בלאט 1 פון 2

געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2009 9:41 am
דורך געדענק
עיקר שכחתי

שלום שליכם טייערע פריינד.....

איך בין א לאנג טיים ליינער און א פירסט טיים שרייבער,
כ'האב הנאה וואס איך ליין דא,
כ'ווייס טאקע נישט וויפיל מענטשען ס'שרייבען דא, אבער איין זאך זעה איך אז כמעט יעדע פראגע וואס איינער האט נאר דא אנגעפרעגט איז געווארען געענטפערט דורך די פאר שרייבער וואס זענען דא,
אויב זיי (די שרייבער) אליינס ווייסען נישט העט מען נישט רוען, נאר זיך נאכפרעגען ביים שכן, חבר, ברודער, פעטער, באבע, מ'העט אפילו אויפוועקען דעם עלטער באבען פון קבר אבי ארויסצוהעלפען א אנדערע איד וואס האט אנגעפרעגט א פראגע, נישט קיין חילוק ווי וויכטיג ס'איז,

חזקו ואומצו!!!!

אבער איבער מיין ברוך הבא זאל מען אוועקלייגען אויף שפעטערדיגע אשכולות, (וואס איך האף אז ס'וועט נאכקומען אי"ה) דא זאל מען ביטע נישט פארפארען פונעם ענין, דהיינו: מיין וואקעישאן.....

געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2009 9:49 am
דורך סתם_אזוי
איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון קאליפארניע. איך האב יא געהערט פון אריזאנע.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2009 9:57 am
דורך געדענק
לאס אנדזשעלעס

געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2009 10:58 am
דורך קענסט מיך?
סתם_אזוי האט געשריבן:איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון קאליפארניע. איך האב יא געהערט פון אריזאנע.

דאכט זיך אז דארט איז דא א אידישער פלאץ "בראנער'ס ישוב".

געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2009 11:35 am
דורך ראמני 08
קענסט מיך? האט געשריבן:
סתם_אזוי האט געשריבן:איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון קאליפארניע. איך האב יא געהערט פון אריזאנע.

דאכט זיך אז דארט איז דא א אידישער פלאץ "בראנער'ס ישוב".

נא דא סאיז אריזאנע אבער ער זיכט אין קאליפארניע
ר' געדענק פארבינד דיך מיט מיר אין אישית מעיגליך איך קען דיר העלפן

געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2009 2:45 pm
דורך יאנאש
הונדערטער אידן פארן יעדן ווינטער קיין קאליפארניע, מערסטנס קיין פאלם ספרינגס מיינעך, איך בין זיכער אז מערערע שרייבער דא זענען שוין געווען דארטן סאו לכאורה וועסטו קריגן פיינע אינפארמאציע.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2009 4:49 pm
דורך ווייסעך וואס
א אידישער ישוב ביים ביעטש ווייסעך נישט, אבער ווי דער עולם פארט, איז פאלעם ספרינגס, זייער א שיינע רוהיגע געגנט.

אטראקציעס אין די בערך 2 שעה געגנט איז דא זייער אסאך, אין זייער אינטערסאנט.

דער טיקעט איז לכאורה טייערער, דער וועג נעמט 3 שעה.

א שיין ביהמ"ד, א חב"ד האוז, מיט א מקוה טהרה, זייער א וואוילער רב.

פאלעם ספרינגס האט א אייגענע עירפארט, אבער קענסט נישט אהין אנקומען סטרעיט פון ניו יארק. אדער גייסטו קיין לאס אנדשעלעס, און דרייווסט אראפ די 2 שעה וועג (וואס איך וואלט דיר נישט געראטן, ווייל דער טרעפיק אין ל.א. איז געפערליך) אדער נעמסטו א קאנעקטינג פלייט פון על עי עירפארט צו פאלם ספרינגס.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2009 6:50 pm
דורך צוביילטער
די וואס זענען געווען אין פאלם ספריגס זאגן אז ס'איז "משוגע צו ווערן" פאר די ליפט דארט, און די פלאץ איז קיין פארגלייך צו פלארידא.

איך האב גראדע אויך געהערט אז ס'איז טייערער, פארוואס ווייס איך נישט. די וואס זענען שוין געווען אויף ביידע פלעצער רעדן שטארק צו אהינצופארן.

אויב ראמני האט דיר ארויסגעהאלפן מיט אינפארמאציע, 'געדענק' צו מאכן א סך הכל און לאזן וויסן פאר די קרעטשמע זיצער.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2009 9:08 pm
דורך געדענק
דערווייל האט מיך ראמני נאר געפרעגט וואספארא סארט וואקאציע איך זיך און כ'האב אים געענטפערט, און איך ווארט אויף זיין אנטווארט,

א גרויסן ייש"כ פאר די אלע וואס האבען זיך אנגערופען ביז יעצט,

איך רעד אבער נישט פון פאלם ספרינגס, איך רעד פון לאס אנדזשעלעס, לאנג ביעטש, בעווערלי היללס, ערגעץ דארט.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 11:48 am
דורך מאשקע
קאליפארניע איז טייערער די טיקעט, ווייל ס'איז ווייטער. אויך די הייזער און ווילאס זענען טייערער צו דינגען, ווייל די לופט דארט איז א בעסערע. אפילו ווען ס'איז הייס דארט, איז נישט יומעד, און די לופט איז זייער בא'טעמ'ט.

איך בין געווען אמאל אין פאלם ספרינגס, און כ'האב זייער הנאה געהאט דארט.

כ'בין איינגעשטאנען אביסל ווייט פונעם חב"ד שול, און ווען ס'איז געקומען נאנט צו שבת האב איך ערנסט געפלאנט זיך אריינצוציען אויף איבער שבת אין א נאנטן האטעל, אבער אין די לעצטע מינוט האב איך באקומען א סורפרייז: דער סקולענער רבי שליט"א איז אהינגעקומען אויף שבת, און ער איז איינגעשטאנען נישט ווייט פון מיין דירה, א 10-15 מינוט צו גיין צופיסנס, און כ'האב געהאט דארט א ליכטיגן און געהויבענעם שבת. שטעלט אייך פאר, דער רבי זיצט ביים טיש, און דארט זיצן בלויז ארום 25 אידן, און איך צווישן זיי. כ'האב עטליכע מאל באקומען שיריים מידיו הקדושים, געטאנצן מיט אים אין איין רינג, געזונגען מיט אים די הייליגע סקולענער ניגונים, און געגאנגען אין זיין מקוה (סווימינג פול בלע"ז). ביים זינגען האט ער מיר אפילו געוויזן מיט די האנט אז איך זאל זינגען אביסל העכער!

קיין ביעטש האב איך דארט נישט געהאט, אבער כ'האב געהאט א פריוואטע ווילא (כ'בין נאכנישט געווען ראה"ק, אבער אן עושר בין איך שוין געווען...) מיט א שיינעם שווים-באסיין און א וויזוי-הייסט-עס (די קליינע באסיין וואס שפריצט וואסער, כ'פארגעסן דעם נאמען).

עס זענען דא דארט אביסל שיינע פלעצער צו גיין, אריינגערעכנט די "טרעם" וואס פארט ארויף העכער די שנייאיגע בערג און מ'באקומט פאר דעם פרייז אן אויג-פארכאפנדן אויסקוק אויף די גאנצע שטאט, וואס אויב איז נישט פארוואלקנט קען מען זעהן ממש יעדעס הייזקע. מ'קען דארט אויבן ארומשפאצירן ווילאנג מ'וויל, און נאכדעם פארט מען צוריק אראפ צום ווארימען פאלם ספרינגס.

קענסט דיך פארבינדן מיט מיר אין אימעיל פאר מער פרטים.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 11:51 am
דורך מאשקע
כ'האב מיך דערמאנט פון די בילדער וואס כ'האב דעמאלטס גענומען. כ'האב עס אריינגעשיקט פאר'ן אידישן ריפארטער "דזשובוי" (ער לעבט נאך?) וואס האט עס דעמאלטס ארויפגעלייגט אויף הייד-פארק.

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?t ... um_id=7957

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 11:23 pm
דורך קרעמער
איך גלייב נישט מאשקע, האסט פארגעסן די ווארט "דזשעקוזי"?....

אלנפאלס, יישר כח פארן באריכט, לאמיר האפן עס וועט ארויסהעלפן די חברה דא.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2009 2:35 am
דורך יאנאש
גראדע מיינעך אז מען רופט דאס א 'האט טאב', באט איי מייט בי ראנג.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2009 8:42 am
דורך געדענק
ישר כח פאר די אלע וואס טרייען צו העלפען,

פארוואס זאגט מיר יעדער אז א טיקעט קיין CA איז סאך טייערער ווי פלארידע?
לויט ווי איך זעה איז עס נאר בערך $50.00 טייערער, פארזעה איך עפעס?

דא האט איר א לינק צו דזשעט בלוי
http://www.jetblueairways.com/cgi-bin/s ... inibooker&

געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2009 11:15 am
דורך וואלדעק
איך ווייס נישט וויפיל עס קאסט א טיקעט אויף פלארידא.

און קאליפארניע בין איך שוין געווען, איבער טיקעטס איז אזוי. די ביליגסטע געווענליך איז AMERICAN AIRLINES די בעסטע איז צו נעמען א פעקעזש פון AA VACATIONS דאס דארף קאסטן בערך $700 פאר 2 טיקעטס און א רענטל קאר פאר א וואך.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2009 12:37 pm
דורך שאץ מאץ
דאס איז קלאר אז סיי א טיקעט און סיי האטלען איז טייערער קאלעפארניע ווי פלארידע,

עס איז דא צוויי וועגן צו פארן קיין פאלם ספרינג'ס, 1 פארט דירעקט קיין לאס אנדשעלעס, 2 פארן קיין דענעווער, פון דארט קיין פאלפ ספרינג'ס,
וועג נומ. 1 האט א מעלה אז ס'איז סטרעיט, אבער א חסרון א 2 שעה'יגע וועג פון על עי ביז פאלם ספרינג'ס,
וועג נומ. 2 האט א חסרון אז ס'נעמט לענגער, אבער פאר די מענטשן וואס האבן נישט קיין געדולד צו פארן 2 שעה אין א קאר נאכן פליען 6 שעה איז דער וועג בעסער,

דרך אגב דארף באמערקט ווערן אז אט די 2 שעה'יגע וועג פון על עי ביז פאלם ספרינג'ס איז גאר א שיינע און מ'זעטיגט זיך אן פון די הערליכע בילדער פון נאטור,
אבער אויב דרייו'ט מען נישט אליין קאסט דער וועג א שטיקל אפוקטיקו און דאס דארף גערעכנט ווערן צו די הוצאות פונעם טיקעט, אז אפשר די וועג מיט א סטאפ אין דענעווער איז טייערער אבער די וועג פון על עי איז נאך טייערער.

דער חילוק פון פאלם ספרינג'ס און פלארידע איז אסאך, קודם ברוחניות איז פאלם ספרינג'ס איידעלער און שטילער און שענער, לעומת זה איז נישט אזוי לייכט מיט כשר'ס ווי אין פלארידע, פאלם ספרינג'ס איז א מדבר, מ'דארף אלעס מיט ברענגען צו איינקויפן אין על עי,

ווידער בגשמיות ווענט זיך וואס מ'זיכט, אויב זיכט מען מנוחה, איז קלאר אז פאלם ספרינג'ס איז מער מנוחה, אויב זיכט מען די ים לופט, איז פאלם ספרינג'ס גאר ווייט פונעם ים,
פאר די אלע וואס ליידן אויף פארקילעכט'ס און שליים ודומה לו, איז פאלם ספרינג'ס דער פלאץ ווי מ'קלינט זיך אויס,
אויב איינער איז א הארץ ליידנער ח"ו ל"ע, איז פלארידע פיל בעסער,
אויב איינער זיכט ווי צו בארדענען, איז פלארידע - ארלענדא פיל בעסער,
אויב איינער וויל האבן אסאך קאמפאניע, איז פלארידע בעסער,
אויב איינער זיכט צו אנטלויפן פונעם גרויסן המון עם, איז פאלם ספרינג'ס בעסער,

אויך איז דא לעבן פאלם ספרינג'ס פארשידענע בעדער וואס איז גוט פאר אסאך ליידנע פון.... כ'ווייס נישט וואס.

וואס טוט זיך אין די דערנעבדנע סען דיעגא אדער סאן פארנציסקא האבן מיר קיין ידועה,

זוי ווי זוי האב א גליקליכע רייזע און רוהט אייך אויס און קומט צוריק מיט פרישע כוחות.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2009 1:49 pm
דורך חייקל
שאץ מאץ האט געשריבן:אויב איינער זיכט ווי צו בארדענען, איז פלארידע - ארלענדא פיל בעסער,
זוי ווי זוי האב א גליקליכע רייזע און רוהט אייך אויס און קומט צוריק מיט פרישע כוחות.


בארדענען זה, לא ידענו מהו, מה טיבו?
וואס מיינט דאס?
ווי קויפט מען דאס?
וויאזוי עסט מען דא?
וואסערע ברכה מאכט מען דערויף?
:lol:

געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2009 1:55 pm
דורך חייקל
אביסל אלטע מיאמי אינפארמאציע גענומען פון חדשות אנ"ש

אין די געגענט ווי דער עולם שטייט געווענליך דאס איז מיאמי ביטש SOUTH
איז דא דריי היימישע בתי מדרשים מוזשאי, דעעש - קערעסטיר
אין דעעש און אין קערעסטיר, און מסתם אויך אין מוזשוי איז דא גאנץ פיינע מקוואות

די דעעשער מקוה איז א מקוה טהרה אויך, וואס מען קען נוצן לעת הצורך.

איינשטיין איז דא מערער האטעלן, מען דארף זיכן א גוטע דיעל, ער איז איינגעשטאנען אין א דירה, ווייסט ער נישט אזוי גוט, ער האט מיר געזאגט אז מען קען טרעפן דיעלס אויף די אינטערנעט.

עסן איז דא צוויי גראסעריס וואס האבן אלעס כשר'ס און מערערע רעסטוראנטן וואס האבן נישט דוקא קיין היימישע הכשרים, אבער ס'איז דא אן עולם וואס איז זיך מקיל און עסט.

קאר רענטל קען מען פרובירן פרייס-ליין
אויב נישט פרייס ליין, איז מסתמא "עלעמאו" די בעסטע פרייז

עס איז דא א נייע אידישע האטעל דארט פון פריעדמאן פון טאראנטא, ווער ס'איז שוין געווען דארט קען זאגן זין עקספיריענס.

ווער ס'האט נאך אינפארמאציע זאל אויך שרייבן

ארלענדאו איז אמאל געווען אדווערטייזט אין די צייטונגן קאושער ארלאנדאו אז עס איז דא כשר'ס אין מנין.

דארט זענען די דיזני פארקס פאר וועם עס פאראינטערעסירט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2009 12:19 pm
דורך געדענק
שכויעך פאר אלע וואס האבען מיך געהאלפען,

נמנו וגמרו אז מ'גיימיר קיין מיאמי מערצאשעם.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2009 8:51 pm
דורך געדענק
ווייסט איינער פון א corperation code ביי א קאר רענטאל?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2009 7:33 pm
דורך חייקל
אין די קלאספיידס פון איד/בלאט פלעגט אמאל זיין פון גמ"ח מרבה חיים

געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2009 12:50 am
דורך שוועמל
אזויווי איך רעכט זיך צו גיין מיט מיין שוועמלית צו די 'גרענד קעניאן' אריזאנע אדער 'רעד קעניאן' יוטא. וויל איך בעטן ווער סהאט סיי וועלכע אינפארמאציע אדער עקספיריענס זאל מיטטיילן.

די וועטער, ווען איז בעסער זומער אדער ווינטער, פלעצער וואו צו גיין, ווילאנג איז גוט, האטעלן, זאכן וואס מען זאל וויסן פון פאראויס וכו' וכו'.

דאנק פון פאראויס.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2009 2:18 pm
דורך lebediger berel
אפשר ווייסט איינער אינפארמעישאן איבער נארט מיאמי, וואסערע ביהמ"ד איז דא דארט, און וועגן דירות

געשריבן: מיטוואך פעברואר 18, 2009 12:40 pm
דורך lebediger berel
גרויסן דאנק פאר די וואס האבן מיר געענטפערט אין אישית
ס'איז א גרויסע תועלת,
דאס מיינט "ולאחיו יאמר חזק"
איך קען נאך נוצן נאך אינפא איבער מיאמי, ווער ס'האט קען ארויסלייגן זיין עקספיריענס,
הן לטוב והן למוטב
בנוגע, דירות, האטעלן, טיקעט, קאר רענטל
ישר כח

געשריבן: מיטוואך פעברואר 18, 2009 12:54 pm
דורך סטיוו שמידט
און נארט מיאמי איז דא זייער א פיינע ביהמ"ד, עסט זיך מחיה זיין דארט, דער גבאי דארט אז זייער גיט
{דער עלטערער ליבאוויטשער איד איז נאך דארט??? יענער איז זייער א חשוב'ער איד, א גרויסער ת"ח וידען, און זיין א בא'טעמטער, עס איז ווערט צו שטיין און זיינע ד' אמות}

זע צו דינגען א דירה מיט א פריוואטע סווימיניג פול, כמעט אלע דירות האבן עס, ענדשוי דיין וואקאציע,
ד"א מען קען קויפן אלע היימישע עסן און נארט מיאמי, אזוי טוב טעם האט דארט א פול ליין, {מסתם האבן זיי עס נאך אלץ} עס איז טאקע היבש טייער, אבער דאך ביליגע ווי די עקסטערע 50 דאלער פאר איבערוואג פאר א רענצעל, עס איז דארט דא צוויי גרויסע אידישע גרעסטאריס, מיט אלע היימשע מאכלים, גיי און ביידע, ווייל איינער האט וואס דער צווייטער האט נישט,