וועלכע עלעקטריק סקוטער צו קויפן

היים פראדוקטן, מעבל און אפלייענסעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

וועלכע עלעקטריק סקוטער צו קויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

ס'איז הימל אין ערד מיט סקוטערס!

די שטאט וויליאמסבורג איז אויף מיטן סקוטער סומאטוכע וואס האט גענומען שלאגן טיפע ווארצלען...
דער היימישער ציבור הייבט שוין אן צו אנערקענען אז דא האנדלט זיך פון א מאסיווע און היסטארישע רעוואלוציע. עס האלט ביי א מצב וואס לאזט שוין שפעקולירן אז דער סקוטער וועט זיך אריינבאקומען ביים עולם און עווענטואל מעגליך דינען אלס נומער איינס טראנספארטאציע מיטל פארן היימישן אינגערמאן...

אויב האט מען געמיינט פאריגע וואך אז די סקוטער מאוומענט האלט שוין אויף א וועג, און אויב איז מען געווען איבעראשט צו זען דא און דארט א חסידישע אינגערמאן סקוטער'ן אויף עפעס א פארשטיפטע געסל בגלילות וויליאמסבורג, איז מען שוין איינמאל שאקירט געווארן ווען עס האט זיך אנגעהויבן די קאנטרי טעג, ווען סקוטערס האבן אנגעהויבן ווירבלען אין פולן זין פון ווארט און אין סאמע צענטער פון שטאט...

דער דורכברוך מאכט פארשריט אויף א פארנעם ווי קיינמאל פריער!


דער סקוטער ווערט פאפולערער פון טאג צו טאג, און אלס א דירעקטער רעזולטאט ווערט דער נאכפראגע פאר סקוטערס שטערקער מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, סיי פון אינגעלייט אין וויליאמסבורג וואס ווילן דזשוינען די מאוומענט און זיך ארויפזעצן אויפן סקוטער איינמאל פאר אלעמאל, און סיי פון אידן אין די קעטסקילס וואס זוכן א שנעלערע, ביליגערע, און באקוועמערע וועג ווי זייער טעגליכע היטש צום בית מדרש.

לרבות השואלים, וועלן מיר דא פרובירן צו ברענגען אויפן שפיץ גאפל די עטליכע גאר פאפולערע סקוטערס אויפן מארקעט מיט זייערע מעלות און חסרונות. ותן לחכם ויחכם עוד, און ווער עס האט סיי וועלכע הערה אדער שאלה איז דא דער פלאץ צו פרעגן.

(אינ'אמת'ן איז דער נושא פון עלעקטריק בייקס והמסתעף גאר ברייט אינעם אלגעמיינעם וועלט. עס נעמט אריין פילע סארטן אי-בייקס, רעוועל-סטייל סקוטערס, גאו-קארטס, האווער בארדס, סקעיט בארדס, און אפילו ראלער בלעידס. מיר וועלן זיך אבער האלטן קאנצענטרירט צום טראדיציענאלן קיק-סקוטער וואס איז געאייגנט און איז גאר פאסיג פארן היימישן אינגערמאן.)


Segway Ninebot

לאמיר אנהייבן מיטן קעניג פונעם עלעקטרישן סקוטער וואס דאס איז אודאי די 'סעגוועי' ברענד.

סעגוועי פראדוצירט גאר אסאך און גאר גוטע סארטן סקוטערס, און דאס קומט פארשטייט זיך מיט א פרייז... סעגוועי איז היינט פון די טייערסטע סקוטער ברענדס.

