בלאט 1 פון 1

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 5:53 pm
דורך שמערי בערי
איך האב אויף מיין סעלפאן א נומער פון א געוועזנע לענדליין פאון, און איך האב מיר שוין גערעדשעסטערד אויפן דו נאט קאלל ליסט, אבער לעצטנס הייבן אן אנצוקומען (היימישע) אדווערטייזמענטס, וואס טוט מען דערצו?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 5:59 pm
דורך קענסט מיך?
איך האב לעצטענס א אנדערע פראבלעם, עמעצער קאלט מיר אויף מיין סעל מיט גאר אינטרעסאנטע נומבערס ווי למשל: 464658329723848, (14 אדער 15 נומבערס) איך הייב נישט אויף נאכן זעהן אזא פאני נומבער, אבער ס'מאכט מיר נערוועז ווען יעדן צווייטן טאג באקום איך אזא קאל, איינער ווייסט אפשר וואס דאס מיינט? (בדרך אגב איך בין גערעדזשעסט אויף די דו נאט קאל, שוין באלד א האלב יאר).

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 6:02 pm
דורך ווייסעך וואס
אין קרית יואל האט א היימישע פירמע ארויסגעשיקט פאר אלע איינוואוינער א קארטעל מיט אלע זייערע קרובים מיט זייער אלע אינפארמעישאן אינקאלדעט זייער סעל נומבערס, און ער פארלאנגט נאך אז מען זאל אים אפדעיטן אויב עס איז נישט ריכטיג.

גיי ווייס פארוואס ער דארף האבן יעדנס סעל נומבער? הוא מותיב והוא מפרק! ער זאל קענען יעדן משוגע מאכן...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 6:57 pm
דורך שמן זית
די פאני נומ' איז לכאורה פון א קאמפיוטער

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 7:24 pm
דורך קענסט מיך?
שמן זית האט געשריבן:די פאני נומ' איז לכאורה פון א קאמפיוטער

און וואס איז די לעזונג פטור צו ווערן דערפון?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 7:48 pm
דורך אלחנן
שמערי בערי האט געשריבן:איך האב אויף מיין סעלפאן א נומער פון א געוועזנע לענדליין פאון, און איך האב מיר שוין גערעדשעסטערד אויפן דו נאט קאלל ליסט, אבער לעצטנס הייבן אן אנצוקומען (היימישע) אדווערטייזמענטס, וואס טוט מען דערצו?


שמערי, דא האט מען גערעדט וועגן דעם, און עס איז דאכצעך נאכנישט דא אן עצה דערפאר, אדערווייל.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 9:33 pm
דורך KCSP
ריפארט עס פאר דא נאט קאל קאמפעני

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2009 11:19 am
דורך thefact
זיי נישט אזוי דערשראקען הייב אויף וועסטו זען אז ס'איז גארנישט אדער אז דו ווילסט נישט אויפהייבן ווארט אז יענער זאל לאזן א מעסעדזש
געווענליך מיינט עס אז איינער קאלט דיך פון א אינטערנעט איי פי פאון וואס האט נישט קיין טעלעפאן נומבער

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2009 11:22 am
דורך קענסט מיך?
thefact האט געשריבן:זיי נישט אזוי דערשראקען הייב אויף וועסטו זען אז ס'איז גארנישט אדער אז דו ווילסט נישט אויפהייבן ווארט אז יענער זאל לאזן א מעסעדזש
געווענליך מיינט עס אז איינער קאלט דיך פון א אינטערנעט איי פי פאון וואס האט נישט קיין טעלעפאן נומבער

איינמאל האב איך שוין באקומען א לאנגע מעסעדזש פון יענע פאני נומבער... איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס מ'רעדט דארט, ס'זעט אויס ווי א אנדערע שפראך.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2009 11:27 am
דורך ראמני 08
שיק אים דיין חתימה
אפשר וועט ער זיך דערשרעקן

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2009 6:32 pm
דורך גרונם
איך האב טאקע לעצטענס אנגעהויבן באקומען פארשידענע אדווערטייזמענטס אויף מיין סעלפאן, און אפילו נאך די 30 טעג ווי איך האב זיך רעגאסטרירט אויף די דו נאט קאל ליסט, באקום איך נאך אלס קאלס פון פארשידענע טעלמארקעטינג קאמפאניס, איך האב שוין רעפארט פאר די דו נאט קאל אינסטאנצן די קאמפאניס וואס רופן, אבער ס'העלפט נישט קיין פודינו ומצילינו, האט נאך איינער די פראבלעם?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 07, 2013 3:54 pm
דורך לורם איפסום
גרונם האט געשריבן:איך האב טאקע לעצטענס אנגעהויבן באקומען פארשידענע אדווערטייזמענטס אויף מיין סעלפאן, און אפילו נאך די 30 טעג ווי איך האב זיך רעגאסטרירט אויף די דו נאט קאל ליסט, באקום איך נאך אלס קאלס פון פארשידענע טעלמארקעטינג קאמפאניס, איך האב שוין רעפארט פאר די דו נאט קאל אינסטאנצן די קאמפאניס וואס רופן, אבער ס'העלפט נישט קיין פודינו ומצילינו, האט נאך איינער די פראבלעם?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 07, 2013 6:19 pm
דורך מומחה עצום
איר האט א סמארטפאון? וועלכע סארט?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 07, 2013 8:47 pm
דורך לורם איפסום
איר ווילט מיין נאמבער אויכעט?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 07, 2013 8:52 pm
דורך יוראפ
יא אויך די סס נומער

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 07, 2013 8:56 pm
דורך מומחה עצום
אויף אייפאונס (די נייע iOS 7) און ענדרויד קלוג-טרייבלעך קענט איר בלאקן וועלכע נאמבערס איר ווילט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 11:05 am
דורך לורם איפסום
זיי רופן יעדע מאל מיט א אנדערע נאמבער אמאל קען מען צוריקרופן און אסאך מאל דאס אויך נישט
איך קען אזוי שטיין און בלאקן א גאנצן טאג... און ווען וועל איך אנקומען צו אייוועלט?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 11:43 am
דורך מומחה עצום
קענסט אנשטעלן אז נאר איינער וואס איז אין דיין קאנטאקטס ליסטע זאל דיר קענען רופן