Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אויפהענגען נוי סוכה

דינסטאג ספטמבר 22, 2009 2:34 pm

איך וויל פרעגן די וואס האבן שוין עקספיריענס.

איך האב יעצט די ערשטע מאל א סוכה וואס איז ענליך צו א לייטערס סוכה. די מעלות דערפון ווייס איך שוין. יעצט די שאלה איז וויאזוי הענגט מען אויף נוי סוכה?

Advertisement

דינסטאג ספטמבר 22, 2009 2:40 pm

Funtak

דינסטאג ספטמבר 22, 2009 2:40 pm

וואספארא מין באשעפעניש איז דאס? וואו קאן מען דאס קויפן?

דינסטאג ספטמבר 22, 2009 2:55 pm

סאיז א געוויסע קלעבעדיגע זאך (אזוי ווי סיליפוטי) סהאלט זייער שטארק און סקומט זייער גוט אראפ פון די וואנט.
גיי אריין אין סיי וועלכע הארדווער סטאר און בעט עס פון זיי, זיי וועלן זיכער וויסן וואס דאס איז, יעצט פאר סוכות גייט עס ווי מצה וואסער.

דינסטאג ספטמבר 22, 2009 2:58 pm

היות איך האב די זעלביגע פראבלעם ווי סתם וויל איך מיך באדאנקן פאר ענק ביידע.

דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:09 pm

אלף בית האט געשריבן:Funtak


איך האב עס געניצט איין יאר
די ערשטע טאג סוכות איז געווען פיין הייס די זין האט געבאקען, די ווענט פין די סוכה איז געווארן הייס , אין אלע פאן טעגס האבן זיך אפגעקלעבט
איך האב געהאט שיינע שטערנס אויף די פלאר

דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:14 pm

דאבעל סיידעד טעיפ, מען קען עס קויפן אין הארדוועיר סטאר, עס איז שווער אראפצונעמן נאך יוםטוב

דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:17 pm

גם אני מצטרף, ייש"כ! כ'האב נישט געהערט דעפון בעפאר, וועל מיר גיין אנפרעגן ביים הארדוועיר סטאר וועגן דעם.
--------
אונגי האקט איבער, מען זאל נישט געפראו'ווט ווערן.. לויטן מדרש גייען די אומה"ע אזוי געפראו'ווט ווערן לעת"ל, זיי וועלן זיך אריינזעצן אינעם סוכה, הקב"ה יוציא חמה מנרתיקה, און אלע נוי סוכה וועלן זיי פאטשען אין פנים - אזש זיי וועלן זעהן "שטערנס"...

דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:19 pm

3m command

דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:19 pm

צים זאק :lol:

דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:22 pm

יאנאש האט געשריבן:איך נוץ גלו גאן צו לייגן די נוי סוכה, די ערשטע יאר האב איך גענוצט די קלעבעדיגע פוטי אבער עס האט נישט געטויגט.

דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:51 pm

עס ווענדט זיך פאר וועלכע נוי סוכה, אבער פאר רוב נוי סוכה איז כדאי צו קויפן קליינע סאקשען קאפס, און דאס לאזט נישט איבער קיין צייכענעס און עס פאלט נישט אראפ פון די זון.

דינסטאג ספטמבר 22, 2009 3:54 pm

ארויף לכבוד סוכות.

דינסטאג ספטמבר 22, 2009 5:54 pm

מען קען נוצן וועלקרא

מיטוואך ספטמבר 23, 2009 9:06 am

farshlufen האט געשריבן:3m command

וויאזוי ארבעט דאס? איז דאס וועלקרא אדער גלא?

מיטוואך ספטמבר 23, 2009 9:11 am

הרה סת"ם, דאס איז א היי קוואליטי דאבל סיידעד טעיפ, פון די פירמע 3m [נישט פארטוישן מיט טריאו..] וואס דארף זיך האלטן שטארק און פארט אראפקומען גרינג.

