בלאט 6 פון 7

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2015 8:20 am
דורך maybeeynot
איז דא ערגעץ נישט ווייט פון ברוקלין בערך א שעה-שעה אנדערהאלבן דרייוו א סאפארי ?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2015 8:59 am
דורך farshlufen
סאפארי'ס זענען שוין אפן פריער ווי May?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2015 9:06 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
ניאגרע פאלס דארף זיין א גוטע פלאץ היי יאר צו גיין מיט די קינדער, סיז דא גאנצע פיר טעג און סיז נאך היבש קיל, דאכצעך חב"ד שטעלט צו מינינים חוה"מ

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2015 11:02 pm
דורך אני מאמין
האב איך גראדע אין פלאן אהינצופארן בעזהשי"ת, כ'בין נאכנישט אנגעקומען צו מאכן דאס מינדעסטע ריסערטש, אבער דער בורא וועט העלפן.

וואס כ'וויל וויסן איז, כ'בין נאך קיינמאל נישט אועקגעפארן פסח פונדערהיים, וואס איז די הלכה מיט א האטעל? דארף מען בודק חמץ זיין?
יז דא עפעס חששות וואס מ'דארף חושש זיין ווען מ'פארט?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2015 11:11 pm
דורך מטעמים
אני מאמין האט געשריבן:האב איך גראדע אין פלאן אהינצופארן בעזהשי"ת, כ'בין נאכנישט אנגעקומען צו מאכן דאס מינדעסטע ריסערטש, אבער דער בורא וועט העלפן.

וואס כ'וויל וויסן איז, כ'בין נאך קיינמאל נישט אועקגעפארן פסח פונדערהיים, וואס איז די הלכה מיט א האטעל? דארף מען בודק חמץ זיין?
יז דא עפעס חששות וואס מ'דארף חושש זיין ווען מ'פארט?

פארקויף דעם צימער פארן גוי פאר פסח און מען דארף בודק חמץ זיין.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2015 11:19 pm
דורך אני מאמין
איך קען פארקויפן א זאך וואס איז נישט מיינס?
און אויב פארקויף איך, וואס דארף איך בודק חמץ זיין?
אויב ווייס איך נאכנישט פאר פסח וואו כ'וועל זיין, קען איך אויך פארקויפן?
וויאזוי בין איך בודק חמץ חוה"מ? כ'קום אן, שלעפ אריין די פעקלעך, בייג מיר אראפ אונטער די בעטן א קוק טאן, וזהו?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2015 11:34 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
In September, Mayor de Blasio announced that for calendar year 2015, with your IDNYC Card you are eligible for aone-year free membership package at 33 of the City's leading cultural institutions, including world class museums, performing arts centers, concert halls, botanical gardens, and zoos in all five boroughs. These membership packages are comparable to each institution's standard one-year membership package and will give IDNYC card holders a range of benefits including free or discounted admission, and access to special events, and to museum shops and neighborhood businesses.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 26, 2015 8:01 am
דורך maybeeynot
אני מאמין האט געשריבן:האב איך גראדע אין פלאן אהינצופארן בעזהשי"ת, כ'בין נאכנישט אנגעקומען צו מאכן דאס מינדעסטע ריסערטש, אבער דער בורא וועט העלפן.

וואס כ'וויל וויסן איז, כ'בין נאך קיינמאל נישט אועקגעפארן פסח פונדערהיים, וואס איז די הלכה מיט א האטעל? דארף מען בודק חמץ זיין?
יז דא עפעס חששות וואס מ'דארף חושש זיין ווען מ'פארט?

