בלאט 2 פון 15
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 11:12 pm
דורך שוועמל
וויאזוי?
האסט א שנעלע וועג?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 7:48 am
דורך farshlufen
ג"א מצטרף:
שוועמל האט געשריבן:וויאזוי?
האסט א שנעלע וועג?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 9:01 am
דורך פריילאך
ארטיסט האט געשריבן:ס'שוין צייט אריבערצולייגן די טעיפס אויף סי די'ס...
איך וועל מוזן מחולק זיין מיט ענק אלע דריי.
ווייל די קריצען וואס די סידיס באקומען, איז אסאך ערגער ווי א טעיפ וואס מען דארף איבערדיריין יעדע האלבע שעה, אדער ווערט געדעמדזשט אויב א קינד שלעפט ארויס די ברוינע שטריק.
אדרבה, א עצה אז סידיס זאל זיך האלטען לאורך ימים ושנים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 9:13 am
דורך אינגערמאן
פריילאך, מען קען קויפן ביי ובלכתך בדרך - קרן שמואל ישעי' - און אפי' ביי אונזער אלעמען באליבטן "סטעפלס" (פרעג נאר גרויזאמער...) אזעלכע פלעסטיקס וואס מען לייגט ארויף אין בעק פון די סידי, און דאן מעג זיך די סידי דרייען ביי די קליינע און ביי די גרויסע, ביים באקן ביים קאכן... און וואו נישט?! איך האב געקויפט א 10 פלעסטיקס פאר א נישטיגע פאר דאלער און איך טויש עס אלטץ אויף מיינע פרישע סידיס וואס איך קויף. די אלטע אין קלאזעט ווערט דאך נישט צוקראצט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 2:59 pm
דורך אונגארישער
איך זיך צי קויפן די PIGGY BANK וואס איז געווען באשריבן אין די בלאט ביי די טעקנאלעדזשי אפטיילונג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 07, 2010 12:18 pm
דורך שלמי
איך גלייך דעם נאמען פונעם קאמפאני, ראלס-רויס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 07, 2010 12:26 pm
דורך שוועמל
כ'אב עס געזען ביי בלומינגדעלס.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 11, 2010 9:08 am
דורך הערשי קניהויז
קודם וויל איך וויסן צו ס'איז בכלל דא אזא זאך
איך זיך א דידשיטעל קעמערע נאר פאר פיקטשערס מען זאל נישט קענען כאפן דערמיט קיין קליפס.
יישר כח.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 11, 2010 10:56 am
דורך אונגארישער
נישט דא דערווייל אזא זאך

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 11, 2010 2:13 pm
דורך אונגארישער
שוועמל האט געשריבן:כ'אב עס געזען ביי בלומינגדעלס.
רעדסט צי מיר ?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 12, 2010 9:01 am
דורך פריילאך
עס אמאל געווען צובאקומען אזא SHABBOS SWITCH פאר REFRIGRIATORS.
צובאדעקען דעם סוויטש וואס לעשט אויס די לעקטער, מען האט דאס ארויפגעקלעבט נעבן דעם BOTTON , און מען האט עס געקענט שלעבן אהער און אהין.
זיכענדיג אנליין, אין אידישע יודעיקא געשעפטן, שטייט איבעראל "נאט עוועליבל",
ווייסט איינער ווי מען קען עס באקומען???
אדער אן אנדער עצה, (חוץ ארויסדרייען די באלבס. אגב האבן זיי געשריבן דעמאלט אז עס איז דא נאך פראבלעמען וועגען חילול שבת אין רעפריגידער וואס ווערט געלעזט דורך דעם סוויטש)?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 3:18 pm
דורך שוועמל
איך זוך א סידי פון גאנץ תהלים, ווי איינער זאגט פאר מיט א קלארן לשון כדי בשעת'ן דרייוון זאל איך קענען זאגן קאפיטלעך תהלים.
מען זאל קענען מישן פון טרעק צו טרעק פארשטייט זיך, 150 טרעקס.
(אגב, איז עס מותר להלכה אלס תורה שבכתב?)
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 3:32 pm
דורך farshlufen
שוועמל, אנלעס ביסט אין די גיסטע פון זאגן זייער שטאט, וועסטו צופלאצט ווערן פאר לאנגוויליגקייט.
איך זוך אויך כנ"ל אבער נאר אויב עס נעמט לכל היותר א שעה אין טאטעל.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 20, 2010 8:12 am
דורך פריילאך
שוועמל האט געשריבן:איך זוך א סידי פון גאנץ תהלים, ווי איינער זאגט פאר מיט א קלארן לשון כדי בשעת'ן דרייוון זאל איך קענען זאגן קאפיטלעך תהלים.
מען זאל קענען מישן פון טרעק צו טרעק פארשטייט זיך, 150 טרעקס.
(אגב, איז עס מותר להלכה אלס תורה שבכתב?)
ווי איך דענק האט איינער פון די גמח'ן פארקויפט אזאנס, פארגעזאגט דורך הרב פעלבראנד.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 20, 2010 10:29 am
דורך שוועמל
כ'אב גראדע געפרעגט א מורה הוראה דערוועגן, ער זאגט ס'יז זייער נישט אויסגעהאלטן (מ"ב).
לע"ע בין איך זיך מונע פון דער געדאנק.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 20, 2010 11:27 am
דורך 3x0
קרן שמואל ישעי' האט אזאנס, און עס איז פארגעזאגט דורך ר' הערשל קאהן פון קרית יואל.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 20, 2010 11:36 am
דורך farshlufen
שוועמל, איני יודע וועם דו האסט געפרעגט אבער אויף צו זאגן תהלים אויסענוויניג איז דא א היתר.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 20, 2010 1:02 pm
דורך שוועמל
געזאגט האט ער נישט אז ס'יז אסור נאר ס'יז נישט גלייך.