די סעגוועי קיק-סקוטערס ווערן גערופן 'ניינבאט'.
אלע פון זיי זענען בערך אייניג אין גרויסקייט (- ארום "42 לאנג און הויעך), זיי זענען שטארק דויערהאפטיג, גאר גוט דיזיינט, און לייגן זיך צאם גרינג און אין גאר קליין. אלע פון די פאלגנדע סקוטערס פארמאגן LED דיספלעי וואו מ'קען זען די בעטערי און די ספיד, און א סעטינג צו לאקן די ספיד אויף דריי באזונדערע מאודס כדי אז עס זאל נישט פארן צו שנעל. ווי אויך איז דא א סעגוועי עפפ פון וואו מ'קען קאנטראלירן און פארשלוסן רימאוטלי אלע סארטן ניינבאט סקוטערס.


די ניינבאטס זענען איינגעטיילט אין עטליכע קאטאגאריעס. ס'איז דא די אלטע Ninebot E סעריע, די נייערע Ninebot F סעריע, און די נאך נייערע Ninebot G סעריע וואס ווערט גערופן מיטן צונאמען Max.
(אין יאר 23' איז ערווארטעט צו ערשיינען א פרישע GT סעריע וואס וועט זיין גאר שנעל און פארגעשריטן.)

אין יעדע פון די סעריעס איז דא עטליכע סארטן סקוטערס, וואס זייערע נעמען רעפרעזענטירן די רעינדזש וויפיל עס קען פארן אויף איין בעטערי טשארדזש.
אין די E סעריע איז דא די E22, און די E45 (- די איבערגעמאכטע ES4).
די E22 קען פארן 22 קילאמעטער אויף איין בעטערי טשארדזש, און די E45 איז בעצם די זעלבע מאדעל, נאר עס קומט מיט א דאפלטע בעטערי וואס קען עס פירן נאך 22 קילאמעטער, צו א טאטאלע 45 קילאמעטער פער טשארדזש. (ווי אויך קען עס פארן אביסל שנעלער.) און פארשטייט זיך וועגט דאס מער.

דערנאך איז דא די F סעריע, וועלכע איז עטוואס נייער און שענער, און אין דעם איז דא די F25, די F30, און די F40.
און אזוי ווי ווי ביים E סעריע, באדייטן די נומערן די ק"מ רעינדזש.

און צום לעצט איז דא די G סעריע, וועלכע איז גרעסער, שווערער, און אויך שטערקער (און טייערער...), און דאס נעמט אריין די Max G30P, און די Max G30LP. דער ערשטער האט א מאסיווע רעינדזש פון 60 קילאמעטער, און די LP האט א רעינדזש פון 40 קילאמעטער, און איז אביסל קלענער, גרינגער, און ליכטיגער.
די G סעריע האט א שטערקערע וואסערפראף רעיטינג ווי אלע אנדערע. ווי אויך קען אויף דעם ווערן ארויפגעלייגט א סיט.


סיכום:
ווען איינער זוכט א פשוט'ע סקוטער, איז די E סעריע די ענטפער.
פאר די וואס נוצן עס בלויז לאקאל מאכט נישט צופיל אויס וויפיל מייל עס פארט פער טשארדזש, אבער מ'דארף נעמען אין באטראכט די שנעלקייט, אז דער E22 פארט בלויז א מאקסימום פון 15.5 מפ"ש, און דער E45 פארט א מאקסימום פון 18.6 מפ"ש.

אויב איינער איז גרייט צו צאלן מער פאר א שענערע און שטערקערע סקוטער, איז די F סעריע די ענטפער.
די F25 און F30 ציען אן ביז 15.5 מפ"ש, און די F40 ביז גאנצע 20 מפ"ש!

און אויב איינער זוכט א ריכטיגע העווי דוטי סקוטער, איז די G סעריע די ענטפער.
ביידע, די Max G30P און די Max G30LP, פארן ביי א שנעלקייט פון 18.6 מפ"ש.


GoTrax

די צווייטע היבש פאפולערע סקוטער ברענד איז 'גאוטרעקס'.

גאוטרעקס פאברעצירט א געמיש פון אלע סארטן סקוטערס, אבער מיר וועלן זיך בלויז האלטן צו די געציילטע וואס מ'קען פארגלייכן צו די סעגוועי מאדעלס.

