בלאט 1 פון 4

אויפהענגען נוי סוכה

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 2:34 pm
דורך סתם_אזוי
איך וויל פרעגן די וואס האבן שוין עקספיריענס.

איך האב יעצט די ערשטע מאל א סוכה וואס איז ענליך צו א לייטערס סוכה. די מעלות דערפון ווייס איך שוין. יעצט די שאלה איז וויאזוי הענגט מען אויף נוי סוכה?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 2:40 pm
דורך אלף בית
Funtak

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 2:40 pm
דורך סתם_אזוי
וואספארא מין באשעפעניש איז דאס? וואו קאן מען דאס קויפן?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 2:55 pm
דורך אלף בית
סאיז א געוויסע קלעבעדיגע זאך (אזוי ווי סיליפוטי) סהאלט זייער שטארק און סקומט זייער גוט אראפ פון די וואנט.
גיי אריין אין סיי וועלכע הארדווער סטאר און בעט עס פון זיי, זיי וועלן זיכער וויסן וואס דאס איז, יעצט פאר סוכות גייט עס ווי מצה וואסער.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 2:58 pm
דורך bailout
היות איך האב די זעלביגע פראבלעם ווי סתם וויל איך מיך באדאנקן פאר ענק ביידע.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:09 pm
דורך אונגארישער
אלף בית האט געשריבן:Funtak


איך האב עס געניצט איין יאר
די ערשטע טאג סוכות איז געווען פיין הייס די זין האט געבאקען, די ווענט פין די סוכה איז געווארן הייס , אין אלע פאן טעגס האבן זיך אפגעקלעבט
איך האב געהאט שיינע שטערנס אויף די פלאר

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:14 pm
דורך והוא פלאי
דאבעל סיידעד טעיפ, מען קען עס קויפן אין הארדוועיר סטאר, עס איז שווער אראפצונעמן נאך יוםטוב

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:17 pm
דורך צום זאך
גם אני מצטרף, ייש"כ! כ'האב נישט געהערט דעפון בעפאר, וועל מיר גיין אנפרעגן ביים הארדוועיר סטאר וועגן דעם.
--------
אונגי האקט איבער, מען זאל נישט געפראו'ווט ווערן.. לויטן מדרש גייען די אומה"ע אזוי געפראו'ווט ווערן לעת"ל, זיי וועלן זיך אריינזעצן אינעם סוכה, הקב"ה יוציא חמה מנרתיקה, און אלע נוי סוכה וועלן זיי פאטשען אין פנים - אזש זיי וועלן זעהן "שטערנס"...

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:19 pm
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:19 pm
דורך אונגארישער
צים זאק :lol:

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:22 pm
דורך 3x0
יאנאש האט געשריבן:איך נוץ גלו גאן צו לייגן די נוי סוכה, די ערשטע יאר האב איך גענוצט די קלעבעדיגע פוטי אבער עס האט נישט געטויגט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:51 pm
דורך סאדע_באטל
עס ווענדט זיך פאר וועלכע נוי סוכה, אבער פאר רוב נוי סוכה איז כדאי צו קויפן קליינע סאקשען קאפס, און דאס לאזט נישט איבער קיין צייכענעס און עס פאלט נישט אראפ פון די זון.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:54 pm
דורך קרעמער
ארויף לכבוד סוכות.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 5:54 pm
דורך ווער בין איך?
מען קען נוצן וועלקרא

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 23, 2009 9:06 am
דורך סתם_אזוי
farshlufen האט געשריבן:3m command

