בלאט 1 פון 1
פארעפענטליכט: שבת מרץ 21, 2009 11:51 pm
דורך DotCom
די וואך פרייטיג צונאכטס איז געווען א ברעיקטראו אין די עדווערטייזינג ביזנעס ווען אינמיטן די דרימל פונעם סעודה האט מען געמאלדן אז יאסיס פיצא גייט אי"ה זיין אפן ביז פסח איעדע נאכט ביז...
אזוי איז געווען חילול שבת און גזל שינה אויפאמאל.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 12:01 am
דורך מאיר
איך האב א מנהג טוב אויסצושלעשן די רינגער און די מעסעדזש מאשין גאנץ שבת, ממילא איז בא שבת בא מנוחה, און כאטש איין טאג אין וואך לייד איך מיר נישט אן פון די אדווערטייזמענטס.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 12:12 am
דורך עפל קאמפאוט
ביי מיר איז עס אויך אנגעקומען נאר נישט אינמיטן שלאף נאר פונקט אינמיטן די הייסע זופ קומט א טעלעפאון קאל אז מען קען שוין אריבערגיין קויפן געשמאקע פיצא.. עס איז לכאורה געווען א טעות ווען מען האט דאס אנגעשטעלט אויף "סאטערדעי" און עס האט זיך פארמישט מיט מוצאי שבת
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 7:17 am
דורך יאנאש
ביינונז איז עס אנגעקומען פונקט צו קידוש, יאאלאו.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 12:33 pm
דורך איך_הער
דאט, איר שלאפט שוין דעמאלט'ס?
חילול שבת גזל שינה, וואס נאך? אז ס'געשעט א מיסטעיק ברויך מען אזוי איבער דרייען?
באט פון דעי עד האט עטליסט יעדער געוואוסט, סאו ס'איז אן עכטע שאלה צו יענער דארף באצאלן, מ'קענעס אריין פירן אין בית מדרש.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 1:27 pm
דורך DotCom
איך_הער האט געשריבן:דאט, איר שלאפט שוין דעמאלט'ס?
חילול שבת גזל שינה, וואס נאך? אז ס'געשעט א מיסטעיק ברויך מען אזוי איבער דרייען?
באט פון דעי עד האט עטליסט יעדער געוואוסט, סאו ס'איז אן עכטע שאלה צו יענער דארף באצאלן, מ'קענעס אריין פירן אין בית מדרש.
יא אזוי האב איך געזעהן ביי מיינע עלטערן און ביי עלטער עלטערן, פרייטיג צונאכטס פון כל מקדש ביז... איז איין לאנגע דרימל.
אפגעזעהן וואס איך טו יא אדער נישט, קיינער האט נישט איבערגעדרייט דא גארנישט, אבער סוכ"ס קאלט ער צו מיר אהיים און שטערט מיין מנוחה אפילו אינדערוואכן כל שכן שבת. די חוצפה איז דאך געוואלדיג גרויס, שוין כמה פעמים געווען ערגערע מיסטעיקס אבער וואס קען מען טהון מער ווי מיטטיילן די צרה אין קרעטשמע? אזוי ווערט עס כאטש א דזשאוק און מלאכט א גיטס.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 7:32 pm
דורך זיידעניו
אין מאנרא ארבעט נישט די דא נאט קאל ליסט?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 7:35 pm
דורך מאיר
אין מאנרא איז בכלל מער דא די היימישע טעלמארקעטינג אדווערטייזמענטס, ממש יעדע צווייטע טעלעפאן קאל איז א אדווערטיימענט!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 23, 2009 10:04 am
דורך חידוש נפלא
אין די נייע ביזנעס פערספעקטיוו איז דא אן אדווערטייזמענט פון ez-voice (איינע פון די פאפולערסטע קאמפעניס אין דעם ליין פון אדווערטייזונג אויפן טעלעפאון) און די אדווערטייזמענט לויפט אז עס איז נישט דא קיין שום אויסוועג דאס נישט צו הערן א חוץ דורכ'ן זיך צושטאפן די אויערן און צוגעלייגט איז א פיקטשער פון א מענטש וואס שטאפט זיך צו די אויערן, עס לוינט זיך צו זעהן די אדווערטייזמענט. [זיי מיינען ארויסצוברענגען אז דורך זייער סיסטעם וועט יעדער הערן די אדווערטייזמענט א חוץ ווער עס שטאפט זיך צו די אויערן]
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 10, 2010 5:43 pm
דורך CID
סאיז דא דע קארדלעס פון PANASONIC וואס מען קען בלאקן א געוויסע נאמבערס למשל מארקעטינג קלעקשן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 12:02 am
דורך DotCom
שוין יארן וואס די היימישע טעלעמארקעטער'ס רעכענען זיך נישט מיטן ציבור און מאכן משוגע די מענטשהייט מיט נארישע קאל'ס פון פארטאגס ביז ביינאכט, די 'דא נאט קאל' ליסט האט צו זיי נישט געהאלפן וויבאלד זיי האבן נאר געמאכט וואס האט געהייסן 'ראבאקאל'ס' און לייוו מענטשן האבן נישט גערעדט ממילא איז דער דא נאט קאל געזעץ נישט געווען פאר זיי.
ענדליך יעצט האט די FCC גענומען די זאך אין די האנט אריין, און פון היינט און ווייטער וועלן די טעלעמארקעטער'ס מוזן האבן א סיגנעטשור פונעם מענטש אז ער לאזט זיי מאכן די ראבאקאל'ס צו אים אהיים, אויך וועלן זיי מוזן צושטעלן די מעגליכקייט דערנאך פון בלאקירן די ראבאקאל'ס פונדערהיים מיט א דריק פונעם באטן, די געזעץ גייט אריין אין עפעקט אין די קומענדיגע חדשים, אוודאי זענען נאך די היימישע קאמפעני'ס ווייטער פראטעקטעד פון להבדיל די אידישע הלכה 'מסירה', אבער ס'איז צום האפן אז שארית ישראל לא יעשו עוולה, דינא דמלכותא דינא. שוין צייט זיך צוצהערן וואס מענטשן ווילן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 12:49 am
דורך גבריאל
גראד מוצאי שבת קלינגט מען.. עס איז א חוצפא צו טערארזירען דעם ציבור סיי פון די מוסדות אין סיי עדווערטייזמענטס
נאכדערצו עס זיצען א געוואלד אלטע יודן אין ווארטען אויף א קאל פון א נאנטער אין ער לויפט צום טרייבעל.. אין צו זיין מזל שוין ווייטער א עדווערטייזמענט.. וועגן דעם האט ער זיך אויפגעשטעלט..
עס איז נישט רעכט עכ"פ וואלט מען געדארפט אראפ נעמן די עלטערע מענטשען פון די ליסטעס