[אלע פון די פאלגנדע סקוטערס האבן א 'קרוז קאנטראל' פיטשער, וואס טוט האלטן דעם סקוטער אויפן זעלבן ספיד, און דאס קומט גאר גוט צונוץ ווען מ'פארט אויף לאנגע שטרעקעס און עס איז שווער צו האלטן דעם פינגער אראפגעדריקט...]


פון די שוואכערע סארט איז דא די GXL V2 וואס איז ממש א ברודער מיט ניינבאט'ס E22, האבנדיג א 12 מייל רעינדזש און א ספיד מאקסימום פון 15.5 מפ"ש. נאר אזוי ווי עס טראגט נישט דעם סעגוועי זיגל איז עס פיל ביליגער אין פרייז...

אויך איז דא דער XR Elite וועלכע האט אביסל א שטעקערע מאטאר און א גרעסערע 18 מייל רעינדזש. ער איז אביסל טייערער, אבער פארט ביליגער ווי די E22.

און דערנאך איז דא צוויי שטערקערע און טייערערע מאדעלס, און דאס איז די G4, וואס שטייגט איבער אלע ניינבאטס מיט א מאכטפולע ספיד פון 20 מפ"ש! און די GMax Ultra וואס האט אין צוגאב צו דעם ספיד א 45 מייל רעינדזש! די צוויי קאסטן שוין יא א פרייז, אבער נאך אלס ביליג אין פארגלייך צו ניינבאט.


TurboAnt

און צום לעצט האבן מיר דעם קאמפעני 'טורבא-ענט', וואס האט דעליווערט צוויי גאר פאפולערע קיק-סקוטערס, די M10 commuting און די X7 Pro.

טרובאענט איז טאקע נישט אזוי גרויס און מאסיוו ווי די אויבנדערמאנטע פירמעס, אבער אין פאקט טוט די קוואליטעט פון זייערע פראדוקטן איבערשטייגן סעגוועי און גאוטרעקס צוזאמען... און לאמיר זיך טאקע איבערצייגן:

די M10 איז די ביליגערע סארט פון צווישן די צוויי, אבער אז מ'שטעלט אים אין פארגלייך מיט די סעגוועיס קען ער היבש קאמפיטן מיט זיי אין כמעט אלע הינזיכטן:

- א קנאקעדיגע 350w מאטאר.
- קען אנציען ביז 20 מפ"ש.
- א 18 מייל רעינדזש.
- סיי אן עלעקטריק און סיי א דיסק ברעיק.
- "10 אינפלעיטעד רעדלעך.
- העד, טעיל, און ברעיק לייטס.
- א פולע דיספלעי, אויך מיט דריי דרייוו מאודס.
- קרוז קאנטראל, וואס ווערט אויטאמאטיש אקטיוועזירט ווען מ'פארט 6 סעקונדעס אויפן זעלבן ספיד, און עס וועט אנהאלטן דעם ספיד ביז ווילאנג מ'ברעיקט (- א פונקציע וואס קיין איין סקוטער אויף די מארקעט פארמאגט נישט!)
- זייער זייער א שטארקע באדי.
- און ועל כולם, שפאט ביליג...


די M10 האב איך שוין אויספרובירט צווישן אנדערע סעגוועיס, און אין הכי נמי, ער האט נישט ממש ניינבאט'ס פיקאפ, און אויך קען א סאליד ראבערנע רעדל בעסער סוספענדן קלענערע באמפס, אבער פון די אנדערע זייט איז ער דער געווינער אין היבש אפאר אנדערע פראנטן. די גרויסע רעדלעך געבן אים גאר גאר א גוטע בעלענס, ער פארט זייער סמוד און סאליד, ספעציעל אויף א הויעכע ספיד, און אויך איז זיין דעשבארד גרעסער און די קנעפלעך און ברעיקס זענען באקוועמער אויסגעשטעלט.

