די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מהלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 05, 2021 3:34 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהלך »

שארף און קלאר!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
קען מען זאגן אז ביי אונז זענען דא אסאך נארסעסיסטען אלטס תוצאה פונעם שואה?
דור שלישי?
דור שני
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

כ׳וויל נאר אויפקלערן איין וויכטיגע פונקט וואס איך האב געהערט פון א גרויסער טעראפיסט:

די גרעסטע פראבלעם איז, ווען מען הייבט אן לעיבלען מענטשן. מיר זענען נישט קיין גרויסע נפש עקספערטן און דעריבער קענען מיר נישט אפמאכן ווער עס איז א נארסיסיסט און ווער עס האט ב.פ.ד. און אזוי ווייטער. מיר קענען בלויז ליינען און זיך ערנערן מיט אינפארמאציע, און ווען עמיצער צייגט סימפטאמען פון נארסיסיזם אדער סיי וועלכע אנדערע פערסאנאליטי דיסארדער, קענען מיר זיך ווענדן צו א פראפעסיאנאל כדי צו קריגן א פונקטליכע אפשאצונג באזירט אויף אונזער שילדערונג.

עס זענען פארהאן קעיסעס ווי עמיצער האט אפגעמאכט אויפן לעבנס שותף אז ער/זי איז א נארסיסיסט, און צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מעשה הייבט זיך נישט אן, און אין עטליכע פעלער גאר פארקערט, דער באשולדיגער איז גאר א ליידנדער.

עס איז וויכטיג נישט צו באקלעבן מענטשן מיט טיטלען, ווייל איינמאל מען הייבט אן דערמיט איז שווער דערנאך צו זען דעם גאנצן בילד, ווייל עס איז דאך שוין באשטעטיגט אז יענער איז נישט וואליד צוליב זיין ___ דיסארדער.
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

טישטוך האט געשריבן:

;l;p-
אזוי אמת!
נארסיסט אין דער היימישער וועלט איז א לעיבל וואס מ'טיילט צו גרינג און שנעל.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

ווען איינער איז אבער באמת א נארסיסט, איז וויכטיג אז די ארומיגע זאלן וויסן.

ס'דרייען זיך ארום אסאך וואוילע נשמות וואס האלטן אז זיי זענען שלעכט, פשוט פארן נישט האבן די קלארקייט אז זייער שכן, חבר, קרוב, איז א נארסיסט וואס זיכט שטארקייט דורך אראפקלאפען אנדערע.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

@מי אדיר די ביזט אזוי קלאר און גוט!
איך קען נישט גלייבן אז כ'האב ערשט היינט אריינגעפאלן אין דעם אשכול.

דער עולם ווארט אויף נאך!

הצלחה!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
באבלאזען
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 26, 2022 3:54 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבלאזען »

fiena nieas האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
פיין האבען זיי צייט...
און זיי זעהן דערין דער פריינט וואס לאציך נישט טרעטן פון זיי...
זיי האבן נישט קיין צייט , זיי דארפן כאפן א פרישע פישל אדער קויפן נאך א הויז
קודם כל יישר כח @מי אדיר פאר די הערליכע ארבייט
קיפ איט אפ!! מיר ווילן הערן מער!!
@פיינע נייעס קענסט ביטע מסביר זיין דאס וואס דו זאגסט אז זיי האבן נישט קיין צייט, אין וואס דוקא קויפן נאך א הויז..
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

באבלאזען האט געשריבן:

פרעג איך דיר דאנאלד טראמפ וועט ליינען וועגן די נארסעסיסט אדער קויפן א הויז ?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

טישטוך האט געשריבן:
כ׳וויל נאר אויפקלערן איין וויכטיגע פונקט וואס איך האב געהערט פון א גרויסער טעראפיסט:

די גרעסטע פראבלעם איז, ווען מען הייבט אן לעיבלען מענטשן. מיר זענען נישט קיין גרויסע נפש עקספערטן און דעריבער קענען מיר נישט אפמאכן ווער עס איז א נארסיסיסט און ווער עס האט ב.פ.ד. און אזוי ווייטער. מיר קענען בלויז ליינען און זיך ערנערן מיט אינפארמאציע, און ווען עמיצער צייגט סימפטאמען פון נארסיסיזם אדער סיי וועלכע אנדערע פערסאנאליטי דיסארדער, קענען מיר זיך ווענדן צו א פראפעסיאנאל כדי צו קריגן א פונקטליכע אפשאצונג באזירט אויף אונזער שילדערונג.

עס זענען פארהאן קעיסעס ווי עמיצער האט אפגעמאכט אויפן לעבנס שותף אז ער/זי איז א נארסיסיסט, און צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מעשה הייבט זיך נישט אן, און אין עטליכע פעלער גאר פארקערט, דער באשולדיגער איז גאר א ליידנדער.

