פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך וואוין שוין אין מיין יעצטיגע דירה 5 יאר ב"ה

די וואסער אקאונט איז געווען אויפ'ן נאמען פון דער וואס געמאכט די פלאמבינג פאר'ן הויז (יענער האט א LLC אויפ'ן נאמען פון מיין אדרעס, אפשר איז ער געווען א שותף אינעם הויז - כ'ווייס נישט). איך האב נישט געמאכט קיין וועזן דערפון און געהעריג באצאלט אלע בילס במשך די לעצטע פינף יאר.

לעצטנס האב איך באקומען אויף מיין ביל א טשארדזש פון ארום 750 דאלער אלס א 'בעלענס טרענספער', און איך האב מברר געווען אז אויך מיין שכן האט געהאט זיין וואסער ביל אויף דעם זעלבן נאמען, און וויבאלד ער האט נישט באצאלט ערליך און שפעטער אריבערגעלייגט דעם אקאונט צו זיין אייגענע נאמען, איז די איבריגע פונעם חוב ארויף צו מיין ביל, וויבאלד עס איז דאך דער זעלבער אייגנטומער...

איך האב פרובירט מברר צו זיין ווער עס איז שולדיג אין דעם חוב, גערעדט צו דעם פלאמבער וועלכער האט מיך געשיקט צום שכן (וועלכער וואוינט שוין היינט אין אן אנדערע לאנד), און צום שכן וועלכער האט גע'טענה'ט אז אפשר איז עס פון די צייטן בעפאר ער האט דא געוואוינט [אליבא דאמת, ווי עס קוקט מיר אויס - נאכ'ן ערהאלטן סקרינשאטס פון די פירמע - אז דער חוב באלאנגט האלבוועגס פאר ביידע פון זיי], און וויבאלד איך האב נישט געהאלטן ביים פירן דין תורה'ס מיט קיינעם פון זיי, האב איך זיי געלאזט לויפן און פרובירט אריבערצוברענגען דעם אקאונט צו מיין נאמען.

הייבט זיך אן א פרישע מסכתא.

כדי צו עפענען א וואסער אקאונט אויף מיין נאמען, האבן זיי פארלאנגט דריי דאקומענטן: 1) א ליעס, 2) א בילד איי.די. 3) א בריוו פון אראנדזש און ראקלענד (די עלעקטריק און גאז יוטילעטי פירמע) וואס באשטעטיגט אז איך וואוין דא [פרעג מיך נישט פארוואס די וואסער פירמע דארף די באשטעטיגונג פון די עלעקטריק/גאז פירמע]

וויבאלד אויך די עלעקטריק און גאז לויפט נישט אויף מיין נאמען... האב איך נישט געקענט צושטעלן מער ווי די ערשטע צוויי דאקומענטן, וואס איך האב געטון.

איך האב נישט גע'חלומ'ט אז זיי וועלן פאקטיש עפענען אן אקאונט אויף מיין נאמען, צוליב די אפוועזנהייט פון דאקומענט 3, אבער למעשה האב איך יעצט באקומען א ריזיגע בריוו מיט א פרישע אקאונט אויף מיין נאמען.

אבער די פראבלעמען הייבן זיך ערשט יעצט אן...

וויבאלד איך האב זיי געשיקט א ליעס וואס לויפט פון יאנואר 22' למספרם, האבן זיי מיר יעצט געשיקט בילס אויף אלע מאנאטן פון יאנואר ביז נאוועמבער, מיט א געשוואלענעם פרייז פון איבער צוויי אלפים, אין די צייט וואס פאר דעם פריערדיגן אקאונט האבן זיי געשיקט א מעלדונג אז ער האט יעצט א קרעדיט פון פערצן הונדערט דאלער...

