מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

איך באמערק שוין צום דריטן מאל לעטצנס אין "לוח הציבור" (פון בארא פארק) אן ארטיקל (ווארשיינליך פאר ביזנעס - אבער דאך זעט ער אויס צו די זאך) איבער אריינשיקן ס'בחור'ל אין ישיבה קטנה א.א.וו.
און זעט מיר אויס אז ס'קאן זיין דא לתועלת הציבור, ברענג איך עס אהער דא.
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

פון לוח הציבור דאנערשטאג פ' תולדות תשפ"ב
[align=center]מדריך להרשמה בישיבה קטנה (1)

אונזער מטרה מיט דעם קאלום
[/align]

"מיין כיתה ט' בחור איז נאך נישט אנגענומען אין קיין ישיבה קטנה!", "אלע ישיבות זענען שוין פול און נעמען שוין אהן קיין בחורים!", "איך האב גארנישט געוויסט וואס פאר א מיטמאכעניש דאס איז איינצושרייבן מיין בחור אין א ישיבה קטנה!"

אט אזעלכע און עהנליכע פראזן הערן מיר כסדר פון זייער אסאך עלטערן דורכאויס די יארן.
די שרייבער פון די שורות, ליגט אין דעם נושא שוין עטליכע יאהרן. זייענדיג זייער באהאווענט אין אט די סוגיא פון איינשרייבן – און אנ-נעמען בחורים אין ישיבות קטנות, האבן מיר איינגעזעהן אז פיהל פון די פראבלעמען וואס מאכן זיך, ווערן באשאפן פון חסרון ידיעה ביי זייער אסאך עלטערן.

פארהאן היפש עלטערן וואס האבן בחורים אין כתה ט', און זענען פארנומען מיט זייער אייגענע געשעפטן, און ווייסן נישט די א'-ב' פון דער פעלד פון איינשרייבן א בחור אין ישיבה קטנה. דאס איז געזאגט געווארן אפילו פאר עלטערן וואס האבן שוין עלטערע בחורים, און כל-שכן פאר עלטערן וואס האבן יעצט צום ערשטן מאל א בחור אין כתה ט'.
נאכן זיך דורכרעדן מיט אנדערע מנהלים און מגידי שיעור וואס זענען באקאנט אין דעם פעלד, האט דער שרייבער זיך אנגעטראגן צו אונז מיט אן עצה טובה, אז אין די קומענדיגע פאר וואכן זאלן מיר ווידמען א ספעציעלע קאלום צווישן אונזערע שורות מיט פארשידענע עצות און טיפס וואס וועלן זיין בייהילפיג, און וועט בעז"ה ובסייעתא דשמיא לינדערן איבעריגע און אומזיסטע קאפ-וויי, וואס פאסירט פון אומוויסענדקייט.

מיר ווילן קלאר מאכן, אונזער מטרה איז "נישט" צו טוישן די "סיסטעם". מיר וועלן בלויז שרייבן לויט די יעצטיגע מציאות, אָן אריינגיין אין עניינים וואס זענען אפן פאר דעבאטע.

אויך וועלן מיר גערן צוריקהערן שאלות און קאמענטארן פון ליינער, אבער מיר וועלן זיך נאר באציען צו אזוינע קאמעטארן וואס קענען אויסגעשמועסט ווערן ברבים.

[align=center]פאלגט נאך אין די קומענדיגע וואכן, און לאזט אייך הערן אויף: com.gmail@9729314

טייל פון די נושאים וואס וועלן אויסגעשמועסט ווערן:
אין וועלכע ישיבה זאל איך איינשרייבן מיין בחור?
אין וויפיל ישיבות זאל איך איינשרייבן מיין בחור?
ווען איז איז די ריכטיגע צייט זיך איינצושרייבן?
ביי וועמען זאל איך מיך נאכפרעגן צו וויסן ווי איינצושרייבן מיין בחור?
ווי אזוי דער סדר, און ווען דארף איך ערווארטן צוריקהערן פון די ישיבה?
ווי אזוי צו האנדלען ווען איך מ'זאגט אפ מיין בחור?[/align]
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
שפעטער נישט יעצט
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:15 am

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער נישט יעצט »

.
פארשטאנען איז גוט און אויב נישט איז אויך גוט
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

פון לוח הציבור דאנערשטאג ויצא תשפ"ב

[align=center]מדריך להרשמה בישיבה קטנה (2)

ווען איז דער צייט איינצושרייבן אין ישיבה, און אין וועלכע ישיבה זאל איך איינשרייבן?

בעצם איז כתה ט' דער יאר אין וועלכע א בחור ווערט טראנספארמירט פון זיינע יונגעלישע יאהרן צו זיינע בחור'ישע יאהרן, עס איז אין כיתה ט' ווי דער בחור הויבט זיך אהן צו אנטוויקלען, און עס איז אין כיתה ט' ווי דער בחור ווערט אוועקגעשטעלט צו די ישיבה קטנה יארן.