עס איז וויכטיג נישט צו באקלעבן מענטשן מיט טיטלען, ווייל איינמאל מען הייבט אן דערמיט איז שווער דערנאך צו זען דעם גאנצן בילד, ווייל עס איז דאך שוין באשטעטיגט אז יענער איז נישט וואליד צוליב זיין ___ דיסארדער.
ממש אזוי ? געווענליך ווען די ארימיגע האלטן ער איז א נארסעסיסט איז ער:)
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

שלום עליכם מיינע ליבע ברודער, איך בין אפוועזנד געווען א וויילע.

טישטוך איז 100% גערעכט, מען קען נישט און מען טאר נישט "לעיבלען" א מענטש אן א פראפעסיאנאלע דיאגנאז. אסאך מאך קען א פשוט'ע מענטש איבערשאצן, אדער האבן א טעות. דער טערמין איז לעצטנס געווארן צו אפט באנוצט. דאס איז א שרעקליכע דיסארדער וואס נישט צופיל מענטשן פארמאגן פולשטענדיג (אין די אלגעמיינע וועלט איז עס געשאצט צו ארום 5% פון די פאפולאציע, כאטש עס מוז נישט זיין גענצליך ריכטיג וויבאלד נישט יעדע קעיס ווערט באריכטעט, און ביי די אידן קען עס זיין מער אדער ווייניגער, עס איז נישט קלאר). ווי געשריבן אויבן, אסאך מענטשן האבן נאר געוויסע כאראקטעריסטישע שטריכן דערפון, מען קען ליידער טרעפן אסאך קאנטראלערס, מאניפולעיטארס, סעלפישע מענטשן וואס פארנעמען נישט קריטיק, אבער עס איז נאך נישט מוכרח אז יענער איז א נארסיסיסט.

אין מיין קאפ ליגט נאך א געוואלד מיט חומר אויף די נושא, איך האב שוין געוואלט שרייבן ווייטער, אבער איך מוז אביסל מסדר זיין מיין מח וואס קודם און וואס נאכדעם, כדי צו קענען מסדר זיין דעם אשכול כשלחן הערוך. עס וועט מיר נעמען נאך אפאר טעג.

און נאכאמאל א דאנק פאר אלע וואס באדאנקען מיר, עס גיט חיזוק אנצוגיין. הלואי זאל עס עפעס אויפטון בעז"ה.
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

איז דא עצות ווי אזוי נישט צו ווערן מאניפילעידעט פון אזא איינער? אדער דער איינציגסטע וועג איז אפהאקן??
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

ווער וויל מזכה זיין דעם ציבור מיט א PDF פון אלע ארטיקלען ביז דא ?
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
silberstein290
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 12:11 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך silberstein290 »

wow you are amazing keep it up
פון טון -ווערן זאכן געטון
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

דיעגא האט געשריבן:
איז דא עצות ווי אזוי נישט צו ווערן מאניפילעידעט פון אזא איינער? אדער דער איינציגסטע וועג איז אפהאקן??

איינער וואס איז שוין געווען מעניפילעדעט, און קלאר געווארן מיט וואספארע קראנקע כאראקטער ער דילט, און זיך אויסגעגראדט דאס ריקן, ווענדט זיך אויף דער מציאות. אסאך מאל וועט דער נארסיסט זיין דער וואס וועט נישט ווילן האבן קיין קשר מיט א געוועזענעם קרבן זיינע. ער פילט מורא'דיג שוואך אז יענער איז שוין שטארק און קלאר מיט זיך.

אסאך מאל וועט דער טראומע זיין אזוי שטארק, אז אפילו מען איז שוין געזונט און אלגעמיין, מ'האט זיך ליב און מלאט זיך נישט טרעטן, קען מען נישט דילן מיט דעם נארסיסט.

כ'מיין אז ס'ווענדט זיך בעיקר פון ווי א שטארקע נארסיסט מען רעדט, און ווי געזינט דאס מענטש איז.

@מי אדיר די עגריסט?
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דא
אטעטשמענטס
די שרעקליכע דיסארדער נארסיסיזם יט אירע פרטים.pdf
(165.3 KiB) געווארן דאונלאודעד 187 מאל
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

https://www.yiddish24.com/health/188/70284

דר. עקיבה פערלמאן אויף די נושא פון נארסיסם.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע: משה זוכמעך

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

מי אדיר האט געשריבן:
שלום עליכם מיינע ליבע ברודער, איך בין אפוועזנד געווען א וויילע.

