... איך זוך א פראדוקט...

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » פרייטאג יוני 04, 2010 2:39 pm

גרויזאמער האט געשריבן:איך זוך א פראדוקט פאר מיין טעלעפאן אויפן אפיס טיש, וועלכע זאל ארבעטן אזויווי א וועקיום קלינער ווייער וואס ציט זיך אריין און ארויס, זאל עס מאכן אז די טעלעפאן ווייער זאל זיך ארויסציען ווען איך ציה אוועק דעם טרייבל פונעם טעלעפאן, און ווען איך לייג אראפ זאל זיך עס צוריקצוזאמענלייגן.

עני אינפאראמאציע?


גרויזי, דו מיינסט דאס?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 04, 2010 3:45 pm

איך האב פארשטאנען אז ער רעדט פונעם ווייער וואס לויפט צווישן דעם טרייבל און דעם באזע (צווישן די בעיס און די רעסיווער), נישט די ליניע וואס לויפט צום שטעקער.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג יוני 04, 2010 5:09 pm

גרויזאמער האט געשריבן:איך זוך א פראדוקט פאר מיין טעלעפאן אויפן אפיס טיש, וועלכע זאל ארבעטן אזויווי א וועקיום קלינער ווייער וואס ציט זיך אריין און ארויס, זאל עס מאכן אז די טעלעפאן ווייער זאל זיך ארויסציען ווען איך ציה אוועק דעם טרייבל פונעם טעלעפאן, און ווען איך לייג אראפ זאל זיך עס צוריקצוזאמענלייגן.

עני אינפאראמאציע?

http://www.amazon.com/Retractable-Hands ... B000LNMZ0O
קארענטלי אנעוועלעבל, זעהט אויס גרויזי האט אויסגעקויפט דאס לעצטע שטיקל..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מוצ"ש יוני 05, 2010 8:29 pm

א קארדלעס אפיס פאון איז נישט א שלעכטע לעזונג צו דיין פראבלעם
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג יוני 06, 2010 7:02 am

איך זוך צו קויפן א ביליגער אבער גוטער "עליפטיקעל -Elliptical". (דאס איז געוויסער געצייג אויף וועלעכע מענטשן לויפן בכדאי אפצופאלן וואג.)

די וואך ערב שב"ק האט זיך מיין איצטיגער עליפטיקעל צובראכן. דער 'בעלט' וואס דרייט אלעס האט זיך ארויסגעריקט פונעם סיסטעם. ערליכע סקראוס האבן זיך צובראכן, איך האב דאס אויפגעמאכט, זיך שמוציג געמאכט און פראבירט צו פארעכטן נעכטן נאכט אבער דערווייל אן ערפאלג. איך זוך א נייער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יוני 24, 2010 1:55 pm

ווי קען מען קויפן די מאשין וואס מנוצט אין די ביזנעס פלעצער צו פאנטשען די קארד,
איך ווייס פשוט נישט ווי אזוי עס ווערט אנגערופן אויף ענגליש

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דאנארשטאג יוני 24, 2010 2:01 pm

Staples
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג יוני 24, 2010 2:05 pm

כהיום הייסט עס TIME CLOCK SYSTEMS עיין על האינטערנעט, אבער בדרך כלל איז כדאי דאס דורכצושמועסען מיט אייער פעי ראול קאמפאני, וועלכער וועט ארבעטען אמבעסטען מיט זייער סיסטעם
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יוני 24, 2010 2:18 pm

א גרויסן יישר כח
איך דארף עס פשוט צו האלטן חשבון אויף ארבייט וואס איך ארבייט אויף די שעה

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דאנארשטאג יוני 24, 2010 3:02 pm

צים פינטעל האט געשריבן:א גרויסן יישר כח
איך דארף עס פשוט צו האלטן חשבון אויף ארבייט וואס איך ארבייט אויף די שעה

איך טראכט ס'קען מיר אפשר אויך צונוץ קומען ממילא פרעג איך

אפשר קענסטו מסביר זיין ווי אזוי קענסטו פון אזא מאשין וואס מען פאנטש די קארטל האלטן חשבון אויף די שעה וואס דו ארבעטסט?

