בלאט 1 פון 2
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 1:02 am
דורך קרעמער
אדורכגעלאפן 3 יאר זינט די לעצטע נסיעה, און אט רישט מען זיך צו פארן אי"ה קיין קאנאדע
במשך די קומענדיגע טעג וועל איך דא אנפרעגן אייניגע פראגעלעך בנוגע די נסיעה, מען בעט די ידידים צוצוגרייטן ענטפערס...
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 1:04 am
דורך ווינקל
מיט אן עס יו ווי וועט מען פארן זעט אויס אויס... עיין ערך טוויטער.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 1:31 pm
דורך קרעמער
אקעי, איך זעה אז דער עולם איז גרייט...
פראגע 1:
אן ערוואקסענער וואס פארט אדורך די גרעניץ צווישן אמעריקע און קאנאדע - איז מיין פארשטאנד - דארף האבן א פאספארט.
וואס דארף מען צייגן ביי א קינד? איז א געבורטס-שיין גענוג? ברויך מען א צעטל פון די עלטערן (ברויך עס זיין נאוטערייזד?)? און וויאזוי איז דער געזעץ אין פאל וואס איינער פון די עלטערן (צב"ש דער פאטער) גייט מיטן קינד, דארף מען א רשות צעטל פון די מאמע וואס איז געבליבן אין שטוב?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 1:34 pm
דורך באמבאסטיש
לפי קט ידיעתי איז א געבורטס-שיין גענוג, און ברויך נישט זיין נאוטערייזד, און מען ברויך נישט קיין רשות צעטלעך.
אגב; גם אני הקטן וועל זיין אי"ה אין קאנאדא אויף א שמחה קומענדיגע וואך.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 1:35 pm
דורך למעלה משבעים
א קינד איז גענוג א געבורטס שיין, אויב נעמט מען מיט א אנדערן'ס קינד דארף מען יא א צעטל וואס איז גע'חתמ'ט פון ביידע עלטערן, דארף נישט זיין נאוטערייזד, אויב איינע פון די עלטערן גייט מיטן קינד דארף מען נישט קיין צעטל פון דעם אנדערן וואס איז געבליבן אין שטוב (א פיצל'ס וואס די טאטע נמעט מיט קענען זיי מן הסתם יא בעטן פאר א צעטל ווייל עס איז אויפפאלנד).
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 1:42 pm
דורך ניק ניק
קרעמער האט געשריבן:אקעי, איך זעה אז דער עולם איז גרייט...
פראגע 1:
אן ערוואקסענער וואס פארט אדורך די גרעניץ צווישן אמעריקע און קאנאדע - איז מיין פארשטאנד - דארף האבן א פאספארט.
וואס דארף מען צייגן ביי א קינד? איז א געבורטס-שיין גענוג? ברויך מען א צעטל פון די עלטערן (ברויך עס זיין נאוטערייזד?)? און וויאזוי איז דער געזעץ אין פאל וואס איינער פון די עלטערן (צב"ש דער פאטער) גייט מיטן קינד, דארף מען א רשות צעטל פון די מאמע וואס איז געבליבן אין שטוב?
דיסקלעימער: מיין ענטפער איז באזירט אויף שמועסען וואס איך אויפגעכאפט פון מענטשן און נישט פון קיין שום קראנטע מקור.
אן ערוואקסענער זינט יאר דאכט זיך צוויי טויזענט צען ברויך האבן אן פאספורט.
א קינד איז געניג אן אידענטעפקאציע מיט א בילד, גאר גאר קליין אין די פעמפערס קען דורך שטופען אן א בילד אויך.
אייגענע קינדער דארף נישט קיין צעטל פון די עלטערן.....
פרעמדע קינדער דארפן האבן א צערל מיט א חתימה פון איינער פון די עלטערן, דארף נישט זיין נאטערייזד.
איך נעם נישט קיין שום אחריות אויף די קראנטקייט פון מיינע ווערטער.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 1:46 pm
דורך קרעמער
יישר כח אלע חברים וואס האבן זיך אנגערופן
(באמבאסטיש, טאהש?)