און טאקע דערפאר, מאכן זיך פיל ערענסטע עלטערן דעם חשבון, אז עס איז ריכטיג און ראהטזאם צו ווארטן און זעהן ווי אזוי דער בחור איז מצליח אין כיתה ט', און לויט דעם באשלוסן אין וועלכע ישיבה עס איז דאס פאסיגסטע אים איינצושרייבן. דער אמת איז, אז די עלטערן וואלטן געהאט רעכט, און דער סברה דיקטירט טאקע אזוי - אבער...

דער מציאות איז אנדערש!

דער מציאות היינטיגע צייטן איז, אז דער זמן פון איינצושרייבן אין ישיבות ווערט אלס פאראויס גערוקט פריער. שטייענדיג יעצט פרשת ויצא האבן שוין רוב ישיבות הויפענעס פון אפלעקאציעס. אטאמאטיש ברענגט דאס אז דער טערמין פון זיך איינצושרייבן, ענדיגט זיך אלס פריער און פריער. געוויסע ישיבות )רוב נישט, אבער דאך איז פארהאן עטליכע(, נעמען שוין נישט אהן קיין אפלעקעישענס נאך זאת חנוכה!

דערפאר, איז זייער זייער וויכטיג פאר עלטערן שוין תיכף ומיד אריינצושיקן אפליקעישאן'ס צו עטליכע ישיבות ווי איהר קלערט נאר - אפי' בדרך אפשר - אז איהר ווילט איינשרייבן אייער בחור'ל, און נישט ווארטן, אדער עס אפלייגן אויף שפעטער, ווען רוב ישיבות וועלן שוין האבן פון לאנג געשלאסן זיך איינצושרייבן פארן קומענדיגן זמן.

אינעם קומענדיגע ארטיקל: ווי אזוי בין איך טאקע מחליט אין וועלכע ישיבה צו שיקן מיין בחור?

ביטע לאזט אייך הערן צו com.gmail@9729314[/align]
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

פון לוח הציבור דאנערשטאג וישלח תשפ"ב

[align=center]מדריך להרשמה בישיבה קטנה (3)

אין וועלכע ישיבה זאל איך איינשרייבן מיין זוהן?
[/align]

אט דער שאלה פאדערט מער ווי בלויז איין קורצע ארטיקל, דערפאר וועלן מיר עס איינטיילן אויף עטליכע פאזעס.

עס איז נישט דער ציהל פון אט די ארטיקלן זיך אריינצולאזן אין דער ענדלאזע דעבאטע איבער דער מושג פון "ישיבות למצויינים", צו דאס איז יא גוט אדער נישט גוט. אונזער מטרה איז בלויז צו געבן ראהט, מיט נויטיגע אינפארמאציע פאר אייך חשובע טאטע, וועלכע האט יעצט א בחור אין כיתה ט', כדי איהר זאלט קענען בעז"ה דערגרייכן דאס בעסטע פאר אייער בחור, אָן קיין אומזיסטע קאפ וויי, און עגמת נפש ח"ו.

וועלן מיר צוזאמען שפאנען מקל אל הכבד. צום ערשט אזוי, אויב אייער כיתה ט' בחור לערנט יעצט אין א מוסד וועלכע פארמאגט אויך א ישיבה קטנה, איז בלי שום ספק זאלט איהר אים צום ערשט איינשרייבן אין דער ישיבה קטנה. איהר דארפט זיין פארזיכערט מיט א ישיבה פאר אייער בחור פאר'ן קומענדיגען יאהר, מ'ווייסט קיינמאל נישט ווי אזוי זאכן וועלן זיך אויסלאזן, עס זענען פארהאן פיל סיבות – וועלכע טאטע'ס חלום'ן נישט דערפון – פארוואס א בחור ווערט נישט אנגענומען אין א ישיבה. דערפאר איז נישט כדאי זיך צו פארלאזן אז ער וועט זיכער אנגענומען ווערן אין אן אנדערע ישיבה, און טאקע דערפאר איז ראהטזאם אויך איינצושרייבן אין דער מוסד אין וועלכע דער בחור לערנט יעצט.

נאכאמאל, מיט טוען בכלל נישט אדוואקעיטן אויף קיין שום צד, אדער אויף קיין שום ישיבה, מיר שמועסן נאר אויס די נקודות וועלכע מיר שפירן אז עלטערן מוזן דאס וויסן.

בלייבן לערנען אין דער ישיבה קטנה פון דער מוסד ווי דער בחור האט געלערנט ביז אהער, האט געוויסע מעלות אויך. בפרט אויב רעדט מען פון א גוטע בחור, טוט עס משפיע זיין אויף אנדערע גוטע בחורים אויך צו בלייבן אין דער ישיבה קטנה, און דערמיט טוט מען פארמיידן די זייער שווערע דורכגאנג וואס רובא דרובא בחורים האבן ווען זיי הויבן אהן א נייע ישיבה, מיט נייע בחורים, פון פיל אנדערע תלמוד תורה'ס.

