בלאט 4 פון 4
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 05, 2012 10:18 am
דורך green sunday
מי יודע האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם איז לייטער בעסער אדער סוכה דיפאט?
דא האסטו אן ענטפער
אויפריכטיג האט געשריבן:איך האב זיך אויך איינגעהאנדלט דעם סוכה דיפאו סוכה, לויטן ראט פון די חשובע חברי הקרעטשמע. און ב"ה איך קען זאגן איך בין זייער צופירדן דערפון. גוטע סערוויס, שיינע און גרינגע ברעטער, גרינג צוזאמצושטעלן. פון די אנדערע זייט האט מיין ברודער געקויפט א לייטער סוכה, איך ווייס נאכנישט צי ער איז אזוי צופירדן אבער איך האב נישט ליעב די קואליטעט פון די אייזענעס ארום די ברעטער. סוכה דיפאו איז שיין סטעינלעס סטיל און איז געשמאק אנצוכאפן, דאקעגן לייטערס נישט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 05, 2012 11:16 am
דורך גוגל
לייטער איז מער קאמפליצירט אויפצושטעלן קאמפעירד צו סוכה דיפאו
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 05, 2012 2:17 pm
דורך פריילאך
איך בין ב"ה זייער צופרידן מיט מיין לייטערס סוכה, פונעם סערוויס ביזן אויפשטעלן איז אלעס געגאנגען בעסער ווי געפלאנט!
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 05, 2012 3:38 pm
דורך green sunday
אויפן סערוויס נאכן קויפן ביסטו אויך געווען ציפרידן? אדער סהאט דיר נישט אויסגעפעלט
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 07, 2012 2:40 pm
דורך ישלהוסיף
דער סחורה
מיין פראבלעם איז געוועהן היות דער פארטש גייט רינדעכדיק וואס דאס נעמט אוועק א געוואלד מיט פלאץ.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 21, 2012 8:47 am
דורך אויפריכטיג
אקעי, ווי געשריבן פאריאר האב איך געקויפט א סוכה דיפאו און איך בין טאקע זייער צופרידן דערפון, אבער היי יאר האב איך צוגעלייגט אן אוינינג אויף מיין פארטש און אזוי ווי די סוכה איז אויפן גאנצן פארטש מוז איך האבן ווינדאוס אויף די ברעטער צו קענען אראפשלעפן דעם שלאק. בין איך געגאנגען קוקען וואספארא ווינדאונס סוכה דיפאו האט, קודם שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן פענסטער בלויז אויף די דריי פיסיגע ברעטער, וואס מיט דעם וואלט איך זיך נאך אן עצה געגעבן, די פראבלעם איז אבער אז זייערע פענסטער קען בלויז זיין ביי דעם מיטלסטען חלק פונעם ברעט, און דאס איז אביסל נידעריג צו קענען צובינדן די שטריק פונעם אונינג.
איך וויל וויסן וואס אנדערע אידן האבן געטון צו דעם פראבלעם? איך מיין איך האב געזען אויפן גאס א סוכה דיפאו מיט א ווינדאו אביסל העכער, איך בין נייגעריג צי מען קען דאס מאכן. די קאמפאני זאגט אז זיי קענען פאר $50 עס לייגן ביים אויבערשטען טייל פונעם ברעט, אבער איך מיין אז דאס איז שוין צו הויעך.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 21, 2012 1:18 pm
דורך ים רויבער
home depot
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 21, 2012 1:19 pm
דורך ים רויבער
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 15, 2013 11:43 am
דורך פריילאך
א גוט יאר טייער חברים..
מיר האלט שוין עפטער יוםקדוש 5774, איז נאך אלץ נישט דא עפעס א אופן אויפצוהענגן נוי סוכה אין לייטערס וואס זאל לעסטן ביזן סוף חולמועד?
לייטער'ס ווערסעס סוכה דיפאו
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 01, 2013 6:01 pm
דורך ?אפשרטאקע
איך קען אייך עצה'נען דאס וואס איך האב געטאהן: גייט אריין צו ביידע און באטראכט פונקטליך אלע איינצלהייטן, בעט זיי די פונקטליכע פרייזן, טאמער האט איר אביסל חוצפה אין זיך פרעגט אויך "מיט וואס זענט איר בעסער פון אייער קאמפעטישן?" און דאן מאכט אייער באשלוס
טאמער זענט איר זייער נייגעריג וואס איך האב באשלאסן? סוכה דיפאו. פארוואס? ווייל דאס איז מיר בעסער געפאלן.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 06, 2013 12:41 pm
דורך שמן למאור
האמיר היי יאהר ס'ערשטע יאהר גע'בויעט א סוכה'לע, גענומען וואס די זיידע'ס פלעגן צו נעמען, פאנעלען פון האלץ און 2X2 ברעטלעך צוזאם געקלאפט, פיין געווען ב"ה.
שוין צונימען און פאראפאקט פאר קומענדע יאהר.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 06, 2013 2:02 pm
דורך שנאפס
גאנץ געשיקט, געבויעט און שוין צונומען
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 4:39 pm
דורך פיטום
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 4:42 pm
דורך לכתחילה אריבער
כעלעם נישט מוחל זיין דעם קלמן וואסער (ח"ו) פארן איינפירן די משוגעת....
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 11:05 pm
דורך דריי_קאפ
ווי איז זעה האט מען יעדע יאר געפרעגט איבער א שלאק פאר די לייטער סוכה, איך האב געזעהן אזא שלאק וואס שלעפט זיך צוזאם צו איין עק פון די סוכה, איינער ווייסט ווי איך קען דעיס באקומען?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 11:08 pm
דורך יוראפ
אמאל ווייס איך האט עס לייטערס געמאכט, זיי מאכן עס שוין מער נישט היינט?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 11:14 pm
דורך דריי_קאפ
אויף זייער וועבסייט איז עס איז נישטא. און אויך נישט עדווערטייזט, נישט געוויסט אז סאיז פון לייטערס שכוח פאר די אינפאו, וועלמיר מארגן רופן אי"ה
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 6:27 pm
דורך ניקעל
איך פארדינג מיין סוכה ברעטער וויפעל איז די פרייז וואס איך קען /מעג בעטען? סאיז 14 ברעטער אלט פיר יאר וויפעל קען איך בעטען פון יענעם?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 6:59 pm
דורך אט אזוי
לעצטנסט מאכן די auning company,s like a roll that comes down all 3 side's of the porch איך בין נייגעריג אויב איינער ניצט עס פאר סיכות אנשטאט panels?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 7:28 am
דורך farshlufen
יא, ראה ראינו, אבער יענער האט סיי ווי א צוים דערנעבן, אנדערש פרעגט אייער מורה הוראה איבער די כשרות דערפון.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 7:56 am
דורך אנכי
ניקעל האט געשריבן:איך פארדינג מיין סוכה ברעטער וויפעל איז די פרייז וואס איך קען /מעג בעטען? סאיז 14 ברעטער אלט פיר יאר וויפעל קען איך בעטען פון יענעם?
לכאורה תוכל ליקח לערך בין עשרה לעשרים דאלער עבור כל קרש וקרש (המחיר של עצי סוכה חדשים עולה כהיום לערך בין 30 ל38 דאלער).
אגב אורחא, אם הבית דירה של השוכר ג"כ אינו שלו רק משלם דמי שכירות, אז נמצא שיקיים "תשבו כעין תדורו" במלוא מובן המלה, דהיינו שגם עבור הסוכה משלם דמי שכירות.