טישטוך איז 100% גערעכט, מען קען נישט און מען טאר נישט "לעיבלען" א מענטש אן א פראפעסיאנאלע דיאגנאז. אסאך מאך קען א פשוט'ע מענטש איבערשאצן, אדער האבן א טעות. דער טערמין איז לעצטנס געווארן צו אפט באנוצט. דאס איז א שרעקליכע דיסארדער וואס נישט צופיל מענטשן פארמאגן פולשטענדיג (אין די אלגעמיינע וועלט איז עס געשאצט צו ארום 5% פון די פאפולאציע, כאטש עס מוז נישט זיין גענצליך ריכטיג וויבאלד נישט יעדע קעיס ווערט באריכטעט, און ביי די אידן קען עס זיין מער אדער ווייניגער, עס איז נישט קלאר). ווי געשריבן אויבן, אסאך מענטשן האבן נאר געוויסע כאראקטעריסטישע שטריכן דערפון, מען קען ליידער טרעפן אסאך קאנטראלערס, מאניפולעיטארס, סעלפישע מענטשן וואס פארנעמען נישט קריטיק, אבער עס איז נאך נישט מוכרח אז יענער איז א נארסיסיסט.

אין מיין קאפ ליגט נאך א געוואלד מיט חומר אויף די נושא, איך האב שוין געוואלט שרייבן ווייטער, אבער איך מוז אביסל מסדר זיין מיין מח וואס קודם און וואס נאכדעם, כדי צו קענען מסדר זיין דעם אשכול כשלחן הערוך. עס וועט מיר נעמען נאך אפאר טעג.

און נאכאמאל א דאנק פאר אלע וואס באדאנקען מיר, עס גיט חיזוק אנצוגיין. הלואי זאל עס עפעס אויפטון בעז"ה.
5 פראצענט איז זייער א הויכע נומבער
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

נשמה האט געשריבן:
דא
א גרויסן שכח
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

דיעגא האט געשריבן:
איז דא עצות ווי אזוי נישט צו ווערן מאניפילעידעט פון אזא איינער? אדער דער איינציגסטע וועג איז אפהאקן??
זייער א גוטע און זאכליכע פראגע! איך האב שוין באקומען עטליכע ענליכע שאלות אין אישי.

נאך וואס דער עולם וועט פארשטיין וואס, פארוואס און ווי אזוי די נארסיסיסטן פייניגן, וועל איך שרייבן עצות ווי אזוי צו דיעלן דערמיט.
עס איז שווער צו געבן די עצות אויב פארשטייט מען נישט דעם שורש הדבר וואס זיי ווילן פון דיר און דאדורך ווי אזוי מען קען דאס פארמיידן.

סטעי טונד. עס קומט נאך אי"ה אסאך גוטע (?) סחורה...
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

מי אדיר האט געשריבן:
דיעגא האט געשריבן:
.
סטעי טונד. עס קומט נאך אי"ה אסאך גוטע (?) סחורה...
ש'כוח, שכרך הרבה מאוד.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

נשמה האט געשריבן:
ב"ה
מי אדיר האט געשריבן:
(מסתמא סובקאנשעסלי)
איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן אז איך קלער אז אלעס איז בבחינת סובקאנשעסלי. דהיינו: די מידות ארבעטן אזוי. ס'איז נישט פשט אז דער מענטש דארף טראכטן אגאנצן צייט, נאר פון זיך אליין האלט זיך קאפ. ער איז בטבע אזוי. דו קוקסט אים אן און דו מיינסט אז ער פיהלט פאר דיר, ער פיהלט נישט פאר דיר. זיין אינסייד ארבעט אנדערש ווי דו מיינסט.
ווען די שרייבסט סובקאנשעסלי, מיינסטו אז ער כאפט בכלל נישט אז ער פייניגט יענעם? אדער ער כאפט יא, נאר ער כאפט נישט פארוואס ער טוט עס, און ער קוקט עס אן ווי זיין קרבן דיזערוועד עס?

אויב די מיינסט דער צווייטע, זענען דא וואס האלטן אז ער פייניגט קאנשעסלי?

כ'טריי צו פארשטיין וויאזוי עס איז שייך אז ער זאל זיין קאנשעס, ווען די סיבה פארוואס ער איז א נארסיסט, איז זיין סאבקאנשעס נישט קאנעקטן צו זיין אמת'ן זיך.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

מי אדיר האט געשריבן:
דיעגא האט געשריבן:
איז דא עצות ווי אזוי נישט צו ווערן מאניפילעידעט פון אזא איינער? אדער דער איינציגסטע וועג איז אפהאקן??
זייער א גוטע און זאכליכע פראגע! איך האב שוין באקומען עטליכע ענליכע שאלות אין אישי.