אויך איז וויכטיג פאר עלטערן צו נעמען אין חשבון, אז אין טייל מוסדות התורה, אויב גייט אייער בחור לערנען אין אן אנדערע ישיבה, גייען זיי נישט אנ-נעמען אייער נעקסטע בחור, וועלכע איהר וועט יא דייקא וועלן אז ער זאל בלייבן דארט פאר ישיבה קטנה.

(צום דריטן מאל, מיר זענען נישטא צו איינטיילן צו דאס איז ריכטיג אדער נישט, אויך זאגן מיר נישט אז צוליב דעם זאלט איהר יא לאזן אדער נישט לאזן אייער בחור אין דעם ישיבה קטנה, מיר ווילן בלויז אז איהר זאלט האבן אלע אינפארמעישאן פאר אייער אויגן, כדי איהר אליין זאל קענען פאסן אייער אייגענע, און האפענטליך דער ריכטיגע באשלוס).

ביטע לאזט אייך הערן צו: [email protected]

אין קומענדיגן ארטיקל:

איך קען נישט ממשיך זיין אין דעם מוסד משום איזה סיבה שיהי', וואו יא?
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

פון לוח הציבור דאנערשטאג וישב תשפ"ב

[align=center]מדריך להרשמה בישיבה קטנה (4)

רעדט אייך דורך מיט אייער זוהן'ס מגיד שיעור
[/align]

דער "שידוך" צווישן א בחור און א ישיבה, איז גארנישט אזא לייכטע זאך, אבער דאך נישט זייער שווער.
סוף כל סוף איז נישט פארהאן קיין ריזיגע חילוקים צווישן איין ישיבה צו דער צווייטע, יעדע ישיבה האט געוויסע אייגענשאפטן מיט מעלות, און קיין שלימות איז אין ערגעץ נישט פארהאן, ס'איז שווער פאראויס צו זאגן וועלכע איז דאס מערסטע פאסיג פאר אייער זוהן.

אבער כדי צו קענען זיין קולע אל השערה דאס מערסטע וואס איז מעגליך בס"ד, דארף מען זיכער מאכן אז מ'נער'ט זיך נישט. עלטערן בדרך כלל מעסטן אפ זייער בחור לויט ווי ער פירט זיך אין שטוב, און לויט ווי ער פירט זיך שבת אין ביהמ"ד.

זייענדיג אין די נושא קרוב צו 15 יאהר בלעה"ר, קענען מיר אייך קלאר זאגן, עס האט ממש נישט קיין שייכות. דער התנהגות אין שטוב, טוט איבערהויפט נישט רעפלעקטירן זיין דרגא אין ישיבה, נישט אויף בעסער, און נישט אויף שוואכער. ער קען זיין אן אויסערגעוונדליגע בחור אין שטוב, ווען אין די זעלבע צייט אין ישיבה איז ער נישט פון די מצוינים אין די כיתה. און פארקערט אויך.

דערפאר איז אונזער בעסטער ראַט פאר עלטערן, צו האבן אן ערענסטע שמועס מיט די מגידי שיעורים פון אייער זוהן, הערט אויס זייער חוות דעת בכלליות, ווי אויך בפרטיות דארט ווי איהר ווילט איינשרייבן אייער בחור.

פארשטייט זיך, און איבעריג צו זאגן, אז דאס איז בלויז בתנאי, אז איהר האט די ריכטיגע צוטרוי צום מגיד שיעור, און טאקע באמת גרייט צו דערהערן וואס דער מגיד שיעור האט צו זאגן. אנדערש איז א שאד פאר אייער צייט, און פאר די צייט פונעם מגיד שיעור.

אינם קומענדיגן ארטיקל: שרייבט איין אין מער פון איין ישיבה.

נ.ב. מיר פראבירן אריינצונעמען אלע הערות אין באטראכט, נישט אלעס קען און מעג אויסגעשמועסט ווערן ברבים.

ביטע לאזט אייך הערן צו: com.gmail@9729314
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

פון לוח הציבור מיטוואך מקץ תשפ"ב

[align=center]מדריך להרשמה בישיבה קטנה (5)

מאכן אלטערנאטיווע פלענער
[/align]

ביז אהער האבן מיר שוין ב"ה אויסגעשמועסט, דער וויכטיגקייט פון אריינשיקן אפליקעישאן'ס ווי פריער, ווי אויך זיך אדורך צו רעדן מיט מומחים, איבער וועלכע "ישיבה" איז דאס מערסטע פאסיג פאר אייער בחור.

אינעם היינטיגן קאלום ווילן מיר געבן זייער א פראקטישע עצה וועלכע קען פארמיידן אזויפיל עגמת נפש פאר עלטערן, ווי אויך אומזיסטע צער און אומאיינגענעמליכקייטן פאר אייער בחור.
נאכן זיך דורכרעדן, און נאכן זיך איבערקלערן מיט ישוב הדעת, האט איהר מחליט געווען אויף א געוויסע ישיבה, אז דאס איז "דער" פאסיגע ישיבה פאר אייער בחור. און איהר טוט צו דער זאך, און איהר שיקט אריין אן אפליקעישאן צו דער ישיבה.

דארפט איהר זיין באוויסטזיניג, אז איהר האט נאך ווייט נישט יוצא געווען, און איהר ברויכט אריינשיקן לכה"פ נאך צוויי אפליקעישאן'ס צו נאך צוויי ישיבות, אלס אן אלטערנאטיוו.
מיר שרייבן דאס פון גרויס ערפארונג, פון עלטערן וועלכע זענען געווען איבערצייגט – צומאל מיט רעכט – אז זייער בחור גייט ווערן אנגענומען אין דער ישיבה אין וועלכע זיי האבן איינגעשריבן, צו ווייל ער דאווענט בקביעות אינעם ביהמ"ד פונעם ראש ישיבה, אדער ער אליין איז א תלמיד, אדער אפי' גאר א גרויסע נדבן, און טייל מאל אלע דריי צוזאמען, ער איז א תומך, א מתפלל און אליין א תלמיד, און זיין בחור איז ב"ה מוכשר פאר דער ישיבה, אלע חשבונות שטומען אקוראט.

דער מציאות האט אבער באוויזן, אז פול מאל ענדיגט זיך עס נישט אזוי, מחמת אזויפיל אנדערע סיבות. מיר האבן מיטגעהאלטן נישט איינמאל און נישט צוויי מאל ווי א טאטע איז געבליבן געשטראנדעט טראץ אלע זיינע חשבונות, און אויסער דער עגמת נפש פאר אייך, איז עס שטארק שטארק נישט געשמאק פאר אייער בחור, וועלכע דערזעהט זיך אהן א ישיבה.

אלזא, אונזער קריטיש וויכטיגע פארשלאג איז פאר אייך חשוב'ע עלטערן, שרייבט איין אייער בחור, אין לכל הפחות צוויי דריי ישיבות, אויב נישט מער. אין פאל די ישיבה אויף וואס איר האט זיך גערעכענט וועט אייך אננעמען ווי איר האט זיך געראכטן, קענט איר נאכדעם צוריק ציען פון די אנדערע אפלעקאציעס, ווי לאנג איר טוט דאס גענוג באצייטענס.

ביטע לאזט אייך הערן צו:
com.gmail@9729314
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

פון לוח הציבור מאנטאג שמות תשפ"ב

[align=center]מדריך להרשמה בישיבה קטנה (6)

רופט אריין פרעגן וואס איז די נעקסטע שריט
[/align]

ביז אהער האבן מיר שוין ב"ה אויסגעשמועסט, דער וויכטיגקייט פון אריינשיקן אפליקעישאן'ס ווי איידער מיר גייען ווייטער, אויב האט איר נאכנישט איינגעשריבן אייער בחור אין א ישיבה, דאן פארזוימט אייך נישט אין די טעג וועלכע זענען ממש דער לעצטע געלעגענהייט ביי רוב ישיבות.

צום ענין. איר האט אריינגעשיקט אפליקעישאן'ס, צו איין אדער (האפענטליך) צו עטליכע ישיבות, וואס ווייטער?

יעדע ישיבה האט זיך זייער אייגענארטיגע וועג ווי אזוי זיי באהאנדלען אפליקאציעס. טייל וועלן אייך ארויסשיקן א בריוו, טייל וועלן אייך רופן אויפן טעלפאן, און טייל מאכן זיך נישט וויסענדיג בכלל.

אויך איז גאנץ שכיח אז אייער פעקס אדער אימעיל איז בכלל נישט אנגעקומען, אדער געווארן פארלייגט אויף א זייט.

אייער תפקיד יעצט איז ארייצונרופן אין דער אפיס פון דער ישיבה, און פרעגן טאקע אט די שאלות: איז מיין אפליקאציע אנגעקומען? וואס און ווי אזוי איז דער סדר ביי אייך? ווען בערך זאל איך מיר רעכטן צוריקצוהערן פון אייך?

זעלבסט פארשטענדליך, די שמועס דארף זיין לייכט און איידל, אזוי קענט איר זיך רעכטן צו באקומען א ריכטיגע ענטפער.

ביטע לאזט אייך הערן צו:
com.gmail@9729314
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

פון לוח הציבור מאנטאג וארא תשפ"ב

[align=center]מדריך להרשמה בישיבה קטנה (7)[/align]

שאלה: איך האב איינגעשריבן מיין בחור אין חודש חשון, און ביזדערווייל נאך גארנישט צוריק געהערט. איך האב שוין עטליכע מאל אריין גערופן צום אפיס, און נאך אלס נישט באקומען קיין תשובה. וואס מיינט דאס, און וואס דארף איך ווייטער טוהן?

ענטפער: דאס קען מיינען עטליכע זאכן, א) זיי זענען פארשלעפט און פשוט נאכנישט אנגעקומען דערצו. ב) זיי האבן נאכנישט קיין ענטפער, ד.מ. מחמת כמה סיבות האבן זיי נאך ספיקות אויף אייער אפליקעישאן פון אייער בחור. ג) עס קומט זיי שווער אהן אייך צו זאגן קלאר דער נעגאטיווע "לא נתקבל" ענטפער, און זיי קענען באשטיין און האפן אז איהר וועט "כאפן דעם רמז".

אט זענען צוויי עצות וואס איר קענט טוהן:

1) ווערט נישט מיד פון רופן, מאכט א קביעות צו רופן איין מאל א וואך פאר די קומענדיגע תקופה, לאזט איבער אַן איידעלע מעסעדזש אז איר ווילט הערן א מעסעדזש ווי פריער, און לכל היותר קענט איר זאגן אז איר האט שוין גערופן עטליכע מאל און איר ווילט זייער שטארק הערן אַן ענטפער.

2) פראבירט צו טרעפן א נאנטע קאנטאקט, אַן איינגעשטעלטע אין יענע ישיבה, אדער אַן אנדערע איד וואס שיקט זיין זוהן דארט, און בעהט פון יענעם געוואר צו ווערן וואס עס גייט פאָהר.
פארשטייט זיך, איר דארפט מאכן א צווייטע פלאן, ווייל שאנסן זענען דא אז עס וועט זיך נישט אויסארבעטן, אבער יעצט אין חודש טבת איז נאך צו פרי אויפגעבן.

אלזא, טוט די צוויי עצות, און מיר וואונטשן אייך הצלחה.

ביטע לאזט אייך הערן צו:
com.gmail@9729314
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

פון לוח הציבור זונטאג בשלח תשפ"ב

[align=center]מדריך להרשמה בישיבה קטנה (8)[/align]

שאלה: מיין עלטערע בחור – היינט קע"ה א ישיבה גדולה בחור, איז ב"ה זייער א פלייסיגע בחור, ער האט נישט געהאט די בעסטע כשרונות, און איך האב זיך אביסל געמוטשעט מיט ישיבות. צום סוף איז ער אנגעקומען אין א ישיבה וואס איז געווען צוגעפאסט פאר איהם. ב"ה ער איז שטארק געשטיגן אין די ישיבה, און איך האב א שטארקע הכרת הטוב צו די ישיבה. יעצט קומט אויף די רייע מיין צווייטע זוהן, וועלכע איז יעצט בר מצוה געווארן, דער זוהן איז ב"ה געבענטשט מיט א שטארקע כשרון, און קען בעז"ה מצליח זיין אסאך מער אויב זאל ער זיין אין א שטערקערע ישיבה. אבער, דער ישיבה ווי איך האב געשיקט מיין עלטערע בחור, האט תרעומת אויף מיר, הלמאי, איך שיק נישט מיין בחור צו זיי אין ישיבה, זייער טענה איז, אז איך דארף האבן הכרת הטוב צו זיין פארן נעמען מיין עלטערע בחור, וואס איז די ריכטיגע זאך?

ענטפער: אזא שאלה באלאנגט צו א גדול בישראל, מיר קענען נישט, און מיר טארן נישט ענטפערן דער שאלה. מיר וועלן בלויז אויסשמועסן די שאלה אביסל בעסער.

א ישיבה באקומט א נאמען אלס א "גוטע ישיבה", געוואנדען לויט די בחורים וועלכע זיי נעמען אריין. אויב זענען זיי מצליח צו באקומען "גוטע בחורים", דאן זענען זיי זוכה צו דעם נאמען "א גוטע ישיבה", (דער נושא איז לאנג און ברייט, צו דאס דארף טאקע זיין די מעסטער, ואין כאן מקומו).

ווען א ישיבה טוט וואס מ'דארף באמת צו טוהן, און זיי נעמען אריין א בחור וואס איז וואויל און ערליך – אבער למעשה איז ער נישט די שטערקסטע כשרון, ריזיקירן זיי דערמיט זייער נאמען, (מיר שרייבן דאס מיט טרערן, און אפשר וועלן מיר דאס טאקע קענען מער אויסשמועסן), אבער ראשי ישיבות זענען ערליכע אידן און טוען וואס איז ריכטיג.

פאר דער ראש ישיבה טוט דאס זייער שטארק וויי, ער איז ארויס פון זיין וועג און אריינגענומען אייער בחור ווען איר האט געהאט א פראבלעם, און דערמיט האט ער ריזיקירט זיין סטאטוס אין דער עולם הישיבות, יעצט ווען עס קומט צו אייער נעקסטע בחור, ווייזט איהר איהם דער רוקן. דאס איז א בחינה פון נעילת דלת בפני לווין, ער וועט טראכטן צוויי מאל איידער ער טוט אזא טובה נאכאמאל.

אבער פון די צווייטע זייט, א טאטע דארף טוהן דאס בעסטע פאר זיין זוהן, מהיכי תיתי צו באצאהלן מיט א בחור ער זאל נישט ריכטיג אויסשטייגן ווי ער וואלט געקענט, אפשר דארף מען אפגעבן הכרת הטוב מיט געלט-שטיצע וכדומה?!

ווען איר האט אַן ענטפער וואלטן מיר זייער הנאה געהאט צו הערן.

ביטע לאזט אייך הערן צו:
com.gmail@9729314
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

כ'האב עס נישט געזעהן און די לוח הציבור אבער כ'האב עס יעצט דא דורך געליינט ער שרייבט זייער גוט און צו די זאך

ישר כח פארן עס אהער ברענגן
a yiddish hartz
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a yiddish hartz »

דאס איז גאלד אקעגן ווען עס קומט צו ווערן אהנגענומען אין ישיבה גדולה
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

מדריך להרשמה בישיבה קטנה

שיינע קלארע בראשור - יסודות'דיגע כללים פאר יעדע טאטע מיט א לעכטיגע כיתה ט' בחור'ל.
Brochure_Page_01.jpg
Brochure_Page_01.jpg (341.31 KiB) געזען 1688 מאל
לינק צום גאנצן בראשור:
https://drive.google.com/file/d/1Ol8pa7 ... share_link
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

א בלוטיגע נושא
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!

באמת א גוטע גייד לפי די סדום רשעות'דיגע מהלך פון די היינטיגע ישיבות סיסטעם.

מען זעט אז דער בעל הגליון קען גוט די מציאות און די רשעות, ער דארף זיך נאר האלטן נייטראל כמובן.

איך האב א בעסערע עצה, מוף אין מדבר און זיי מחנך דיינע קינדער מיט אמת'דיגע תורה, ועבודה, אמונה, ובטחון, שטארקייט און ריינקייט די רמב"ם רעדט שוין דערפון...
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

World Champion האט געשריבן:
באמת א גוטע גייד לפי די סדום רשעות'דיגע מהלך פון די היינטיגע ישיבות סיסטעם.

מען זעט אז דער בעל הגליון קען גוט די מציאות און די רשעות, ער דארף זיך נאר האלטן נייטראל כמובן.
שווער צו דן זיין אפילו טיף אין הארץ האלט איך אביסל אזוי.
למעשה יעדע ישיבה האט א לימיט פון 30-40 בחורים פער קלאס און באקומט פשטות 200 אפליקעישאנס אדער מער, 20 בחורים מוז ער ממילא ארייננעמען פון ברידערס פון תלמידים/מגי"ש קינדער/אייגענע נעפיוס פון די גאנצע סטעף וכו, בלייבט איבער 10-20 פרעמדע אריינצונעמען (5-10%), פארשטייט זיך ער וועלט אויס די בעסטע בחורים פון די בעסטע שטובער, וואס וואלטסטו געטוהן??
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

דער שרייבער שרייבט עפעס וואס איז, לדעתי, נישט ריכטיג.

אויף פעידזש 12 שרייבט ער אז א מענטש מוז האבן הכרת הטוב צו א ישיבה וואס האט אנגענומן זיין 'שוואכערער' בחור, און ממילא איז מעגליך אז ער מוז אים שיקן זיין 'שטארקערער' בחור. זיי פסקנן נישט אבער זיי ברענגן די צד.

אנטשולדיגט, אבער דאס איז א טעות. איין חשבון האט די טאטע, און נאר איין חשבון. נישט כלל ישראל, נישט די באקוועמליכקייט פון א ראש ישיבה, און נישט די חסידות. זיין זון'ס יראת שמים און תורה ותו לא מידי. ער מעג גארנישט נעמן אין חשבון, נישט כבוד, נישט ביליג, נישט 'משפחה שיעבודים' און נישט הכרת הטוב.

סימיר א חידוש אז מ'דארף דאס בכלל אויסשמועסן
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

איישישאק האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 3:26 pm
דער שרייבער שרייבט עפעס וואס איז, לדעתי, נישט ריכטיג.

אויף פעידזש 12 שרייבט ער אז א מענטש מוז האבן הכרת הטוב צו א ישיבה וואס האט אנגענומן זיין 'שוואכערער' בחור, און ממילא איז מעגליך אז ער מוז אים שיקן זיין 'שטארקערער' בחור. זיי פסקנן נישט אבער זיי ברענגן די צד.

