בלאט 2 פון 4
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 14, 2010 5:02 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
סאיז דא א שיטה אז ימי ניסן איז לאו דוקא חודש ניסן.
ווי כהאב געהערט היינט אינדערפרי פון מיין רב איז דא א שיטה אויף גאנץ תקופת ניסן. איז אפשר כדאי ציווארטן ביז סזאל זיין געהריגע פרוכט.
אין ארץ ישראל זע איך אין די בילדער ווי די רביס מאכן די ברכה גלייך אנפאנג ניסן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:18 pm
דורך קרעמער
דארפסמאן האט געשריבן:קרעמער די האסט שוין געמאכט ? ווי ?
ליידער נישט.
ברם יזכר לטוב אותו הקרעטשמעריסט וואס האט מיר היינט צופרי אנגערופן אז ער איז גרייט צו פארן מיט מיר ביז באטעניקל גארדענס, אדער גאר קיין סטעטן איילענד וואו עס געפונען זיך שיינע ביימער. איך האב אים אבער נישט געוואלט מטריח זיין צו פארן אזוי ווייט דערפאר, און ביי דעם איז עס געבליבן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:40 pm
דורך leiby
גראדע שטייט אין ספר "אילנא דחיי" פרק ט"ו, אז עס איז א ענין צו גיין אין דרויסן פין שטאט, ווי ס'איז דא "אסאך" ביימער,
ווייל דורך דעם קען מען מעלה זיין מער ניצוצות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 15, 2010 12:05 pm
דורך באנקיר
קינדער פון די קלויזענבורגער ת"ת מאכן די ברכה א' אייר (ב' דר"ח).
Kids from Talmud Torah Klaznberg of Borough Park reciting Birchas Ha’ilanos on April 15 2010. The bracha is said in the Spring (preferably during the month of Nissan), on fruit trees in blossom. See Shulchan Aruch O.C. 226, Mishna Brura and other commentaries.
Photo: Hershi Rubinstein
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 15, 2010 12:34 pm
דורך נחמן נתן
מיר האבן געפרעגט א דיין איבער דאס אז ס'איז דא א ענין אז ס'זאל זיין צוויי ביימער, האט ער געזאגט אז דאס איז נאר מער מהודר, אפי' לכתחילה איז איין בוים גענוג. נאכדעם וואס כ'האב איהם געזאגט אז דער בוים איבער וואס איך פרעג איז א עפל בוים וואס מענטשן געניסן פון די עפלעך, האט ער מיר געזאגט אז דאס איז דאס בעסטע פון אלעס, אויב איז עס א בוים וואס ממש מ'האט הנאה דערפון, איז דאס מן המובחר.
באותו יום (נעכטן) זעמער אריבערגעגאנגען בדחילו און געמאכט דעם ברכה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 15, 2010 1:01 pm
דורך דארפסמאן
נחמן נתן ווי איז די בוים ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 15, 2010 1:08 pm
דורך נחמן נתן
אין וויליאמסבורג אויף 153 טעילאר סט. אין חצר פון אן עלטערער איד ר' מרדכי גליקמאן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 15, 2010 1:18 pm
דורך נחמן נתן

משה דו ביסט גוט!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 15, 2010 2:46 pm
דורך דארפסמאן
מען דארף דורך גיין זיין הויז אדער מען קען אריין גיין דורך א זייט ?
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 16, 2010 9:01 am
דורך נחמן נתן
מ'גייט אדורך דעם הויז. ס'איז א לכתחילה. מ'קלאפט אויפן טיר און נאכן אויפמאכן זאגט מען די מטרה פונעם וויזיט, און מ'צייגט אן אוואו אהין צוגיין.
