איך האלט אז צענדליגע אידן קענען הנאה האבן.

ווי באקאנט, עס האט זיך שוין זיכער געמאכט ביי יעדעם, אז מען באקומט א גיפט סערטיפיקאט, אדער א סטאר קרעדיט, וואס מען האט נישט וואס צו טוהן דערמיט, צו ווייל מען פלאנט יעצט נישט צו קויפן אין די סטאר, אדער עס איז אין אן אנדערע געגנט וכו' וכו'. און מען קען נישט טרעפן איינער וואס זאל האבן נוצן פון די קרעדיט.
און אויף די אנדערע זייט מטבע, וויפיל מאל האט איר שוין געהאט, אז נאכן קויפן עפעס אין א סטאר, האט א חבר פארציילט אז ער האט א גיפט סערטיפיקאט פון יענע סטאר, און ער וויל פטור ווערן דערפון, און ער וואלט עס פארקויפט פאר ביליגער אפילו.

איז מיר בייגעפאלן אן עצה דערויף, וואס עס איז זה נהנה וזה נהנה.
מען זאל זיך מעלדן דא, ווער עס האט א גיפט סערטיפיקאט צו פארקויפן, אבער היות עס איז דא א פראבלעם פון גילוי..... קיינער וויל דאך נישט אז מען זאל וויסן ווער ער איז, האב איך גע'עפנט א אימעיל אדרעס מיטן נאמען
redeemgc@gmail.com
וואס ווער עס האט א גיפט סערטיפיקאט, און וויל עס פארקויפן, (געווענליך פארקויפט מען עס, פאר אביסל ווייניגער ווי די סטאר וועליו, ווייל מען באקומט דאך קעש), זאל שיקן אן אימעיל צו די אויבן-דערמאנטע אדרעס, מיט די פאלגענדע פרטים:
וועלכע געשעפט.
וויפיל די וועליו פון די קרעדיט איז.
וויפיל ער וויל באקומען כדי עס צו פארקויפן.

אי"ה יעדע זונטאג, וועלן מיר בעזהשי"ת פובליצירן דא א ליסטע פון גיפט-סערטיפיקאטן וואס איז אוועילעבל.
און ווער עס איז אינטערסירט אין איינס, זאל זיך מעלדן צו די זעלבע אדרעס, און מיר וועלן בעזהשי"ת צוזאמשטעלן דער וואס זוכט צו קויפן מיט דער וואס זוכט צו פארקויפן.


דער סערוויס איז בלויז לשם גמ"ח עס קאסט נישט קיין געלט.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 4:21 pm
דורך וויכטיג מאכער
זייער א גוטע איידיע!

ס'איז אבער היינט שוין דא פארדעם א "יוניווערסעל גיפט קארד"...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 4:34 pm
דורך סאדע_באטל
און איינער וואס האט נאך אן אלטמאדישע גיפט סערטיפיקאט דארף דערלייגן?
און וואס איז מיט איינער וואס האט א סטאר קרעדיט?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 4:36 pm
דורך וויכטיג מאכער
ניין! קיינער דארף נישט דערלייגן, איך האב נאר געשריבן אז ס'איז דא היינט א גרינגע עצה.

סטאר קרעדיט? אויש! איך האב א באנטש!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 4:41 pm
דורך סאדע_באטל
נאך א וויכטיגע פרט (משום גילוי.....)

מען זאל שיקן פון אן אימעיל אדרעסס וואס מען קען באשטיין א צווייטער זאל וויסן אז דו שטייסט אונטער דעם.

החכם עיניו בראשו, מען זאל זעהן אז מען זאל חס ושלום נישט קענען געוואר ווערן דורך די סערוויס וועלכע ניק דו ביסט ביי אונז אין קהלה.

ווי אויך איז די סערוויס נישט באגרעניצט צו מעמבער פון אונזער קהלה, אפילו פרעמדע צוקוקער קענען אויך הנאה האבן פון אונזער סערוויס.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 5:36 pm
דורך thefact
סאדע באטל
א אייזערנע רעיון!!!

דער קעפל איז נישט גענוג קלאר
טויש עס צו "אבן הטוען (גיפט סערטיפיקאט'ס און סטאר קרעדיט'ס)"

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 5:42 pm
דורך סאדע_באטל
משה אהרן, שוין פארראכטן!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 8:43 pm
דורך סתם_אזוי
איך האב שויןן לאנג געטראכט צו אויפמאכן אזא מין אשכול. ישר כח. עס וואלט אויך געווען א גוטע זאך אז אויב איינער האט פראמאושן קאודס ביי עני סייט; און סיי פלאנען עס נישט צו יוזען, זאלן זיי עס ארויפלייגן דא, און א אנדערע איד קען זיך מחי' זיין מיט עס.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 9:20 pm
דורך צוביילטער
באטל, א גרויסן יישר כח פאר'ן אויפקומען מיט אזא גוטן איידיע, און נאכדערצו אויסגעארבייט מיט אלע פרטים. גיי'ך אויפזיכן די דאזיגע ארכיוון.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2009 12:10 pm
דורך סתם_אזוי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2009 8:37 am
דורך סאדע_באטל
רבותי! נאך 3 טעג פארבליבן, צו מעלדן גיפט סערטיפיקאטס און סטאר קרעדיטס בחנם אויף די אבן הטוען ליסטע!

לתועלת הענין, פעלט זיך אויס תיכף אנפאנג אז עס זאל זיין א שיינע פאר גיפט סערטיפיקאטס צו פארקויפן, אויב איר האט איינס, ביטע שיקט עס אריין צו
redeemgc@gmail.com
און מיר וועלן עס מפרסם זיין אויף די ליסטע קומענדיגע זונטאג הבעל"ט

לכו והתפרנסו זו מזו

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2009 8:22 am
דורך סאדע_באטל
דא פארעפנטליכן מיר די ערשטע ליסטע פון
אבן הטוען (גיפט סערטיפיקאט'ס און סטאר קרעדיט'ס) #1

1. $75 אין אססא הארדוועיר פאר $65
2. $205 אין לי עוו. פאטא פאר $170

ווער עס איז פאראינטערסירט אין איינע פון די אויבן דערמאנטע זאל זיך ביטע מעלדן צו
redeemgc@gmail.com

אזוי אויך ווער עס האט גיפט סערטיפיקאטס אדער סטאר קרעדיטס און וויל פטור ווערן דערפון זאל עס אריינשיקן צו
redeemgc@gmail.com

עס איז א סערוויס בלויז לשם גמ"ח עס קאסט נישט קיין געלט.