סוכה צענטער + וועלכע סארט סוכה פארמאגט איר?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2011 2:54 pm

שכוח מי יודע
די קלענערע פענעלס, (די פון צוויי פוס) וויפיל איז פער פענעל?

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2011 3:59 pm

איך מיין 110 120 יענע געגנט
איך בין נישט קיין סוכה סוחר, איך האב נאר אויך געפלאנט דאס צו קויפן היי יאר, אבער זעענדיג אזעלכע פרייזן שטיי איך ווייט דערפון

אולי אין וומסב"ג איז ביליגער, מי יודע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2011 4:05 pm

פיל טאנקס

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 10:51 am

ווי א שטורעם ווינט האט זיך מיין שוואגער ארויפגעריקט צו מיר אהיים אויף מיין פארטש בויען א סוכה... להכעיס איזעס געווען א טראפקעלע צו גרויס פאר מיין 4X8 פארטש...

אז ס'גייט נישט אויף דעם וועג, האטער אנגעפאנגען ארומצוקאלן איבער פרייזן פאר סוכות, און ער קאלט מיך אן אז ס'דא א ביליגע סוכה... גיי אריין צו... בלא בלא בלא...

איך בין אריין צו סוכה צענטער אויף לי עוו, און למעשה האבעך אהיימגעוואקט מיט זייער סוכה, אקעי, נישט מיט די סוכה, דאס דעליווערן זיי, איך רעדט מיט די צעטיל אז כאב באצאלט פאר די סוכה, איך האב גענומען א 3 1/2 ביי 6, 3 ווענט, (2 מאל 3 1/2 און איין מאל 6) איך האב הנאה צו ליינען דא אז דער עולם איז צופרידן דערפון.

אצינד מוז איך האבן א שלאק... (כי כי כי, יעדער זאגט די זעלבע דזשאוק, "האסט נאכנישט חתונה געהאט?") איך האלט נישט ביים ארבייטן דערפאר, קעמען ערגעץ קויפן א רעדי זאך?

פרייזן פון ברעטער, א 2 פיסיגע אן א פענסטער קאסט 110.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 11:08 am

א 8*4 פארטש ? רח...
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 11:24 am

אין אונגארן זענען די פארטשעס גרעסער, רייט?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 11:37 am

עה.. די מוחות זענען קלענער ממילא קוקט אלעס אויס גרעסער
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 11:53 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אין אונגארן זענען די פארטשעס גרעסער, רייט?



יאפס כקען אייך נאך בארגן א שטיקל שטח אויף מיין פארטש
Liberalism is a mental disorder

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 11:54 am

איך האב זיך אויך איינגעהאנדלט דעם סוכה דיפאו סוכה, לויטן ראט פון די חשובע חברי הקרעטשמע. און ב"ה איך קען זאגן איך בין זייער צופירדן דערפון. גוטע סערוויס, שיינע און גרינגע ברעטער, גרינג צוזאמצושטעלן. פון די אנדערע זייט האט מיין ברודער געקויפט א לייטער סוכה, איך ווייס נאכנישט צי ער איז אזוי צופירדן אבער איך האב נישט ליעב די קואליטעט פון די אייזענעס ארום די ברעטער. סוכה דיפאו איז שיין סטעינלעס סטיל און איז געשמאק אנצוכאפן, דאקעגן לייטערס נישט.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 1:57 pm

איך כאפ נישט וואס מען רעדט דא, וואס איז סוכה דיפאט סוכה און וואס איז לייטער? רעדט מען נישט פון די סוכה מיט די אייזענס און פענעלס? נו איז דא צוויי סארט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 2:34 pm

קאמפעטאציעס

זייער ענליכע סוכות
kraitchmah עט גימעיל

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 3:17 pm

אונגארישער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אין אונגארן זענען די פארטשעס גרעסער, רייט?


יאפס כקען אייך נאך בארגן א שטיקל שטח אויף מיין פארטש

אז עס איז דא פלאץ אין הארץ איז דא פלאץ פאר אלס און אלעמען.

אזוי איז עס ביי די אונגארישע אלעס נעמען זיי צום הארץ אפילו די הויזן.
ועמך כולם צדיקים

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 4:16 pm

שנאפס האט געשריבן:קאמפעטאציעס

זייער ענליכע סוכות


איך האב אייביג געוואוסט אז סוכה דיפא איז ביליגער. און לייטערס איז טייערער. אבער כהאב פריער באזוכט זייער וועבזייטל, און כ'זעה אז ס'די זעלבע פרייזן!! וואס גייט דא פאר?
גוט א קוק, למשל, א 6 ביי 8, קאסט ביי ביידע צווישן 11 הונדערט און 12 הונדערט דולער.
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש אוקטובער 08, 2011 9:35 pm

א גוטע וואך, א גוט יאר, א זיס און לעכטיג יאר פאר אלע יודישע קינדער...

