בלאט 1 פון 1
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2009 11:48 am
דורך סתם_אזוי
איך האב געהערט אז די פרייז פון סטעמפס גייען ארויפגיין.
איז דאס אמת? און אויב יא; ווען? וויפיל גייט קאסטן א סטעמפ?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2009 12:52 pm
דורך סאדע_באטל
איך האב אמאל געזעהן ערגעץ, יאך קען מיר יעצט אויף די מינוט נישט דערמאנען וואו איך האב עס געזעהן, אזא חשבון
עס לוינט קיינמאל נישט צו קויפן פארעווער סטעמפס, ווייל אפילו די געלט גייט נישט ליגן אין סעווינגס עקאונט, לוינט עס אויך נישט, ווייל די פאסט ראטע גייט קיינמאל נישט ארויף מער ווי די אינפלאציע ראטע, ממילא איז עס נאר אן אחיזת עינים אז מען שפארט זיך געלט, ווען אין אמת'ן אריין שפארט מען זיך גארנישט.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2009 12:59 pm
דורך סתם_אזוי
אבער אויב איך קויף עס היינט; און איך ניץ עס מארגן האב איך זיך יא געשפארט געלט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 05, 2009 2:10 am
דורך newsnews
אנטשולדיגט אבער איך האב שוין פארעבער סטעמפס נאך פאר עס איז ארויף די לעצטע מאל אין איך האב עס געקענט נוצען אפילא ווען סאיז ארויף
צווייטענס אויב ליינסטי אביסעל נייעס וואלסטי געדענקט אז עס איז געווען א הויפט נייעס אז עס גייט זיין פארעבער סטעמפס אין מען גייטעס קענען נוצען אייביג
נישט אלעס וואס מען טרעפט ביי א וגעל סוירטש איז אקערעט עס קען זיין אז סטאם א שיקער האט עס געשריבען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 05, 2009 9:09 am
דורך סתם_אזוי
כהאב מורא אז דו האסט נישט פארשטאנען וואס סאדע באטל האט געשריבן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2009 10:51 am
דורך געדענק
דוכט זיך מיר אז כ'האב אמאל געזעהן אדווערטייזט אז מ'קען באקומען דאס ארויסשיקען אינוויטעישאנס ביליגער ווי 42 סענט,
ווייסט איינער עפעס דערפון?
ביטע מיר שיקען אין אישית אדער אויף
gedenk09@yahoo.comשכויעך
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2009 2:43 pm
דורך איך_הער
סמארט שאפער'ס אדווערטייזטעס געווענליך.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2009 5:53 pm
דורך געדענק
שכויעך
כ'האב שוין גראדע געהערט אז ווייסהויז האט אמאל עדווערטייזט, אבער ס'דויערט אפאר טאג ביז ס'ווערט ארויסגעשיקט, און ס'איז מיר שוין נישט אינטערעסאנט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:58 pm
דורך לובלין
איך וויל ארויסשיקן קארדס די סייז 9x6 אינטשעס,
וואס קאסטס דאס?
איז עס די זעלבע פרייז ווי א פאסט קארד אדער טייערער,
ווער ווייסט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 05, 2011 2:31 pm
דורך איזעי
א פאסט קארד איז אפיציעל 6X4, כפי המונח בזכרוני, איז סיי וועלכע סייז וואס איז גרעסער פון דעם, די פרייז פון א געהעריגע סטעמפ.
אבער אויב נאך איינער קען קאנפירמען, וואלט געווען בעסער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 05, 2011 2:41 pm
דורך ווינקל
לאז געמאכט האט געשריבן:ביי די וועי איך קויפ נישט קיין פארעווער סטעמפס ווייל עס קומט נישט אויף קיין ראל נו די מינוטעלך וואס שטעלן זיך צאם פון זיך פארען מיט אלע צעטלעך פון סטעמפס וועלן קאווערן די איין צענט וואס עס וועט מיר קאסטן מער.
(שטייצעך פאר איינער וואס נוצט אסאך סטעמפס)
פ.י.א. עס איז שוין יא דא פארקיעפס סטעמפס אויף א ראל, איך האב עס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 05, 2011 5:12 pm
דורך לאז געמאכט
ביינע לעביינע ביניך שוין ארויס פון די קלעבן-סטעמפ'ס ליין.. כמעט וואס כ'נוץ נישט דעם פראדוקט בכלל.