(קען זיין איך האב נישט גוט פארשטאנען, אויב נישט זיי מסביר ביטע, יישר כח)
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דאנארשטאג יוני 24, 2010 3:50 pm

מעגליך אז דאס איז גוט פאר דיר

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יוני 24, 2010 4:18 pm

צו האלטן חשבון אויף די ארבעט שעות, נוץ איך א פשוט'ע טיימע פון WEST BEND. עס האט 3 טיימערס, קען לויפן ארויף און אראפ (צו טיימען ארבעט, און אנצושטעלן א דערמאנונג).

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יוני 24, 2010 10:38 pm

ווארד2007 האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:א גרויסן יישר כח
איך דארף עס פשוט צו האלטן חשבון אויף ארבייט וואס איך ארבייט אויף די שעה

איך טראכט ס'קען מיר אפשר אויך צונוץ קומען ממילא פרעג איך

אפשר קענסטו מסביר זיין ווי אזוי קענסטו פון אזא מאשין וואס מען פאנטש די קארטל האלטן חשבון אויף די שעה וואס דו ארבעטסט?

(קען זיין איך האב נישט גוט פארשטאנען, אויב נישט זיי מסביר ביטע, יישר כח)


למשל אז איך ארבייט פאר געציל און אינמיטן ארביייטן קאלט איינער אריין און איך מוז מפסיק זיין נעם איך געציל'ס קארטל און איך פאנטש עס ארויס, א.א.וו.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יוני 24, 2010 10:39 pm

מאנאגרעמס האט געשריבן:מעגליך אז דאס איז גוט פאר דיר


סאיז נישט אזוי גיט ווייל איך דארף אריינטייפן די שעות
(זוי מיינעך אפשר כאפ איך עס נישט)
יישר כח עניוועי

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג יוני 25, 2010 7:41 am

איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב פארגעסן צוריקצוקומען צו דעם אשכול טשעקן צו איינער האט מיר געגעבן א עצה פאר מיין טעלעפאן פראבלעם, נעכטן שפאציר איך אריין במקרה אין דעם אשכול און איך דערמאן מיך פון מיין שאלה, איך זעה א שיינע פאר ענטפערס, איינס בעסער פונעם צווייטן, איך וויל זיך באדאנקן פאר יעדעם באזונדער, עס האט מיר געגעבן די איידיע וויאזוי מען רופט דאס און אויף וואס צו זוכן. איך בין אנגעקומען צו דעם פראדוקט:

http://www.officedepot.com/a/products/6 ... -16-Clear/

און איך האב עס געארדערט. איך האף צו אפדעיטן ווען איך באקום עס צו עס איז גוט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » פרייטאג יוני 25, 2010 7:54 am

נו בין איך טאקע נייגעריג צו הערן וויאזוי עס ארבייט זיך אויס,
אין מיין דמיון זעה איך שוין ווי די ווייער דרייט זיך צוריק מיט אן אימפעט מיטשלעפענדיג פענס, פעפערס, און קליפס, אומווארפענדיג האלבע אנגעפולטע קאפי קאפס אין גרויזאמער איז רויט פאר כעס און ברוין פון קאפי,
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג יוני 25, 2010 8:55 am

גרויזי, אסאך געלט פאר אזא נישטיגע זאך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג יוני 25, 2010 8:59 am

שוועמל האט געשריבן:גרויזי, אסאך געלט פאר אזא נישטיגע זאך.


איך געדענק ווען דו האסט דאס גע'טענה'ט ווען די גלעזער שמאטעס זענען ארויסגעקומען און די סטארס האבן געבעטן דערפאר 2 דאלער (א ריזן סכום בימים ההם), האסט זיך דעריבער ארומגעדרייט מיט א גרויסע קלינינג שמאטע אין טאש. איי איז דאס געווען צייטן.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג יוני 25, 2010 9:47 am

חחחחחחחחחחח

די וועליו איז טאקע ארויף זייט כ'אב עס גענוצט, היינט קאסט א קלינינג שמאטע טייערער,
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 25, 2010 10:40 am

צים פינטעל האט געשריבן:
ווארד2007 האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:א גרויסן יישר כח
איך דארף עס פשוט צו האלטן חשבון אויף ארבייט וואס איך ארבייט אויף די שעה

איך טראכט ס'קען מיר אפשר אויך צונוץ קומען ממילא פרעג איך

אפשר קענסטו מסביר זיין ווי אזוי קענסטו פון אזא מאשין וואס מען פאנטש די קארטל האלטן חשבון אויף די שעה וואס דו ארבעטסט?

(קען זיין איך האב נישט גוט פארשטאנען, אויב נישט זיי מסביר ביטע, יישר כח)


למשל אז איך ארבייט פאר געציל און אינמיטן ארביייטן קאלט איינער אריין און איך מוז מפסיק זיין נעם איך געציל'ס קארטל און איך פאנטש עס ארויס, א.א.וו.

מיין פשוט'ע טיימער איז פונקט גוט פאר דעם!

ווען דו האלטסט אינמיטן א דזשאב פאר געציל, לאזטו לויפן טיימער 1. ווען גימפל רופט אריין, שטעלסטו אפ טיימער 1 ביים ערשטן קלונג, און ווען דו הייבסט אן ארבעטן פאר גימפל'ן דרוקסטו אראפ טיימער 2. האסט נאך א דריטן טיימער אויב זרח וועט זיך אויך דערמאנען אז ער וויל עפעס פון דיר אינעם היינטיגן טאג.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 25, 2010 10:42 am

קרעמער האט געשריבן:צו האלטן חשבון אויף די ארבעט שעות, נוץ איך א פשוט'ע טיימע פון WEST BEND. עס האט 3 טיימערס, קען לויפן ארויף און אראפ (צו טיימען ארבעט, און אנצושטעלן א דערמאנונג).

דא האסטו א בילד פון מיין טיימער (דאכט זיך מיר אז אין די לאקאלע געשעפטן קען מען עס באקומען פאר ביליגער ווי $22)
http://www.focuselectrics.com/finditem.cfm?itemid=1094

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » פרייטאג יוני 25, 2010 12:19 pm

קרעמער יישר כח סקוקט טאקע אויס גיט
די האסט אזאנס? סאיז גרינג זיך אן עצה צו געבן מיט אים?
אויב יא האבעך עס געזען פאר בערך 13 דאללער אויף עמעזאן

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 25, 2010 1:52 pm

גרינג? נישטא גרינגער פון דעם...

צו דער זייט דארף מען האבן אזא ראול ביכל וואס דער מלמד אין חדר פארמאגט, דארט צייכנט מען אן יעדע דזשאב ווילאנג עס האט געדויערט, אדער קענסטו האלטן חשבון אויף איינע פון די קאמפיוטער פראגראמען.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מאנטאג אוגוסט 09, 2010 12:46 pm

אקעי, ס'דערשטער מאל כ'בין אין דעם אשכול, מעגליך מ'האט שוין געשמועסט דערוועגן, מעגליך נישט, און מעגליך יא נאר ס'שוין נישטא, וואס איז געווען איז געווען, וואס גייט זיין גייט זיין, ומה אשיב לך והגוף שלך. אקעי, בקיצור:

כ'ארבעט פאר קליענטען פיל מאל אויפ'ן זייגער, כדי צו זיין אויפריכטיג פאר זיך אליינס זוך איך צו קויפן א טיימער וואס קען האלטן חשבון מיט די זמנים (מ'דארף למשל אויס-קוועטשן ווען ס'קומט אריין אין אימעיל אן אפדעיט פון קרעטמשע, והיצר בוער בקרבי...). איז דער מעשה אזוי, בעצם טראכט איך פון א פיזישע טיימער, וואס שטייט מיר אין קוקט מיר אריין אין פנים און דערמאנט מיר אז מ'מוז יעצט ארבעטן אדער געשווינד אנידער קוועטשן ס'זאל נישט ארויפגיין אויפ'ן קליענט'ס חשבון. אבער מעגליך איז א קאמפיוטער פראגראם אויך גוט (און אפשר נאך בעסער, היות ס'קען האלטן חשבון אויף פאפיער פונקליך ווילאנג כ'האב געארבעט פאר יעדן), אבער אויב ס'איז דורך א פשוטע וועבזייטל, דאן ליגט עס פארשטעקט פון אונטען: אוט אוף סייט, אוט אוף מיינד, און ס'מאכט זיך גאר אפט אז מ'קען זיך פארגעסן און נישט האלטן קיין אויפריכטיגען חשבון.

וואס זאגט איר?

א דאנק אייך פון פאראויס!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מאנטאג אוגוסט 09, 2010 12:50 pm

מאכסט לצנות? נעה כ'גלייב נישט.

קוק די לעצטע פאר תגובת.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נודניק און 7 געסט