היות מיין סוכה איז נאכנישט אנגעקומען אבער מוצאי יום כיפור אידעך א ענין עפעס צו טוהן פאר די סוכה, ברענגעך ארויף דעם אשכול, אזוי וועלעך האבן געטוהן עפעס פאר די סוכה...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מוצ"ש אוקטובער 08, 2011 9:47 pm

סוכה מאכער, וואס דארפסטו נאך א שלאק?
קוק דיך אים וואס אנדערע האבן אויף דיין בלאק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אוקטובער 09, 2011 12:53 pm

שנאפס האט געשריבן:קאמפעטאציעס

זייער ענליכע סוכות

איז דא ערגעץ וויי זיי ווייזן ווי מען שטעלט עס צוזאם

איך האב חשק עס צו קויפן (דאס יאר מן הסתם שוין נישט מיין סוכה שטייט שוין ב"ה) אבער איך האב אביסל מורא, אמאל פלעגט זיין די ספעיס סעווער סוכה (קען זיין ס'איז נאך היינט דא איך האב עס אבער אין ערגעץ נישט געזען) געזאגט האט מען אז ס'איז גרינג, למעשה האב איך געהאט א גיהנום דערמיט, איך וויל וויסן אויב לייטער איז די זעלבע צו בעסער?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג אוקטובער 09, 2011 1:17 pm

אין וויליאמסבורג אויף ליע עוו ביי ראדני סט איז דא אויפגעשטעלט ביידע, סיי לייטערס און סוכה דיפאו, מ'קען אריינגיין באטראכטן
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוקטובער 09, 2011 1:49 pm

נעכטן נאכט געקריגן די סוכה, און ס'שטייט שוין...

עני שלאק עוועלעבעל?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 8:53 am

תגובהדורך גולם » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 8:30 am

האט איינער עקספיריענס מיט סכך מסוכך?
פאריאר איז מיין סכך פארשימלט געווארן פון דע רעגן'ס זוך איך יעצט עפעס א גוטע סכך, עני רעקאמענדעישאנס?
שקויעך פון פראנויס
בינעך א ליימענע גולם

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 10:13 am

וועלכעס איז דאס סכך מסוכך?

איך זוך נאך אויך צו קויפן א סכך, וועלכע איז גוט?

גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 8:53 am

תגובהדורך גולם » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 7:13 pm

סכך מסוכך האבעך געזען אין סאטמאר 53 סיז אזא געפלאכטענע סכך סיז מיר געפאלן אבער כ'וויל וויסן אויב סע טאקע גוט עני אינפא?
בינעך א ליימענע גולם

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוקטובער 12, 2011 12:36 am

ביקסאד האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:איך האב א נערוו אבער ס'האט א שטיקל האפט, אז די לייטער'ס סוכה ומיניהם איז הלכה'דיג שוואכער ווי אנדערע סוכות, פאקטיש איז דער סטראקטשער פון די סוכה געמאכט פון אייזן, דהיינו א דבר המקבל טומאה, אמת ס'איז דא אזעלכע האלטער'ס ווי מ'לייגט אריין ברעטער און די סכך איז נאר מעמיד ע"ג מעמד, אבער די מציאות איז אז די סכך האלט זיך אויף אייזן, לפי החזון איש איז אזא סוכה נישט אויסגעהאלטן, ווידערום די פענעלס וואס זענען פון האלץ דער סטראקטשער איז האלץ, אפי' ווען מ'לייגט אריין אפאר נעגל, אבער אויב גיי איך צום שורש, דער שורש איז האלץ א דבר שאינו מקבל טומאה,

שיטת הב"ח.

איך בין אומבאקאנט אין די שיטה פון מעמיד און מעמיד על גבי מעמיד, קען מיר איינער זאגען אויב מיין סוכה איז אויסגעהאלטן?

איך האב א סוכה פון 3 ברעטער ביי 3 ברעטער, די סכך (קיינעס) האלט זיך אויף 2 ביי 3 ברעטער וואס זענען אריינגעשרויפט אין די ווענט, ווי אויך אויף אזא 2X3 וואס לויפט דורך אינמיטן סוכה און ליגט אויף אייזערנע האלטערס (אנע שרויפן). ברויך מען נאך עפעס אונטערלייגן?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אוקטובער 12, 2011 7:09 am

איך האב אויך לייטער סוכה אבער איך נוץ נישט די אייזערנע האלטער פאר די סכך מטעמא דשאץ הנ״ל
איך האב ארויף געדרילט האלצערנע לייסטלעך צו די פרעים און אויף דעם לייג איך ארויף האלצערנע לייסטלעך אין די ברייט פון די סוכה האב איך שוין יוצא געווען מעמיד דמעמיד
און דער חזו״א וואס שאץ האט דערמאנט, לויט אים קען מען נישט נוצן בכלל א סוכה וואס האלט זיך אויף שרויפן ווייל נאך אלעם איז דאס א מעמיד פאר די סכך וואס אנדעם האט די סכך נישט קיין קיום
די חזון איש׳ניקעס האבן אזא סארט סוכה וואס איז כל כולו פון האלץ, הגה״צ מאנטעווידיעאר רב זצ״ל האט אויך מחמיר געווען און געהאט אזא האלצערנע פרעים פאר די סכך וואס האט זיך אינגאנצן נישט אנגעהאלטן אויף די ווענט אדער זיך צאם געהאלטן מיט שרויפן

אמאל פאר יארן צוריק האב איך אויך געהאט די ׳ספעיס סעיווער סוכה׳, קען זיין אנדער האבן זיך געמוטשעט דערמיט אבער פאר מיר איז עס זייער באקוועם געווען, אולי ווייל איך האב עס גענוצט אויף פארטש, עס איז געווען כמעט די זעלבע איידיע וואס א גרויסער עולם נוצט היינט קארא-פלעסט פאר די ווענט (די סארט וועלכע מנוצט פסח) נאר סיז געווען היבש דיקער און שמעלערע שטיקלעך

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:29 am

ארויפגעברענגט צום סוכה סעזאן

וואס זאגט דער עולם איז לייטער בעסער אדער סוכה דיפאט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 10:15 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:איך האב א נערוו אבער ס'האט א שטיקל האפט, אז די לייטער'ס סוכה ומיניהם איז הלכה'דיג שוואכער ווי אנדערע סוכות, פאקטיש איז דער סטראקטשער פון די סוכה געמאכט פון אייזן, דהיינו א דבר המקבל טומאה, אמת ס'איז דא אזעלכע האלטער'ס ווי מ'לייגט אריין ברעטער און די סכך איז נאר מעמיד ע"ג מעמד, אבער די מציאות איז אז די סכך האלט זיך אויף אייזן, לפי החזון איש איז אזא סוכה נישט אויסגעהאלטן, ווידערום די פענעלס וואס זענען פון האלץ דער סטראקטשער איז האלץ, אפי' ווען מ'לייגט אריין אפאר נעגל, אבער אויב גיי איך צום שורש, דער שורש איז האלץ א דבר שאינו מקבל טומאה,

יהיה כן האט געשריבן:איך האב אויך לייטער סוכה אבער איך נוץ נישט די אייזערנע האלטער פאר די סכך מטעמא דשאץ הנ״ל
איך האב ארויף געדרילט האלצערנע לייסטלעך צו די פרעים און אויף דעם לייג איך ארויף האלצערנע לייסטלעך אין די ברייט פון די סוכה האב איך שוין יוצא געווען מעמיד דמעמיד
און דער חזו״א וואס שאץ האט דערמאנט, לויט אים קען מען נישט נוצן בכלל א סוכה וואס האלט זיך אויף שרויפן ווייל נאך אלעם איז דאס א מעמיד פאר די סכך וואס אנדעם האט די סכך נישט קיין קיום
די חזון איש׳ניקעס האבן אזא סארט סוכה וואס איז כל כולו פון האלץ, הגה״צ מאנטעווידיעאר רב זצ״ל האט אויך מחמיר געווען און געהאט אזא האלצערנע פרעים פאר די סכך וואס האט זיך אינגאנצן נישט אנגעהאלטן אויף די ווענט אדער זיך צאם געהאלטן מיט שרויפן

אמאל פאר יארן צוריק האב איך אויך געהאט די ׳ספעיס סעיווער סוכה׳, קען זיין אנדער האבן זיך געמוטשעט דערמיט אבער פאר מיר איז עס זייער באקוועם געווען, אולי ווייל איך האב עס גענוצט אויף פארטש, עס איז געווען כמעט די זעלבע איידיע וואס א גרויסער עולם נוצט היינט קארא-פלעסט פאר די ווענט (די סארט וועלכע מנוצט פסח) נאר סיז געווען היבש דיקער און שמעלערע שטיקלעך


איז דאס טאקע א פראבלעם? איך האב אויך א לייטער סוכה, איך טי וואס מיין טאטע זז"ג טיט אלע יארן מען לייגט אויף די ביעמס נאך א דין שטיקעל האלץ אלץ א מעמיד דמעמיד


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט