טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צדקה תציל ממוות
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 10:09 am

טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקה תציל ממוות »

בס"ד

איך וועל עס מאכן בקיצור.

טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. די לעצטע פאר חדשים עס איך נישט נארמאל, איך קען נישט שלאפן נארמאל, איך האב שרעקליכע ענקזייעטי און איך בין ממש נישט קיין מענטש. איך בין נישט קיין מאן פאר מיין ווייב און נישט קיין טאטע פאר מיינע קינדער. פארוואס?

עול הפרנסה?
ניין! איך בין ב"ה א גיטע פארדינער. מען גיט זיך אן עצה מיט הוצאות יום יום, און מען קען ב"ה העלפען אנדערע. מען פלאגט זיך אזוי ווי רוב היימישע אידן מיט בלעיה"ר גרויסע משפחות.
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו. טאטע, די ביסט געוועהן זייער גיט צו מיהר. אפילו איך בין עס נישט ווערט געוועהן.


שידוכים?

ניין! מיהר האבן ב"ה געמאכט גיטע שידוכים און שמחות די לעצטע פאר יאהר. זאל השי"ת העלפען אלע אנדערע אידן וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט שידוכים.
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו. טאטע, די ביסט געוועהן זייער גיט צו מיהר. אפילו איך בין עס נישט ווערט געוועהן.


נאר וואס עסט מיך אויף? וואס געט מיהר נישט קיין מנוחה?

אפאר יאר צירוק זענען מיהר געווארן אריינגדרייט צו העלפען אונזערס א נאנטע משפחה. וועגן די ככוד המשפחה, קען איך נישט שרייבן צו פיהל. א פעטער האט אונז געבעטן "צו העלפען". למעשה, נאך א פאר יאר איז די גאנצע "עסקנות" פין "די צוועק" געפאלן אויף מיהר מיט מיין בני בית. אבער... אנדערע קרובים האבן נאך געהאלפן. אבער ציביסלעך האבן מיהר זיך געטראפן אליינס מיט די גאנצע קעיס. א קינד וואס פלעגט העלפען מיט גרעסערע סכומים איז ל"ע געווארן א יורד און ער קען שוין גארנישט העלפן.

מען רעדט דא פון א איד וואס איז א הארץ קראנקער, ווי אויך ליידט ער אויף פארשידענע אנדערע געזונטהייט פראבלעמען. עס איז דירעקט א קאמפלאצירטע קעיס, וואס דארף שעות הילף איעדע וואך, א חוץ געלט. עס איז א קעיס וואס כמעט קיינער קען נישט, אדער וויל נישט העלפן. דער איד איז א בעל יחסן, אן איידעלע מענטש, א איד וואס האט דאס בעל בתיש'קייט און איידעלע באנעמונג, אבער ליידער האט ער נישט זוכה געוועהן אז עס זאל זיין השעה משחקות לו. ער האט אין די אינגע יארן גאר שווער געארבייט על המחיה, ביז ער האט זיך צאמגעקראצט און געעפענט איין אייגנע ביזנעס. פאר א צייט האט ער מצליח געוועהן. אבער דערנאך האט די ביזנעס געקראכט, און דער איד איז געבליבן מיט גרויסע חובות. ער האט זיך ליידער זיך קיינמאהל נישט צירוקגעכאפט. אז עס איז נישט געוועהן קיין פרנסה, נאר בעלי חובות וואס האבן געפייניגט טאג און נאכט, האט די גאנצע משפחה געליטן גאר שטארק.

פון הימל האט מען אזוי ציגעפיהרט אז עס איז געפאלן אויף מיינע און מיין ווייב'ס פלייצעס די גאנצע עול פון די טייערע צובראכענע איד. דאס רעכענט אריין רענט, קליידער און עסען. און פאר יארן האבן מיהר די זכייה צו טוהן כמעט אלעס אליינס, בגוף ובממון. מיהר האבן געהאלפן חתונה מאכן, וכו'. און מיהר ווייסן אז דאס איז געוועהן א זכייה ממש. אבער אסאך פון אונזער געלט איז געגאנגען פאר די צוועק. מיהר זענען גיטע פארדינער, אבער פירן זיך בפשטות. פארוואס? ווייל איעדע איבריג געלט גייט פאר די צוועק. מיהר זענען נישט געוועהן אויף וואקאציע די לעצטע פאר יאהר. אפילו מיהר פלעגען אמאהל גיין צוויי מאהל א יאר. פארוואס? ווייל איעדע איבריג געלט גייט פאר די צוועק. די לעצטע פאר יאר, האט די צוועק מיך געקאסט מער פון הונדערט טויזענט דאלער.