זאל יעדער פאסן זיין באשלוס אויף וואס איז ענדערש צו מוותר זיין, אבער נישט איידערן נעמען אין באטראכט די אויסטערלישע חילוק אין פרייז וואס איז דא צווישן זיי... (צו שטעלן אין קאנטעסט; די Max G30P, וואס האט די מערסטע ענליכקייטן צום M10 (און פארט גראדע מיט 2 מפ"ש שטייטער..) קאסט מער ווי דאפלט דערפון...)

אויך דארף באטאנט ווערן אז טורבאענט טשארדזשט נישט קיין סעילס טעקס (ששש...), און אויך געבן זיי פרי שיפינג (וואס האט ביי מיר גענומען 2 טעג). דאס מיינט אז ווען עס שטייט א ליסט פרייז איז עס טאקע אקוראט דאס...


מעסטנדיג די X7 Pro אקעגן די M10 איז עס טאקע טייערער אבער נישט צופיל אנדערש.
עס האט מעגליך נישט די שענסטע דיזיין, אבער עטוואס א בעסערע עקסעלערעישן, א 30 מייל רעינדזש, און אויך א פוט ברעיק און צוגאב צו די אנדערע צוויי ברעיק סיסטעמס. די בעטערי קען מען דיטעטשן, וואס דאס איז א מעלה - אז מ'קען צוקויפן עטליכע בעטעריעס און פארברייטערן די רעינדזש, און א חסרון - אז עס ליגט אויפן שטעקן, וואס דאס מאכט עס דיקער און שווערער צו טראגן.


ירא הקהל וישפוט...
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום דינסטאג יולי 05, 2022 2:47 pm, פארראכטן געווארן 7 מאל.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Segway Ninebot E22

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

Max speed: 12.4 mph
Range: 13.6 miles
Load: 220lb
Motor: front
Power: 300 w
Charging: 3.5h
Brakes: electronic + rear
Tires: 9" solid
Lights: break light + taillight
Dimensions: 42.9" x 16.5" x 44"
Weight: 29.1lb
Waterproof: IPX4

+ 3 driving modes
+ Mobile app integration

$549
https://amzn.to/3AozR6Y
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום דאנערשטאג יולי 14, 2022 10:39 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Segway Ninebot E45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

Max speed: 18.6 mph
Range: 27.9 miles
Load: 220lb
Motor: front
Power: 300 w
Charging: 7.5h
Brakes: electronic + rear
Tires: 9" solid
Lights: headlight + taillight
Dimensions: 45.6" x 16.5" x 46"
Weight: 33lb
Waterproof: IPX4

+ 3 driving modes
+ Mobile app integration

$759
https://amzn.to/3af4zES
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום דינסטאג יולי 05, 2022 1:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Segway Ninebot F25

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

Max speed: 15.5 mph
Range: 12.4 miles
Load: 220lb
Motor: front
Power: 250 w
Charging: 3.5h
Brakes: electronic + disc
Tires: 10" solid
Lights: headlight + taillight
Dimensions: 45" x 18.8" x 45.6"
Weight: 31.9lb
Waterproof: IPX4

+ 3 driving modes
+ Mobile app integration

$397 $549
https://amzn.to/3R9XW7x
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום מאנטאג יולי 11, 2022 11:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Segway Ninebot F30

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

Max speed: 15.5 mph
Range: 18.6 miles
Load: 264lb
Motor: front
Power: 275 w
Charging: 5h
Brakes: electronic + disc
Tires: 10" solid
Lights: headlight + taillight
Dimensions: 45" x 18.8" x 45.6"
Weight: 33.2lb
Waterproof: IPX4

+ 3 driving modes
+ Mobile app integration

$579
https://amzn.to/3nxSi1o
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Segway Ninebot F40

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

Max speed: 20 mph
Range: 24.8 miles
Load: 264lb
Motor: front
Power: 367 w
Charging: 6.5h
Brakes: electronic + disc
Tires: 10" solid
Lights: headlight + taillight
Dimensions: 45" x 18.8" x 45.6"
Weight: 33.4lb
Waterproof: IPX4

+ 3 driving modes
+ Mobile app integration

$692 $769
use Coupon code: SEGWAYTHRILL22
http://shrsl.com/3lsew
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום פרייטאג יולי 08, 2022 12:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Segway Ninebot Max G30P

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

Max speed: 18.6 mph
Range: 40.3 miles
Load: 220lb
Motor: rear
Power: 350 w
Charging: 6h
Brakes: electronic + front wheel drum
Tires: 10" solid
Lights: headlight + taillight
Dimensions: 45.9" x 18.5" x 43.4"
Weight: 42.1lb
Waterproof: IPX5

+ 3 driving modes
+ Mobile app integration

$839
https://amzn.to/3IcxndI
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Segway Ninebot Max G30LP

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

Max speed: 18.6 mph
Range: 24.8 miles
Load: 220lb
Motor: rear
Power: 350 w
Charging: 6h
Brakes: electronic + front wheel drum
Tires: 10" solid
Lights: headlight + taillight
Dimensions: 43.6" x 18.5" x 45.1"
Weight: 37.4lb
Waterproof: IPX5

+ 3 driving modes
+ Mobile app integration

$879
https://amzn.to/3NJuCSa
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Gotrax GXL V2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

Max speed: 15.5 mph
Range: 12 miles
Load: 220lb
Motor: front
Power: 250 w
Charging: 3.5h
Brakes: electronic + disc
Tires: 8.5" inflated
Lights: headight + taillight
Dimensions: 43.3" x 16.7" x 44"
Weight: 26.4lb
Waterproof: IP54

+ Crouse control

$348
https://amzn.to/3a9LnZ2
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Gotrax XR Elite

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

Max speed: 15.5 mph
Range: 18 miles
Load: 220lb
Motor: front
Power: 300 w
Charging: 4h
Brakes: electronic + disc
Tires: 8.5" inflated
Lights: headight + taillight
Dimensions: 43.3" x 17.3" x 41.1"
Weight: 31.8lb
Waterproof: IP54

+ Crouse control

$529
https://amzn.to/3ab8fHN
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Gotrax G4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

Max speed: 20 mph
Range: 25 miles
Load: 220lb
Motor: rear
Power: 350 w
Charging: 4h
Brakes: disc
Tires: 10" inflated
Lights: headight + taillight
Dimensions: 42" x 19" x 47"
Weight: 36lb
Waterproof: IP54

+ Crouse control

$649
https://amzn.to/3NOa3nW
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Gotrax GMax Ultra

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

Max speed: 20 mph
Range: 45 miles
Load: 220lb
Motor: rear
Power: 350 w
Charging: 6h
Brakes: disc
Tires: 10" inflated
Lights: headight + taillight
Dimensions: 45" x 18.5" x 49"
Weight: 45.2lb
Waterproof: IP54

+ Crouse control

$899
https://amzn.to/3uoO6oy
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Turboant M10 commuting

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

Max speed: 20 mph
Range: 18 miles
Load: 220lb
Motor: rear
Power: 350 w
Charging: 5h
Brakes: electronic + disc
Tires: 10" inflated
Lights: headight + taillight + break light
Dimensions: 42.1" x 16.9" x 46.1"
Weight: 29.8lb
Waterproof: IP54

+ 3 driving modes
+ Automatic crouse control

$419 $449 use Coupon code: AFESM30
https://turboant.com/m10-folding-electric-scooter
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום מיטוואך יולי 06, 2022 1:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Turboant X7 Pro

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

Max speed: 20 mph
Range: 30 miles
Load: 275lb
Motor: front
Power: 350 w
Charging: 6h
Brakes: electronic + disc + rear
Tires: 10" inflated
Lights: headight + taillight
Dimensions: 42.6" x 16.5" x 46.7"
Weight: 33lb
Waterproof: IPX4

+ 3 driving modes
+ Automatic crouse control

$489 $549 use Coupon code: SM60X7
https://turboant.com/x7-pro-electric-scooter
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום מיטוואך יולי 06, 2022 1:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: וועלכע סקוטער צו קויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

;l;p- ;l;p- איך זע אז דו האסט זיך אנייצע געגעבן
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: וועלכע סקוטער צו קויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

נישט מער ווי פאסיג אז א ציגאנער זאל ארימפליען מיט א סקוטער אין די גאסן פון שטאט ווען די גיטאר הענגט אים אראפ ביי די זייט...

גוד דזשאב!
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: וועלכע סקוטער צו קויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

פיינעם אפהאנדלונג!
שכח!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: וועלכע סקוטער צו קויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וואוו! מורא'דיג צולייגט אלע אפציעס.

כ'זעה אז קודם דארף איך מיך סליווען...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: וועלכע סקוטער צו קויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

טאקע א מעסיוו אפהאנדלונג
אבער לאמיר פרעגן דירעקט קורץ און שארף
וואס איז די קלענסטע עלעקטעריק סטוטער פאר די שעמעוודיגע?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: וועלכע סקוטער צו קויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

נא_שכל האט געשריבן:וואוו! מורא'דיג צולייגט אלע אפציעס.

כ'זעה אז קודם דארף איך מיך סליווען...


מ'קען אויך גיין א דרגא העכער צו זיצעדיגע סקוטערס.
אטעטשמענטס
A30_2019_05.png
A30_2019_05.png (101.51 KiB) געזען 3200 מאל
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: וועלכע סקוטער צו קויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

@צוגאנער ;l;p-

כ'האף נאר אז ס'וועט נישט אריינגיין אין סטייל א געוויסע סקוטער פון $1,200 ביז מ'וועט ברויכן מאכן תקנות אז ס'טאר נישט קאסטן מער פון $500...
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: וועלכע סקוטער צו קויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

טשעירמאן האט געשריבן:טאקע א מעסיוו אפהאנדלונג
אבער לאמיר פרעגן דירעקט קורץ און שארף
וואס איז די קלענסטע עלעקטעריק סטוטער פאר די שעמעוודיגע?

יישר כח.

די קורצע תירוץ איז, אז ס'נישטא נאך אזא גרויסע זאך ווי א קליינע סקוטער...

אבער אפילו די גרעסטע סקוטער זעט אויס קליין אויפן גאס, כל זמן ס'איז דין און ניט (אין דעם איז ניינבאט לכאורה די בעסטע).
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: Turboant M10 commuting

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

ציגאנער האט געשריבן:$399 $449 (use Coupon code: IDS50S (expires tonight
https://turboant.com/m10-folding-electric-scooter


ציגאנער האט געשריבן:$489 $549 (use Coupon code: IDS60S (expires tonight
https://turboant.com/x7-pro-electric-scooter

נאך דריי שעה פארבליבן צום סעיל...
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: וועלכע סקוטער צו קויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

זייער א שיינע ארבעט @ציגאנער
אוועטאר
עלטעפעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:31 am

Re: וועלכע סקוטער צו קויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלטעפעטער »

;l;p- ;l;p- ;l;p- שכח @ציגאנער כה לחי!!!
איינער וויסט ווי מ'קען דינגען איינס עס צו קענען אויסטרייען???
למשל האט געשריבן:
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!
איך בין נישט דא צו זאגן מיין מיינונג, נאר צו הערן, פארשטיין, און אפשר אננעמען, דיינס. זאגן מיינס, איז א מיטל דיר צו מאכן זאגן דיינס.
שרייב תגובה

צוריק צו “האוזוועיר”