בלאט 3 פון 15

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 3:29 pm
דורך ברוך
הרב קבל!
דו בוזט גערעכט, אבער ווי אזוי קען מען גיין חאלעמויד האלטן ווען און זייט פון דיר קען מען זעהן געהעריגע ברעקעלעך?

איינער קען מיך פליז ארויסהעלפן?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 03, 2010 8:25 am
דורך צים פינטעל
יארן צוריק האב איך געהאט א פראדוקט, וואס איז געווען אזא מין ליקוואוד וואס מען האט עס ארויף געשמירט אויף א פעיפער פון די בעק, און אלעס וואס איז געווען געפרינט אויף די פעיפער האט זיך געקאפיעט אויף די אינטערשטע זאך, ווי למשל א T-Shirt א.ד.ג. איך בין שוין געווען אין אסאך "ארטס און קרעפטס" סטארס כאב עס נאכנישט געטראפען, כאב אפילו נישט געוויסט פונקטליך ווי אזוי צו מסביר זיין פאר זיי וואס איך מיין אויף ענגליש, אפילו אויף אידיש ווייס איך נישט צו די עולם וועט כאפן וואס איך מיין
ביטע העלף

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 7:34 pm
דורך CID
איז דא א זא זאך ווי CD PLAYER זאל אויכט זיין א EXTERNAL USB DRIVER פאר א קאמפיטער :?:

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 7:35 pm
דורך CID
און וואס איז די בעסטע דיעל אויף א CD MP3 PLAYER :?:

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 17, 2010 4:14 pm
דורך שוועמל
אזויווי איך בין עלערזשיק צו קעלט, זוך איך מיר צו שאפן א גוטן ווארימען קויט מיט א FUR ליינינג דערינען.
ווייסט איינער צי ס'יז טאקע אזוי ווארים?

וואו קען מען דאס שאפן פאר מענער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 18, 2010 11:29 am
דורך צים פינטעל
אזוי ווי איך זעה אז דער עולם האט מיר נישט פארשטאנען וועל איך איבערשרייבן מיין תגובה.
אין בארא פארק וואוינט א דעעשער רבי (כמיין אז סדא וואס רופן אים רבי מענדל דעעשער) אלס נהנה מיגע כפו פארקויפט ער אלע מיני סחורות פאר רעבישע טיש בעקיטשעס, קאלירטע, ווייסע, זיידענע און פאליעסטער. פרעגט עני גבאי פון א גרויסען אדמו"ר וועט ער וויסען פון אים,
דער דעעשער רבי האט אויך אביסל פון די האר פאר די טילעפס, צומאל האט ער נישט אבער ער וועט וויסען אסאך אינפא. ווי מען קען עס האבן, ער איז א בעל מידות נפלא נוח לשמים ונוח לבריות, יעדער קען אים רופן ער וועט ענטפערען פאר יעדען איינעם (זוי מיינעך)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 18, 2010 12:38 pm
דורך thefact
צים פינטעל האט געשריבן:אזוי ווי איך זעה אז דער עולם האט מיר נישט פארשטאנען וועל איך איבערשרייבן מיין תגובה.

צים פינטל
איר זענט 100 פראצענט גערעכט! אגב חרפיה לא דק...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 18, 2010 1:35 pm
דורך גימעל
שוועמל האט געשריבן:אזויווי איך בין עלערזשיק צו קעלט, זוך איך מיר צו שאפן א גוטן ווארימען קויט מיט א FUR ליינינג דערינען.
ווייסט איינער צי ס'יז טאקע אזוי ווארים?

וואו קען מען דאס שאפן פאר מענער?


זינגער'ס קלאודינג עדווערטייזט יעצט אז זיי האבן עס.
(די פרייז איז בערך 7-8 הונדערט דולער.)