בד"א, זייענדיג דארט האב איך א פרעג געטוהן דעם ר' מרדכי הנ"ל (ממש א פארגעניגן געווען צו שמועסן מיט איהם), צו אויסער די ברכה, איז דא עפעס א יה"ר וואס מ'זאגט? ענטפערט ער מיר, היינט קומט אויף אלעס אפיר 'יהי רצונ'ס', אינדערהיים האט מען געוואוסט אז מ'מאכט די ברכה און פארטיג. אזוי אויך - זאגט ער - אז תענית אסתר ביי מנחה האט מען געוואוסט צו זאגן איבער דעם שיסל בלויז "זכר למחצית השקל", און היינט זאגט מען גאנצעטע פסוקים מיט יהי רצון'ס... - זאגענדיג אז ער נישט ח"ו מזלזל אין די זאכן, נאר אינדערהיים האט מען נישט געוואוסט דערפון.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 4:04 pm
דורך 1x1
Choidesh Nissan
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 11:41 pm
דורך יואל ווייס
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 9:31 am
דורך איזעי
ליידער נאכנישט געמאכט, דארף נאך ערלעדיגט ווערן.
עס ליגט אויף מיין היינטיגע קאלענדער (ווי אויך אויף מיין נעכטיגע און אייערנעכטיגע...

)
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 9:33 am
דורך לאז געמאכט
נחמן נתן האט געשריבן:נאכדעם וואס כ'האב איהם געזאגט אז דער בוים איבער וואס איך פרעג איז א עפל בוים וואס מענטשן געניסן פון די עפלעך, האט ער מיר געזאגט אז דאס איז דאס בעסטע פון אלעס
ביסט זיכער אז די בוים אין ר' מרדכי'ס חצר איז א עפל בוים? כ'דענק אז ס'איז א בארן בוים.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 11:28 am
דורך נחמן נתן
כ'בין פארגאנגענעם דאנערשטאג געווען דארט מאכן דעם ברכה. ס'איז א עפל בוים. ר' מרדכי זאגט אז ער נוצט פון די עפלעך צו מאכן קאמפאט.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 12:35 pm
דורך צולייגער
רעדנדיגע ביז ווען מ'קען מאכן די ברכה, וויל איך מזכה זיין דעם עולם און ארויפלייגן א חלק פונעם מאמר וואס וועט אי"ה ערשיינען אין אונזער גליון, דעם שבת אי"ה, בנוגע דעם ענין.
בגמ' (ברכות מג:) איתא, אמר רב יהודה האי מאן דנפיק ביומי ניסן וחזי אילני דקא מלבלבי אומר ברוך שלא חיסר בעולמו כלום וברא בו בריות טובות ואילנות טובות להתנאות בהן בני אדם.
וכן נקט השו"ע להלכה (אורח חיים הלכות ברכות סימן רכו סעי' א') היוצא בימי ניסן וראה אילנות שמוציאין פרח, אומר: בא"י אמ"ה שלא חיסר בעולמו כלום וברא בו בריות טובות ואילנות טובות ליהנות בהם בני אדם; ואינו מברך אלא פעם אחת בכל שנה ושנה, ואם איחר לברך עד אחר שגדלו הפירות, לא יברך עוד.
ונחבטו הפוסקים אם מה דקאמר ביומי דניסן הוא דוקא או לאו דוקא רק אורחא דמילתא קתני, כי עפ"ר מתחילים ללבלב ביומי דניסן, ראשון להכותבים דניסן הוא דוקא הוא המהר"י חגיז (ש"פ - תל"ד) שכ' בספרו שו"ת הלכות קטנות (ח"ב סי' כ"ח) דהשקדים שממהרים ליגדל עוד קודם ניסן ובבוא ניסן כבר גדל הפרי (שאז א"א לברך) אין לברך עליהם, אחריו בא החיד"א במורה באצבע (אות קצ"ח) שכ' דהמדקדקים מקפידים שיהיה בניסן דוקא, (וכ"כ עוד בספרו ברכי יוסף או"ח סי' רכ"ו סק"ב) וכ"כ בשמו הכף החיים (סופר - רכ"ו סק"א) וכ' שלאחר ניסן יברך בלי שם ומלכות, והגר"ח פאלא'גי ז"ל בספרו מועד לכל חי (סי' א' אות ט') הביא דברי החיד"א ונקט ג"כ כדבריו, וגם באשל אברהם (בוטשאטש - סי' רכ"ו) נסתפק בזה ובספרו הנ"ל מהדו"ת כ' שהי' מברך בלי שם ומלכות, וכן נקט גם השדי חמד (מערכת ברכות סי' ב' אות א'), (ונכון לציין כי הגרי"ש שטערן ז"ל בספרו שו"ת זכר יהוסף (סי' קצ"ד) כ' כי גם החיד"א אינו סובר כי למעשה אם איחר לא יברך בשו"מ, רק לכתחילה יברך ניסן ואם איחר יברך בחודש אייר).
