זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

nemtudom
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 5:41 pm

זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך nemtudom » מאנטאג יולי 20, 2020 3:05 pm

בס"ד

אונזער זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

פון נ"י סיטי צו קרעיאלע פעקטארי – Crayola Facrtory Easton PA
אונז זענען ארויסגעפארן בשעטו"מ פון ניו יארק סיטי קיין פענסילוועניע מאנטאג פארמיטאג. מיר זענען געגאנגען קודם צו Crayola Factory, וועלכע געפונט זיך אין איעסטאן פענסילוועניע. היות מיר זענען אנגעקומען נאכמיטאג, איז עס שוין געווען פאר האלב פרייז.

די פעקטארי איז געווען געפאקט מיט היימישע משפחות, און ס'איז געווען עטליכע מנינים מנחה אויפן פלאץ.

אנגעקומען קיין לענקעסטער
פון דארט זענען מיר געפארן פאר בערך 2 שעה צו די אנדערע זייט פענסילוועניע, ביז מיר זענען אנגעקומען קיין לענקעסטער. כ'געדענק אז מיר האבן נישט געוואוסט אויב 'דאס איז עס טאקע', וויבאלד ארויס פונעם עקזיט איז די ראוד געווען זייער טונקל און ס'האט נישט אויסגעקוקט ווי א באזעסענע ישוב.

למעשה גלייך פונעם מעין ראוד נאכן פארן בערך 10 מינוט האט די זשי. פי. עס. געוויזן אז דא איז אונזער האטעל Wingate by Wyndham. מיר האבן איינגעטשעקט און געגאנגען צו אונזער צימער.

אונזער האטעל
ביים בוקן האטעל האבן מיר בעיקר פאקוסקירט עס זאל זיין נאנט צום אנגעגעבענעם שול, און נאנט צו די מעין אטראקציעס (וואס די פרטים איבער די ביהמ"ד און אטראקציעס האב איך אייגנטליך געטראפן אויפן וועלטל (דא און דא!). מה' מצעדי גבר כוננו צו בוקן דעם א.ד. ספעציפישן האטעל, די פרייז איז געווען בערך 200$ סך הכל פאר צוויי נעכט.

די האטעל איז געווען זייער שיין, ריין, שטיל און בא'טעמ'ט. נישט עפעס ווער ווייסט וואס, אבער מ'קען עס אנרופן א שיינע 4 סטאר האטעל.

מיר האבן איינגעשטעקט דעם האט פלעיט וואס מיר האבן מיטגעברענגט, און אנגעווארעמט דאס עסן, וואס מיר האבן איינגעפאקט רעדי אין בעקעלעך אין בוטשער סטאר, פאר נאכטמאל.

דאס ביהמ"ד - מנינים - כשר'ע עסן
אינדערפרי בין איך געפארן צום אנגעגעבענעם ביהמ"ד, וועלכע איז געווען 12 מינוט פונעם האטעל. כ'האב מיך געראכטן צו טרעפן עפעס אזא יאנג איזרעאל סטייל, אדער א בית חב"ד. למעשה איז עס טאקע אן אלטע יאנג איזרעאל שול, אבער ס'האט געווירבלט מיט צענדליגע היימישע אינגעלייט, חסיד'ישע און ליטווישע, פון ניו יארק און ניו זשערסי און אלעם ארום.
אויסער די אפיציעלע אכט'ע מנין איז געווען נאך 2 צו גאר 3 מנינים. זייער בא'טעמ'ט און היימיש.

אינעם בנין הביהמ"ד איז דא אזא שטיקל גראסערי/קענטין מיט פילע ערליי מאכלים ומשקאות פון די היימיש'סטע קאמפעניס און השגחות, סיי געהעריגע עסן ווי מילכיגע פראדוקטן, ברויט און ראלס (כ'געדענק נישט צו פרישע אדער אין פריזער), און סיי נאש און סנעקס. אזוי אויך האט דער רב הקהלה (ר'? - געווען אינטערוויוט אין מאמענט א שטיק צייט צוריק איבער די מילך פארם וואס ער איז משגיח פאר כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א) פארקויפט היימישע הארטע קעז וכדומה.

Dutch Wonderland Amusement Park
נאכן דאווענען און פת שחרית אין האטעל צימער, האמיר זיך אריינגעזעצט אין קאר, אויפגעמישט דעם זשי. פי. עס. צו Dutch Wonderland און ויסעו!

ווי ערשטוינט זענען אונז געווען ווען ביז איין מינוט זענען אונז שוין דארט געווען! ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער האטעל איז בלויז א גאס אוועק קעגנאיבער דעם האטעל!

געפארקט די קאר, זיך געשטעלט אין ליין מיט די איינטריט טיקעטס וואס מיר האבן ארויסגעפרינט די נאכט בעפאר אינעם קליינעם האטעל קיאסק, און אריין!

עס איז א ריזיגע פלאץ מיט צענדליגע ריידס און אטראקציעס, אזוי אז אפילו עס דרייען זיך הונדערטער מענטשן איז עס אויסגעשפרייט אויף א גיגאנטישן שטח, ממילא פילט זיך עס גאנץ ליידיג.

דאס פלאץ פארמאגט ריידס פאר אלע עיזשעס, פון גאר קליינע קינדער און עלטערע קינדער ביז ערוואקסענע, א שטייגער ווי א 'טשעיר-לופט' און א 'מאנאראל' וואס פארט ארום דעם גאנצן פארק פון די הייעך. סקיי ריידס, ראולער קאוסטער, באמפינג קארס, עטליכע ערליי וואסער ריידס (נישט ממש אין וואסער מיט די חסרונות פון א וואסער-פארק ודוק, נאר) מיט שיפן וואס שלעפט זיך ארויף און פליט אראפ, אדער א רואיגערע שיף רייד, און נאך.

ס'איז כמעט נישט געווען קיין ליינס, און ביי געוויסע ריידס איז בכלל נישט געווען נאך מענטשן, און מיינע קינדער זענען געבליבן דערויף איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ביז זיי זענען געווארן בארד...

נאך עטליכע שעה וואס מ'האט גוט אויסגענוצט, זעמיר צוריק אין האטעל פאר נאכטמאל, און דערנאך געגאנגען צום שול פאר מנחה מעריב.

Cherry Crest
די נעקסטע טאג זעמיר געגאנגען צו Cherry Crest . זייער א געשמאקע פלאץ צו בארדענען און קריכן, אלעס אויף א כמו נאטורליכע אופן, מיט שטרוי...

עס פארמאגט א פעדל קאר וואס די קינדער קענען אליין פארן דערמיט ארום און ארום פאר א גוטע 15-20 מינוט, א גרויסע 'קארן מעיז' (Corn Maze) וואו מ'שפאצירט ארום און מ'דארף טרעפן די וועג ארויס, און נאך אינטערעסאנטע געשמאקע אטראקציעס.

באזונדער האט עס אויך פארם חיות מיט וואס מ'קען זיך ארומשפילן, אויך אזא סארט 'גאו קאר' ארומצופארן. אינערהאלב דאס פלאץ קען מען אויך ארומפארן מיט א דאמפף-באן אדער נעמען א רייד מיט א באס ארום עמיש טאון.

לעת ערב איז געווען אין פארקינג לאט א גרויסע מנין מנחה מיט מסתמא בערך פופציג אידן בליעה"ר.

פון דארט זענען אונז אביסל ארומגעפארן די געסלעך וואו מ'זעט די עמיש איינוואינער מיט זייער פרימיטיווע לעבנסשטייגער און פערד און וועגענער, און דערנאך האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים צוריק קיין ניו יארק סיטי, אנגעשעפט מיט פרישע כוחות פארן נייעם לערן יאר, און זיך צוגרייטן צום נייעם יאר הממשמש ובא.
----

מיר האבן נישט אזוי שטארק געקאווערט 'עמיש טאון' - עס זענען דא האטעלס ממש דערנעבן וואו מען קען מיטהאלטן דעם גאנצן לענסשטייגער מבוקר ועד ערב, און אויך טורס ארומצוגיין ביי די עמיש'ס, וואס מיר האבן נישט געטון.
למד לשונך לומר איני יודע (ברכות ד.)
Pardon my English, obviously I don't have now a Yiddish keyboard

nemtudom
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 5:41 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך nemtudom » מאנטאג יולי 20, 2020 3:14 pm

פדפ
צוגעלייגטע
lancaster.pdf
(143.75 KiB) דאונלאודעד 46 מאל
למד לשונך לומר איני יודע (ברכות ד.)
Pardon my English, obviously I don't have now a Yiddish keyboard

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך נאך איינער » מאנטאג יולי 20, 2020 3:15 pm

זייער שיין באשריבן,

א גרויסער שכח

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך חלה » מאנטאג יולי 20, 2020 3:21 pm

איז אלעס אפען יעצט? אדער דעיס איז א באריכט פון פארגאגענע יאר?

nemtudom
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 5:41 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך nemtudom » מאנטאג יולי 20, 2020 3:31 pm

חלה האט געשריבן:איז אלעס אפען יעצט? אדער דעיס איז א באריכט פון פארגאגענע יאר?

עטליכע יאר צוריק
למד לשונך לומר איני יודע (ברכות ד.)
Pardon my English, obviously I don't have now a Yiddish keyboard

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5370
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יולי 20, 2020 3:32 pm

ווי קען זיין האסט אויסגעלאזט כאפן א רייד מיט א פערד און וואגן?

ביסט זיכיר אז די שול דארט איז יאנג איזראעל? איך האב דארט געדאווענט און איך געדענק נישט אזוי. ס'דא א חסידיש'ע איד וואס פירט די שול, מיט א מקוה און אויך איז דא א ישיבה דארט אויפצוהאלטן די מנין. איך מיין ס'נאר דא איין שול דארט, לכאורה רעדט מיר פון די זעלבע שול

nemtudom
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 5:41 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך nemtudom » מאנטאג יולי 20, 2020 3:37 pm

דריידל האט געשריבן:ווי קען זיין האסט אויסגעלאזט כאפן א רייד מיט א פערד און וואגן?

ביסט זיכיר אז די שול דארט איז יאנג איזראעל? איך האב דארט געדאווענט און איך געדענק נישט אזוי. ס'דא א חסידיש'ע איד וואס פירט די שול, מיט א מקוה און אויך איז דא א ישיבה דארט אויפצוהאלטן די מנין. איך מיין ס'נאר דא איין שול דארט, לכאורה רעדט מיר פון די זעלבע שול

מ'רעדט פון די זעלבע שול, "אן אלטע יאנג איזרעאל שול", אבער טאקע יעצט ווערט עס געפירט דורך א היימישער איד, מקורו פון ב"פ, וועלכע ארבעט דארט אלס משגיח, און עס איז טאקע "זייער בא'טעמ'ט און היימיש".
אדרבה, ביטע צולייגן אייגענע עקספיריענס און דיטעילס ליהנות בהם בני אדם
למד לשונך לומר איני יודע (ברכות ד.)
Pardon my English, obviously I don't have now a Yiddish keyboard

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3244
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג יולי 20, 2020 4:11 pm

זייער שיין.
נאך דא אזויפיל פלעצער צו גיין
אין עימיש אליינס א באנטש
קריידערס פארם איז א מוז צו גיין
ועוד
הנותן לשכוי בינה...

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך באקסער בוים » מאנטאג יולי 20, 2020 4:24 pm

שכח פאר אזוי שיין און קלאר באשרייבן דיין עקספיריענס
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
שווערע שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך שווערע שטופער » דאנארשטאג יולי 23, 2020 11:49 am

nemtudom האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ווי קען זיין האסט אויסגעלאזט כאפן א רייד מיט א פערד און וואגן?

ביסט זיכיר אז די שול דארט איז יאנג איזראעל? איך האב דארט געדאווענט און איך געדענק נישט אזוי. ס'דא א חסידיש'ע איד וואס פירט די שול, מיט א מקוה און אויך איז דא א ישיבה דארט אויפצוהאלטן די מנין. איך מיין ס'נאר דא איין שול דארט, לכאורה רעדט מיר פון די זעלבע שול

מ'רעדט פון די זעלבע שול, "אן אלטע יאנג איזרעאל שול", אבער טאקע יעצט ווערט עס געפירט דורך א היימישער איד, מקורו פון ב"פ, וועלכע ארבעט דארט אלס משגיח, און עס איז טאקע "זייער בא'טעמ'ט און היימיש".
אדרבה, ביטע צולייגן אייגענע עקספיריענס און דיטעילס ליהנות בהם בני אדם

