בלאט 3 פון 4

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 03, 2012 3:28 pm
דורך הרבטייטעלבוים
שכח פארן ארויפברענגען דעם אשכול און אינז דערמאנען

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 03, 2012 3:39 pm
דורך לכתחילה אריבער
נחמן נתן האט געשריבן:אולי מישט איר אויף מיט 'קידוש לבנה' לאחר זמנו?


טאקע ביי קידוש לבנה אויך, איך רעד פון די גמ'.

מסכת ברכות דף מג:

אמר רב יהודה: האי מאן דנפיק ביומי ניסן וחזי אילני דקא מלבלבי, אומר: ברוך שלא חיסר בעולמו כלום וברא בו בריות טובות ואילנות טובות להתנאות בהן בני אדם.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 03, 2012 3:47 pm
דורך דארפסמאן
נחמן נתן האט געשריבן:אולי מישט איר אויף מיט 'קידוש לבנה' לאחר זמנו?



געזען א גדול מאכען צווייטען טאג ר"ח אייר און געזאגט די גמרא

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 03, 2012 4:01 pm
דורך קרעמער
ליידער האב איך שוין א לאנגע צייט נישט געמאכט קיין ברכת אילנות, ווייל די אלע ביימער וואס ווערן אנגעבליך אנגעגעבן אויף די ליסטעס זענען שוין פון לאנג אפגעשטארבן, און קיינער נעמט נישט די מיה צו שטעלן א ליסטע מיט שיינע פירות ביימער.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:57 pm
דורך למעלה משבעים
איך האב זיך דערמאנט אז איך האב אמאל געטייפט פאר איינעם וועגן דעם נושא, דאס איז וואס יענער האט געשריבן:

והא דאיתא בגמרא "ביומי דניסן" וכן בטור ושולחן ערוך "בימי ניסן", יש בזה כמה דיעות אם הברכה שייך דוקא בימי ניסן, או הוא הדין בחודש אחר כשרואה האילנות מלבלבין, במחצית השקל כתב וזה לשונו, אורחא דמילתא נקט (בימי ניסן), שאז דרך ארצות החמים ללבלב האילנות, והוא הדין בחודש אחר, כל שרואה הלבלוב פעם ראשון, מברך, עד כאן דבריו, והובאו דבריו במשנה ברורה (סק"א), וכן כתב האליה רבא בשם הצדה לדרך, דהוא הדין אם רואה אילנות פורחות בחודש אדר, והוסיף על זה בהגהת החתם סופר על שולחן ערוך, ונראה לי דכל שכן אייר, ומדייק מלשון "ביומי דניסן" ולא בחודש ניסן (עיין שם).

ובערוך השולחן (סעיף א') כתב וזה לשונו, ובמדינתינו אינו בניסן, אלא באייר או תחלת סיון, ואז אנו מברכין", ובתשובות השיב משה (או"ח סימן ח') גם כן כתב דלאו דוקא ניסן, אלא כל זמן שהוא רואה אילני דלבלבי מברך עליהם, ודבר זה אין צריך לפנים, דודאי צריך לברך על חסדי המקום ברוך הוא באיזה זמן שיהיה, דמאי שנא, רק דהגמרא נקט ביומי דניסן, דהאי אורחא דמילתא ברוב השנים, עד כאן דבריו, וכן איתא בשולחן הטהור להרה"ק מקומארנא זי"ע, היוצא באדר ובניסן או לאחר ניסן, כל דבר לפי גידול מדינתו.

ולאידך גיסא, יש כמה אחרונים שכתבו, שכוונת חכמינו ז"ל הוא לעשות הברכה בחודש ניסן דוקא, כך כתב בלקט הקמח (להר"מ חאגיז ז"ל) "ביומי דניסן ולא קודם", ובכף החיים (סק"א) מביא גם כן בשם הלכות קטנות, דמדאמרו היוצא בימי ניסן, משמע דעל פרחי השקדים שממהרין הרבה קודם ניסן, אין לברך, (ואפשר דבאייר וסיון גם לפי דבריהם יכולים לברך, דהחתם סופר כתב 'וכל שכן באייר' משמע שהוא עדיף מאדר), וכן כתב בברכי יוסף (אות ב'), דברכה זו על דרך האמת, שייכא דוקא לימי ניסן, וכן כתב בספרו עבודת הקודש (שם), דהמדקדקים מקפידים שיהא בניסן דוקא.

והכף החיים (שם) כתב, דכיון דאיכא פלוגתא בזה, וכך מבואר בגמרא דדוקא בניסן, וגם קיימא לן ספק ברכות להקל, אין לברך אלא דוקא בניסן, וכן עמא דבר, מיהו מי שאיחר ולא בירך בניסן, נראה דיוכל לברך אחר כך בלא שם ומלכות, עד כאן דבריו, ולמעשה מנהג העולם הוא, שלכתחילה מהדרין לברך בניסן, אבל באופן שלא היה אפשר סומכין על המקילין לברך אפילו אחר חודש ניסן.

ובהגהת חתם סופר מביא ממורו (הגאון ר' נתן אדלער ז"ל), שכל זמן שנמשך ימי חודש ניסן דתקופה לתוך חודש אייר, כגון שאם חל תקופת ניסן כ' ניסן, אז יש זמן לברך עד כ' אייר, עד כאן דבריו, דהיינו שאפילו להמחמירים שדוקא בחודש ניסן, אין הקפידא בחודש הנקרא ניסן, רק חודש ניסן של התקופה, דהיינו ל' יום מיום תקופת ניסן (דהיינו תקופת שמואל, דתקופת דרב אדא וכל שכן התקופה המציאותי, הוא לעולם לפני פסח ולא שייך לחול כ' ניסן, וכן בכל דבר הלכה אזלינן בתר תקופת שמואל, וכמו שהארכנו בענין תקופות ערש"ק פ' תזריע), וכדבריו כתב גם כן בספר מגיד תעלומה (להבני יששכר) שאף לפי דרך הקבלה, תלוי בניסן דתקופה.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 04, 2012 1:40 am
דורך ביקסאד
קרעמער האט געשריבן:ליידער האב איך שוין א לאנגע צייט נישט געמאכט קיין ברכת אילנות, ווייל די אלע ביימער וואס ווערן אנגעבליך אנגעגעבן אויף די ליסטעס זענען שוין פון לאנג אפגעשטארבן, און קיינער נעמט נישט די מיה צו שטעלן א ליסטע מיט שיינע פירות ביימער.

איהר קאנט קומען צו מיר אין הויף, טאקע אויף דעם הר הזיתים.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 04, 2012 8:32 am
דורך לכל זמן
ביקסאד האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:ליידער האב איך שוין א לאנגע צייט נישט געמאכט קיין ברכת אילנות, ווייל די אלע ביימער וואס ווערן אנגעבליך אנגעגעבן אויף די ליסטעס זענען שוין פון לאנג אפגעשטארבן, און קיינער נעמט נישט די מיה צו שטעלן א ליסטע מיט שיינע פירות ביימער.

איהר קאנט קומען צו מיר אין הויף, טאקע אויף דעם הר הזיתים.

איז דאס אפן אויך פאר'ן ברייטן פובליקום? וואו איז דאס הר הזיתים?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 04, 2012 10:18 am
דורך leiby
עיין ערך וואכנאכט איינלאדענונג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 12:06 am
דורך נחמן נתן
לכל זמן האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:ליידער האב איך שוין א לאנגע צייט נישט געמאכט קיין ברכת אילנות, ווייל די אלע ביימער וואס ווערן אנגעבליך אנגעגעבן אויף די ליסטעס זענען שוין פון לאנג אפגעשטארבן, און קיינער נעמט נישט די מיה צו שטעלן א ליסטע מיט שיינע פירות ביימער.

איהר קאנט קומען צו מיר אין הויף, טאקע אויף דעם הר הזיתים.

איז דאס אפן אויך פאר'ן ברייטן פובליקום? וואו איז דאס הר הזיתים?

אין חצר פונעם ביורא פונעם גר"א'ס אן אייניקל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 12:31 am
דורך ביקסאד
לכל זמן האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:ליידער האב איך שוין א לאנגע צייט נישט געמאכט קיין ברכת אילנות, ווייל די אלע ביימער וואס ווערן אנגעבליך אנגעגעבן אויף די ליסטעס זענען שוין פון לאנג אפגעשטארבן, און קיינער נעמט נישט די מיה צו שטעלן א ליסטע מיט שיינע פירות ביימער.

איהר קאנט קומען צו מיר אין הויף, טאקע אויף דעם הר הזיתים.

איז דאס אפן אויך פאר'ן ברייטן פובליקום? וואו איז דאס הר הזיתים?

יא, דער ברייטער פובליקום איז העפליך געלאדענט, מען דארף נישט אריין קלאפן בעטן ערלויבעניש פון פריערט,
נאר מען קאן תיכף צו-גיין צו די ביימער און מאכן די ברכה, זעך נישט שטופן, עס איז דא בריוח פלאץ פאר יעדן.

באין ברירה קאן מען אויך לכתחילה צו-גיין צו איינע פון די נאנטע נאכבארן [שכנים] וועלכער פאר-מאגט אויך פרוכט ביימער.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 2:00 pm
דורך 1x1
ל' ניסן היינט.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 4:18 pm
דורך ווינקל
למעלה! הערליך מסודר דבר דיבור על אופניו!