רוף איך זיי אן און פרוביר פרעגן וואס דא גייט פאר, אבער זיי טענה'ן חי וקים אז וויבאלד איך האב געשיקט א ליעס פון יאנואר, שיקן זיי מיר בילס פון דעמאלט. און דאס וואס איז באצאלט געווארן דורך די פריערדיגע אקאונט [וואס איך האב באצאלט פון מיין אויסגעהארעוועטע געלט] האט גארנישט מיט מיר, ווילאנג איך קען נישט אויפווייזן מיט באנק סטעיטמענטס אדער קרעדיט קארד סטעיטמענטס אז איך האב דאס באצאלט.

יעצט, קיין באנק אקאונט האב איך נישט, און איך האב אלעס באצאלט מיט קרעדיט קארד, הגם נישט דוקא מיט מיין אייגענע. באופן אז איך קען נישט ברענגען באווייזן אז איך האב אלעס באצאלט.

האב איך פרובירט אריינרופן זיך אנגעבנדיג אלס דער ערשטער אייגנטומער און פרעגן וועגן דעם קרעדיט, צי זיי פלאנען צו שיקן א טשעק [וואס איך קען געבן פאר יענעם אין אויסטויש פאר א טשעק צו די וואסער פירמע], זאגן זיי אז זיי שיקן נישט קיין טשעק ווילאנג מען ווייזט נישט אויף אז מען האט טאקע באצאלט די בילס...

איינער האלט נאך מיט? ווייל איך בין שוין פארלוירן

דערווייל גייט יענעמ'ס קרעדיט בלייבן ביי VEOLIA, און פון מיר פארלאנגען זיי צוויי אלפים!

איז דא עפעס וואס איך קען דא טון? איז דא א פירמע/אגענטור/עסקן וואס געבט זיך אפ מיט די סארט זאכן? (זאל איך פיילן א קלעים ביי די BBB וכדומה?)

יישר כח פאר ווער עס נעמט די מיה צו ליינען און מיר פרובירן צו העלפן
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3559
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

פראביר צו רופן 18667180399
מיך האבן זיי געהאלפן ווען איך האב געהאט צו טוען מיט א טעלעפאון קאמפעני וועגן א עקסטערע טשארטש
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

להחיות האט געשריבן:
פראביר צו רופן 18667180399
מיך האבן זיי געהאלפן ווען איך האב געהאט צו טוען מיט א טעלעפאון קאמפעני וועגן א עקסטערע טשארטש
די נומער ארבעט נישט

לכאורה האט געשריבן:
להחיות האט געשריבן:
פראביר צו רופן 18667180399
מיך האבן זיי געהאלפן ווען איך האב געהאט צו טוען מיט א טעלעפאון קאמפעני וועגן א עקסטערע טשארטש
די נומער ארבעט נישט
איך האב עס געניצט בעריך א יאר צוריק
זעה איך יעצט אז עס ארבעט טאקע מער נישט
ס'האט געהייסן business operator
אפשר האט איינער מער אינפארמאציע ?
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

איך האב געהאט צוטוהן מיט וועאליע מיט אן אלטן ביל פון א גרויסן חוב. האבן זיי מיר געזאגט (דאכציך נאכן אפשפארן דעם גאנצן אקאונט) אז זיי קענען מיר געבן א נומבער פון איינעם וואס ארבעט אויס נעגאשיעישאנס מיט זיי. עפעס אזא געדאנק ווי זיי האלטן נישט ביים זיך דורכקומען מיט יעדן קאסטומער עקסטער, האבן זיי איין קאמפאני וואס יענער ספעציאליזירט זיך אין דורכקומען מיט קאסטומערס און וועאליע האנדלט בלויז מיט זיי.

אויב ס'איז דיר מעגליך אז וועאליע זאל דיר געבן דעם נומער פון די קאמפאני קען עס דיר מעגליך העלפן (אני הקטן געדענק שוין נישט דעם נומער און אויך נישט וויאזוי זיי הייסן).

