בלאט 4 פון 7
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 28, 2013 12:26 am
דורך פער בריסטאו
יוראפ האט געשריבן:סידא פלעצער וואס זענען געגאנען פייפען מיט סענדי
נמשל וועלעכע פלאץ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 28, 2013 7:58 am
דורך בשבילי נברא
פער בריסטאו האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:סידא פלעצער וואס זענען געגאנען פייפען מיט סענדי
נמשל וועלעכע פלאץ?
איין ביישפיל
NY Aqauarium
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 28, 2013 9:19 am
דורך יוראפ
ערגעץ דעם חוה"מ פלאנען מיר צו גיין מקיים זיין דעם לראות את עצמו, מיר ווארטן נאר נאך אויפן פסק פונעם רביצין וואו עס איז די מערסטע גלייך...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 28, 2013 9:44 am
דורך געלעגער
גייסט פרעגן דיין רביצן וועלכע שפיגל צו ניצן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 28, 2013 9:55 am
דורך יוראפ
געלעגער האט געשריבן:גייסט פרעגן דיין רביצן וועלכע שפיגל צו ניצן?
איך פרעג ניש, זי זאגט! די שאלה איז נאר וועכע זאא סאט די פאסיגסטע שפיגל (אונז ביידע זאמיר פיטן)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 28, 2013 12:54 pm
דורך סאדע_באטל
ארעסטאנט האט געשריבן:באקומען פון א ידיד:
אויפן פארלאנג פון די אידן וואס ווילן נעמען די קינדער חול המועד האלטן אין עיראפארט וועל איך געבען אינסטראקציעס פון נויארק עירפארט
ווען מ'קומט צו פארן פון נארט צו סאויט אויפן טוירנפייק קען מען זעהן די פליגערס פארן, דארט קען מען זעהן אויף וועליכע דירעקציע זיי פארן, אויב פארן זיי די זעלעב וועג ווי די קאר (פון נארט קיין סאוט) איז דא פארדעם א פלאץ ווי מ'קען זייער גוט מיטהאלטן די פליגער לאנדען ממש ביי די ראנוועי, דאס געפינט זיך אינעם קארגא אפטיילונג פונעם עיראפארט וואס רופט זיך "נארט עריע" בילדינג 340 מ'פארט אריין ביזן עק אין דארט קען מען זיך אראפשטעלן מיטהאלטן די פליגערס
אויב פארן די פליגערס די פארקערטע ריכטונג (פון סאוט אויף נארט) דעמאלס איז דא זייער א גוט פלאץ צו זעהן די פליגערס לאנדען, דאס געפינט זיך בערך איין מייל אוועק פונעם עירפארט, דאס איז ביי די גרויסע דיפארטמענט געשעפעט "אייקיע" די אדרעס איז 1000 סענטער דרייוו אין עליזיביט נוי גערזי
דערנאך איז דא אינעם עירפארט זעלבסט דער עיר טרעין, דארט זעהט מען נישט געהעריג די פליגערס זיך הייבן אין לאנדען אבער מ'זעהט דעם גאנצען עיראפארט ארום אין ארום אין דאס איז גאנץ אינטערסאנט, די בעסטע פלאץ צו פארקען די קאר איז אין דעם פארקינג וואס איז אנטקעגען איבער טערמינאל C ווייל דארט איז די גרינגסטע אריבער צו גיין אין טערמינאל, דארט זאל מען קוקען פאר די אנווייזונגען ווי מ'נעמט דעם עיר טרעין, אין מ'גייט אריין אין טרעין אין מ'קען ארום פארן ווילאנג מ'ווערט נמאס אין נישט פארגעסען אראפצושטייגן דארט ווי מ'איז ארויף געקומען
חג כשר ושמח
די אידן וואס פארן פון סאוט צו נארט ווי קען מען וויסן וועלכע וועג די פליגערס פארן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 28, 2013 11:36 pm
דורך שאץ מאץ
היינט געוועהן מיט די קינדער אין די lego סטאר וועלכע איז סטאנצירט אין די קווינס מאל, מיינע קינדער האבן שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט, מ'קען צוזאמען שטעלן לעגא'ס אליין, מ'זעהט אסאך שיינע זאכן אויפגעשטעלט מיט לעגא'ס, איך האב אליין נישט געגלייבט אז ס'וועט זיין אזוי אינטרעסאנט פאר זיי,
ועל כולם קיין איין איד איז נישט דארט געוועהן.....
ווער ס'וויל גיין מיט די משפחה עצה טובה, דאס ווייב זאל מען שיקן לינקס צו די גרויסע געשעפטן, ווי מעיסיס, טשילדערנ'ס פלעיס, וכו' וכו' וכו', און דערנאך קען מען זיצן רואיג מיט די קינדער ביי די לעגא'ס, און אזוי האט יעדער א שמחת יו"ט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 29, 2013 1:10 am
דורך משזר
צוויי פראבלעמן, איינס אז גיין שאפינג חאלעמויד איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, צווייטענס, יעצט אז די האסט שוין מגלה געווען דעם סוד, אידעך שויניש דא די ועל כולם.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 29, 2013 3:20 am
דורך שוועמל
חדש!
אויך לעגא אבער מער ווי א סטאר, אזא פאן סענטער אין יאנקערס נ.י.
www.legolanddiscoverycenter.com/westchester/
ווי זאל איך גיין??
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 08, 2013 3:32 pm
דורך Iphone
די סעמי-עניואעל פראגע איז צירוק.... ווי גייט מען חול המועד???
איך זיך א פלאץ פאר מיר און די כגופו חלק פין מיין מערידש, איך זיך א פלאץ וואס איז נישט ווייטער ווי צוויי דריי שעה פין אפסטעיט.
ולמצוה גדולה יחשב
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 2:18 pm
דורך שאץ מאץ
ווער האט אינפא אויף די פלעצער ווי מ'גייט רייסן פרוכט?
איינער זאגט מיר אז זיי ווייסן דעם סוד פון חוה"מ און זיי בעטן מער געלט חוה"מ, איז דאס קראנט?
היי יאר שטייען מיר אינמיטן סעפטעמבער וואס דאס מיינט אז ס'איז א פאסיגע צייט צו שניידן פרוכט פון ביימער, וואס איז א העכסט אינטרעסאנטע זאך פאר קינדער,
קען אפשר איינער ארויף לייגן א רשימה פון די אלע מקומות ווי מ'קען נעמען פרוכט?
זאת ועוד, אפשר איז א שאלה להלכה חוה"מ מחמת יו"ט צו שניידן פרוכט, האט איינער אדורך געטון די הלכה?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 2:41 pm
דורך תרנגול
Kelders farm
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 4:15 pm
דורך שנאפס
קעלדערס פארם איז היבש ווייט, אין עלענוויל
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 4:16 pm
דורך מי יודע
שאץ מאץ האט געשריבן:ווער האט אינפא אויף די פלעצער ווי מ'גייט רייסן פרוכט?
איינער זאגט מיר אז זיי ווייסן דעם סוד פון חוה"מ און זיי בעטן מער געלט חוה"מ, איז דאס קראנט?
היי יאר שטייען מיר אינמיטן סעפטעמבער וואס דאס מיינט אז ס'איז א פאסיגע צייט צו שניידן פרוכט פון ביימער, וואס איז א העכסט אינטרעסאנטע זאך פאר קינדער,
קען אפשר איינער ארויף לייגן א רשימה פון די אלע מקומות ווי מ'קען נעמען פרוכט?
זאת ועוד, אפשר איז א שאלה להלכה חוה"מ מחמת יו"ט צו שניידן פרוכט, האט איינער אדורך געטון די הלכה?
איך האב נישט דורכגעטון די הלכה, אבער איך געהערט ביי א שיעור פון הלכות חוה"מ דורך הרה"ג ר' אברהם מאיר יעקב בן חי' ניסל לרפו"ש, און איך געדענק מען האט גערעדט אז ס'איז א ערנסטע פראבלעם סתם צו רייסן פרוכט חוה"מ, נאר אז מען נוצט די פרוכט אום יו"ט
אלענפאלס, שמועס עס דורך מיט א מורה הוראה
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 11, 2013 12:28 pm
דורך יענקל פאטאש
שאץ מאץ האט געשריבן:ווער האט אינפא אויף די פלעצער ווי מ'גייט רייסן פרוכט?
קען אפשר איינער ארויף לייגן א רשימה פון די אלע מקומות ווי מ'קען נעמען פרוכט?
קאמיוניטי קאננעקשענס (מאנסי) פאריאר סוכות
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 11, 2013 2:48 pm
דורך שאץ מאץ
קען איינער מאכן דערפון א פי די עף עס ארויסצופרינטן?
שכוח
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 11, 2013 2:51 pm
דורך שנאפס
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 11, 2013 4:26 pm
דורך משזר
ווי אין מאנסי קען מען גיין אויסער די ריידס?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 11, 2013 4:33 pm
דורך תרנגול
משזר האט געשריבן:ווי אין מאנסי קען מען גיין אויסער די ריידס?
דו רעדסט אין די שטאט מאנסי דייקא ? סוזען לעיק מיט די קאטשקעס איז דיר אינטרעסאנט?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 11, 2013 4:48 pm
דורך משזר
און געגנט פון מאנסי איז אויך גוט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 11, 2013 4:54 pm
דורך תרנגול
העווערסטראו פארק איז זייער שיין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 12, 2013 7:45 am
דורך your friend
מי יודע האט געשריבן:שאץ מאץ האט געשריבן:ווער האט אינפא אויף די פלעצער ווי מ'גייט רייסן פרוכט?
איינער זאגט מיר אז זיי ווייסן דעם סוד פון חוה"מ און זיי בעטן מער געלט חוה"מ, איז דאס קראנט?
היי יאר שטייען מיר אינמיטן סעפטעמבער וואס דאס מיינט אז ס'איז א פאסיגע צייט צו שניידן פרוכט פון ביימער, וואס איז א העכסט אינטרעסאנטע זאך פאר קינדער,
קען אפשר איינער ארויף לייגן א רשימה פון די אלע מקומות ווי מ'קען נעמען פרוכט?
זאת ועוד, אפשר איז א שאלה להלכה חוה"מ מחמת יו"ט צו שניידן פרוכט, האט איינער אדורך געטון די הלכה?
איך האב נישט דורכגעטון די הלכה, אבער איך געהערט ביי א שיעור פון הלכות חוה"מ דורך הרה"ג ר' אברהם מאיר יעקב בן חי' ניסל לרפו"ש, און איך געדענק מען האט גערעדט אז ס'איז א ערנסטע פראבלעם סתם צו רייסן פרוכט חוה"מ, נאר אז מען נוצט די פרוכט אום יו"ט
אלענפאלס, שמועס עס דורך מיט א מורה הוראה
יאפ, געפרעגט ס'מורה הוראה שוין עטליכע יאר צוריק און די פסק איז אז מען מעג נאר רייסן דאס וואס מען וועט עסן אום יו"ט. האמער טאקע א מנהג אז די יארן וואס די ארטשערד איז נאך פיל אום חוה"מ גיימער קיין לארענס פארם אין ניי-בערג. מען ברויך נאר באצאלן דאס וואס מען נעמט אהיים, מען קען עסן אויפן פלאץ וויפיל עס פיט אין די געדערים, פריי פון אפצאהל! און אלע קינדערלעך פון גרויס ביז קליין האבן זייער הנאה. קודם רוקט מען אריין פון די וויין טרויבן וויפיל עס לאזט זיך די חברה זענען זיך מחי' מיט די זאפט וואס מען זייגט פון די טרויבן, דערנאך האקט מען עפל וויפיל עס גייט, און פאר דיזערט נעמט מען פרישע רויע קארן..... אםםםםםםם...... יאמי...... און פארשטייט זיך אז מען טראגט אהיים וועטשטעבלס און ס'טוט זיך די נעקסטע פאהר טאג א שפע פון כל מיני סעלעדס וואס מען קען נאר מאכן פון די גרינצייג. און די נאש פאר די רעשט פון חאלעמאויד איז די פרוכט וואס מען האט אהיים געברענגט
האטס מיר אלע א פרייליכע חאלעמויד און אפשר וועט מען זיך דארט טרעפן.....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 12, 2013 9:56 am
דורך משזר
תרנגול האט געשריבן:העווערסטראו פארק איז זייער שיין
א דאנק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 12, 2013 1:05 pm
דורך ohrchodosh
[quote=]
מי יודע האט געשריבן:
יאפ, קודם רוקט מען אריין פון די וויין טרויבן וויפיל עס לאזט זיך די חברה זענען זיך מחי' מיט די זאפט וואס מען זייגט פון די טרויבן, דערנאך האקט מען עפל וויפיל עס גייט, און פאר דיזערט נעמט מען פרישע רויע קארן..... אםםםםםםם...... יאמי......
[/quote]
וואס טוהט זיך וועגען די ווערים?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 12, 2013 3:01 pm
דורך עקבי הצאן
ohrchodosh האט געשריבן:[quote=="מי יודע"]
יאפ, קודם רוקט מען אריין פון די וויין טרויבן וויפיל עס לאזט זיך די חברה זענען זיך מחי' מיט די זאפט וואס מען זייגט פון די טרויבן, דערנאך האקט מען עפל וויפיל עס גייט, און פאר דיזערט נעמט מען פרישע רויע קארן..... אםםםםםםם...... יאמי...... [/[/quote
וואס טוהט זיך וועגען די ווערים?
נאך פאר די ווערים זענען געבוירן געווארן ....