בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 9:43 am
דורך סתם_אזוי

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 9:55 am
דורך פאטאקי08
וויפיל דארף צי קאסטן א ביהמד סוכה בערך 12 ביי 12?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 11:41 am
דורך farshlufen
ארום 13 - 14 מאות.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 1:45 pm
דורך פאטאקי08
א גרויסען שכח אייך

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 10:03 pm
דורך וואדקע
איינער ווייסט מער איבער די נייע מין סוכה וואס מען ראלד אראפ די ווענט?
עס קען האבען פענסטער? האט עס א טיר אויך אדער איז עס טאקע נאר פאר א פארטש ווי די סוכה האט נאר דריי ווענט?
איך ווייס אז זיי האבען א שוי רום אבער ס'איז גרינגער צו פרעגען פון איינעם וואס איז שוין דארט געווען...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 01, 2010 2:01 pm
דורך משמש
האט איינער עקספיריענס מיט סחורה'נע סוכות???

וויפיל קאסט עס?

איז עס גוט?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 01, 2010 2:16 pm
דורך גימעל
איך נוץ א סחורה'נע סוכה'לע, געקויפט ביי 'סוכה דיפאו' פרעג מיר נישט וועלכע ווייל איך געדענק נישט, איך האב עס געקויפט 3 יאר צוריק און האב זייער הנאה דערפון.

עס האט מיר געקאסט: א 6x8 פיס סוכה, מיט ראול אפ סכך אינקלאדעט פאר $600 - $650.

אויב ס'איז גוט: לגבי דאס אויפשטעלן איז לית טב מיניה... אין קארגע 5 מינוט שטייט די סוכה מיט די סכך אויף דעם!
לגבי דאס שטארקייט, איז עס נישט זייער שטארק, אבער אויב ס'איז נישט אויף א ווינטיגע פלאץ אדער אויב ס'האט גענוג סופארט פון די זייטן, איז עס קיין פראבלעם.
ביי מיר האט זיך די סוכה צוזאמגעלייגט אינמיטן שמחת תורה, אבער נאך יו"ט האט סוכה דיפאו מיר געטוישט די ציבויגענע אייזענעס פאר אומזונסט.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 05, 2010 7:58 pm
דורך פאטאקי08
farshlufen האט געשריבן:ארום 13 - 14 מאות.


למעשה האב איך פאר ווייניגער ווי די פרייז געבויעט א
12 ביי 28
מיט בעמבא סכך
שטייצעך אן א שלאק

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 05, 2010 9:58 pm
דורך שוועמל
מסתמא האסטו גענומען די דינע פענעלס דעמאלטס.

א ביהמ"ד נוצט געווענליך די דיקערע פענעלס.
אויך האסטו נישט געשריבן וויפיל זייטן האסט געבויט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 06, 2010 8:11 am
דורך פאטאקי08
פיר זייטן
געבויעט מיט 2/4 מיט פלייוואד 3/8 טאטעל 20 פלייוואדס מיט 2/4/8'ס מיט 2/4/12'ס געקאסט 520$
סכך 12 פיסיגע בעמבוס מיט 2/4'ס אונטער דעם פאר מעמיד דמעמיד... געקאסט 650$
וואס נאך האסטו געוואלט וויסן?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:28 pm
דורך אויפריכטיג
איך ברענג ארויף דעם אשכול ווייל איך וויל דאס יאר קויפן א סוכה און איך וויל וויסן וואס איז דאס בעסטע און ביליגסטע צו קויפן.

איך גלייך טאקע די אלטע פענעלס, אבער צו סטארידזשען נעמט עס אויף אסאך פלאץ, אזוי אויך וויבאלד איך וועל לכאורה נאכנישט האבן א שלאק אדער אונינג דאס יאר, האב איך מורא אז די ברעטער וועלן קאליע גיין אין פאל פון רעגן. וואס זאגט דער עולם דערוועגן?

איך האב נאך פראבלעם מיט די אלטע ברעטער, מיין פארטש עפענט זיך די טיר פון הויז אויף ארויס און דערנאך איז דא טיר פונעם פארטש געיט און דאס גייט אויך אריין צום חלל פונעם פארטש, דערפאר האב איך געקלערט אז איך וועל דעם אייזערנעם טיר לאזן אפן א גאנץ סוכות און כדי די בסוכה טיר זאל נישט אויפנעמען צופיל פלאץ האב טראכט איך אז דאס בעסטע וועט מיר זיין אויב איך וועל קויפן א לייטער סטייל סוכה ווייל דאס האט א סליידינג טיר וואס נעמט נישט אויף קיין פלאץ.