איז דער ביהמ"ד אפן דעי יאר אדער צוליב דער מצב איז עס פארשפארט?
אז ס'גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח

zevUP
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 20, 2010 2:57 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך zevUP » דאנארשטאג יולי 23, 2020 2:30 pm

Degel Israel Congregation
1120 Columbia Ave, Lancaster, PA 17603
(717) 392-0884

https://www.degelisrael.org/covid-19



איז דער ביהמ"ד אפן דעי יאר אדער צוליב דער מצב איז עס פארשפארט?[/quote]

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג יולי 23, 2020 3:50 pm

איך בין דארט געווען פאריאר, און האב זייער זייער הנאה געהאט, די נאטיר דארט איז געוואלדיג!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך זאג א גוטס » פרייטאג יולי 24, 2020 1:25 am

זייער שיין און קלאר געשריבן.

למעשה זענען די אלע אפן יעצט?
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

Porfavor
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך Porfavor » פרייטאג יולי 24, 2020 6:00 am

זאג א גוטס האט געשריבן:זייער שיין און קלאר געשריבן.

למעשה זענען די אלע אפן יעצט?


וואלט אויך געוואלט וויסן.

אויך געהאט געזען ערגעץ דא וועגן א פלאץ וואס האט קליינע הייזקעלעך אויף א פארעם סטייל אין לענקעסטער. איך וואלט זייער געוואלט זען די לינק כ'קען עס נישט אפירזוכן.

יישר כח

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך green sunday » פרייטאג יולי 24, 2020 10:18 am

באקסער בוים האט געשריבן:שכח פאר אזוי שיין און קלאר באשרייבן דיין עקספיריענס

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1870
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך וואס עפעס? » פרייטאג יולי 24, 2020 11:30 am

Crayola האט דארט א פלאץ פאר באזיכער?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
Mister
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך Mister » פרייטאג יולי 24, 2020 11:37 am

וואס עפעס? האט געשריבן:Crayola האט דארט א פלאץ פאר באזיכער?

וואס עפעס?
ער שרייבט 'אויפן װעג', סאיז ארום 2 שעה פאר לענקעסטער.
(איך האב אויך געסטאפט דארט אויפן װעג קיין לענקעסטער)

אוועטאר
Mister
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך Mister » פרייטאג יולי 24, 2020 12:17 pm

נאך צװיי פלעצער װאס איך האב באזיכט זייענדיג דארט.
טשו טשו בארן
(אינטערסאנט אפילו פאר ערוואקסענע)
פאטעיטא טשיפ פעקטארי
(יעדער האט הנאה געהאט)

געטראפן דא:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p1498665

תרנגול האט געשריבן:גענומען פון א תגובה פון 7 יאר צוריק - אבער ס'איז דא נאך אסאך אסאך מער....
דורך leiby אום מאנטאג יולי 19, 2010 1:35 am
בקיצור, נאכדעם איז דא נעבן דעם א טשו טשו בארן, קען זיין מער אינטערסאנט פאר קינדער, (אדער אפילו פאר ערוואקסענע ) ס'איז א גאנצע ווילידזש נאר אין קלייין, ס'לוינט זיך צו כאפן א בליק,
http://www.choochoobarn.com/ http://www.800padutch.com/y/choochoobarn.html
Route 741 East
226 Gap Road, Strasburg, PA 17579
(717) 687-7911
אויך איז דא דארט א פאטעיטא טשיפ פעקטארי, http://www.herrs.com/SnackFactoryTours.html
איך בין נישט דארט געווען אבער אלע אידן וואס זענען דארט געווען זאגן אז ס'לוינט זיך אהין צו גיין,

שמחהלע
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך שמחהלע » זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:58 am

שכוח איך האב פונקט געוואלט פלאנירן א 2 טעג מיט די משפחה אין לענקעסטער.
באזירט אויף די ביסעל ריסוירטזש וואס כ'האב געמאכט איז Dutch אין Cherry Crest אפען אבער מדערף מאכען רעזערוועישאנס פין פאראויס.

שמחהלע
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

תגובהדורך שמחהלע » זונטאג אוגוסט 02, 2020 3:04 am

אגב Dutch האט יעצט 50% אראפ, אין זיי זענען פארמאכט דינסטאג אין מיטוואך.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט