קאמפיין בחירות- לטובת תפארת יעקב

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

סמעטענע
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2020 9:35 pm

קאמפיין בחירות- לטובת תפארת יעקב

תגובהדורך סמעטענע » מיטוואך מארטש 17, 2021 6:46 pm

זיי האָבן נישט קיין סטימילוס!!!

צענדליגער מיליאָנען דאָלאַרן טוען בעז״ה אין די יעצטיגע טעג אַריינפליסן אין די באַנק-אַקאַונטס און פּאָסט-קעסטלעך פון אחינו בני ישראל אין ניו יאָרק און ניו זשערסי און אַלע אַנדערע מקומות איבער די פאַראייניגטע שטאַטן.

די היסטאָריש-ברייטע ״סטימילוס טשעקס״ — פון $1,400 פּער נפש — קומען בסייעתא דשמיא ממש בעתו ובזמנו; אַ וואָך פאַר פּסח, און וועט אי״ה דינען אַלס אומגעהויערע הילף פאַר אידישע קינדער צו קענען אַריינברענגען דעם יום טוב אין שטוב מיט הרחבת הדעת.

אָבער אין דער זעלבער צייט, טייערע אידן, מוזן מיר האַלטן פאַר די אויגן:

אין ארה״ק הונגערט מען! נישטאָ קיין שום סטימילוס און דער מצב הפּרנסה איז געבראָכן!

די מסירת נפש׳דיגע מלמדים פון ת״ת ״תפארת יעקב״ וועלכע האָבן זיך אָפּגעריסן ממקור המדינה און לעבן אך ורק ממקור טהור האָבן נישט קיין לחם לאכול, און אוודאי נישט דאָס מינדעסטע צו קויפן די מינימום פאַר׳ן הייליגן יום טוב פּסח.

טייערע תלמידי וחסידי סאטמאר, מיר מוזן זיי העלפן!

דער קיום פון הייליגן מוסד ״תפארת יעקב״ האַלט אָפּ ״טויזנטער אידן״ פון גיין צו די גע׳אסר׳טע בחירות, און זיך פירן אין הייליגן וועג!

לאָמיר זיך פאָרשטעלן וואס רביה״ק זי״ע וואָלט געטון אין אַזאַ מצב, ער וואָלט מרעיש עולמות געווען צו ראַטעווען אַזאַ הייליגן מוסד, אַז ס׳זאל חלילה נישט אונטערברעכן.

לאָמיר מקיים זיין דעם ״הדבק בדרכיו״; דאָס איז דער בעסטער פּלאַץ וואו איר קענט געבן דעם ״מעשר״ פונעם סטימילוס!

קומענדיגע וואָך וועלן אָפּגעהאַלטן ווערן די בחירות הטמאות, וואו צענדליגער טויזנטער אידן גייען ליידער עובר זיין אויף די איסורים חמורים ונוראים ווערנדיג פאַרבלענדט פונעם בצע כסף.

זה לעומת זה, מיר גייען אויך שטימען!

מיר גייען שטימען מיט אונזער געלט, אַז דער מסירת נפש׳דיגער מוסד ״תפארת יעקב״ מוז בלייבן עקזיסטירן און ווייטער מקדש זיין דעם שם שמים!



מיט דעם גוטן געפיל, אז מיר האבן אויפגעראָכטן די טייערע מסירת נפש אידן, וועט איר אי״ה האָבן אַ גליקליכן פרייליכן יום טוב בעז״ה!

אונזער סטימילוס, וועט זיין זייער סטימילוס!


https://www.charidy.com/tiferesyakov

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט