בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 11:46 am
דורך פונקטליך
מיר ווארטן אויף א באשרייבונג אויפן וועג צוריק (מיט בילדער) ווי ביים וואלקעינאו

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 10:08 pm
דורך פונקטליך
טשערנאוויץ - Чернівці

פרעמישלאן - Перемишляни

סאדיגער - Садгора


ס'איז דא א אשכול דערוועגן, כ'דארף עס אפיר זוכן
------------

זיי האקן..

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 10:19 pm
דורך פונקטליך

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 12:51 am
דורך שאץ מאץ
וויאזוי הייסט היינט קליינווערדאן?, דאכט זיך מיך עפעס קיטשי....

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 1:59 am
דורך ביקסאד

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 11:48 pm
דורך שאץ מאץ
איינער האט מיר געזאגט אזוי בעך פה אז ס'איז דא אזא סייט ווי מ'קען האבן וועגן מיט הדרכות פאר מקומות הקדושים, יענער זאגט מיר ס'הייסט צדיקים.נעט, איך האב דאס נישט געפינען, אדרבה אז איינער קען לינקן אזא סייט אהער וואלט דאס געוועהן א גרויסע מצוה,
שכוח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 10, 2011 12:51 am
דורך leiby
ס'הייסט? ביקסאד לינקט דאך אהין.

א נסיעה קיין ליזענסק

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 8:45 am
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
איך וואלט זייער דאנקבאר געווען אויב איינער קען מיר געבן אינפא פפון מענטשן וואס םירן אן נסיעות קיין ליזענסק, מיט זייערע טעלעפאון נומערן, אוןאויך צוצייכענען ווי גוט זייער סערוויס זענען, וואס דאס מיינט וויפיל מקומות קומט מען טן, און וויאזוי מען שטעלט צו די עסן וכדומה,

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 8:52 pm
דורך פארשריבן
דער הייליגער תפארת שלמה - וועלכער פלעגט פארן קיין ליזענסק אינעם טאג פון די יארצייט, כאטש ער איז געווען א כהן און נישט געקענט צוגיין צום ציון - האט געזאגט אז בשעת עס קומען צוגיין אידן קיין ליזענסק און זיי זענען מתפלל אויפן ציון פון רבין ר' אלימלך, זעהט מען ווי דער רבי ר' אלימלך זעלבסט שטייט דארט איבערן ציון, מעוטף מיטן טלית, און ער דאוונט מיט די אידן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 24, 2011 4:50 am
דורך שאץ מאץ
ביטע צוזאמען שטעלן מיטן אשכול "הילף פאר נסיעה אויף מקומות הקדושים"
שכוח למפרע

פראקטישע טיפס פאר א נסיעה

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 7:33 pm
דורך סביב העולם
אזוי ווי טויזענטע אידן פארן איצט קיין יוראפ צו מקומות הקדושים
און איך זעלבסט פארט אויף א פריוואטע נסיעה גאר בקרוב מיט א קליינע גרופע אויך אין יוראפ.
און היות די אלע לענדער דארט זענען היפש צוריק געשטאנען מיט געברויכן פאר היימישע אידן און פאר סיי וועלכע רייזענדע וואס קומט פון א ספאסטעקירטן פארגעשריטענעם לאנד.
דעריבער וואלט איך געקענט באשטיין צו וויסן אויף פראקטישע עצות פון ערפארענע רייזענדע וואס אלס מיטצונעמען.
און זעלבסט פארשטענדליך אז איך וויל נישט מיט נעמען מיין גאנצע הויז מיט אלע חפצים איך זוך וואס ווייניגער און ווי מער קאמפעקט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 8:30 pm
דורך דערציילער
איינס פון די זייער וויכטיגע זאכן איז, נישט צו פארגעסן צו קויפן טרעוועל אינשארענס

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 8:33 pm
דורך הרבטייטעלבוים
דערציילער האט געשריבן:איינס פון די זייער וויכטיגע זאכן איז, נישט צו פארגעסן צו קויפן טרעוועל אינשארענס

בדוק ומנוסה כהאב מיר געשפארט פיפציג , און דערלייגט א טויזענטער....

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 8:38 pm
דורך הרבטייטעלבוים
אויב פארט איר קיין יוראפ
און כמה מדינות און איר נעמט א קאר אדער א ווען, לוינט זיך צו נעמען א אונארישער דרייווער און אנגארן, און תיכף אריבער די גרעניץ קיין רומעניא טוישען צי א רמענישער וכן להלאה, אז נישט איז זייער מצי צו בלאנזשענען, (ג"כ בדוק ומנוסה)
ווי אויך איז נוגע סיבת הנסיעה צו וויסען וואספארא טיפס מען זיכט
און ווי אויך אויף וואסארע הינזיכט טיפס,(כזאל אייך זאגען אז איר זאלט מיטנעמען א ציין בערשטל, אדער אז די וואסער און יוראפ [אויך די ספרינג וואסער] איז נשט און מויל צו נעמען, איר קענט דאך קיין וואסער נישט מיט נעמען.
ווילט איר וויסען וויאזוי מען שטעלט אויס א נסיעה,
אדער צו מען דארף מיט נעמען א פלעש לייט
זייט ביטע מער מזביר מזאל קענען פראבינרען צו העלפען.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 9:48 pm
דורך מידער
אין דעם אשכול קענסטו נאשן גאר אסאך
viewtopic.php?f=25&t=6584

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2012 3:09 pm
דורך מידער
ס'איז גוט צו מיטנעמען דעם קליינעם קישעלע וואס איז אויסגעשניטן פארן האלץ, מיט ווייניג שלאף אין די נאכט שעה'ן איז א שאד מ'זאל זישט אביסל דרימלען אויפן וועג.