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 4:25 pm
דורך היימישער איד
נו איינער ווייסט ווי מ'קען גיין אין ניי-ווימ"ס זעהן א פרוכט בוים בליען?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 5:55 pm
דורך יהיה כן
היימישער
אין דיין בעק יארד איז דא אזוינס!!!.....

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 6:16 pm
דורך farshlufen
היימישער איד האט געשריבן:נו איינער ווייסט ווי מ'קען גיין אין ניי-ווימ"ס זעהן א פרוכט בוים בליען?

וואו?

אמאל האט מיין שכן געהאט א בוים, שוין עטליכע יאר וואס עס איז שוין אפגעוועלקט.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 6:29 pm
דורך קרעמער
היימישער איד האט געשריבן:נו איינער ווייסט ווי מ'קען גיין אין ניי-ווימ"ס זעהן א פרוכט בוים בליען?

ביהמ"ד בית יעקב נחמי' האט היינט ארויסגעשיקט א מעסעדזש:
Last chance for Birchas Ilunos Today!!! There's a Fruit tree in backyard of 118 Franklin. Entrance is on right side of Bhm"d Veitzen.


(איך קען נישט קיין אחריות אז דער בוים איז פריש, אויך איז אן ענין צו זעהן כאטש 2 ביימער)

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 6:40 pm
דורך היימישער איד
יהיה כן האט געשריבן:היימישער
אין דיין בעק יארד איז דא אזוינס!!!.....

ווי אין מיין בעק יארד אידא א בוים?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 4:05 pm
דורך אור
קען מען נאך היינט מאכן א ברכה?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 5:02 pm
דורך דער קוטשער
איך זעה קיינער האט נאכנישט אנגעמערקט,

היי יאר האבן די ביימער אנגעהויבן וואקסן דירעקט פריערט ווי געווענטליך, איז דעריבער ווער עס וויל נאך זאל זיך אונטער איילן.

נחמן נתן, אינטערעסאנט וואס איר זאגט, מ'האט שוין די יאר געזען א וואך צוויי פאר פסח די בלעטער צייטיגן.

מ'קען עס זעהן אויף די ביימער אין די וויליאמסבורגער גאסן, וואס מ'האט איינגעפלאנצט אין די לעצטע ארום 20 יאר, אז ס'ווערט אויך קודם די ווייסע בלעטער ווי אויף עסן ביימער, דאס איז צוליב דעם וואס דאס איז א געוויסע מין טיי בוים, און ווי געזאגט האט מען עס די יאר געזען שוין אפאר וואכן צוריק, און יעצט זענען זיי שוין כמעט נישט דא.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 5:02 pm
דורך מי יודע
קרעמער האט געשריבן:
היימישער איד האט געשריבן:נו איינער ווייסט ווי מ'קען גיין אין ניי-ווימ"ס זעהן א פרוכט בוים בליען?

ביהמ"ד בית יעקב נחמי' האט היינט ארויסגעשיקט א מעסעדזש:
Last chance for Birchas Ilunos Today!!! There's a Fruit tree in backyard of 118 Franklin. Entrance is on right side of Bhm"d Veitzen.


(איך קען נישט קיין אחריות אז דער בוים איז פריש, אויך איז אן ענין צו זעהן כאטש 2 ביימער)

ווי איז דער מקור וועגן צוויי ביימער?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 5:06 pm
דורך דער קוטשער
אילנות טובות

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 5:35 pm
דורך לכתחילה אריבער
מי יודע האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
היימישער איד האט געשריבן:נו איינער ווייסט ווי מ'קען גיין אין ניי-ווימ"ס זעהן א פרוכט בוים בליען?

ביהמ"ד בית יעקב נחמי' האט היינט ארויסגעשיקט א מעסעדזש:
Last chance for Birchas Ilunos Today!!! There's a Fruit tree in backyard of 118 Franklin. Entrance is on right side of Bhm"d Veitzen.


(איך קען נישט קיין אחריות אז דער בוים איז פריש, אויך איז אן ענין צו זעהן כאטש 2 ביימער)

ווי איז דער מקור וועגן צוויי ביימער?

כ'דענק ווייל מען זאגט "אילנות", בלשון רבים.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 8:34 pm
דורך לכל זמן
אור האט געשריבן:קען מען נאך היינט מאכן א ברכה?

לערן דורך למעלה'ס תגובה דא אויבן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:55 am
דורך ק.נ.א. וועטער

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:28 am
דורך green sunday
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ניסן לאו דוקא

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=19

אקטועל פאר די יאר