-
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

New York State Department of Public Service
800-342-3377
זיי קענען מאכן סדר דא
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח!
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

נאכמיטאג האט געשריבן:
New York State Department of Public Service
800-342-3377
זיי קענען מאכן סדר דא
זיי גייען זיך אריינלייגען און די קעיס און מאכן זיכער עס ווערט מסודר

https://www3.dps.ny.gov/ocs/itxgate.nsf ... plaint.xsp
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א שיינעם דאנק הער נאכמיטאג, גייען מיר פרובירן אראפגיין דעם וועג אי"ה
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

הער מנהל ביטע קומט צוריק מיט אן אופדעיט (אויב ס'דא) אויב איהר זענט געהאלפן געווארן.
לעצט פארראכטן דורך מאנסי געבוירענער אום מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 2:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!

מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

לכאורה האט געשריבן:
איך וואוין שוין אין מיין יעצטיגע דירה 5 יאר ב"ה
איך האף די אנשי שלומינו אדרעס איז אפדעיטעט...
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

נאכמיטאג האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
New York State Department of Public Service
800-342-3377
זיי קענען מאכן סדר דא
זיי גייען זיך אריינלייגען און די קעיס און מאכן זיכער עס ווערט מסודר
איך האב געהאט צוטוהן מיט א טעלעפאן קאמפאני יארן צוריק און סאיז אנגעגאנגען פאר חדשים. איין טאג ווען כ’האב געזאגט עד כאן האב איך זיי געקאלט און ביז א שעה איז די זאך געווען מסודר.

ס’איז מער די שרעק וואס די חברה באקומען בלויז פון באקומען א טעלעפאון רוף פון די חברה...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מאנסי געבוירענער האט געשריבן:
הער מנהל ביטע קומט צוריק מיט אן אופדעיט (אויב ס'דא) אויב איהר זענט געהאלפן געווארן.
אי"ה

אין אישי האט מיר איינער פארגעשלאגן צו גיין רעדן צו א איד אן עסקן דא אין מאנסי וואס קען מיר אפשר העלפן. ב"ה דער איד וואוינט נישט ווייט פון מיר און איך טרעף אים כסדר, האף איך צו רעדן צו אים אין גיכן.

א צווייטער האט מיר געשריבן אז איך זאל איינגעבן אן אפליקאציע פאר LIHWAP, א פראגראם וואס שענקט גרויס געלט פאר משפחות וואס קענען נישט באצאלן די וואסער בילס.

לאמיר צוערשט הערן וואס דער עסקן זאגט, ווייל איך וויל נישט לכתחילה צאלן קיין איבריגן גרייצער פאר די פירמע, אפגעזען צי עס קומט פון מיין טאש אדער פון די שטייער צאלער. כ'האלט אז זיי זענען שרעקליך אומגערעכט און פאלנע רויבער!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
איך וואוין שוין אין מיין יעצטיגע דירה 5 יאר ב"ה
איך האף די אנשי שלומינו אדרעס איז אפדעיטעט...
דו קענסט מיך נישט? תיכף אריינגערופן...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
New York State Department of Public Service
800-342-3377
זיי קענען מאכן סדר דא
זיי גייען זיך אריינלייגען און די קעיס און מאכן זיכער עס ווערט מסודר
איך האב געהאט צוטוהן מיט א טעלעפאן קאמפאני יארן צוריק און סאיז אנגעגאנגען פאר חדשים. איין טאג ווען כ’האב געזאגט עד כאן האב איך זיי געקאלט און ביז א שעה איז די זאך געווען מסודר.

ס’איז מער די שרעק וואס די חברה באקומען בלויז פון באקומען א טעלעפאון רוף פון די חברה...
כ'האב איינגעגעבן דעם אפליקאציע נעכטן נאכט, און אפיציעל רופן זיי צוריק ביז 24 שעה, אבער דערווייל האב איך נישט געהערט פון זיי (און מארגן איז האלידעי למספרם)
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

לכאורה האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
איך וואוין שוין אין מיין יעצטיגע דירה 5 יאר ב"ה
איך האף די אנשי שלומינו אדרעס איז אפדעיטעט...
דו קענסט מיך נישט? תיכף אריינגערופן...
אקעי. העמיר זעהן צו די וועסט עס באקומען...
אוועטאר
עניטינג
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 2:42 pm

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עניטינג »

איך טראכט פון א געדאנק איך ווייס נישט אויב עס וועט ארבעטן, איך מיין אז עס שאדט אבער נישט צו פרובירן.
שיק זיי אריין א נייע ליעס וואס הייבט זיך אן די חודש און זאג זיי אז די אלטע איז געווען א טעות.
קען זיין זיי גייען עס נישט ווילן אפקויפן ווייל זיי זוכן נישט צו דערלייגן די צוויי אלפים איך מיין אבער אז שאדן קען עס זיכער נישט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

לכאורה האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
New York State Department of Public Service
800-342-3377
זיי קענען מאכן סדר דא
זיי גייען זיך אריינלייגען און די קעיס און מאכן זיכער עס ווערט מסודר
איך האב געהאט צוטוהן מיט א טעלעפאן קאמפאני יארן צוריק און סאיז אנגעגאנגען פאר חדשים. איין טאג ווען כ’האב געזאגט עד כאן האב איך זיי געקאלט און ביז א שעה איז די זאך געווען מסודר.

ס’איז מער די שרעק וואס די חברה באקומען בלויז פון באקומען א טעלעפאון רוף פון די חברה...
כ'האב איינגעגעבן דעם אפליקאציע נעכטן נאכט, און אפיציעל רופן זיי צוריק ביז 24 שעה, אבער דערווייל האב איך נישט געהערט פון זיי (און מארגן איז האלידעי למספרם)
איך האב שוין מצליח געווען מיט זיי 2 מאל

זיי קאנטאקטן די באשולדיגטע קאמפאני און יענע קומען צו לויפן אויף אלע פיר זיך מסדר צו זיין
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

זייער וויכטיג ווען מען נוצט אריין צי א נייע דירה צו איבערשרייבן די וואסער און לעקטער אויף די אייגענע נאמען.
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

הענדימען האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
New York State Department of Public Service
800-342-3377
זיי קענען מאכן סדר דא
זיי גייען זיך אריינלייגען און די קעיס און מאכן זיכער עס ווערט מסודר
איך האב געהאט צוטוהן מיט א טעלעפאן קאמפאני יארן צוריק און סאיז אנגעגאנגען פאר חדשים. איין טאג ווען כ’האב געזאגט עד כאן האב איך זיי געקאלט און ביז א שעה איז די זאך געווען מסודר.

ס’איז מער די שרעק וואס די חברה באקומען בלויז פון באקומען א טעלעפאון רוף פון די חברה...
כ'האב איינגעגעבן דעם אפליקאציע נעכטן נאכט, און אפיציעל רופן זיי צוריק ביז 24 שעה, אבער דערווייל האב איך נישט געהערט פון זיי (און מארגן איז האלידעי למספרם)
איך האב שוין מצליח געווען מיט זיי 2 מאל

זיי קאנטאקטן די באשולדיגטע קאמפאני און יענע קומען צו לויפן אויף אלע פיר זיך מסדר צו זיין
@לכאורה, זיי האבן דיר שוין צוריקגערופן?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
Unidentified
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Unidentified »

Pay with a credit card and dispute it
And if they com back to you ask for proof
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

Unidentified האט געשריבן:
Pay with a credit card and dispute it
And if they com back to you ask for proof
די באלאנס וועט צירוק ארויפגעלייגט ווערן אויפ'ן וואסער בילל, ס'וועט גארנישט אויפטועהן.
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

Kollel האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
זיי גייען זיך אריינלייגען און די קעיס און מאכן זיכער עס ווערט מסודר
איך האב געהאט צוטוהן מיט א טעלעפאן קאמפאני יארן צוריק און סאיז אנגעגאנגען פאר חדשים. איין טאג ווען כ’האב געזאגט עד כאן האב איך זיי געקאלט און ביז א שעה איז די זאך געווען מסודר.

ס’איז מער די שרעק וואס די חברה באקומען בלויז פון באקומען א טעלעפאון רוף פון די חברה...
כ'האב איינגעגעבן דעם אפליקאציע נעכטן נאכט, און אפיציעל רופן זיי צוריק ביז 24 שעה, אבער דערווייל האב איך נישט געהערט פון זיי (און מארגן איז האלידעי למספרם)
איך האב שוין מצליח געווען מיט זיי 2 מאל

זיי קאנטאקטן די באשולדיגטע קאמפאני און יענע קומען צו לויפן אויף אלע פיר זיך מסדר צו זיין
@לכאורה, זיי האבן דיר שוין צוריקגערופן?
היינט מאנטאג האב איך באקומען אן אימעיל פון די פובליק סערוויס דעפארטמענט, מיט א קעיס נומער. תיכף דערויף האב איך באמערקט אן אימעיל פון די וואסער פירמע... די זעלבע יאכנע מיט וועם איך האב גערעדט טעלעפאוניש די פארגאנגענע וואך האט זיך געוואנדן צו מיר מיט א בקשה איך זאל פראדוצירן פרוף פון מיינע פעימענטס וכו' [די אימעיל איז געקומען מיט די DPS קעיס נומער אינעם קעפל, דאס מיינט אז דאס האט איר געגעבן דעם קיצל צו קומען איבערשמועסן].

איך האב צוריקגעשריבן א לאנגע אימעיל מיט מיינע טענות, און בייגעלייגט קאפיס און פרינט-סקרינס פון מיינע ק"ק צאלונגען [איך האב געטראפן ארום 4-5 באצאלונגען במשך דעם יאר, נישט אויף אלע חדשים], און גע'טענה'ט אז די איבריגע האב איך געצאלט מיט דעביט קארטלעך וכדומה, וויבאלד איך פארמאג נישט קיין באנק קאנטע.

זי האט צוריקגעשריבן אז זי גייט דאס איבערקוקן, און דאן האב איך זיך אנטשולדיגט אין א באזונדערע אימעיל פאר'ן נישט רעדן אזוי העפליך צו איר טעלעפאוניש די פארגאנגענע וואך, זאגנדיג אז איך בין געווען איבערוועלטיגט פון די מצב, און וויבאלד ענגליש איז מיין דריטע שפראך און איך קען זיך נישט געהעריג אויסדרוקן דערמיט בין איך געווארן פריסטרירט וכו'.

לאמיר זען וואס דער מארגן וועט ברענגען.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: פראבלעם מיט VEOLIA וואסער פירמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

הענדימען האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
New York State Department of Public Service
800-342-3377
זיי קענען מאכן סדר דא
זיי גייען זיך אריינלייגען און די קעיס און מאכן זיכער עס ווערט מסודר
איך האב געהאט צוטוהן מיט א טעלעפאן קאמפאני יארן צוריק און סאיז אנגעגאנגען פאר חדשים. איין טאג ווען כ’האב געזאגט עד כאן האב איך זיי געקאלט און ביז א שעה איז די זאך געווען מסודר.

ס’איז מער די שרעק וואס די חברה באקומען בלויז פון באקומען א טעלעפאון רוף פון די חברה...
כ'האב איינגעגעבן דעם אפליקאציע נעכטן נאכט, און אפיציעל רופן זיי צוריק ביז 24 שעה, אבער דערווייל האב איך נישט געהערט פון זיי (און מארגן איז האלידעי למספרם)
איך האב שוין מצליח געווען מיט זיי 2 מאל

זיי קאנטאקטן די באשולדיגטע קאמפאני און יענע קומען צו לויפן אויף אלע פיר זיך מסדר צו זיין
יאפ אויך געהאט צוטוהן מיט קאנעד איבער א קאמערשעל אקאונט, גערופן די סטעיט און דעם נעקסטן טאג האבן זאכן אנגעהויבן פארן.

איך האב אפילו באקומען א פאון קאול פון א הויעכע באאמטער דארט מיר פארהאלטן פארן גיין צו די סטעיט.. זיי ציטערן פון דעם.
אני הוא הנער, נער המדבר
שרייב תגובה

צוריק צו “מענעדזשמענט”