בלאט 1 פון 1
ווי לערנט מען זיך ענגליש
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 06, 2009 1:39 pm
דורך חידוש נפלא
ווי איז דא א גיטע וועג זיך צו לערנען א גיטע ענגליש אהן צו דארפן גיין צו א קלעס וכדו' נאר פשוט אויף די אינטערנעט אדער א פראגראם וואס עס לערנט אויס א גיטע ענגליש אז מען זאל קענען געהעריג קאמיוניקעיטען מיט גוים ווען מען דארף טוהן מיט זיי ביזנעס, איך האב געטראפן פראגראמען וואס לערנען אויס ווערטער פון ענגליש צו שרייבן אבער איך וויל וויסן עפעס בעסער פון דעים. ווער עס ווייסט איז געלאדענט זיך צו לאזן הערן יישר כח
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 06, 2009 2:25 pm
דורך DotCom
איך בין געזעצו און געצאלט געלט פאר א קלעס און כהאב מיר דארט גארנישט אויסגעלערנט, קיין שום פראגראם וועט נישט העלפן אזוי גוט ווי אליינס ליינען און שרייבן און פארשטייצעך רעדן וואס מער (אפי' מיט די בני בית אויב מעגליך)
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2009 1:30 pm
דורך חידוש נפלא
דאט קאם איך ווארף דיר א גרויסען טאנק פאר די אינפארמאציע
לערנען ענגליש
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 11:40 am
דורך און וואס נישט
איינער ווייסט ווי אזוי מען קען זיך לערנען ענגליש, ליינען, שרייבען, רעדען??? נישט א קלאס!!!
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 5:59 pm
דורך מומחה עצום
קאן איינער ארויסהעלפן, איך זוך א בוך זיך אויסצולערנען ענגליש פאר איינער וואס קען נאר אידיש און עברית און עטוואס ענגליש, אבער ער וויל קענען געהעריג
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 6:11 pm
דורך SPUSMN
און וואס נישט האט געשריבן:איינער ווייסט ווי אזוי מען קען זיך לערנען ענגליש, ליינען, שרייבען, רעדען??? נישט א קלאס!!!
שרייבסט נישט וועלכע שפראך ער קען יא. פון אלע שפראכען איז דא ביכער זיך צו לערנען ענגליש, און די גרויסע בוק סטורס ווי בארנס און נאבעלס האבען דאס אדער קענען עס באשטעלען. פאר אידיש רעדענדיגע (וואס מסתמא איז ער) ווייס איך נישט אז אזעלכע ביכער זענען פארהאן. דער אמאליגער פרייער אידישער רעדענדיגער וועלט עקזיסטירט שוין כמעט נישט, און אונז היימישע אידען (און נישט אזוי היימיש) האבען אזעלכע ביכער פשטות נישט געמאכט
איך וואלט גע'עצה'ט אז אזוי ווי עס זענען דא אזוי פיל אינגעלייט וואס האבען נישט קיין פרנסה, קען מען טרעפען א גוטע קענער פון די ענגלישע שפראך צו טוטערען פאר א צוגענגליכע פרייז, ער קען נוצען די ביכער וואס די קינדער לערנען און חדר, און גיין ווייטער אויב עס פעלט אויס.
ווען איך בין געווען א אינגע אינגערמאן האב איך געטוטערט איינעם אויף א מקצוע, האט ער מיר דער ערשטע טאג געפרעגט וואס אלץ קענסטו מיר לערנען, האב איך אים גע'ענטפערט, ווי לאנג די צאלסט מיר וועל איך לערנען, וואס אלץ די ווילסט איך זאל לערנען מיט דיר
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 6:15 pm
דורך SPUSMN
מומחה עצום האט געשריבן:קאן איינער ארויסהעלפן, איך זוך א בוך זיך אויסצולערנען ענגליש פאר איינער וואס קען נאר אידיש און עברית און עטוואס ענגליש, אבער ער וויל קענען געהעריג
פאר עברית רעדענדיגע איז דא אפיציעלע ביכער צו לערנען דערפון
פאר איינער וואס קען ענגליש אוןן ער וויל קענען מער, איז דא די
GED (General Education Diploma)
ביכער וואס מען לערענט צו באקומען א
high school equivalency diploma
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 6:19 pm
דורך מומחה עצום
SPUSMN האט געשריבן:מומחה עצום האט געשריבן:קאן איינער ארויסהעלפן, איך זוך א בוך זיך אויסצולערנען ענגליש פאר איינער וואס קען נאר אידיש און עברית און עטוואס ענגליש, אבער ער וויל קענען געהעריג
פאר עברית רעדענדיגע איז דא אפיציעלע ביכער צו לערנען דערפון
פאר איינער וואס קען ענגליש אוןן ער וויל קענען מער, איז דא די
GED (General Education Diploma)
ביכער וואס מען לערענט צו באקומען א
high school equivalency diploma
וועלכע ביכער פאר עברית רעדנדע? איך קען גארנישט טרעפן
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 6:23 pm
דורך SPUSMN
איך שטעל מיך פאר אז מען דארף ארויפגיין אויף די איזרעלי אינטערנעט און דארט זיכען, עס זענען דארטען דא מיליאנען מענטשען וואס לערנען ענגליש
איז דא א איד פון ארץ ישראל וואס קען דער איד ארויס העלפען? ו
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 7:26 pm
דורך מומחה עצום
וואו איז דער שנורער...
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 05, 2015 12:29 pm
דורך טאטלע
אויב איינער האט עקספיריענס ביטע
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 05, 2015 1:50 pm
דורך אברך
איך האב גענומען פריוואטע לעקציעס ביי פישל שערמאן אין בארא פארק דוכט זיך אז ער רעכנט 40$ א שעה.
זיין נומער 3474691242
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2015 11:20 pm
דורך בעמבא
@אברך וואס זענען די רוזלטאטן און ווי לאנג נעמט עס?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 11:13 pm
דורך אברך
בעמבא האט געשריבן:@אברך וואס זענען די רוזלטאטן און ווי לאנג נעמט עס?
אנטשולדיגט מיין פריינט איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין תגובה.
ער איז איינגעטיילט אין 30 לעקציעס זייער גוט מסודר.
נאך בערך 10 האב איך זיך אפגעשטעלט ווייל איך האב שוין געקענט גענוג צו גיין ווייטער אליין
בעיקר דורעך לייענען, אויב דו ווילסט אבער זיין פראפעסיאנאל וואלט איך יא רעקאמאנדירט צו ענדיגן די גאנצע
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 11:38 pm
דורך עץ ארז
א איד האט מיר געזאגט אז ר' אביגדור מילר ז''ל איז זיין רבי מובהק ער האט אים אויסגעלערנט ענגליש...
שיעורים און תורה טעיפס און ענגליש האבן א מעלה ווייל מען רעדט פון א קאנצעפט וואס מען קען, מען דערמאנט מאמרי חז''ל און לשון קודש און מען זאגט עס איבער און ענגליש.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 10:46 pm
דורך stedy
כך שמעתי בשם ר'עזריאל טויבער שליט"א
פון.מיין אייגענע עקספירענס
ר' אפרים וואקסמאן טעיפס האט מיר אסאך געהאפען
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 12:06 am
דורך קנאפער ידען
פון די קאמפיוטער פראגראמען איז דא א פראגראם וואס הייסט 'ראזעטע סטאון', דאס הייסט פון די בעסטע אין דער פיעלד צו לערנען א שפראך. מען קען טרעפן סעילס דערויף פאר ארום א מאה.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 7:53 am
דורך טאטלע
איך קען רעדן ענגליש אבער נישט ליינען און שרבען איז דא וואו איך קען מיר דאס אויס לערנען ?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 10:27 am
דורך שלך לחמך
טאטלע האט געשריבן:איך קען רעדן ענגליש אבער נישט ליינען און שרבען איז דא וואו איך קען מיר דאס אויס לערנען ?
דאס גרינגסטע איז פון ליינען, נעם א דיקשענערי און די זייט, דיר צי העלפן אויף ווערטער וואס די קענסט נישט. (אויף די טעבלעטס קענסטו דריקן אויף די ווארט און קליקן DEFINE)