וויאזוי ארבעט דאס? איז דאס וועלקרא אדער גלא?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 23, 2009 9:11 am
דורך farshlufen
הרה סת"ם, דאס איז א היי קוואליטי דאבל סיידעד טעיפ, פון די פירמע 3m [נישט פארטוישן מיט טריאו..] וואס דארף זיך האלטן שטארק און פארט אראפקומען גרינג.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 23, 2009 9:14 am
דורך סתם_אזוי
זעהט אויס גוט. איינער האט עקספיריענס מיט עס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 12:35 pm
דורך bailout
דאס וועט זיין גוט אויך פאר די סטרינגס וואס איך לייג ארום שטערנס, ווייל די פאנטעג ארבעט עפעס נישט אויף דעם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 1:02 pm
דורך סתם_אזוי
למעשה האב איך געקויפט די 3M קאמענד וואס פארשלאפן האט געלינקט. נאך יו"ט וועל איך אפדעיטן מיין "אייגענע עקספיריענס" דערמיט.

וועלכע סארט סוכה פארמאגט איר?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 29, 2010 12:47 pm
דורך תרנגול
איך עפן דעם אשכול מען זאל זיך קענען דא דורכשמועסן וועלכע מינע סוכות דער עולם נוצט, די מעלות און חסרונות וואס יעדע סארט סוכה האט, און אזוי ווייטער...

איך כשלעצמי האב געקויפט פאר צוויי יאר צוריק א פענעל סוכה, קיין געדולד עס צו בויען דעם יאר פארמאג איך נישט, (איך וואוין אין מאנסי און איך בוי מיין סוכה אויף א שיפע פלאהר, ממילא דארף איך בויען צו דעם א פלאהר) עכ"פ וויל איך דא פרעגן וואסערע אופציעס איז נאך דא, פון די אלע מינע סוכות, לייטערס, איזי-לאק, וכו' וכו' וואס לוינט יא און וואס לוינט נישט??

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 29, 2010 12:50 pm
דורך תרנגול
בעיקר וויל איך וויסן וועגן די איזי-לאק...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 29, 2010 1:00 pm
דורך גיט געזאגט
איך האלט אז די בעסטע איז נאך די פענעל סוכה
עס איז די שטערקסטע און איבער הויפט די זאגסט אז די דארפסט מאכען א פלאר
אין נאך מער מען קען מאכט די פענעל סוכה אז די זאלסט אפוילו נישט דארפען ניצען א דריל במשך פון די גאנצע ארבעט

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 29, 2010 1:04 pm
דורך תרנגול
גוט געזאגט,

הוא אשר דברתי, איך האלט נישט ביים מאכן קיין פלאהר. פינטל.
איך וויל א סוכה וואס ס'זאל נישט אויספעלן צו מאכן א פלאהר.

און דאס וואס דו זאגסט בנוגע א דריל, קודם כל איך האב גארנישט קעגן נוצן א דריל, און צווייטנס מיין איך אז די אלע אנדערע סוכות דארפן אויך נישט קיין דריל.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 29, 2010 1:12 pm
דורך משיח
הרב תרנגול,
וויאזוי ווילט איר בויען א סוכה אויף א שיפע פלאץ, אהן א פלאהר?

(איך ניץ א פענעל סוכה, איך בין זייער צופרידן דערפון ווייל ס'איז די מערסטע פלעקסיבל צו וועלכע סייז איך וויל עס נוצן, און אזוי אויך צו די שלאק.
און אויב איך וויל עפעס משנה זיין אין די סוכה קען איך קויפן די פארטס אין א לאמבער יארד, איך ברויך נישט גיין דייקא צו די קאמפעני וואס איך האב געקויפט די סוכה)

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 29, 2010 1:26 pm
דורך תרנגול
די זאך איז אז ס'איז נישט ממש אויף א שיפע פלאץ, ס'איז נאר נישט אינגאנצן גראד, און טאקע פאר א פענעל סוכה פעהלט זיך טאקע אויס א פלאהר ווייל עס איז א דבר גוש און די סוכה דארף זיך קענען באלאנסירן, אבער איך וויל וויסן צו למשל די אי-זי לאק סוכה וואס איז געמאכט פון אייזענעס מיט הארטע סחורה צו דאס וואלט אויך גוט געווען און אהן א פלאהר?...