אז מדינגט א האטעל/קאר חוה"מ דארף מען עס בודק חמץ זיין ס'נישט שייך צו פארקויפן פאר א גוי אום פסח פאר מער פרטים פרעג א מו"ץ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 26, 2015 7:54 pm
דורך עדאבי
די ניין עלעווען מאזיעם איז עפעס מורא'דיג. סאיז א מאסט אהינצוגיין. גארנטירט איר קומט נישט ארויס מיט קיין טריקן אויג פון דארט

די לינק צום וועבזייט
http://m.911memorial.org/museum

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 26, 2015 8:01 pm
דורך שמאטע
עדאבי האט געשריבן:די ניין עלעווען מאזיעם איז עפעס מורא'דיג. סאיז א מאסט אהינצוגיין. גארנטירט איר קומט נישט ארויס מיט קיין טריקן אויג פון דארט

די לינק צום וועבזייט
http://m.911memorial.org/museum

מעג מען גיין חוה"מ צו א פלאץ וואס צוברעכט דעם מענטש, און מאכט טרויעריג?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 27, 2015 3:55 pm
דורך כאפצעם
עדאבי האט געשריבן:די ניין עלעווען מאזיעם איז עפעס מורא'דיג. סאיז א מאסט אהינצוגיין. גארנטירט איר קומט נישט ארויס מיט קיין טריקן אויג פון דארט

די לינק צום וועבזייט
http://m.911memorial.org/museum

קען זיין פאר די וואס האבן נאכנישט געזעהן די קליפס.

די קליפס און דעקאמענטריס וואס איז דא צו זעהן אויפן געוועב איז סאך אינטערסאנטער ווי די איבערגעבליבענע שטאנגען און פארברענטע פייערלעשער וואס מ'זעהט דארט.

כנלענ"ד.

שוין אפגערעדט פון די הימל-שרייענדע פרייזן וואס זיי בעטן בלויז אריינצוקומען.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 27, 2015 4:05 pm
דורך זינגער
maybeeynot האט געשריבן:איז דא ערגעץ נישט ווייט פון ברוקלין בערך א שעה-שעה אנדערהאלבן דרייוו א סאפארי ?

Staten Island zoo, בחינם מיט cool culture, זייער א שיינע zoo.

Philadelphia zoo
Prospect park zoo
Bronx zoo
Turtle back zoo
Central Park zoo

פארעפענטליכט: שבת מרץ 28, 2015 11:29 pm
דורך פליגל
אין די סיטי איז דאס אזא סארט פראגראם וואס ערלויבט משפחות וואס א קינד איז איינגעשריבען אין א העד סטארד פראגראם צי קענען גיין באזוכען געוויסע פארוויילונג פלעצער בחנם.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2015 12:52 pm
דורך ענדע צדיק!
שאץ מאץ האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:בושקיל פאלס
ס'ווערט אנגערופן די נייאגרא אוו פענסילוועניע
סאיז גאר אינטערסאנטע וואסער פאלן (Watter Falls) די העכסטע דערפון איז איבער 100 פוס.
סנעמט בערך 1:45 פון ברוקלין, 1:15 פון מאנרא, 1:30 פון מאנסי.
http://www.visitbushkillfalls.com/location.phpBushkill Falls


איך בין לעצטנס געוועהן דארט,
ס'איז באמת א שיין, כשר, פלאץ, הערליך פאר ווער עס האט ליב נאטור, וואסער, ביימער מיט טייכלעך, ועל צבאם וואסער פאלן,

להוי ידוע, זיי שפארן אפ יעדן טאג 5'ע, ממילא דארף מען זיין דארט לכה"פ פאר דרייע נאכמיטאג, ועוד, דאס איז בעיקר פאר יונגלעך און בחורים, אבער נישט פאר קיין ווייבער מיט קליינע פיצלעך, ווארום מ'דארף קריכן פיל טרעפן ארויף און אראפ,
אבער, ס'איז באמת א הערליך פלאץ,

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2015 8:47 pm
דורך קענטעלאופ
ווי קעמען אויסגעפינען אויב סגייט זיין א מארטש אין וועסט פוינט חול המועד?
אפשר קענען די עסקנים זיי בעטען צו מאכן א מארטש ווייל חול המועד קענען קומען אסאך יודען?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2015 9:30 pm
דורך אני מאמין
איינער האט עקספיריענס מיט די האטעל "דאבעל-טרי" אין ניעגרע פאלס?

יישר כח למפרע.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2015 9:34 pm
דורך חברותה
קענטעלאופ האט געשריבן:ווי קעמען אויסגעפינען אויב סגייט זיין א מארטש אין וועסט פוינט חול המועד?
אפשר קענען די עסקנים זיי בעטען צו מאכן א מארטש ווייל חול המועד קענען קומען אסאך יודען?

סגייט נישט זיין קיין מארטש
http://www.usma.edu/visiting/sitepages/ ... edule.aspx

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 11:43 am
דורך מאנ-יימער
שמאטע האט געשריבן:
עדאבי האט געשריבן:די ניין עלעווען מאזיעם איז עפעס מורא'דיג. סאיז א מאסט אהינצוגיין. גארנטירט איר קומט נישט ארויס מיט קיין טריקן אויג פון דארט

די לינק צום וועבזייט
http://m.911memorial.org/museum

מעג מען גיין חוה"מ צו א פלאץ וואס צוברעכט דעם מענטש, און מאכט טרויעריג?

די מענטשן וואס האבן עקסטער הנאה צו זיין צובראכן מעגן זיכער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2015 9:47 am
דורך בעמבא
איך זיך א פלאטץ וואס איז נאנט צו ברוקלין (אינטער א שעה), נישט קיין זאא,אדער מזויעם. גענוג אינטערסאנט פאר קינדער,און עס זאל נישט זיין דארט קיין גרויסע אנלויפעניש,
וואס וואלט איר מיר ריקמענדעט?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2015 10:13 am
דורך בערקא
איך זיך א פלאץ פון נאטור, צו גיין באזוכן מיט די קינדערלעך, א וואסער פאל, אדער באטעניקעל גארדען, א.ד.ג. אין די אפסטעיט געגענט,

(איך וואלט געגאנגען צו די באטעניקל גארדען אין די סיטי אבער לויט ווי איך הער איז דארט חול המעוד מער לאקשן ווי זופ, כ׳זוך לכתחילה א פלאץ ווי נאר א פערטל כלל ישראל קומט זיך צוזאם עולה רגל זיין)

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2015 10:16 am
דורך בשבילי נברא
בערקא האט געשריבן:איך זיך א פלאץ פון נאטור, צו גיין באזוכן מיט די קינדערלעך, א וואסער פאל, אדער באטעניקעל גארדען, א.ד.ג. אין די אפסטעיט געגענט,

(איך וואלט געגאנגען צו די באטעניקל גארדען אין די סיטי אבער לויט ווי איך הער איז דארט חול המעוד מער לאקשן ווי זופ, כ׳זוך לכתחילה א פלאץ ווי נאר א פערטל כלל ישראל קומט זיך צוזאם עולה רגל זיין)

Croton on Hudson
א הערליכע וואסער-פאל אין וועסטשעסטער קאונטי

(דאכט זיך אז ס'איז שוין דערמאנט געווארן ערגעץ דא אויפן וועלטל)

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2015 10:54 am
דורך בערקא
שכח, קוקט אויס א שיינע פלאץ

נאך איין פראגע

איז דא א ספעציפישע אדרעסס אריינצולייגן אינעם גפס?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2015 11:47 am
דורך געלעגער
פון גוגל פארשטיי איך אז דאס איז א וויליעדזש. האסט די פונקטליכע אדרעס פארן וואסער פאל?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2015 12:36 pm
דורך קנאפער ידען
געלעגער האט געשריבן:פון גוגל פארשטיי איך אז דאס איז א וויליעדזש. האסט די פונקטליכע אדרעס פארן וואסער פאל?

דער פונקטליכער אדרעס האב איך נישט, אבער ווי כ'פארשטיי איז עס א חלק פונעם Croton Gorge Park וועלכער איז אין Croton-on-Hudson, NY 10520. אויף גוגל זע איך אז דער גאס וואס פירט צום פארק הייסט Old Croton Trailway State Park, Croton-on-Hudson, NY 10520.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2015 1:24 pm
דורך גערעכטער