ב"ה
שלום וברכה.
אינעם אשכול שמירת עינים חיזוק והתעוררות איז דא א געוואלד מיט שטארקע מאמרים פון ספרים הק' און פון חשובע חברים און עס געט טאקע חיזוק צו מתגבר זיין.
אבער למעשה א מענטש איז נאר מענטש און ס'קומט כסדר אונטער נסיונות, און כ'האב א שטיק צייט געמאכט פאר זיך אזא פראגראם, וואס איך שרייב זיך אויף למשל 2 שורות פון 10 קעסטעלעך כזה:
און יעדעס מאל מ'גייט אויפן גאס פון איין פלאץ צום צווייטן, למשל פון דערהיים צו בית המדרש, פון ביהמ"ד צו גראסערי, צו כולל/ארבעט, וכדומה, אויב איז די וועג דורך מיט הצלחה מאכט מען א טשעק אין א באקסל פון שורה א', און אויב איז מען ח"ו נכשל געווארן מאכט מען א טשעק אין שורה ב'.
אויב שורה א' פילט זיך אן בשעת שורה ב' שטייט פארשעמט, - אויסער די גוטע פילינג פאר זיך אז מ'האט ב"ה זוכה געווען צו התגברות היצר -, געט מען זיך עפעס א גוטע זאך, געוואנדן לויט וויפל אנגעפילטע ס'איז דא אין שורה ב' אקעגן דעם, דאס הייסט אז יעדע טשעק אין שורה ב' רעכענט אראפ, אדער מאכט מען א קנס.
איז אבער דא עקא אז אליינס ארבעט עס עפעס נישט... ממילא זוך איך א שותף צו ארבעטן אינאיינעם, אדער אפדעיטן דא אין אשכול.
אשמח לשמוע הערות מהחברים היקרים שיחי'.
פראגראם צו מחזק זיין אין שמירת עינים (שותף געזוכט למעשה - נישט $)
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- אנשי שלומינו
- תגובות: 5
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 11, 2021 9:43 am
- שטענדיג צופרידען
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 492
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 4:47 pm
Re: פראגראם צו מחזק זיין אין שמירת עינים (שותף געזוכט למעשה - נישט $)
א שטארקע געדאנק דאס איז זיכער א פיינע הכנה לקראת די הייליגע טעג חזק ונתחזק!
Re: פראגראם צו מחזק זיין אין שמירת עינים (שותף געזוכט למעשה - נישט $)
איך האב געטראכט די זעלבע. נאר מיט א מעשינדעל א יעדע מאל מ'קיקט נישט געט מען א דריק אין ס'איז דא א טאטעל. נאר איך ווייס נישט צו ס'איז דא אזא מאשין