באמת איז עס א מחלוקה לויטן חזו"א איז אסור דלא שגור בפי הכל, און לויטן מ"ב איז יא מותר וויבאלד ס'יז תחנונים, און ס'יז נישט קיין חומש, און ס'יז נישט להוציא אחרים.
ער טענה'ט אז דערפאר זענען געמאכט געווארן די אנדערע תורה טעיפס..
בכ"א יש על מי לסמוך להתיר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 3:16 pm
דורך farshlufen
איך זוך א גוטע מיני סטיריא שעלף סיסטעם מיט USB input, און פארשטייט זיך cd/mp3 ווי אויך א קאסעט פלעיער, קען מען טרעפן אזא סארט צוזאמענשטעל?
זיכענדיג האב איך באגעגנט אן אינטערסאנטער אדאפטער וואס איך האב נישט געוואוסט אז עס עקזיסטירט:
http://usb.brando.com/usb-cassette-mp3- ... 35d15.html
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 12:32 pm
דורך שוועמל
אינגערמאן האט געשריבן:פריילאך, מען קען קויפן ביי ובלכתך בדרך - קרן שמואל ישעי' - און אפי' ביי אונזער אלעמען באליבטן "סטעפלס" (פרעג נאר גרויזאמער...) אזעלכע פלעסטיקס וואס מען לייגט ארויף אין בעק פון די סידי, און דאן מעג זיך די סידי דרייען ביי די קליינע און ביי די גרויסע, ביים באקן ביים קאכן... און וואו נישט?! איך האב געקויפט א 10 פלעסטיקס פאר א נישטיגע פאר דאלער און איך טויש עס אלטץ אויף מיינע פרישע סידיס וואס איך קויף. די אלטע אין קלאזעט ווערט דאך נישט צוקראצט.
דא האב איך געזען אזא מין זאך, 5 פלעסטיקס פאר 13 טאלער איז זייער טייער, מקען שוין באלד קויפן א נייע סידי פאר דעם געלט.
http://www.jewishsoftware.com/products/ ... 1264532990
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 8:00 am
דורך פריילאך
טעלפאנירט קרן שמואל ישעי', זיי האבן נישט.
ווער יא, אזא זאך וואלט געדארפט זיין אין יעדען געשעפט ווי מען פארקויפט סי דיס
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 8:08 am
דורך אינגערמאן
איך האב עס געקויפט ביי ובלכתך בדרך מיט א שטיק צייט צוריק פאר צוויי - דריי דאלער. גיב זיי א רוף אן מסתמא פארקויפן זיי עס נאך אלטץ.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 10:43 am
דורך ברוך
דאכציך אז איך האב עס שוין איינמאל געשריבן, אבער חזרה שאדט נישט.
עס קומט שוין באלד פסח, און ביי מיין קאר איז דא א גוטע פאר פלעצער וואס עס איז זייער שווער צוצוקומען, אוןצו וועלכע קאר וואש איך בין נאר געגאנגען בינעך נישט געהאלפען געווארען, וואס איך האלט אבער אז מיט א קאמפרעסער קען מען יא ארויסבלאזן די חמץ פון די פארשטיפטע ערטער,
סאו זיך איך א עלעקטראנישע לכאורה הייסטעס עיר-דאסטער, עס ברויך צו זיין מינומום א פוס לאנג, און מאקסימום א האלבע אינטש ברייט. און לכתחילה וואס מען קען איינפלאגען ביי די קאר אדאפטער (דאס איז נישט קיין מאסט)
הילף ביטע
לא יראה לך
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 11:32 am
דורך קבל את האמת
אלץ עצה טובה קוקט נאך אין שו"ע צו מאכן זיכער.
איר דארפט נישט ארויסשלעפען שפריצט אריין אין די לעכער עפעס א שארפע זאך למשל עמאניע און פסלט עס מאכילת כלב איז עס מבוער
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 29, 2010 7:48 am
דורך פריילאך
פריילאך האט געשריבן:עס אמאל געווען צובאקומען אזא SHABBOS SWITCH פאר REFRIGRIATORS.
צובאדעקען דעם סוויטש וואס לעשט אויס די לעקטער, מען האט דאס ארויפגעקלעבט נעבן דעם BOTTON , און מען האט עס געקענט שלעבן אהער און אהין.
זיכענדיג אנליין, אין אידישע יודעיקא געשעפטן, שטייט איבעראל "נאט עוועליבל",
ווייסט איינער ווי מען קען עס באקומען???
אדער אן אנדער עצה, (חוץ ארויסדרייען די באלבס. אגב האבן זיי געשריבן דעמאלט אז עס איז דא נאך פראבלעמען וועגען חילול שבת אין רעפריגידער וואס ווערט געלעזט דורך דעם סוויטש)?
רבותי מיין לעמפלעך האבן זיך אנגעצינדען בעצם יום השבת קודש, אלעס איז געגאנגען כאדאראם...
די מוחים האבן אנגעהויבן צו שרייען...
די יודעי הלכה האבן אנגעהויבן צו טענה'ן...
די קינדער האבן געבויט א געביידע מיט קליקס, די טיר זאל האלטן אפען...
גע'ענדיגט האט זיך, אז עס האט זיך יא פארשפארט, די יעניגע האבן גובר געווען, אבער ברוב חסדי השם איז שוין געווען שבת נאכמיטאג, און נאר די שלש סעודות מאגערע סעודה האט געמוזט אויסווארטען..
געלעכטער אין א זייט, א עצה ביטע.
פארוואס זאל נישט זיין אזא פראדוקט וואס יעדע שטוב קען ניצן לכבוד שבת?