מיטוואך ספטמבר 23, 2009 9:14 am

זעהט אויס גוט. איינער האט עקספיריענס מיט עס?

דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 12:35 pm

דאס וועט זיין גוט אויך פאר די סטרינגס וואס איך לייג ארום שטערנס, ווייל די פאנטעג ארבעט עפעס נישט אויף דעם.

דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 1:02 pm

למעשה האב איך געקויפט די 3M קאמענד וואס פארשלאפן האט געלינקט. נאך יו"ט וועל איך אפדעיטן מיין "אייגענע עקספיריענס" דערמיט.

וועלכע סארט סוכה פארמאגט איר?

זונטאג אוגוסט 29, 2010 12:47 pm

איך עפן דעם אשכול מען זאל זיך קענען דא דורכשמועסן וועלכע מינע סוכות דער עולם נוצט, די מעלות און חסרונות וואס יעדע סארט סוכה האט, און אזוי ווייטער...

איך כשלעצמי האב געקויפט פאר צוויי יאר צוריק א פענעל סוכה, קיין געדולד עס צו בויען דעם יאר פארמאג איך נישט, (איך וואוין אין מאנסי און איך בוי מיין סוכה אויף א שיפע פלאהר, ממילא דארף איך בויען צו דעם א פלאהר) עכ"פ וויל איך דא פרעגן וואסערע אופציעס איז נאך דא, פון די אלע מינע סוכות, לייטערס, איזי-לאק, וכו' וכו' וואס לוינט יא און וואס לוינט נישט??

זונטאג אוגוסט 29, 2010 12:50 pm

בעיקר וויל איך וויסן וועגן די איזי-לאק...

זונטאג אוגוסט 29, 2010 1:00 pm

איך האלט אז די בעסטע איז נאך די פענעל סוכה
עס איז די שטערקסטע און איבער הויפט די זאגסט אז די דארפסט מאכען א פלאר
אין נאך מער מען קען מאכט די פענעל סוכה אז די זאלסט אפוילו נישט דארפען ניצען א דריל במשך פון די גאנצע ארבעט

זונטאג אוגוסט 29, 2010 1:04 pm

גוט געזאגט,

הוא אשר דברתי, איך האלט נישט ביים מאכן קיין פלאהר. פינטל.
איך וויל א סוכה וואס ס'זאל נישט אויספעלן צו מאכן א פלאהר.

און דאס וואס דו זאגסט בנוגע א דריל, קודם כל איך האב גארנישט קעגן נוצן א דריל, און צווייטנס מיין איך אז די אלע אנדערע סוכות דארפן אויך נישט קיין דריל.

זונטאג אוגוסט 29, 2010 1:12 pm

הרב תרנגול,
וויאזוי ווילט איר בויען א סוכה אויף א שיפע פלאץ, אהן א פלאהר?

(איך ניץ א פענעל סוכה, איך בין זייער צופרידן דערפון ווייל ס'איז די מערסטע פלעקסיבל צו וועלכע סייז איך וויל עס נוצן, און אזוי אויך צו די שלאק.
און אויב איך וויל עפעס משנה זיין אין די סוכה קען איך קויפן די פארטס אין א לאמבער יארד, איך ברויך נישט גיין דייקא צו די קאמפעני וואס איך האב געקויפט די סוכה)

זונטאג אוגוסט 29, 2010 1:26 pm

די זאך איז אז ס'איז נישט ממש אויף א שיפע פלאץ, ס'איז נאר נישט אינגאנצן גראד, און טאקע פאר א פענעל סוכה פעהלט זיך טאקע אויס א פלאהר ווייל עס איז א דבר גוש און די סוכה דארף זיך קענען באלאנסירן, אבער איך וויל וויסן צו למשל די אי-זי לאק סוכה וואס איז געמאכט פון אייזענעס מיט הארטע סחורה צו דאס וואלט אויך גוט געווען און אהן א פלאהר?...
שרייב א תגובה

Advertisement