ב"ה, די לעצטע פאר יאהר האבן מיהר חתונה געמאכט אפאר קינדער. מיהר זענען אריין אין חובות. פארוואס? נישט פאר די חתונה הוצאות. פאר דעהם האבן מיהר גענומען גמ"ח הלוואות, געהאט אייגענס, וכו'. מיהר זענען אריין אין חובות, פשוט פאר די צוועק!

למשעה, אונזער "קעיס" האט איצטער פארלוירן זיין דירה. משום כמה סיבות איז ער געווארן פשוט און גראד
Homeless.

איך האב ב"ה געטראפן א דירה וואס איז ציגעפאסט פארן מצב. איך האב זיך אונטערגענומען די שכר דירה, ווי אויך אויסרישן די דירה. איך מוז שוין האבן געלט פאר רענט. ווי אויך מוז איך שוין האבן Emergency Funds צו אויסרישן א דירה. איך האב זיך דאס אלעס אונטערגענומען, אבער איך האב שוין נישט פון ווי צו נעמען דאס געלט. איך האב שרעקליכע פרעשור צו אויפקומען מיט די געלט, אז ממש, עס גייט מיהר צו מיין געזונט.

מיין רב האט מיך געגעבן דעת תורה אז איך טאר מער נישט אויסגעבען מער פון $6,000 א יאר פון מיין אייגן געלט,פאר די צוועק. ער זאגט אז איך מוז זיך אונטערנעמען צו פארשאפען געלט פון אנדערע, אז נישט טאר איך נישט. אז איך קען נישט, מוז איך אויפגעבען די קעיס. אבער דער איד נעבעך, ער בעט זיך, "איך בין א הארץ ליידענער, איך קען עס נישט דערהייבן, ביטע לאזט מיך נישט אויפן וואסער".

איך קום איצטער צו אייך טייערע אידן. איך בעט אייך פון די טיפעניש פון מיין הארץ, ביטע, העלפט מיהר! זייט מקיים די גרויסע מצוה פון צדקה, וואס חז"ל זאגן דאך אז צדקה תציל ממוות. נאך דערצו דא, וואס איהר זענט מקיים די מצוה פון מתן בסתר.

איך בעט אבער נישט איצטער מען זאל מיך ארויסנעמען פון די חובות וואס האט זיך מיך אהנגעזאמעלט פאר די צוועק. איך וועל אי"ה דאס צוביסלעך באצאלען. איך בעט אבער יא מען זאל מיהר העלפן מיט די גרויסע מצוה פון והחזקת בו, פאר איצטער, וואס איך דארף emergency funds פאר רענט און אויסרישן די דירה. ווען איך שרייב "והחזקת בו", מיין איך, מיך מחזק זיין. ווייל איך קען נישט דערהייבן די פרעשור מער אליינס. איהר וועט ראטעווען א חשובער איד, ווי אויך מיך, פון צאמברעכן.

וואס גייט מען טוהן מיט די געלט?

די גאנצע געלט גייט ווערן גענוצט צו צאלען רענט און אויסרישן די מינימום וואס א דירה מוז האבן. דהיינו:
ביליגע מינימום מעבעל און עפלייענסעס. בעטן צו שלאפן מיט א שאפע. א טיש מיט בענקלעך, אביסעלע הויז ווירטשאפט ווי עסצייג, בעזעם, וכו'.
די געלט גייט נישט גיין צו פעינטען, סקרעיפען, וכו'.

רבותי, איך בעט זיך ביי אייך, איך קען מער נישט אליינס, העלפט מיהר!
די קאמפיין איז בעידוד, ווי אויך וועט די גאנצע געלט געניצט ווערן בפיקוח, כ"ק אדמו"ר מזיקוב מעליץ (מאנסי) שליט"א.

לכבוד דעהם נייעם יאר, זאלט איהר געהאלפן ווערן מיט אלעם גיטן.

איהר קענט דא מנדב זיין:
https://thechesedfund.com/help_homeless/homeless

איהר קענט אויך שיקן די לינק פאר אייערע באקאנטע און מקיים זיין גדול הַמְעַשֶה יותר מן העושה.
לעצט פארראכטן דורך צדקה תציל ממוות אום מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:32 pm, פארראכטן געווארן 8 מאל.
צדקה תציל ממוות
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 10:09 am

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקה תציל ממוות »

ר' יואל: איהר זענט געוועהן די ערשטער, דער המתחיל במצוה, און געגעבן $10. זאל אייך השי"ת באצאלען מיט אלעם גיטן.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך בין פערזענליך באקאנט מיט אלע פרטים פון די קעיס. איך בעט זייער פון מיינע ידידים צו העלפען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
loyodea
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

צדקה תציל ממוות האט געשריבן:ר' יואל: איהר זענט געוועהן די ערשטער, דער המתחיל במצוה, און געגעבן $10. זאל אייך השי"ת באצאלען מיט אלעם גיטן.

אמן :oops:
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

טייערע אידן. איך בין פערזענליך באקאנט מיט די קעיס. מען מוז האבן נאך די וואך געלט פאר רענט, ווי אויך בערך 4 טויזענט דאלאר צו קענען קויפען די מינימום מעיבעל און עפלייענסעס מען זאל קענען אריינמופען אין די דירה. אונזער ידיד איז איצטער homeless. איהר ווייסט וואס דאס מיינט? פראביהרט אייך פארשטעלען וואס וואלט געמיינט ווען איהר טרעפט אייך פלוצלונג אויפן גאס. נישט קיין דאך, נישט קיין בעט צו שלאפען, נישט קיין קאך צו עסען. גארנישט! מיהר טארן נישט לאזן א איידעלע נאבעלע איד אויפן גאס. און מיהר מוזן העלפן אונזער חבר וואס האט גענומען די גאנצע עול אויף זיך און דערהייבט עס שוין נישט. ביטע העלפען מיט וואס איהר קענט.

ספר החינוך
מצות צדקה

לעשות צדקה עם הצריך אליה בשמחה ובטוב לבב. כלומר, שנתן מממוננו למי שיחסר לו ולחזק העני בכל מה שצריך למחיתו בכל יכלתנו, ועל זה נאמר (דברים טו ח) פתח תפתח את ידך לו. ודרשו זכרונם לברכה (ב''מ לא, א) אפילו כמה פעמים, ועוד נאמר (ויקרא כה, לה) והחזקת בו גר ותושב וחי עמך, ואמר עוד (שם לו) וחי אחיך עמך.

וכלל הענין, שכל המהנה את חבירו בין בממון בין במאכל או בשאר צרכיו או אפילו בדברים טובים, דברים נחומים (ב''ב ט ב) בכלל מצות הצדקה היא ושכרו הרבה מאד, ויכנסו דברי באזניך, כי טובים המה באזן תבחן מלים.

ואמרו זכרונם לברכה (שמות רבה לוג) שאין שום אדם בא לעניות לעולם בשביל רבוי הצדקה שיעשה, שנאמר (ישעיהו לב יז) והיה מעשה הצדקה שלום. ואין ישראל נגאלין אלא בזכות הצדקה, שנאמר (שם א, כז) ציון במשפט תפדה ושביה בצדקה. ויתר פרטיה, במקומות בתלמוד בפזור, ורבם במסכת כתבות (פרק שישי) ובבבא בתרא [פ''א].

מען קען דא געבן:
https://thechesedfund.com/help_homeless/homeless
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
צדקה תציל ממוות
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 10:09 am

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקה תציל ממוות »

טייערע אידן. איך מוז האבן א פאר טויזענט דאלאר אין די קומענדיגע צוויי טעג. פשוט פאר בעטן, א טיש מיט בענקלעך, רענט פאר א חודש מיט עפלייענסעס.
מען האלט אינגאנצען ביי $358.93, ווען איך דארף אפאר טויזענט דאלער. ביטע העלפט מיהר. איך קען דאס נישט טוהן אליינס.
ביטע גיט דא:
https://thechesedfund.com/help_homeless/homeless

ביטע זייער, שיקט דאס ארום צו אפאר חבירים. און דעהם זכות זאלט איהר געהאלפן ווערן מיט אלעם גיטן.
צדקה תציל ממוות
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 10:09 am

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקה תציל ממוות »

איך האב באקומען א בעדרום מיט א דיינונג רום סעט פאר 2 טויזענט דאלער. דאס איז א מציאה ממש! אבער איך דארף דאך האבן דערפאר צוויי טויזענט דאלער. אז נישט האב איך גארנישט פונעם מציאה, און פונעם מוכר וואס געט מיהר עס אוועק פאר די פרייז. איך בעט זייער וועס עס קען זאל מיהר העלפן אין די גרויסע מצוה.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

זיך משתתף געווען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

Kosher Travel האט געשריבן:איך בין פערזענליך באקאנט מיט אלע פרטים פון די קעיס. איך בעט זייער פון מיינע ידידים צו העלפען.


איך קען נישט די צוועק, אבער קאשער איז אן איש ישר ונאמן, און אז ער שרייבט אז די צוועק איז וויכטיג קען מען אים גלייבן. דעריבער וויל אויך בעטן מיינע ידידים און נישט ידידים אז ווער עס האט נאר הענט און פיס זאל צולייגן א פלייצע פאר אזא וויכטיגע זאך.

עס וועט אוודאי זיין א זכות איבערצו-וועגן די וואגשאהל ראש השנה.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

ברוך השם געהאט די זכיה זיך משתתף צו זיין.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

טייערע אידן, נאך וואס איר ליינט דורך די מיטמאכענישן פון אן אידן, ביטע זייט אזוי גוט און זייט זיך משתתף מיט א שיינעם נדבה, אמת, כ'בין נישט באקאנט ספעציפיש מיטן פאל, אבער כשר טרעוול איז באגלייבט דערויף, און ער וויינט און בעט זיך מען זאל גיבן א שיינעם נדבה, ווי קען מען זיך נישט וויסענדיג מאכן.

א דאנק
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

למעלה משבעים האט געשריבן:טייערע אידן, נאך וואס איר ליינט דורך די מיטמאכענישן פון אן אידן, ביטע זייט אזוי גוט און זייט זיך משתתף מיט א שיינעם נדבה, אמת, כ'בין נישט באקאנט ספעציפיש מיטן פאל, אבער כשר טרעוול איז באגלייבט דערויף, און ער וויינט און בעט זיך מען זאל גיבן א שיינעם נדבה, ווי קען מען זיך נישט וויסענדיג מאכן.

א דאנק

ישר כח. איעדע אזא תגובה ברענגט געלט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

בל״נ פרובירן משתתף זיין
ברענג ארויף די אשכול ביי טאג ווען כהעל זיין נעבן די קומפיוטער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געהאט די זכיה צו זיין מבין הנמנים לדבר מצוה

און איך בעט אלע וואס זענען סרים למשמעתי... אחי ורעי ביטע העלפט ארויס איינער פון אונזערע חברים דאהי אין זיין נאבעלע אונטערנעמונג!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

משתתף געווען, טאקע מיט קוים עפעס, וואס איז יעצט עוועלעבל, אבער כאטש בעסער ווי גארנישט

ווי קען מען צוקוקן ווי א איד בעהט און נישט זיין דער 'הדבק במדותיו מה הוא רחום אף אתה רחום', מה הוא אומר 'ושמעתי כי חנון אנו' דארפן מיר אויך צוהערן, און מקיים זיין דעם 'וצדקה תציל' בפרט ווען מיר גייען אין ארום צען טעג ארום שרייען 'ותשובה ותפלה '"וצדקה"' זאל מען קענען אויך האבן א מתן בסתר צוועק בהידורו.

דערצו קומט דא צו, אז אזא חשוב'ע ניק ווי 'כשר טרעוול' (עניני דיומא, אסאך אידן ווילן טרעוולען) איז מעיד אויף דעם.
הרב קאשער, האט שוין אסאך צוגעגעבן אויף דעם וועלטל, ורבים וטובים נהנו ממנו, ער האט זיך אהער געשטעלט אלץ א אדם נאמן, און בעל מידות, און בעל שכל הישר, אז אזא איד איז מעיד אויף דעם צוועק, דארף מען זיכער זיך משתתף זיין.

איך בעט אלע מיינע ידידים און שונאים, ביטע לייגט אריין אפאר דאלער, ס'וועט אייך זיכער זיין למצוה.

און דער בוכ"ע זאל העלפן דעם בעל הצוועק, ער זאל אינגאנצן אויפגעראכטן ווערן, בישועה שלימה בב"א.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

געגעבן לכבוד ידידינו כשר טרעוול ולכבוד המנהל לכאורה
The Divided States Of America
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח!
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

מי ראה אלו מבקשים ולא...

תרמתי לכבוד החבירים החשובים - למעלה, לכאורה, קאושער.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

וואס עפעס? האט געשריבן:בל״נ פרובירן משתתף זיין
ברענג ארויף די אשכול ביי טאג ווען כהעל זיין נעבן די קומפיוטער

reminder !
ביזט שוין ביים קומפיוטער ?
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

פארגעסן צוצושרייבן מיינע פערזענליכע ווערטער לכבוד די חברים וועם איך האב געוואלט דערמאנען דארט.
שוין, זאל זיין לשמה.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
צדקה תציל ממוות
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 10:09 am

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקה תציל ממוות »

ישר כח פאר אלע משתתפים.
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

לכּבוד כשר טרעוול ולכבוד המנהל לכאורה װעל איך מעטשן אלע נתינות בּיז 4 אזײגער

Max 1000$
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

יעצט מוסיף געווען
Anonymous Donor
$10
a minute ago
in honor of Kosher Travel & yoel2124441100
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

נאר אויב עס שטייט לכבוד אדער אלע

מיין נתינה שטייט נישט לכבוד אבער עס איז געווען לכבוד כשר טרעוול
(נאך פאר די מנהל איז אריין אין קלאס)
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

יישר כח האט געשריבן:נאר אויב עס שטייט לכבוד אדער אלע

מיין נתינה שטייט נישט לכבוד אבער עס איז געווען לכבוד כשר טרעוול
(נאך פאר די מנהל איז אריין אין קלאס)


All donations will be matched iyh
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”