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 1:56 pm
דורך ווינקל
ניק ניק האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:אקעי, איך זעה אז דער עולם איז גרייט...
פראגע 1:
אן ערוואקסענער וואס פארט אדורך די גרעניץ צווישן אמעריקע און קאנאדע - איז מיין פארשטאנד - דארף האבן א פאספארט.
וואס דארף מען צייגן ביי א קינד? איז א געבורטס-שיין גענוג? ברויך מען א צעטל פון די עלטערן (ברויך עס זיין נאוטערייזד?)? און וויאזוי איז דער געזעץ אין פאל וואס איינער פון די עלטערן (צב"ש דער פאטער) גייט מיטן קינד, דארף מען א רשות צעטל פון די מאמע וואס איז געבליבן אין שטוב?
דיסקלעימער: מיין ענטפער איז באזירט אויף שמועסען וואס איך אויפגעכאפט פון מענטשן און נישט פון קיין שום קראנטע מקור.
אן ערוואקסענער זינט יאר דאכט זיך צוויי טויזענט צען ברויך האבן אן פאספורט.
א קינד איז געניג אן אידענטעפקאציע מיט א בילד, גאר גאר קליין אין די פעמפערס קען דורך שטופען אן א בילד אויך.אייגענע קינדער דארף נישט קיין צעטל פון די עלטערן.....
פרעמדע קינדער דארפן האבן א צערל מיט א חתימה פון איינער פון די עלטערן, דארף נישט זיין נאטערייזד.
איך נעם נישט קיין שום אחריות אויף די קראנטקייט פון מיינע ווערטער.
קינדער ברויכן נישט האבן קיין בילד איידי.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 1:59 pm
דורך ניק ניק
פארגעס נישט צו ברענגן א גריס.
קענסט גיין באזיכען די סעפארי זאָ, ביידאם, אפער קענעדע וויליזש, קוויבעק סיטי, קאנאל שלעסער, טאראנטא די הויכע בילדינג(וויזוי הייסט עס נאר?), שווייצע בערג (אין וואל דעיוועד), די ווייסע בערן, ניאגרע פאללס,,, ווען ביסט פערטיג מיט די פלעצער ביפ מיך אריין כעל דיר געבן נאך בל"נ
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 2:07 pm
דורך ניק ניק
ווינקעל איז גערעכט.
Children: U.S. children ages 15 and under arriving by land or sea from a contiguous territory may present an original or copy of his or her birth certificate (issued by the Vital Records Department in the state where he or she was born), a Consular Report of Birth Abroad, or a Naturalization Certificate. If the child is a newborn and the actual birth certificate has not arrived from the Vital Records Department, we will accept a Hospital issued birth certificate.
פון דא
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 2:11 pm
דורך ניק ניק
פליז... געב מיר א קאמפלימענט....
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 2:20 pm
דורך למעלה משבעים
און אז די קוקסט שוין יא דארט זע דא
https://help.cbp.gov/app/answers/detail ... FPRENfa0xrאז מען דארף יא א חתימה פון ביידע עלטערן פאר א פרעמד קינד, און אויך איז בעסער צו האבן א חתימה פון די אנדערן וואס בלייבט אין שטוב.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 2:39 pm
דורך באמבאסטיש
קרעמער האט געשריבן:יישר כח אלע חברים וואס האבן זיך אנגערופן
(באמבאסטיש, טאהש?)
יאפס!
מאנטאג נאכט?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 2:47 pm
דורך thefact
פאר אן אייגן קינד קענען זיי אויך בעטן א רשות צעטיל
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 2:50 pm
דורך ניק ניק
thefact האט געשריבן:פאר אן אייגן קינד קענען זיי אויך בעטן א רשות צעטיל
רשות פון וועם?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 2:52 pm
דורך קרעמער
באמבאסטיש; מיר פארן מיטוואך אי"ה
דער פאקט רעדט אפשר פון א רשות צעטל פון די מאמע וואס בלייבט אין שטוב, דאס האט שוין למעלה-משבעים צוגעברענגט פון א רעגירונגס וועבזייטל
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 3:57 pm
דורך פאטאקי08
שוין דא כמה אשכולות וועגן ראש האווער שעות ביים בארדער
אויך א זאך וואס קען ווערן גענומען אין באטראכט
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 4:00 pm
דורך פאטאקי08
נאך א זאך בעט איך דיר קרעמער
ביטע נישט משוגע מאכן דעם דרייווער צי פארן שנעלער (ספידן בלע"ז) די 87 איז פול מיט די חברה
אפילו דו זעסט נאכן בארדער א סיין מיטן אויפשריפט 100 הייס נישט דעם דרייווער פארן אויף הונדערט עס איז קילאמעטער נישט מייל
מיט דאנק פון פאראויס
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 4:07 pm
דורך למעלה משבעים
דערמאנסט מיר א מעשה, איך האב אמאל גענומען איינעם קיין מאנטריאל, אויפן וועג האב איך אים געוויזן אויף מיין דזשי-פי-עס ווי די מעקס ספיד האט דאן געהאלטן ביי 105, איך זאג אים איך האב דאן געהאט מיין שטוב און שוויגער אין קאר, און זיי האבן ניטאמאל געשפירט, ער האט מיר נישט געוואלט גלייבן, בקיצור איך קום אן נאכן קאנאדישן בארדער דארט איז די וועג פיין גראד, און איך הייב אן צו הייבן די ספיד, איך קוק אזוי אויף אים אויב ער באמערקט אויף וועלכן ספיד איך בין, איך זע ער קוקט אויפן דזשי-פי-עס וואס ווייזט וועלכן ספיד איך פאר, עס האט געהאלטן ביי 101, און ער זאגט נישט קיין ווארט, בין איך צוריק צו 75, און איך פרעג אים האסט געפילט אז איך בין געווען אויף 100? זאגט ער מיר, ווואאאסס?? איך האב געמיינט אז נאכן בארדער טוישט זיך די דזשי-פי-עס צו קילאמעטער און איך פאר גאר אויף 100 קילאמעטער......
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 4:08 pm
דורך ניק ניק
פאטאקי08 האט געשריבן:....
אפילו דו זעסט נאכן בארדער א סיין מיטן אויפשריפט 100 הייס נישט דעם דרייווער פארן אויף הונדערט עס איז קילאמעטער נישט מייל
מיט דאנק פון פאראויס

אנו נוהגין כב"א לנסוע שם מאה ויותר.... (באמת צריכין להזהר, שבטיקעט השני יכולין לגנוב הלייסענס ולאסור להמשיך לדרייוו, ע"כ צריכין לעיין היטב היטב אם אין שם מהמכשולות חבוי באחד ה-U סובב חזרה.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 4:27 pm
דורך קרעמער
איך פאר אי"ה מיטן באס, אלזא זענען די לעצטע פאר תגובות נישט אזוי וויכטיג פאר מיר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 12:02 pm
דורך צולייגער
א גאר וויכטיגע פראגע:
א פרוי מיט איר קליין קינד פלאנען צו פארן למס' פעברואר 9 קיין עיר הקודש פלארידע.
אמנם דא עקא אז דער קליינער ווערט צוויי יאר אלט למס' יאנוער 30, איז פארהאן א מעגליכקייט צו קענען רייזן אן א פאס און א טיקעט?
ביטע ענטפערן ווי אמשנעלסטן!
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 12:19 pm
דורך מאנ-יימער
ווייסט איינער די רולס פון דעלטא ביי דאמעסטיק פלייטס וויפיל די רענצל מעג וועגן און צו די ערשטע קאסט אויך געלט?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 12:32 pm
דורך פאטאקי08
דעלטא אזוי ווי אלע גרויסע קאמפאניעס
קאסט די ערשטע רענצל 25 די צווייטע 35 מאקסימום 5 פער מענטש
אויב וועגט עס מער ווי 50 פונט קאסט עס נאך געלט
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 12:36 pm
דורך פאטאקי08
שטייצעך אז פירסט קלאס אדער ביזנעס איז פאר פרי