נאך וואס דער עולם וועט פארשטיין וואס, פארוואס און ווי אזוי די נארסיסיסטן פייניגן, וועל איך שרייבן עצות ווי אזוי צו דיעלן דערמיט.
עס איז שווער צו געבן די עצות אויב פארשטייט מען נישט דעם שורש הדבר וואס זיי ווילן פון דיר און דאדורך ווי אזוי מען קען דאס פארמיידן.

סטעי טונד. עס קומט נאך אי"ה אסאך גוטע (?) סחורה...
יישר כח.

אז די ענטפערסט שוין, וועלן מיר זיך אויך שטעלן אין די רייע.

מ'זעהט אז אסאך מענטשן מיט נארסיזם זענען גאר געשמאקע מענטשן מיט א היבשע דאזע פון יומער און כריזמע. די פארשטייסט פארוואס דעס איז אזוי?

קומט דעס ווייל איינער וואס האט נישט קיין געשמאקע כאריזמאטישער נאטור, איז איהם פשוט שווערער צו מעניפעלעיטן מענטשן, און וועגן דעם האט ער נישט קיין וועג וויאזוי עס צו דעוועלעפן?

א דאנק פון פאראויס!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
מחשבה לחומר
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 10:22 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבה לחומר »

ישר כח מי אדיר, יעצט געליינט דיין ארבייט אויף די PDF, עס איז דברים ברורים למאוד!
גיי אן!

ישר כח נשמה.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נקודה למחשבה האט געשריבן:
מי אדיר האט געשריבן:
דיעגא האט געשריבן:
איז דא עצות ווי אזוי נישט צו ווערן מאניפילעידעט פון אזא איינער? אדער דער איינציגסטע וועג איז אפהאקן??
זייער א גוטע און זאכליכע פראגע! איך האב שוין באקומען עטליכע ענליכע שאלות אין אישי.

נאך וואס דער עולם וועט פארשטיין וואס, פארוואס און ווי אזוי די נארסיסיסטן פייניגן, וועל איך שרייבן עצות ווי אזוי צו דיעלן דערמיט.
עס איז שווער צו געבן די עצות אויב פארשטייט מען נישט דעם שורש הדבר וואס זיי ווילן פון דיר און דאדורך ווי אזוי מען קען דאס פארמיידן.

סטעי טונד. עס קומט נאך אי"ה אסאך גוטע (?) סחורה...
יישר כח.

אז די ענטפערסט שוין, וועלן מיר זיך אויך שטעלן אין די רייע.

מ'זעהט אז אסאך מענטשן מיט נארסיזם זענען גאר געשמאקע מענטשן מיט א היבשע דאזע פון יומער און כריזמע. די פארשטייסט פארוואס דעס איז אזוי?

קומט דעס ווייל איינער וואס האט נישט קיין געשמאקע כאריזמאטישער נאטור, איז איהם פשוט שווערער צו מעניפעלעיטן מענטשן, און וועגן דעם האט ער נישט קיין וועג וויאזוי עס צו דעוועלעפן?

א דאנק פון פאראויס!
טאקע אינטערסאנט זיי האבן אזא טשארם מיט אזא געשמאקע שמייכל פון דא ביז קנארסי
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

דער קאווערט נארסיסיסט

איידער מיר גייען ווייטער, שפיר איך אז מיר מוזן מאכן נאך א שטיקל הקדמה אויסצושמועסן דעם "קאווערט" - באהאלטענע/שטילע נארסיסיסט, ווייל געוויסע זאכן ווערן אביסל אנדערש ארויסגעברענגט ביי זיי, און עס איז שווערער צו אידענטיפיצירן.

דער טערמין פון קאווערט נארסיסיסט, אדער ווי טייל רופן עס אן די "וואלנערעבל נארסיסיסט", "אינטראווערטעד נארסיסיסט", אדער "קלאזעט נארסיסיסט”, האבן ריסורטשערס אויסגעטראפן נאכ'ן באמערקן אז אסאך מענטשן האבן ענליכע שטריכן צו נארסיסיסטן, אבער עס איז פארט נישט אויפ'ן זעלבן פרעכן אופן ווי דער געווענליכער נארסיסיסט. אסאך מענטשן האבן זיך געמוטשעט דערמיט, ווייל מען האט נישט געקענט דערגיין וואס דער ריכטיגער דיאגנאז איז פאר די סארט חברה.

לויט רוב עקספערטן, זענען די באהאלטענע נארסיסיסטן די מערסטע שעדליך און סכנה'דיג, ווייל זיי טוען זייער רשעות פיל מער באהאלטן און אומבאמערקט, אזש עס קען נעמען יארן ביז מען כאפט וואס עס גייט פאר. ביי א אפענעם נארסיסיסט וועט די מאסקע אראפפאלן פיל שנעלער און אזא מערידזש קען זיך ענדיגן נאך געציילטע יארן, ביי די קאווערט נארסיסיסטן קען עס נעמען 20 יאר, און אפילו 30-40 יאר! די גאנצע צייט לעבט דער קרבן אין א נעפל, ער שפירט אז "עפעס" איז נישט אין ארדענונג, ער זעהט געוויסע "רעד פלעגס", אבער איז ממש נישט אומשטאנד אנצואווייזן וואס גענוי איז נישט ריכטיג. די אביוז איז שטארק באהאלטן, אויף א אופן וואס די עקספערטן רופן אן "פאסיוו-אגרעסיוו" (Passive Aggressive), וואס מיר וועלן אי"ה מסביר זיין מער באריכות אין קומענדיגן קאפיטל.

נישט קיין וואונדער, אלזא, אז פילע ריסורטשורס רופן אן די קאווערט נארסיסיסט "א וואלף אין די קליידונג פון א שעפעלע". פון א אפענע וואלף איז פיל גרינגער אכטונג צו געבן, אבער ווען דו זעסט א אומשולדיגע שעפעלע האט נישט דער קרבן קיין שום השגה אז עפעס קאכט זיך אונטער די שעפעלעס הויט.

בשעת דער אפענער נארסיסיסט וועט זיך אפט רעגן, שרייען, רופן דעם קרבן מיט שפעט-נעמען, וועט מען דאס קיינמאל נישט זעהן ביים באהאלטענעם נארסיסיסט. זיי וועלן זאגן זאכן זייער איידל און אפילו מיט א רואיגע שמייכל. צב"ש אויב דער מאן איז אביסל א צופלויגענער, וועט א אפענע נארסיסיסטישע ווייב קענען רודפ'ן "ביסט א צופלויגענער מענטש, מען קען נישט וואוינען מיט דיר", משא"כ די באהאלטענע וועט שיין ארגאניזירן זיין קלאזעט, און ווען דער מאן קומט אהיים וועט זי אים זאגן "איך האב מסדר געווען דיין קלאזעט, ווייל איך זעה אז דו אליינס קענסט זיך נישט מסדר זיין". קוקט אויס ווי גאנץ א נארמאלע סטעיטמענט, אבער דער מאן וועט שפירן דעם שטאך, ווייל דאס איז נישט אן איינמאליגע זאך; עס חזר'ט זיך איבער כסדר.

בשעת ביים אפענעם נארסיסיסט וועט מען כסדר זעהן אז זיי זוכן כבוד און אטענשאן, וועט עס דער שטילער נארסיסיסט קונצליך באהאלטן. זיי וועלן זיצן ביי א שמועס שטיל, אויסהערן יענעם, און נאר רעדן אויב מען פרעגט זיי. זיי שפילן עניוות, כאילו זיי דארפן גארנישט.

א אפענער נארסיסיסט וועט נעמען א גראבן מעסער און אריינשטעכן אינעם נפש אזש עס וועט גיסן בלוט. די באהאלטענע נארסיסיסטן נעמען קליינע דזשילעטן מיט פיצעלע בלעידס און געבן קליינע אומבאמערקבארע שניטן ווען קיינער באמערקט נישט, ניטעמאל דער קרבן אליין, און דער נארסיסיסט שפילט כאילו ער ווייסט נישט וואס גייט פאר. עס איז אבער רשעות'דיג און סטראטעגיש אויסגערעכנט צו צוברעכן דעם קרבן אויף א שרעקליכן פארנעם. דער שליסל ווארט וואס אלע עקספערטן נוצן איז "Subtle" (איך האב נישט דעם ריכטיגן אידישן ווארט דערפאר...), ד.מ. זייער צעביסלעך, שטיל און אומבאמערקבאר. זיי וועלן זייער פארזיכטיג שטילערהייט צוקלאפן דעם שותף, מאניפולירן, אלעס צוביסלעך, אן דעם וואס מען נעמט אינאכט די דעמעדזש.

דער קרבן וועט צוליב דעם לעבן אין א שטערקערע ווייטאג. ער קען נישט אויס'פיגערן וואס עס פאסירט דא. עפעס שמעקט נישט גוט אבער ער קען נישט אנצייגן וואס דאס איז. דער קרבן הערט אויף זיך אליינס צו טראסטן, וויבאלד ער קען זיך נישט אויסרעדן פאר קיינעם ווייל כמעט קיינער וועט אים נישט פארשטיין, מענטשן וועלן אים אנקוקן מאדנע אויף די "מינדערוויכטיגע פראבלעמען", אלזא שפירט ער מורא'דיג איינזאם און פארלוירן, און ער שטארבט צעביסלעך אפ פון אינווייניג מיט א פיינפולע לאנגזאמע טויטע נפש.