אנטשולדיגט, אבער דאס איז א טעות. איין חשבון האט די טאטע, און נאר איין חשבון. נישט כלל ישראל, נישט די באקוועמליכקייט פון א ראש ישיבה, און נישט די חסידות. זיין זון'ס יראת שמים און תורה ותו לא מידי. ער מעג גארנישט נעמן אין חשבון, נישט כבוד, נישט ביליג, נישט 'משפחה שיעבודים' און נישט הכרת הטוב.

סימיר א חידוש אז מ'דארף דאס בכלל אויסשמועסן
איר האט א שטארקע נקודה. די שרייבער ברענגט נאר ארויס א צד למחשבה.
א טאטע מוז עס נישט טון
אבער מ'מוז עס זיכער שוקל זיין מיט ישוב הדעת און נעמען אין באטראכט.
יענער מוז דאך האבן א פראצענט גוטע בחורים אויף כדי צו קענען אויפבויען דיין שוואכע בחור.
ממילא רעכן דיך דערמיט און נעם עס כאטש אין באטראכט ווען די האסט ב"ה א מצויין צו שיקן אין ישיבה.
ס'נישט א שיעבוד אדער הכרת הטוב. ס'איז מער קאממאן סענס.
כל ישראל ערבים זה לזה
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

שמחה ונחת האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 3:29 pm

איר האט א שטארקע נקודה. די שרייבער ברענגט נאר ארויס א צד למחשבה.
א טאטע מוז עס נישט טון
אבער מ'מוז עס זיכער שוקל זיין מיט ישוב הדעת און נעמען אין באטראכט.
יענער מוז דאך האבן א פראצענט גוטע בחורים אויף כדי צו קענען אויפבויען דיין שוואכע בחור.
ממילא רעכן דיך דערמיט און נעם עס כאטש אין באטראכט ווען די האסט ב"ה א מצויין צו שיקן אין ישיבה.
ס'נישט א שיעבוד אדער הכרת הטוב. ס'איז מער קאממאן סענס.
כל ישראל ערבים זה לזה
דער גאנצע ענין, ווי דער יחיד ווערט משועבד אוועק צו געבן זיין יחידישקייט, זיין יחיד'ס פליכטן, רעכטן און נויטן, פאר די צורך פון א סיסטעם, איז ביי מיר אפגעפרעגט בתכלית.

ישיבות עגזיסטירן פאר בחורים, נישט פארקערט!

און פארוואס איז עס אזוי געפערליך אז א ישיבה זאל נישט האבן מצויינים? מיר רעדן נישט פון ליידאקעס און טראבל מעיקערס, נאר בחורים וואס די מגיד שיעור מוז זיך מער אראפ לאזן צו זייערע פארשטאנד. דארף מען דען נישט אזעלכע ישיבות? פארוואס האט א ישיבה א רעכט צו טענהן אז אונזער עגזיסטענץ ווענד זיך אויף וויפיל מצויינים קומן אריין.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

הדרכה אריינצולייגן בחורים אין ישיבה: שיק דיינע יונגלעך אין א חדר וואס האט א ישיבה קטנה און ישיבה גדולה וועסטו געווענליך נישט האבן דעם גאנצן עסק. אויב יא, וועט דאס זיין אויף סאך א לייכטערן פארנעם.
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

אחד הרבנים האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 9:14 am
הדרכה אריינצולייגן בחורים אין ישיבה: שיק דיינע יונגלעך אין א חדר וואס האט א ישיבה קטנה און ישיבה גדולה וועסטו געווענליך נישט האבן דעם גאנצן עסק. אויב יא, וועט דאס זיין אויף סאך א לייכטערן פארנעם.
;l;p-
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

אחד הרבנים האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 9:14 am
הדרכה אריינצולייגן בחורים אין ישיבה: שיק דיינע יונגלעך אין א חדר וואס האט א ישיבה קטנה און ישיבה גדולה וועסטו געווענליך נישט האבן דעם גאנצן עסק. אויב יא, וועט דאס זיין אויף סאך א לייכטערן פארנעם.
און איך דינג זיך בתוקף

עס איז נישט דא אזא זאך ווי איין ישיבה וואס קען זיך פארן מיט אלע סארט בחורים. דאס איז נישט קיין היסטארישע זאך, עס איז נולד געווארן דאהי אין אמעריקא, והיא לא תצלח. אז יעדער פון די קהלה גייט צו איין ישיבה, הן די גאר שוואכע הן די גאר שטארקער (בין בכשרונות בין ביראת שמים), מיינט עס אז די ישיבה פארקויפט נישט וואס א ישיבה מוז פארקויפן - א לימוד פון א רבי צו א תלמיד. נאר דער וואס מיינט אז די ווארט ישיבה מיינט 'אן אנשטאלט ווי מ'האלט די בחורים ביז מ'קען זיי פריי לאזן א חתן צו ווערן' קען טראכטן אז יעדער זאל גייען אין קהלישע ישיבה וחסל סידור פסח.

דער וואס שעצט עכט די לערנן וואס א בחור מוז טון בימי בחרותו, פארשטייט אז יעדער בחור דארף אן אנדערן סארט ישיבה.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
ותיק ניק מנרתק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 06, 2022 7:56 am

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק ניק מנרתק »

איישישאק האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 3:26 pm
דער שרייבער שרייבט עפעס וואס איז, לדעתי, נישט ריכטיג.

אויף פעידזש 12 שרייבט ער אז א מענטש מוז האבן הכרת הטוב צו א ישיבה וואס האט אנגענומן זיין 'שוואכערער' בחור, און ממילא איז מעגליך אז ער מוז אים שיקן זיין 'שטארקערער' בחור. זיי פסקנן נישט אבער זיי ברענגן די צד.

אנטשולדיגט, אבער דאס איז א טעות. איין חשבון האט די טאטע, און נאר איין חשבון. נישט כלל ישראל, נישט די באקוועמליכקייט פון א ראש ישיבה, און נישט די חסידות. זיין זון'ס יראת שמים און תורה ותו לא מידי. ער מעג גארנישט נעמן אין חשבון, נישט כבוד, נישט ביליג, נישט 'משפחה שיעבודים' און נישט הכרת הטוב.

סימיר א חידוש אז מ'דארף דאס בכלל אויסשמועסן
זאגסט גוט! א טאטע דארף טוען וואס איז די בעסטע פאר זיין קינדער.
אבער דער ישיבה וועט נישט אננעמען דיין יונגערע בחור וואס איז עטוואס בעסער ווי די ערשטער, אבער נישט ווי די צווייטער. און זיי זענען גערעכט. אדער אלע אדער נאר די גוטער...
וַתֵּק ניק מִנַּרְתֵּק, באפריי דיין ניק פון זיין האלטער.
נאר בעזרת השם יתברך.
(געבויט אויף ווערטער פון די סליחה "ישמעינו סלחתי")
אוועטאר
ותיק ניק מנרתק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 06, 2022 7:56 am

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק ניק מנרתק »

איישישאק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 10:19 pm
אחד הרבנים האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 9:14 am
הדרכה אריינצולייגן בחורים אין ישיבה: שיק דיינע יונגלעך אין א חדר וואס האט א ישיבה קטנה און ישיבה גדולה וועסטו געווענליך נישט האבן דעם גאנצן עסק. אויב יא, וועט דאס זיין אויף סאך א לייכטערן פארנעם.
און איך דינג זיך בתוקף

עס איז נישט דא אזא זאך ווי איין ישיבה וואס קען זיך פארן מיט אלע סארט בחורים. דאס איז נישט קיין היסטארישע זאך, עס איז נולד געווארן דאהי אין אמעריקא, והיא לא תצלח. אז יעדער פון די קהלה גייט צו איין ישיבה, הן די גאר שוואכע הן די גאר שטארקער (בין בכשרונות בין ביראת שמים), מיינט עס אז די ישיבה פארקויפט נישט וואס א ישיבה מוז פארקויפן - א לימוד פון א רבי צו א תלמיד. נאר דער וואס מיינט אז די ווארט ישיבה מיינט 'אן אנשטאלט ווי מ'האלט די בחורים ביז מ'קען זיי פריי לאזן א חתן צו ווערן' קען טראכטן אז יעדער זאל גייען אין קהלישע ישיבה וחסל סידור פסח.

דער וואס שעצט עכט די לערנן וואס א בחור מוז טון בימי בחרותו, פארשטייט אז יעדער בחור דארף אן אנדערן סארט ישיבה.
וואס איז אז אנדערשט פון א תלמוד תורה אדער מיידעל שולע?
דארט קען מען יא זיין צוזאמען אלע סארט, און מצליח זיין?
וַתֵּק ניק מִנַּרְתֵּק, באפריי דיין ניק פון זיין האלטער.
נאר בעזרת השם יתברך.
(געבויט אויף ווערטער פון די סליחה "ישמעינו סלחתי")
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

ווייל דעמאלס ווייסט מען נאך נישט, און אל"ף בי"ת מאכט נישט אזוי אויס.

אבער אין הכי נמי, פון גמרא לערנן וואלט מען געמעגט צוטיילן לויט די קענטעניסן פון די קינדער.

ווי עלטער א בחור ווערט, וואס מער א נפקא מינה עס מאכט.

איך פארשטיי גארנישט פון מיידעל שולעס, ממילא האב איך נישט קיין מיינונג דארט. אפשר גילט מיין טענה דארט אויך, ווער ווייסט?
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”