אולם לעומת זה נקטו הרבה פוסקים כי יכולים לברך גם בחודש אייר בראש וראשונה כ' כן הריטב"א בחידושיו עמ"ס ראש השנה (על דף יא.) על לשון הגמ' האי דנפיק ביומי ניסן וכו', פי' ברכה זו בשם ומלכות אלא שהתלמוד קצר, ויומי ניסן לאו דוקא אלא כל מקום ומקום לפי מה שהוא דמלבלבי עכ"ד, וכן כתבו האלי' רבה והמחצה"ש בסי' רכ"ו, וכן פסק המ"ב (בסי' רכ"ו סק"א).
בשו"ת השיב משה (להגה"ק בעל יש"מ) (סי' ח') כ' לבאר דבר זה באריכות, כי בעירו הי' פע"א שהאילנות לא הוציאו פירות בימי ניסן והי' שם חכם א' שהי' מורה כי אין לברך אח"כ, ונחלקו חכמי העיר בזה, והאריך שם בראיות נכונות כי לישנא דגמ' הוא לאו דוקא, וגם אחר ניסן יכולים לברך.
ובשו"ת יד יצחק (סי' קצ"ח) הביא ג"כ את דברי ההשיב משה ונקט כן להלכה בלי שום פקפוק כלל וכ' כי הרב הג' הק' הנ"ל מפורסם רב גדולתו בנגלה ובנסתר, ויכולים לסמוך על דבריו.
ולסיום הענין יש לציין מ"ש הגה"ק בעל חת"ס זי"ע בחידושיו על גליון שו"ע או"ח, (סי' רכ"ו) שקיבל ממורו (הגה"ק רנ"א זי"ע) כי הזמן הנכון הוא עד ל' יום מתקופת ניסן (תקופת ניסן בהאי שתא הי' יום ד' ניסן בבוקר בשעה 7:00).
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 12:37 pm
דורך פריילאך
בןהרחמן האט געשריבן:פאראיאר האב איך געמאכט ל' ניסן, היי יאר האב איך מיך שוין מקדים געווען און געגאנגען פריער פארנאכטס כ"ט ניסן אויף די הופפער שטראססע, אין הויף פון הרה"ח ר' שלמה גבריאל פליישמאן זאל זיין געזונט, אין אינאיינוועגס שוין דורכגעפירט א טריפ פאר מיין אינגעל וואס האט געוואלט באטראכטן די אלע מיניטשער אויפגעבויטע זאכן פון הלכות סוכה און פארשידענע הלכות שבת ומבואות גיתי יין וזיתים ועוד ועוד, וואס ליגן אין זיין הויף און זענען געווען אויפגעדעקט פונעם שלייער לכבוד'ן ציבור המשתתפים.
פונקטליכע אדרעסס ביטע?
וויאויך צו מען דארף רופן בעפאר?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 06, 2011 12:19 pm
דורך לאז געמאכט
נחמן נתן האט געשריבן:כ'בין פארגאנגענעם דאנערשטאג געווען דארט מאכן דעם ברכה. ס'איז א עפל בוים. ר' מרדכי זאגט אז ער נוצט פון די עפלעך צו מאכן קאמפאט.