אין די פסיכאלאגישע וועלט איז באקאנט די משל פון א פראש וואס שטארבט צעביסלעך. דער משל בקיצור איז, ווען דו ווארפסט אריין א פראש אין קאכעדיגע וואסער, וועט עס גלייך ארויסשפרינגען און זיך גיין אפקילן. טאמער אבער דו לייגסט עס אריין אין ווארעמע וואסער (פרעש גלייכן דאך וואסער) און נאכדעם וועט מען צעביסלעך מאכן די וואסער הייסער און הייסער, וועט די פראש נישט שפירן די סכנה, ער וועט זיך עדזשאסטן זיין אייגענע טעמפעראטור ער זאל קענען פארנעמען די היץ, ביז עס קומט אן צו א פאטאלע היץ און ער איז טויט!

דער נמשל איז מיט די אביוזערס וואס ארבעטן מיט דעם אופן זייער שטיל און צעביסלעך (בפרט מיט געזלייטינג, וואס מיר וועלן שפעטער אויסשמועסן באריכות), דאס מאכט דעם קרבן פארנעפלט און אומבאוויסטזיניג צו דעם געפאר אז ער גייט בקרוב האבן א טויטע נפש. און דערפאר טאקע זענען די שטילע נארסיסיסטן אזוי שעדליך.

דער קאווערט נארסיסיסט איז פיל מער כיטרע און פיפיג ווי דער אפענער. פון דרויסן קוקט אויס ווי זיי זענען געטרייע מענטשן, זיי זארגן זיך פאר'ן שותף אדער פאר'ן קינד, זיי קוקן אויס איידל און עניוות'דיג, און מענטשן פאלן דערפאר. כאטש זיי האבן נישט קיין עמפאטיע און מיטגעפיל פאר א צווייטן, קענען זיי גוט שפילן דעם געים כאילו זיי האבן יא. זיי שטעלן זיך ארויס גוטהארציג, ברייטהארציג, זוכן צו העלפן אנדערע, עד כדי כך אז פילע מענטש וועלן גאר מקנא זיין דעם קרבן אז ער האט זוכה געווען צו אזא פאסיגע געלונגענע שותף. זייער מאסקע איז פיל בעסער ארויפגעקלעבט, אפילו פאר די נאנטע וועט נעמען יארן צו כאפן די ביטערע רעאליטעט. קינדער פון די קאווערט נארסיסיסטן וועלן ע"פ רוב גארנישט כאפן אין די יארן וואס זיי וואקסן אויף, נאר ערשט שפעטער אין לעבן ווען זיי וועלן קוקן אויף צוריק.

זיי וועלן פייניגן די שותפים אויף פאסיוו-אגרעסיוו אופנים שונים. למשל "פארגעסן" זאכן. זיי וועלן פונקט פארגעסן צו קויפן וואס דער שותף האט געבעטן, פארגעסן אפצונעמען פון געשעפט א זאך וואס דער שותף דארף וויכטיג, אדער פארגעסן צו ברענגען צום טיש וואס מען האט זיי געבעטן. אדער וועלן זיי אייביג טון זאכן "אביסל אנדערש" פון וואס מען האט זיי געבעטן, צב"ש אנקומען אביסל שפעטער צום וויכטיגן אפוינטמענט, סערווירן אביסל אנדערע סארט עסן וואס דער שותף וואלט געוואלט. דאס פאסירט מערערע מאל און דער קרבן ווערט אויפגערעגט און באליידיגט, עס טוט אים וויי אז זיינע פארלאנגען ווערן קיינמאל נישט ערפילט נארמאל, יעדע מאל טוט מען אנדערש מיט נייע תירוצים, עס מאכט אים שפירן ווי ער איז גענצליך ווערדלאז, זיינע צרכים פארנעמען נישט קיין פלאץ ביי זיין שותף. פארשטייט זיך אז דער נארסיסיסט וועט אלעס אוועקמאכן, כאילו "דו מאכסט זיך נאריש פאר קלייניגקייטן, האסט געבעטן א רויטע פאפריקע און כ'האב געברענגט א גרינע, מ'קען שוין מיינען... דו מאכסט א אישו פון א טישו...", און דער קרבן בלייבט טאקע שטיל, ער שפירט זיך נאריש (like a fool) אז ער קאמפלעינט אויף אזעלכע קלייניגקייטן, און הייבט אן טראכטן אז עפעס איז טאקע נישט ארדענונג מיט זיך אליינס, נישט מיט דעם נארסיסיסט.

אסאך פון די קאווערט נארסיסיסטן וועלן זיך אויפפירן צום שותף ווי א מחנך אדער מחנכת, וואס פרובירט פשוט "צו העלפן" דעם שותף וואקסן און ווערן בעסער... זיי טוען דערמיט אראפקלאפן און אפ'הרג'ענען דעם ביסל קאנפידענץ פונעם שותף וואס באקומט כסדר מעסעדזשעס אז טראץ וואס ער האט געמיינט ער איז א נארמאלער געשמאקער עוורידזש יונגערמאן, איז ער גאר א שלימזל און א "פעליער", מאכט כסדר טעותים און טוט אומריכטיגע זאכן, און ער דארף גאר דאנקבאר זיין דעם שותף פאר'ן אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג... עס איז שווער זיך מצייר צו זיין די נזק צער בושת פון דעם יונגערמאן וואס ווערט מחונך פון זיין ווייב, זי זאגט אים כסדר מוסר, זי נעמט קעהר פון זיין רוחניות, ווי אזוי ער פירט א שבת טיש, ווי אזוי ער לערנט מיט די קינדער, ווי אזוי ער דאווענט, וכו' וכו'. די שווערסטע חלק איז אז נישט קיין חילוק ווי שטארק מען וועט זיך פרובירן צוצושטעלן צו אלע זייערע קאפריזן, זארגט נישט... די נארסיסיסטן זענען מומחים אין אויפגראבן פרישע פראבלעמען און אישו'ס פון אונטער דער ערד אבי צו קענעם באשולדיגן דעם קרבן... דער שותף וועט האלטן אין איין הערן קאמפלעינטס וואס ער איז נאך אלץ נישט גענוג גוט, ביז ער וועט באשליסן ביי זיך אליינס אז ער איז טאקע איין שטיק דורכפאל, און זיין שותף איז א געלונגענע ערליכע מחנכת.

זיי וועלן אויך שטילערהייט לייגן די אחריות אויפ'ן שותף זיי צו מאכן פרייליך. זיי אליינס זענען דאך ליידיגע כלים מיט א גרויסע לאך פון אונטן וואס מען מוז האלטן אין איין אריינגיסן גוטע ווערטער, און זיי לייגן אומבאמערקט ארויף דעם פליכט אויפ'ן שותף. אויב האבן זיי א שוועריגקייט אדער זיי זענען אין א שלעכטע גוסטע, וועט דער שותף באיזה אופן זיין פאראנטווארטליך דערויף...

זיי זענען אויסגעצייכנט אין פארדרייען פאקטן און אויסדרייען דעם אמת צו זייער אגענדע און צולייגן תירוצים אויב עס פעלט זיך אויס. זיי זענען אייביג אומשולדיג, זיי שפילן קרבן (וויקטים) מיט א מורא'דיגע קונצליכקייט. זיי וועלן אריינלייגן ערנסטע ספיקות אינעם קרבן אז זיי זענען אביוסיוו, אזוי אז דער קרבן וועט שפירן שלעכט און סעלפיש זיי צו באשולדיגן אדער פארצוהאלטן אויף זייערע מעשים, נאר ענדערש נעמען די שולד אויף זיך אליינס.

בעת אפענע נארסיסיסטן וועלן זיך קיינמאל נישט אנטשולדיגן פאר א צווייטן, עס פאסט זיי פשוט נישט, וועלן די באהאלטענע שפילן דעם געים כאילו זיי אנטשולדיגן זיך יא, אבער דאס איז קיינמאל נישט מיט אן אמת! ווען אימער זיי וועלן זיך אנטשולדיגן, קומט עס מיט באהאלטענע כוונה פון קענען עפעס פארדינען דערפון. עס וועלן אייביג זיין "סטרינגס עטטעטשד". אבער ווי שטענדיג, וועט קיינער נישט קענען אנווייזן אז עפעס איז דא אומריכטיג, אמער, זיי האבן זיך למעשה אנטשולדיגט! נאר דער שותף וועט שפירן אז עס איז נישט מיט אן אמת, נאר אויבערפלעכליך און "סופערפישל". די קאווערטס וועלן אפילו זיך צומאל טוישן התנהגות פאר עטליכע טעג כדי די אנטשולדיגונג זאל אויסקוקן מער עכט, אבער ביז געציילטע טעג איז מפטירין כדאתמול, און אלעס גייט צוריק צום אלטן.

דער שטילער נארסיסיסט וועט אויך נישט ליב האבן ווען דער שותף באקומט אטענשאן פאר סיי וועלכע גוטע זאך זיי האבן געטון, זיי ווילן די גאנצע אטענשאן פאר זיך. דעריבער וועלן זיי צושטערן און שטילערהייט סאבאטאזשירן סיי וועלכע סעלעבראציע וואס דער שותף באקומט. זיי וועלן אויף עפעס א וועג זיכער מאכן אז דאס איז נישט בשלימות און דעם שותף'ס שמחה ווערט צושטערט, און די אטענשאן ווערט אויסגעדרייט צוריק אויף זיי. די איינציגסטע אויסנאם איז אויב זיי באקומען די קרעדיט דערפאר, ווי למשל א פרוי א נארסיסיסט וואס שטעלט צו א סעודה פאר א מאן וואס מאכט א סיום מסכת, און מענטשן וועלן זאגן "פשיהא, אזא געטרייע ערליכע ווייב"...

אויב דער שותף שטעלט זיך נישט צו צו זייערע פארלאנגען, וועלן די קאווערט נארסיסיסטן זיי באשטראפן מיט פאסיוו-אגרעסיווע אופנים, ווי נישט רעדן צו זיי, שפילן באליידיגט, וכדומה. דער שותף לערנט זיך אויס אז דא פאלגט מען, נישטא קיין מעשיות!...

זיי וועלן קיינמאל נישט פארגינען א קאמפלימענט אדער א גוט ווארט פאר'ן שותף. אפילו זיי וועלן עס זאגן מיט'ן מויל, וועט עס זיין אזא אחד בפה ואחד בלב סארט. עס ווערט גערופן "backhanded compliment", אזא קאמפלימענט וואס לאזט איבער דעם קרבן מיט א זויערע נאך-טעם, און ווייסט נישט ווי אזוי צו שלינגען דעם גוט ווארט. טאמער וועט דער שותף זיך אפרעדן אז די קאמפלימענט איז נישט צום זאך, וועט דער קאווערט מסביר זיין אז עס איז נישט ריכטיג, דער שותף דארף זיך פשוט אויסלערנען צו קענען אקצעפטירן קאמפלימענטן.

איך האב זיך דערמאנט דעם באקאנטן ווערטל, אז א מאן, אן איינגערעדטער חזן, איז אהיימגעקומען יו"ט פון ביהמ"ד נאכ'ן אראפלייגן א מוסף ווי דער עולם האט געקרימט מיט דער נאז... און זיך אויסגערעדט פאר זיין ווייב אז דער ראש הקהל האט אים פארשעמט נאכ'ן דאווענען אז ער הייבט נישט אן צו קענען דאווענען און ער איז זייער פארווייטאגט דערפון. האט אים די געטרייע ווייב "געטרייסט" און געזאגט: נע, מאך זיך נישט צו טון, ער ווייסט נישט וואס ער רעדט, ער פארשטייט בכלל נישט צו קיין חזנות, מסתמא זאגט ער נאר נאך וואס ער האט געהערט פון די איבריגע מתפללים... אט דאס איז א שקלאפטע פון א ווייב, א קאווערט פאסיוו-אגרעסיוו נארסיסיסט, וואס אירע "טרייסט ווערטער" זענען נישט מער ווי נאך זאלץ אויף די וואונדן...

אונטערשטע שורה, דער קרבן ווערט נעבעך אויסגעברענט, בשריפת הנפש והגוף קיים, קיינער ווייסט נישט וואס עס גייט פאר, קוים וואס ער אליינס כאפט אין וועלכע לאך ער געפינט זיך.

עס פאסירט אפט ביי קרבנות אז אין די שפעטערע יארן, ווען די קאפ דרייעט זיך פון די בהלה'דיגע נעפל אין וואס מען געפינט זיך, הייבט מען אן שפיאנירן אויפ'ן נארסיסיסט. מען הערט אונטער זייערע טעלעפאן געשפרעכן, מען קוקט איבער זייערע טעלעפאנען און טעקסט, ביי די גויים די סאשעל מידיא, מען פרובירט אליינס קלאר צו ווערן וואס עס גייט פאר ווי אויך האבן די מעגליכקייט מסביר צו זיין פאר אנדערע. ליידער אבער העלפט עס נישט צופיל, כאטש דער קרבן אליינס ווערט שוין קלאר איבער די שרעקליכע אביוז, וועלן אבער די ארומיגע ע"פ רוב נישט כאפן דעם פראבלעם און וועלן נאך פרובירן צו "מאכן שלום בית"... זיי וועלן נישט פארשטיין דעם קרבן און אים פרובירן "מסביר צו זיין" אז ער קריכט אויף גראדע ווענט און רעדט זיך אפ אויף נארישע פראבלעמען. די צער פון די קרבנות איז עד אין לשער.

רוב מאל, נאך לאנגע יארן וועט דער קרבן ענדליך רעאליזירן אין וועלכע ביטערע פאסטקע ער איז פארכאפט, און וועט כמובן אנהייבן פרובירן זיך ארויסצוזעהן דערפון. דאן ווען די מאסקע פון די קאווערטס הייבן אן אראפצוקומען, וועט געווענליך זייער שלעכטסקייט ארויסקומען מער אפן, און זיי וועלן צוביסלעך ווערן א מער ווי א אפענער נארסיסיסט.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”