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 23, 2010 12:50 pm
דורך גימעל
איך זוך צו קויפען א אפיס טיש, L SHAPE, מיט לעדלעך, און קיבארד, אויב מעגליך זאל די פראנט זיין פארמאכט, פאר א צוגענגליכע פרייז.
איך זאל עס נישט דארפן אליינס צוזאמשטעלן.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 23, 2010 1:28 pm
דורך שוועמל
יישר כח ג'.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 26, 2010 10:26 am
דורך חושים בן דן
אונגארישער האט געשריבן:איך זיך צי קויפן די PIGGY BANK וואס איז געווען באשריבן אין די בלאט ביי די טעקנאלעדזשי אפטיילונג



http://www.amazon.com/s/qid=1267204518/ ... ggy%20bank

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 26, 2010 10:54 am
דורך חושים בן דן
פריילאך האט געשריבן:
פריילאך האט געשריבן:עס אמאל געווען צובאקומען אזא SHABBOS SWITCH פאר REFRIGRIATORS.

צובאדעקען דעם סוויטש וואס לעשט אויס די לעקטער, מען האט דאס ארויפגעקלעבט נעבן דעם BOTTON , און מען האט עס געקענט שלעבן אהער און אהין.

זיכענדיג אנליין, אין אידישע יודעיקא געשעפטן, שטייט איבעראל "נאט עוועליבל",
ווייסט איינער ווי מען קען עס באקומען???

אדער אן אנדער עצה, (חוץ ארויסדרייען די באלבס. אגב האבן זיי געשריבן דעמאלט אז עס איז דא נאך פראבלעמען וועגען חילול שבת אין רעפריגידער וואס ווערט געלעזט דורך דעם סוויטש)?



רבותי מיין לעמפלעך האבן זיך אנגעצינדען בעצם יום השבת קודש, אלעס איז געגאנגען כאדאראם...

די מוחים האבן אנגעהויבן צו שרייען...

די יודעי הלכה האבן אנגעהויבן צו טענה'ן...

די קינדער האבן געבויט א געביידע מיט קליקס, די טיר זאל האלטן אפען...

גע'ענדיגט האט זיך, אז עס האט זיך יא פארשפארט, די יעניגע האבן גובר געווען, אבער ברוב חסדי השם איז שוין געווען שבת נאכמיטאג, און נאר די שלש סעודות מאגערע סעודה האט געמוזט אויסווארטען..

געלעכטער אין א זייט, א עצה ביטע.

פארוואס זאל נישט זיין אזא פראדוקט וואס יעדע שטוב קען ניצן לכבוד שבת?


איך האב נישט געהאט קיין געדולד צו זיכן, האבעך געמאכט א פאטענט מיט וועלקרא וואס קוקט אויס בערך אזוי: איך האב גענומען צוויי שטיקלעך פון די וועלקרא (שטעכעדיגע זייט) ווייניגער פון א כזית... און געלייגט איינס ביים רעכטן זייט פונעם סוויטש און די אנדערע ביים לינקן זייט אפגערוקט מיט אן אנדער-האלבן אינטש פונעם סוויטש, דערנאך האב איך גענומען די וועלקרא (גלאטע זייט) היפש לאנג (בערך 5 אינטשעס) יעצט דא קומט די קאפ פארט, די וועקרא איז פון איין זייט קלעבעדיג און פון די אנדערע זייט איז עס וועלקרא, יעצט וואס דו טוסט איז אזוי, דו בייגסט איין ס'שטיקל 2 אינטשעס אויף 3 ד. ה. אז ס'זאל בלייבן איין אינטש פון דו קלעבעדיגע פארט אויפגעדעקט, יענער אינטש ווערט אטעטשד צום פרידשדער ביים אפענעם חלק (די לינקע זייט פונעם סוויטש וואו ס'דא אן אנדער-האלבן אינטש אפען). יעצט ווען ס'קומט ערב שבת, נעמסטו דעם שטיקל און קלעבסט אראפ די סוויטש, ווידעראום מוצ"ש, קלעבסטו עס אויף און לייגסט עס אויפ די אנדערע חלק.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 02, 2010 9:22 am
דורך פריילאך
ישר כח ר' חושים.