איז פאראן עפעס אן עצה צום טיר פראבלעם מיט די ברעטער?

און אויב די לייטער סטייל, וועלכע קאמפאני איז רעקאמענדירט אלס דויערהאפטיג און דאס ביליגסטע.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 12:45 am
דורך אךשמח
מאמענטאל געדענק איך נישט דעם פרייז וואס כ'האב געצאלט פאר מיין סוכה פון "סוכה דיפאו" פון וואס איך בין שוין עטליכע יאר צופרידן און טו עס שטארק רעקאמענדירן פאר ווער ס'פרעגט מיר איבער א גוטע סוכה.

ס'דא א צווייטע קאמפאני וואס טענה'ט אז זיי זענען די ערפינדער פון דעם סארט באקוועם-אויפצושטעלן סוכה און טוען שטארק אראפרייסן אין זייערע עדווערטייזמענט דעם "סוכה דיפאו", אבער מיר זעט אויס שענער דער סוכה און איך האב עס שוין עטליכע יאר אן קיין פראבלעמען און ס'האט גע'קאסט ביליגער.

ווען מ'פרעגט מיר זאג איך אז ענדערש צאל אביסל מער פאר א גוטע סוכה, וואס אין די לאנגע יארן פון איר באנוץ וועט זיך עס פיל מאל אויסצאלן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 1:55 pm
דורך טהור-עיניים
איך נוץ שוין לאנגע יארן א פענעל סוכה, און עס האט שוין אסאך מיטגעמאכט, אריינגערעכענט האריקעין איירין, און עס שטייט ב"ה במלוא הודו והדרו. איך וואלט עם נישט איינגעטוישט פאר סיי וואס.

איך פלעג נוצן צו דעם לייטער שלאק, (דעם ערשטן ווערסיע, די היינטיגע זענען שוין בעסער), אבער היינטיגע צייטן האב איך שוין א אונינג ב"ה.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 2:08 pm
דורך הורוויץ
אךשמח האט געשריבן:מאמענטאל געדענק איך נישט דעם פרייז וואס כ'האב געצאלט פאר מיין סוכה פון "סוכה דיפאו" פון וואס איך בין שוין עטליכע יאר צופרידן און טו עס שטארק רעקאמענדירן פאר ווער ס'פרעגט מיר איבער א גוטע סוכה.

ס'דא א צווייטע קאמפאני וואס טענה'ט אז זיי זענען די ערפינדער פון דעם סארט באקוועם-אויפצושטעלן סוכה און טוען שטארק אראפרייסן אין זייערע עדווערטייזמענט דעם "סוכה דיפאו", אבער מיר זעט אויס שענער דער סוכה און איך האב עס שוין עטליכע יאר אן קיין פראבלעמען און ס'האט גע'קאסט ביליגער.

ווען מ'פרעגט מיר זאג איך אז ענדערש צאל אביסל מער פאר א גוטע סוכה, וואס אין די לאנגע יארן פון איר באנוץ וועט זיך עס פיל מאל אויסצאלן.


איך האב אויך די זעלבע עקספיריענס, זייער סערוויס איז געוואלדיג, זיי האבן דאכצעך סטארס אין יעדע יודישע געגנט אינטערנאציאנאל, און אפילו דער פרייז קומט נישט אויס קיין סאך מער ווי א גוטע פענעל סוכה ווען מ'נעמט אין חשבון אלע זייטיגע קאסטן ווי פרעמ'ס ביעמ'ס וכדו'.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 5:46 pm
דורך thefact
וואס זענען זייערע פרייזן אויף א פענעל סוכה (סוכה דעפאט)?
אויף זייער סייט שטייט נישט

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 6:17 pm
דורך farshlufen
אויב דו רעדסט אביסל היברו קענסטו אריינרופן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 11:27 pm
דורך אךשמח
אט האט זיך ביי מיר עמיצער אנגעפרעגט און איך האב שטארק אויסגעלויבט מיין סוכה און מיין צופרידנהייט דערפון, אבער יענער האט זיך גע'עקשנ'ט אז ער גלייכט בעסער די איידיע אז 'לייטערס סוכה' איז א היימישער איד און איז אפן א גאנץ יאר (?) און ס'דא מיט וועם צו רעדן.