א שיינעם דאנק פארן אויסקלארן די אינפא. מיר האבן געמאכט די ברכה אויף ר' מרדכי'ס בוים היי יאר אויך. (כ'האפ ס'איניש קיין ברכה לבטלה אויב מען מיינט אז ס'איז א אנדערע סארט פרי...)
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 06, 2011 1:05 pm
דורך נחמן נתן
לאז געמאכט; האסטו שוין אין איין וועגס אויך פאספירט צו כאפן א שמועס מיט ר' מרדכי'ן?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 06, 2011 1:56 pm
דורך לאז געמאכט
Nope... a giten tug and thats all. I'm not his age and i don't need his info for a news article.... so no need to ask him to many questions..
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 08, 2011 3:44 am
דורך ביקסאד
צולייגער האט געשריבן:רעדנדיגע ביז ווען מ'קען מאכן די ברכה, וויל איך מזכה זיין דעם עולם און ארויפלייגן א חלק פונעם מאמר וואס וועט אי"ה ערשיינען אין אונזער גליון, דעם שבת אי"ה, בנוגע דעם ענין.
מה שמו מה אמר אלהם ?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 08, 2011 2:41 pm
דורך פריילאך
לאז געמאכט האט געשריבן:Nope... a giten tug and thats all. I'm not his age and i don't need his info for a news article.... so no need to ask him to many questions..
פארפירן א שמועס מיט אן עלטערע יוד, קען מען ארויסהאבן אסאך בעסערע זאכן ווי א נייעס ארטיקל. חבל.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 03, 2012 3:06 pm
דורך נחמן נתן
מיר האבן געטוהן אונזער יערליכען שפאציר צום בוים אין חצר אויף טעילאר סטריט, אבער דער רעבעצין דארט מיר געזאגט אז ביזדערווייל איז נאך נישט דא קיין בלעטעלעך, און מיר מציע געווען צוריקקומען אין חודש אייר, האפענדיג אז דאן וועט זיך שוין אנזעהן עפעס.
איז ריכטיג אזוי צו טוהן, צו גיין זוכן דוקא בחודש ניסן? למעשה שטייט דאך אין גמרא "האי מאן דנפיק ביומי ניסן וחזי אילני דקא מלבלבי", אבער אויב אין ניסן זעהט מען נאך נישט קיין אילני דקא מלבלבי, ברויך מען גיין זוכן אן ארט וואו דארט איז יא אילני מלבלבי?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 03, 2012 3:18 pm
דורך לכתחילה אריבער
נחמן נתן האט געשריבן:מיר האבן געטוהן אונזער יערליכען שפאציר צום בוים אין חצר אויף טעילאר סטריט, אבער דער רעבעצין דארט מיר געזאגט אז ביזדערווייל איז נאך נישט דא קיין בלעטעלעך, און מיר מציע געווען צוריקקומען אין חודש אייר, האפענדיג אז דאן וועט זיך שוין אנזעהן עפעס.
איז ריכטיג אזוי צו טוהן, צו גיין זוכן דוקא בחודש ניסן? למעשה שטייט דאך אין גמרא "האי מאן דנפיק ביומי ניסן וחזי אילני דקא מלבלבי", אבער אויב אין ניסן זעהט מען נאך נישט קיין אילני דקא מלבלבי, ברויך מען גיין זוכן אן ארט וואו דארט איז יא אילני מלבלבי?
אינז האמער נעכטען געמאכט ביי מונקאטש, שוין דא שיינע בלימען.
יעדעס יאר ווער איך עפעס ספעציעל "עמאשענעל", ביי די ברכה, אז מען טראכט אריין.......
געהערט אמאל אז אויב מען גייט אין אייר, נעמט מען א גמ' און מען זאגט די ברכה, ארויס פון די גמ'.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 03, 2012 3:26 pm
דורך נחמן נתן
אולי מישט איר אויף מיט 'קידוש לבנה' לאחר זמנו?