סאונד גאנץ גוט, כאטש איך פארשטיי נאך נישט פינקליך וויאזוי א שטיקל וועלקרא קען אראפהאלטן דעם באטען. איך האף נישט צו האבן סורפרייזעס אינמיטען שבת...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 02, 2010 12:46 pm
דורך גימעל
איך זוך צי קויפן א פענטאון בוק, פאר א גוטע פרייז.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 03, 2010 6:06 pm
דורך קוויטל
גימעל האט געשריבן:איך זוך צו קויפען א אפיס טיש, L SHAPE, מיט לעדלעך, און קיבארד, אויב מעגליך זאל די פראנט זיין פארמאכט, פאר א צוגענגליכע פרייז.
איך זאל עס נישט דארפן אליינס צוזאמשטעלן.

http://www.jr.com/bush-ind-/pe/BUS_WC2183003/

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 03, 2010 6:20 pm
דורך גימעל
א דאנק קוויטעל, אבער ביי די טיש איז נישט פארמאכט די פראנט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 16, 2010 7:53 am
דורך שוועמל
איך זוך א O RING פאר מיין אלטע אייווא קאסעטט פלעיער, דער קליינער בעלט וואס דרייט דעם מאטאר האט זיך צוריסן.

OD: 1-7/8
ID: 1-27/32
GAUGE: 1/32

ווייסט איינער ווער סהאט די מיני זאכן דא לאקאל?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 16, 2010 9:13 am
דורך פריילאך
זיך צו קויפן א גיטען סטיריא סיסטעם פארן שטוב.

זאל קענען נעמען טעיפ (וואסאיזדאס)- סידיס - מפ3 -

נישט צו גרויס און זאל זיך האלטן לאורך ימים..

עניוואן?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 4:43 pm
דורך באנקיר
איך זיך צוקויפן א קליין digital weather forecast פאר'ן שטוב וואס ארבעט אויף בעטעריס, וועלכע איז די מערסטע אקוראט

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 8:50 pm
דורך סאדע_באטל
איך זוך צו קויפן פאר א אלטע קאר, די וואס האט נאך די באמפ צווישן די צוויי פראנט זיצן אויף די פלאר, פלעגט זיין א ספעציעלע האלטער פאר סטארעדזש, וואס ליגט דארט, עס האלט זיך מיט אזא פלעסטיק פון ביידע זייטן פון די באמפ.
איינער ווייסט ווי מען קען דאס באקומען ? וויאזוי עס הייסט אין ענגליש ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 03, 2010 8:06 am
דורך באנקיר
איך זיך צוקויפן א קליין digital weather forecast פאר'ן שטוב וואס ארבעט אויף בעטעריס, וועלכע איז די מערסטע אקוראט

האט איינער עקספיריענס מיט די פראדוקט?
brookstone wireless weather forecasters

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 6:47 am
דורך גרויזאמער
איך זוך א פראדוקט פאר מיין טעלעפאן אויפן אפיס טיש, וועלכע זאל ארבעטן אזויווי א וועקיום קלינער ווייער וואס ציט זיך אריין און ארויס, זאל עס מאכן אז די טעלעפאן ווייער זאל זיך ארויסציען ווען איך ציה אוועק דעם טרייבל פונעם טעלעפאן, און ווען איך לייג אראפ זאל זיך עס צוריקצוזאמענלייגן.

עני אינפאראמאציע?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 6:54 am
דורך פריילאך
א גוטע איידיע גרויזי.

און אויב מעגליך זאל עס אויך אריינציען די שטויב און דענדעראף פון מיין אקסעל...

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 7:09 am
דורך צים פינטעל
כאב אמאל געטראכט צו מאכן אזא איידיע וואס זאל צוזאםלייגן די תפילין

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 12:24 pm
דורך קרעמער
גרויזאמער האט געשריבן:איך זוך א פראדוקט פאר מיין טעלעפאן אויפן אפיס טיש, וועלכע זאל ארבעטן אזויווי א וועקיום קלינער ווייער וואס ציט זיך אריין און ארויס, זאל עס מאכן אז די טעלעפאן ווייער זאל זיך ארויסציען ווען איך ציה אוועק דעם טרייבל פונעם טעלעפאן, און ווען איך לייג אראפ זאל זיך עס צוריקצוזאמענלייגן.

עני אינפאראמאציע?

ווער נוצט נאך טעלעפאנען מיט דראטן?