... איך זוך א פראדוקט...

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 23, 2009 4:36 pm

איך זוך צו קויפן א אפיס דעסק

איך האב נאכנישט פרובירט צו זוכן אין די לאקאלע געשעפטן, אויב ס'איז בכלל דא אזא זאך, אויך האב איך נאכנישט פרובירט צו זוכן אנליין.

מיין פראגע איז וויאזוי זיי גייען מיר עס דעליווערן? גייט עס קומען איין גרויסע שטיק? צושניטן אויף שטיקער? איז בכלל מעגליך צו באשטעלן אזא זאך אן-ליין?

אויך אויב איינער קען מיר צוצייגן ביליגע סייטס איינצוהאנדלן אזא טישל, וועל איך שטארק דאנקבאר זיין.

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » דאנארשטאג אפריל 23, 2009 4:46 pm

איך האב מיר לעצטענס איינגעהאנדעלט ביי סטעיפעלס 2 אפיס דעסקס, איטש פאר 200 דאללער בערך, זיי האבן עס דעליווערט צושטיקעלט אין מיליאן פיסעס, איך האב ניטאמאל געקענט נאך דעמאלט פרעגן אין קרעטשמע ווייל איך טייפ יעצט אויף דעם דעסק, קויפן די 2 דעסקס איז געווען די מיטל צו קענען קויפן די קאמפיוטער וואס איך טייפ יעצט און עס ארויפלייגן אויף דעם דעסק ווי עס ליגט יעצט, אין טייפן אין דעם קרעטשמע וואס דו ליינסט יעצט?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 23, 2009 6:05 pm

הכלל, זאגסטו אז ביי סטעיפלס קען איך טרעפן ביליגע דעסקס און עס קומט אן צושטיקלט אבער מען קען עס אליינס צוזאמשטעלן.

האב איך גוט פארשטאנען?

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » דאנארשטאג אפריל 23, 2009 6:06 pm

פאר מיר האט עס געקאסט 200 קען זיין אז דו קענסט ערגעץ טרעפן ביליגער

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » פרייטאג אפריל 24, 2009 11:15 am

סטעיפלס איז באוויסט מיט זייער שוואכע קוואליטי. איך האב מיר שוין מער וואו איינמאל אפגעבריט פון זיי. (און איך גיי ווייטער צו זיי......) זיי זענען נישט ספעשיל ביליג. מען קען טרעפן ערגעץ אנדערש ביליגער.

ביידעוועי. סטעיפלס האט א אפשין אז זיי קענען אריבערקומען עס צאמשטעלן ביי דיר אינדערהיים. (פאר אן אפצאל פארשטייט זיך.)
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19913
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אפריל 24, 2009 11:31 am

קרעמער, ס'פעילט נישט קיין יודישע אפיס סופליי'ס ביזנעסער, ס'דא ב"ה גענוג, און ס'דא גענוג וואס מוטשענען זיך..

איינס ווייסעך אויסעווייניג, און דאס איז קאורט סט. אפיס סופליי'ס.. (איך קען דיר געבן א נומבער פון א היימישע סעילסמען פון זיי.. אין אישית, שטייצעך) ווער ס'ווייסט פון אנדערע זאל ביטע זאגן..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אפריל 24, 2009 1:16 pm

איך וועל דיר זאגען דעם אמת, איך ציטער אז עס וועט מיר קאסטן די הויזן.

ביי סטעיפלס זעה איך פאר אזוי ביליג ווי 179 א הערליכע שטיקל (הגם, די חברה שרייבן דארט אז עס האט זיי גענומען א גוטע פאר שעה דאס צוזאמצושטעלן, און איך ציטער אז ביי מיר וועט עס נעמען א טאג צוויי).

אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

תגובהדורך קבל את האמת » פרייטאג אפריל 24, 2009 1:36 pm

פאר אלע אייערע אפיס סופלייס
קענט איר רופן א היימישער אינגערמאן פיינע סערוויס פיינע פרייזען
SILVER OFFICE SUPPLIES 718 599-1809

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אפריל 24, 2009 2:01 pm

סופלייס מיינט דעסקס אויך? אדער נאר טאונערס וכדומה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג אפריל 24, 2009 2:42 pm

געווענליך, דעסק'ס אויך.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג אפריל 24, 2009 4:09 pm

יא, סטעיפלס איז די בעסטע פאר די זאכן, חוץ דעם וואס זייער אייגענער דעליווערי סיסטעם איז איינס אין דער וועלט. דו קענסט ביי זיי באקומען הערליכע אפיס פורניטשער (איין שטאפל אונטער "עכטע" שיינע פורניטשער).

וועגן צאמשטעלן איז עס ממש גארנישט, עס איז ווי צאמשטעלן א קינדער בייק. עס קומט מיט פונקטליכע אינסטראציעס, מיט אלע קליינע און גרויסע סקרולס און נאטס. רוב מאל קען עס איינער אליין טון.

סטעיפלס איז דער ערשטער אדרעס פאר היים און קליינע ביזנעס אפיסעס.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
גארנישט
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 30, 2008 8:36 pm

תגובהדורך גארנישט » זונטאג אפריל 26, 2009 10:05 am

א גוטן.
איך האב 2 סעלפאונס לעצטנס האט איינס זיך צובראכן אין איך וויל נישט קויפן א נייע.
ביי ספרינט ווייל איך וויל מיר נישט צובינדן פאר נאך 2 יאר.
עכ"פ דער עולם לעצטנס טוישט דאך זייער שנעל סעלפאונס און מען בלייבט מיט אסאך אלטע פאונס. איז אפשר קען מיר איינער דא פארקויפן איינע פון זיינע אלטע סעלס.

איך זיך אדער אטריאו אדער בלעקבערי. ווער עס האט אלטע וואס ער יוזט נישט מער און ער איז עס גרייט צו פארקויפן פאר א ביליגע פרייז זאל זיך מעלדן.
דארפ קענען ארבעטן מיט ספרינט.
יישר כח למפרע

אוועטאר
גארנישט
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 30, 2008 8:36 pm

תגובהדורך גארנישט » זונטאג אפריל 26, 2009 4:35 pm

נא קיינער האט נישט ???
וואו ליגט ענקערע אלטע - נייע בלעקבעריס וואס ענק האבו אויפגעטוישט מיט א נייערע מאדעל? ארויס דערמיט!

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מאנטאג אפריל 27, 2009 3:00 pm

יעצט האסטו איינמאל פאר אלעמאל געזעהן............... ווי זאגסטו נאר אייביג???!
גלייב גארנישט
נישטא קיין טעלעפוינס.. ניטשא "גארנישט"
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 4:04 pm

איך זוך צו קויפן א DRYER זאל זיין 24" וואס ארבעט מיט געז.
אלעס וואס איך זעה אין די סייז איז עלעקטריק דרייערס.

ביטע קאמענטירן
דאנקע

נאכאמאל איך רעד פון א "24 דרייער מיט געז.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 6:24 pm

אנטושלדיג שוועמל פארן דיר אומזינסט באלעסטיגען מיט אן "קבלת עידכונים" אימעיל, איך האר דערווייל קיין תירוץ פאר דיין אנפראגע אבער איך וועל פרובירען מארגען אנצופרעגן אימעצען דערוועגען אי"ה דערווייל האב איך א פרודוקט וואס איך זיך אין איך מיז אריינהאקען, (וואס האקט ער טשייניק דער? זאג וואס די ווילסט אין פארטיג) איך זיך א SOCKET פאר GU10 MR16 באלב, די סטארס האבן עס נישט, אין אנליין טרעף איך עס פאר בערך 4 דאלאר א שטיק, זייער טייער, כ'האב גראדע יא געטראפען ערגעץ פאר א 1.50 בעטען זיי אבער 20 שיפפינג... א שיינע מעשה, גנבים!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
הויכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 3:41 pm

תגובהדורך הויכער » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 7:27 pm

פראביר mcmaster.com
זיי האבן א ריזן אויסוואהל פון אלע hardware suppleis
מ'מינישט דייקא רעדן הויעך אז מ'זאל פארשטיין, מ'קען שרייבן אויך. [ווערטער קרעדיט:איך_הער]

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 7:31 am

וואדקע, פראביר א לאקאלע עלעקטריקל סופליי, ווי למשל ,קעש ענד קערי" אדער "מענדלאוויטש" אין ווילי המעטירה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 5:30 pm

הויכער, שכוח פאר די רעקאמענדאציע זיי האבן עס אבער נישט,
פאר פארשלאפען קומט זיך אויך א שכוח איך בין געגאנגען צו מענדלאוויטש אין זיי האבען עס טאקע,
איי וועט א קלוגע יונגעל פרעגען ווי ביסטו געווען ביז יעצט? ס'איז דיר נישט בייגעפאלען צו זוכען אין געשעפט? ענטפערט דערויף דער פי האתון אז דער וואס האר מיר סופלייט די עלעקטעריק פאר די דזשאב האט מיר קלאר גיזאגט אז די סטארס פארקויפען נישט די פארט עקסטער אין מ'מוז קויפען די גאנצע פיקטשער, איך האב גראדע יא גאטראכט אז עפעס איז פישיג אבער ס'האט געדארפט צוקימען אז פארשלאפען זאל מיר אויפוועקען אין זאגען זיי נישט קיין נער, עס נעמט נאר א טעלעפאון קאל, וכן עשיתי להגיד שלא שינה,
אגב זיי בעטען אויך אסאך, איי געס נישט אלעס איז ביליג
לעצט פאראכטן דורך וואדקע אום מיטוואך דעצמבער 30, 2009 5:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 5:45 pm

שוועמל, א "24 געז דרייער איז ווארשיינליך נישטא אבער א סטעקעבעל (גג על גג בלע"ז) דרייער/וואשער איז יא דא "24,
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:57 pm

זאנוויל האט געשריבן:איידער איך הייב אן מיט א פרישע קאפ וויי, וויל איך מיר נאכאמאל באדאנקן פאר אלע וואס האבן מיר און אנדערע ארויס געהאלפן ביז יעצט.

און היצטערט צום פונקט, איך זיך א האלטער פאר קאווע גלעזלעך אין ביהמ"ד, אויב איינער ווייסט ווי מען קען עס באקומען, וואלט איך אים שטארק דאנקבאר געווען.


פאר קאווע שטיבל געברויכן, קענסטו גיין צו "קערעקעס" אין בארא פארק אויף 15 ביי 61, וואו דו וועסט טרעפן פיל נוצבארע געברויכן, ווי צ.ב.ש. קאפס האלטערס, און האנטוכער האלטערס, וואס קען צוניץ קומען פאר דיין בית המדרש.

זייער וועב זייטל: http://www.bakedeco.com/

א סאטמארער איד פליישמאן איז דער בעל הבית, ער גיט זייער גוטע סערוויס, און וועט דיר העלפן מיט דיינע געברויכן.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 7:27 pm

וואדקע האט געשריבן:שוועמל, א "24 געז דרייער איז ווארשיינליך נישטא אבער א סטעקעבעל (גג על גג בלע"ז) דרייער/וואשער איז יא דא "24,

גערעכט גערעכט.
א געז דרייער איז נישטא אין 24" נאר א סטעקעבל פון ווירפול.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 8:07 pm

אבי די ווייסט
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 9:21 pm

איך זוך נאך א פראדוקט.

א קאסעטט \ סידי פלעיער וואס מען אינסטולירט אונטערן קעבינעט.
Under cabinet casette/ CD player

אלעס וואס איך טרעף איז נאר CD פלעיער, אבער כ'אב דאך אסך אלטע טעיפס וואס איך קען נישט ווארפן אין גארבעזש נאך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

ארטיסט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2009 12:45 am

תגובהדורך ארטיסט » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 11:10 pm

ס'שוין צייט אריבערצולייגן די טעיפס אויף סי די'ס...


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט