--------------------------------------------------------------------------------
דורך
לוסטיג אום דינסטאג יוני 29, 2010 5:27 pm
איך זיך צו וויסן אויב איינער ווייסט פון א אידישע געגענט אויפן וועג צווישן ברוקלין אין נייעגרע פאאלס, א געגענט ווי איך קען וויילן פאר שבת, מוז נישט זיין שטריימל בעקיטשע, אידן צו האבן א מנין אין כשר'ס אויב פעלט מיר עפעס אמערזשענעסי.
א שקויעך פון פראנויס.
איינער זאגט מיר אז אין
http://maps.google.com/maps?hl=en&ie=UT ... 38581&z=15
דארף עפעס צו זיין א אידישע קהילא, ווייסט אפשר איינער דערפון? אדער עניטינק עלס איז אפפרישיעטיט.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
לוסטיג
שר האלף
הודעות: 1165
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
ווארד2007 אום דינסטאג יוני 29, 2010 5:36 pm
צייטליך האט געשריבן:נאך א פלאץ איז "האטנטערס"
האנטערס איז א פלאץ אין אפסטעיט ניו יארק, בכלל נישט אין די געגענט ווי עס זענען די חרדישע קעמפ'ס, עס איז אויפן וועג צו פליישמאן'ס(פליישמאנ'ס) דאס פלאץ איז הויעך און עס איז זייער רואיג און לופטיג און עס ווערט שוין היינט שטארק באניצט משך'ן זומער מיט חרדישע אידן. רוב פון די אידן וואס גייען אהין דינגען זיך ארויס פריוואטע הייזער און ווילא'ס, אבער עס איז אויך דא דארט א האטעל באקאנט אלס "תשב"ר" ווי עס ווערן ארויסגעדינגען שטיבער יעדעס יאר מיט עסן. עס איז דא דארט א געהעריגער ביהמ"ד און א מקוה.
ווי קומט דאס אויס די "האנטערס"?
איז דאס שוין נאכן עקזיט פונעם טראוועי אדער בעפאר?
און בערך וויפיל מינוט (פארן) ווייט איז עס פון פלישמאנס?
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט! (קרעדיט: מיכאל שניצלער)
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
הודעות: 366
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
bailout אום דינסטאג יוני 29, 2010 6:25 pm
מ'נעמט עקסיט 20 אויפן טראוועי, פליישמאנס איז עקסיט 19.
GOOGLE וועט דיר גערן צושטעלן דירעקציעס.
די אינטערשריפט ווערט צוגעלייגט צו דיינע הודעות אין די פארומס.
צווייטע דערמאנונג נאך לאנטש מוזטו קומען צו די מנהל'ס אפיס
bailout
שר האלף
הודעות: 1784
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
דארפסמאן אום דינסטאג יוני 29, 2010 6:42 pm
שוין געווען און האנטערס. עס איז נאך 30 מיניט שווערע בערג פינעם עקזיט ביז ווי די חרדישע יודן און ווי תשב"ר קעמפ-האטעל איז
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו
--
דארפסמאן
שר ארבעת האלפים
הודעות: 4849
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
ווארד2007 אום דינסטאג יוני 29, 2010 7:30 pm
דאס מיינט אז ס'איז ווייטער פון ראונד טאפ?
ווייטער פון קעטסקיל געים פארעם (ז"ל)?
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט! (קרעדיט: מיכאל שניצלער)
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
הודעות: 366
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
פאטאקי08 אום דינסטאג יוני 29, 2010 8:53 pm
נייע האטעל זיך געפענט אין מאנרא
מנוחה רעזארט
http://www.watercomputers.comפאטאקי08
שר האלפיים
הודעות: 2662
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
מאנאגרעמס אום דינסטאג יוני 29, 2010 9:04 pm
פאטאקי08 האט געשריבן:נייע האטעל
בנות מלכים
מאנאגרעמס
שר חמש מאות
הודעות: 615
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
מוישע_יאכעס אום מיטוואך יוני 30, 2010 9:15 pm
ווארד2007 האט געשריבן:דאס מיינט אז ס'איז ווייטער פון ראונד טאפ?
ווייטער פון קעטסקיל געים פארעם (ז"ל)?
ניין ס'איז הארט פאר ראונד טאפ, אויפן וועג צו ראןנד טאפ אויפן צוטיילט זיך די 32, רעכטס גייט קיןן ראונד טאפ און לינק/גראד גייט קיין האנטער/'טעננערסוויל
ווי איז געווען מיין שכל?
מוישע_יאכעס
שר מאה
הודעות: 177
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
איך וויל פארשטיין אום מיטוואך יוני 30, 2010 10:55 pm
אין האנטערס איז דא א געיגענט ווי עס וויילעט דארט משפחת סטראלעוויטש (שאול שמואל -יוסף פנחס - אלעזר וכו') עס איז א הערליכער פלאץ, ממש א מחיה צו קיקען אויף די הערליכע בערג (כמעט ווי ניו העמשער) דארט איז דא א האטעל וואס הייסט scribner hollow lodge איך האב נישט די נאמבער יעצט אבער איך וועל עס פראבירען צו שאפען און ארויפלייגען, עס איז נישט טייער, און די מעלה איז אז זיי שטעלען זיך נישט איבער א האט פלעיט וכדומה, עס איז געווענטלעך נישט פיל מיט מענטשען דאס מיינט אז עס איז זייער רואיג, דאווענען קען מען ביי משפחת סטראלעוויטש ווי עס איז דא מנין, מקוה קען מען גיין אדער און סווימינג פול אדער איז דא דארט א וואסער דערנעבן, איך מיין אז מען קען דארט באמת שיין פארברענעגען.
איך וויל פארשטיין
שר העשר
הודעות: 16
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
leiby אום מיטוואך יוני 30, 2010 11:00 pm
13 Scribner Hollow Road, Rte. 23A
Hunter, NY 12442
(518) 263-4211
http://www.scribnerhollow.com/leiby
שר חמישים ומאתים
הודעות: 366
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
מוישע_יאכעס אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 1:42 am
איינער האט אפשר עפעס אינפארמעישאן איבער bergshier mountains איז דא דארט און די געגענט א ביהמ"ד מקוה כשרס אי.טי.סי.?
ווי איז געווען מיין שכל?
מוישע_יאכעס
שר מאה
הודעות: 177
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
וויל וויסן אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 12:19 pm
האט איינער אינפארמעישאן אויף א אידיש פלאץ ווי צו דאווענען אין די געגגנט אונטערוועגנס צוויי שעה אוועק פון ניו העמפשיר?
ווען איך וויל עפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן
יישר כח
וויל וויסן
שר העשר
הודעות: 25
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
איך וויל פארשטיין אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 12:31 pm
א גרויסען ישר כח פארן פארענדיגען מיט די אינפא.
אבער איך האב געוואלט צולייגען איין חסרון וואס די פלאץ האט איז אז עס איז נישט דא קיין עירוב, איז טאמער איינער האט קליינע קינדער איז שווער צו גיין שפאצירען שבת.
איך וויל פארשטיין
שר העשר
הודעות: 16
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
איך וויל פארשטיין אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 12:34 pm
וויל וויסן האט געשריבן:האט איינער אינפארמעישאן אויף א אידיש פלאץ ווי צו דאווענען אין די געגגנט אונטערוועגנס צוויי שעה אוועק פון ניו העמפשיר?
לעבן ניו העמפשער איז ווערמאנט, עס איז דא דארט חב"ד און אזוי אויך א ליטווישע חבירה, פרעג דיך נאך אויף די פלאץ, איך וועל אויך פראבירען
איך וויל פארשטיין
שר העשר
הודעות: 16
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
וויל וויסן אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 12:48 pm
יישר כח
פרוביר דיר נאכצופרעגן ווייל איך וייס נישט ווי אזוי
***
נאך א שאלה
ווייסט איינער ווי אזוי איך קען טשעקן געז פרייזן משך די וועג ווי ס'איז ביליגער?
איך מיין ערגעץ נעבן מאסאטשוסעס איז זייער ביליג
ווי אזוי קען איך דאס טשעקן?
ווען איך וויל עפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן
יישר כח
וויל וויסן
שר העשר
הודעות: 25
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
מבין נומ 1 אום זונטאג יולי 04, 2010 3:50 pm
וועגן ניו העמפשיר, ס'דא דארט אין בעטלעהעם א גאר שיינע רעזארט קאנטרי, א מייל ארויפצו פונעם שול און פון ארלינגטאן, עס הייסט "heartside village" זוממער נעמער זיי נאר אן אידן, און זיי בעטן $79 א נאכט זיי גיבן אזעלכע קליינע קאאטעדזשעס.
http://www.hearthsidevillage.com/שבת איז דא דארט געווענדליך מנין, און מ'נעמט דעם ספר תורה פון ר' פנחס מיילעך ווייס, ער בארגט אוועק א ספר תורה בתנאי אז מ'שנדר'ט שבת פאר זיינעט וועגן, ביי אונזער מנין האט יעדער גע'שנדר'ט א פופציגער.
אה! ס'איז דא דארט א מהודר'דיגע עירוב.
א סווימינג פול האבן זיי א גוטע, זיי האבן עקסטערע זמנים פאר מענער און פרויען... יעדע שעה טוישט זיך שיפט פון מענער צו פרויען.
עסן קען מען קויפן גאר גוטע ביי סטרולאוויטש, למשל פרישטאג מאכן זיי אייער שפייז מיט טונא סעלעט וכו'. אויך פאר שבת סעודות האבן זיי א גאר געשמאקע טעיק אוט... אבער סאפערס ברויך מען אריינקאלן צופרי באשטעלן, און איך ראט מיטצונעמען גאר אסאך עסן, ווייל אפי' מ'קויפט דארט ברויך מען האבן אייגענע סיי ווארעמ'ס און סיי נאש. (רוב האטעל'ן קומען מיט א קליינטשיק קיך וואו מ'קען לייגן א האטפלעיט אנצואווארעמען עסן.)
אויך קען מען גיין צו לאן מאונטעין ווי איינער האט שוין דערמאנט
אויך קען מען גיין אין ליטלטאן ניו העמפשיר, ס'דא דארט אן העמפטאן איןן, מורא'דיג שיין און פענסי, זיי געבן א דיסקאונט פאר 'האסידים' (בערך צוואנציג דרייסיג דאלער ביליגער א נאכט) צוליב וואס מ'עסט נישט זייער פרישטאג...
זיי האבן דריי לעוועל רומס, ס'דא טייערערע שטובער וואס האבן אויך א ליווינג רום און א טשאקוזי, ס'איז נישט צו טייער, בערך 120 א נאכט א פשוט'ע שטוב, און 160 א טייערער (שוין נאך די דיסקאונט)
http://www.littletonhotel.com/די סווימינג פול באלאנגט אויסדרוקליך פאר די אידן, אבער נאר פון צוועלפע ביינאכט ביז פינעווע פארטאגס.... דאן קען מען זיך איינטיילן מיט די אנדערע אידן דארט (אויב ס'איז דא) ווען די מענער זאלן גיין און ווען די פרויען זאלן גיין.
אנקעגן איבער איז דא א וואלמארט, און נאך א גרויסע סופערמארקעט וואס מ'קען קויפן גרינצייג און פרוכט. א ספעציעלע קארטל פאר געסט מאכט דאס ביליגער מיט 10 פראצענט...
די געז פרייזן אין ניו העמפשיר זענען אזויווי אין ניו דזשערסי.
פאר מער פרטים קען מען מיר פרעגן דא אדער קאנטאקטן אין אישית
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
מבין נומ 1
שר חמש מאות
הודעות: 960