איך האב אים געזאגט, גיי אוואו דו ווילסט. פרעג מיר אן עצה, נאר אויב דו ווילסט הערן וואס איך האב צו זאגן!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 12:55 pm
דורך דארפסמאן
אךשמח האט געשריבן:אט האט זיך ביי מיר עמיצער אנגעפרעגט און איך האב שטארק אויסגעלויבט מיין סוכה און מיין צופרידנהייט דערפון, אבער יענער האט זיך גע'עקשנ'ט אז ער גלייכט בעסער די איידיע אז 'לייטערס סוכה' איז א היימישער איד און איז אפן א גאנץ יאר (?) און ס'דא מיט וועם צו רעדן.

איך האב אים געזאגט, גיי אוואו דו ווילסט. פרעג מיר אן עצה, נאר אויב דו ווילסט הערן וואס איך האב צו זאגן!!


אזוי קען מען פרעגן א עצה אויב די סוכה צוברעכט זיך אינמיטן פסח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 2:13 pm
דורך ברוך
לעצטע יאר, בינעך נישט געווען אינדערהיים אויף יום כיפור.

מאנטאג צופרי האב איך געלאנדעד און אמעריקע און גלייך צוגעגאנגען די אר ענד אר לאמבער און זיך איינגעהאנדעלט א סוכה אויף יו"ט, מיטן פלאן נישט צו מאכן א שלאק.
למעשה א טאג פאר יו"ט האב איך געטראפען צוויי בחורים וואס האבן מיר עס אויפגעשטעלט שנעל און גוט. (זיי האבן איינגעקויפט וואס מען ברויך אויכעט)

למעשה היי יאר האבן זיי שוין חתונה בשטו"מ. און איך בין אובד עצות. וואס איז די גרינגסטע בעסטע שלאק? די סוכה זעלבסט איז 4 ווענט אויףא בעק-יארד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 5:56 pm
דורך שאלת_חכם
קודם מען פארגעסט נישט וויזוי צו מאכן א שלאק ביז מגייט ארבעטן, סהאט גארנישט מיט די חתונה

צווייטענס איך זעה בחורים איבעראל אינטער די פיס קענסט זיכער טרעפן נאך א בחור וואס פארשטייט דערצו

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 4:04 pm
דורך שאץ מאץ
איך האב א נערוו אבער ס'האט א שטיקל האפט, אז די לייטער'ס סוכה ומיניהם איז הלכה'דיג שוואכער ווי אנדערע סוכות, פאקטיש איז דער סטראקטשער פון די סוכה געמאכט פון אייזן, דהיינו א דבר המקבל טומאה, אמת ס'איז דא אזעלכע האלטער'ס ווי מ'לייגט אריין ברעטער און די סכך איז נאר מעמיד ע"ג מעמד, אבער די מציאות איז אז די סכך האלט זיך אויף אייזן, לפי החזון איש איז אזא סוכה נישט אויסגעהאלטן, ווידערום די פענעלס וואס זענען פון האלץ דער סטראקטשער איז האלץ, אפי' ווען מ'לייגט אריין אפאר נעגל, אבער אויב גיי איך צום שורש, דער שורש איז האלץ א דבר שאינו מקבל טומאה,

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 4:53 pm
דורך farshlufen
ברוך'ל, ווי האנטליך [הענדי בלע"ז] ביסטו?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 4:40 am
דורך ביקסאד
שאץ מאץ האט געשריבן:איך האב א נערוו אבער ס'האט א שטיקל האפט, אז די לייטער'ס סוכה ומיניהם איז הלכה'דיג שוואכער ווי אנדערע סוכות, פאקטיש איז דער סטראקטשער פון די סוכה געמאכט פון אייזן, דהיינו א דבר המקבל טומאה, אמת ס'איז דא אזעלכע האלטער'ס ווי מ'לייגט אריין ברעטער און די סכך איז נאר מעמיד ע"ג מעמד, אבער די מציאות איז אז די סכך האלט זיך אויף אייזן, לפי החזון איש איז אזא סוכה נישט אויסגעהאלטן, ווידערום די פענעלס וואס זענען פון האלץ דער סטראקטשער איז האלץ, אפי' ווען מ'לייגט אריין אפאר נעגל, אבער אויב גיי איך צום שורש, דער שורש איז האלץ א דבר שאינו מקבל טומאה,

שיטת הב"ח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 1:02 pm
דורך יהיה כן
ווייסט איינער ווי אזוי ס׳לויפט די פרייזן פון א לייטער סוכה
איינער וויל מיר פארקויפן א גענוצטע סייז 8 און א האלב ביי 6

וואס קאסט דאס נייערהייט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 1:43 pm
דורך מי יודע
150 דאלער א פענעל פון 4 פיס