זאלסט דיר אויך נישט דערשרעקן אז ס'איז שווער צו גיין הכנות, דאס איז נארמאל צוליב דעם זייגער טויש פון דאהי. דאס איז אויך די סיבה פארוואס די וועסט די ווינציג שעה שלאף אויך נישט שפירן דארכאויס דעם געהויבענעם נסיעה.

צווישן די אנדערע זאכן איז פראקטיש צו מיטנעמען א דאלאר אין דיימס, כדי צו קענען געבן צדקה לע"נ און צו ליידענען די נשמות פונעם עולם העליון (ווען ס'נוצט זיך אויס דעם דאלאר טויש מען דאס אויף אויף א פרישן דאלאר). אויב די פארסט צו קברי אבות איז פראקטיש מיטצונעמען עטליכע שטארקע מארקער צו איבערפארבן אפגעמעקטע מצבות.

מיטנעמען א קליינער שירעם איז אויך נישט קיין שלעכטע זאך. פון א רעגן-מאנטל קען נאך דאס תהלים נאס ווערן.

און אז די וועסט עטליכע מאל בטעות זאגן משיב הרוח ביי אתה גבור זאלסטו דיר נישט שעמען פון דיין חבר, ווייל ער וועט ווארשייליך דאס אויך אריינמישן כאטש עטליכע מאל...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 11:52 pm
דורך 1חכם
http://www.zadikim.net/
http://www.zadikim.org/
דאס זענען צוויי עקסטרע זייטלעך
אידישע מאפעס קען מען אראפנעמען דא
http://www.zadikim.org/index.asp?catID= ... =3&m=11857
http://www.zadikim.org/index.asp?catID= ... =3&m=11857

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:49 pm
דורך הרבטייטעלבוים
פרינט דאס ארויס עס וועט אייך זיין צו הילף וווען איר פארט צו מקומות הקדושים ווי אימער

ספר בי הילולא

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2013 7:11 pm
דורך שוועמל
חכם1,
די מאפע פון פוילן ארבעט נישט דארטן אויף צדיקים.ארג, קען עס איינער ארויפשטעלן אדער אישי'ען?

דאנקע

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2013 7:45 pm
דורך יוראפ
שוועמל האט געשריבן:חכם1,
די מאפע פון פוילן ארבעט נישט דארטן אויף צדיקים.ארג, קען עס איינער ארויפשטעלן אדער אישי'ען?

דאנקע

כאבעס אויף פאפיר, וויזוי קען מען עס דא ארויף פאקן
עס דארף אויך צו זיין צובאקומען אין ספרים געשעפטן עס קאסט נישט קיין סאך

דרייווער אין פוילן ראמעניא

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 2:31 pm
דורך נחוניא
מיינס א ידיד פלאנט בקרוב צו מאכן א נסיעה, אנהייבן אין די געגענט פון סיגוט (ראמעניא) און ענדיגן אין די געגענט פון ליזענסק (פוילן).
האט איינער א נומער פון א פארלעסליכע דרייווער אין יענע געגענטער?
וויבאלד זיי רעכענען פאר ביידע וועגן איז מיר נישט קיין חילוק צו ער איז א פוילישע דרייווער וואס קומט אים אפנעמען פון סיגוט, צו א סיגוטער דרייווער וואס וועט נאכדעם אהיימפארן פון פוילן.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 30, 2013 10:57 am
דורך אליקים געציל
איך ברויך דרינגענד הילף!

איך האב ב"ה באשטעלט טיקעטס קיין פוילן אויף דעם מיטוואך, אבער ווען עס איז געקומען צו דינגען א קאר בין איך געווארען סארפרייזד צו זעהן אז אלע קאר רענטעלס זענען געשלאסן וועגן דעם ניי יאר חאגע!

ביטע ווער עס קען מיר שנעל העלפן מיט עפעס קאנטאקט אינפארמאציע צו דינגן א קאר אין קראקא און צוריקגעבן אין ריישא.

אדער א פארלעסליכער דרייווער וואס קען מיך דרייוון פון מיטאג ביז אויפדערנאכט.

ייש"כ

נסיעה לקאלוב ז' אדר שני

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 3:28 pm
דורך נחוניא
מיינער א ידיד וויל פארן דעם יאר קיין קאלוב צום יארצייט.
ווייסט איינער ווער עס ארגאנאזירט א נסיעה פון אמעריקא און פארט ארויס מוצש"ק?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 8:12 pm
דורך לכתחילה אריבער
נחוניא האט געשריבן:מיינער א ידיד וויל פארן דעם יאר קיין קאלוב צום יארצייט.
ווייסט איינער ווער עס ארגאנאזירט א נסיעה פון אמעריקא און פארט ארויס מוצש"ק?

עפעס האב איך געזעהן אז קאלוב (וויליאמסבורג יוס סטריט) פארט דאס יאר.