Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג מרץ 29, 2009 1:29 pm

http://www.newportmansions.org/page7016.cfm
(only enjoyable for adults)

Advertisement

זונטאג מרץ 29, 2009 2:04 pm

שמאטע, אפשר נעמסטו זיך די מיה, און געסט אראפ א קיצור פון וואס מ'קען דארט הנאה האבן, כ'בין אריין אין די לינק, אבער מ'דארף קריכן אין פרישע לינקס, סאו כ'זוך איינער זאל מאכן א שטיקל קיצור דערויף.

זונטאג מרץ 29, 2009 2:15 pm

איך זיך צו גיין אויף א פלאץ וואו איך מיט די רבנית זאלן הנאה, פארשטייט זיך סזאל עפעס זיין אינטערסאנט פאר די קינדער (נישט פארגעסן כ'מיין דאך זיי) זיי זאלן מיר נישט קריכן אויפן קאפ.
נישט קיין זאא מיינע קינדער ציטערן פון חיות.

זונטאג מרץ 29, 2009 2:27 pm

האווי קעברנס גאר אן אינטערסאנטע הייל ס'נעמט 2 שעה אדורכצוגיין. אינמיטן די הייל פארט מען מיט א שיף
די וועג דויערט 2:15 שעה פון ק"י 3:15 פון וומסב"ג
מ'זאגט אז רבינו הקדוש בעל דברי יואל מסאטמאר האט דארט באזוכט אמאל. (געהערט פון איינעם בשם ר' משה גפן משב"ק)
סיי וויאזוי, די נפלאות הבורא איז דארט געוואלדיג.
Howe Haverns

זונטאג מרץ 29, 2009 2:29 pm

וואס פונקטליך איז דאס די האווי קעברינס, ווי איז דאס און וואס איז זייער וועבסייט/פאון נומבער?

זונטאג מרץ 29, 2009 2:31 pm

כ'האב צוגעלייגט א לינק

זונטאג מרץ 29, 2009 2:33 pm

יישר כח הרב אלף בית.

זונטאג מרץ 29, 2009 2:40 pm

בושקיל פאלס
ס'ווערט אנגערופן די נייאגרא אוו פענסילוועניע
סאיז גאר אינטערסאנטע וואסער פאלן (Watter Falls) די העכסטע דערפון איז איבער 100 פוס.
סנעמט בערך 1:45 פון ברוקלין, 1:15 פון מאנרא, 1:30 פון מאנסי.
http://www.visitbushkillfalls.com/location.phpBushkill Falls

זונטאג מרץ 29, 2009 2:40 pm

כ'הער, שמאטע'ס לינק איז די באקאנטע ראוד איילענד מענשנס (פאלאצן), און אלץ איינער וואס האט שוין דארט באזוכט זאג איך אז עס איז נישט כדאי די פיר שעה דרייוו, פאר איין טאג זיכער נישט.

זונטאג מרץ 29, 2009 2:42 pm

צו גיין באזוכן טורא שוהל לוינט זיך עס אויכנישט?
Touro Synagogue

זונטאג מרץ 29, 2009 2:48 pm

נישט פון מיין עקספיריענס, און איך בין א שטיקל ליבהאבער פון היסטאריע.

זונטאג מרץ 29, 2009 4:42 pm

איך בין געווען אין בושקיל פאולס, און נישט הנאה געהאט, פאר אזא לאנגע וועג.

און מ'קען נישט מיטנעמען אויפן וועג ארויף קיין קעריזשעס, ס'איז זייער לאנג צו וואקן צו פיס.

מאנטאג מרץ 30, 2009 1:49 pm

בושקיל פאללס איז זייער אינטערסאנט פאר בחורים, מדארף האבן אזאך כוחות צו קלעטערן און קריכן, מיט קינדער לוינט נישט אהינצוגיין אפילו סאיז נעקסט דאור.

נאך אן אינטערסאנטע פלאץ די "ניו יארק סטעיט מוזיאם", סאיז אין אלבאני, יעדער קען זיך אליינס שאצן צו סאיז אים ווערט צו שפענדן די 2-3 שעה וועג אהינצופארן.

סהאט אין זיך א שלל פון היסטאריע איבער ניו יארק סטעיט, סאיז אויסגעשטעלט אויף גאר א מייסהאפטיגן אויפן. דהיינו, ווי זיי לייגן אראפ די היסטאריע פון די אינדיענס וואס האבן געוואויס אין ניו יארק מ'שפאצירט (אזויווי) אין וועלדער אין די זייט איז אויפגעשטעלט ביידלעך ווי די אינדיאנער וואוינען מזעהט אפילו ווי די איניאנער בויען די בודקעלעך, מענטשן אויפגעשטעלט פון וואקס, (פארשטייט זיך ס'פיל מיט שטותים ווצב"ש מזעהט וויאזוי נ"י האט אויסגעזעהן פאר 15,000 יאר צוריק), אן עקסטערע אפטיילונג פון די נאטור, אן עקסטערע אפטיילונג פון נ"י סיטי, מ'שפאצירט אין אלטע גאסן פון הארלעם, משפאצירט א דורך די פיש מארקעט אינדערזייט איז אויסגעלייגט פעסער, אן עקסטערע אפטיילונג פין די אימיגראציע קיין ניו יארק, מרעדט אויך פון די אידן וואס האבן געוואינט אין נ"י מיט 100 יאר צוריק. זיי ווייזן די היסטאריע פון די רעילוועי. וכו'.

אויך האבן אינטערסאנטע קאלעקציע'ס פון אמאליגע באנען, פייער טראק'ס, פאליציי קארס, וכדו'.

כ'מיין אז אין הויף איז דא אביסל רייד'ס.

מ'דארף אבער וויסן אז סאיז אינטערסאנט אויסדריקליך נאר פאר היסטאריע ליבהאבער. לגבי קינדער קען יעדער אליין שאצן וויאזוי זיינע קינדער גלייכן צו זעהן אזאנע זאכן.

New York State Museum
לעצט פאראכטן דורך אלף בית אום מאנטאג מרץ 30, 2009 2:16 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג מרץ 30, 2009 2:15 pm

וועסט פוינט מיליטערישע אקאדעמיע.
איינס פון די גרעסטע מיליטערישע אקאדעמיס אין אמעריקע.
היי יאר איז נישט געפלאנט קיינע פאראדעס אין חוה"מ, אבער סאיז דא דאר א מוזיאם.
סנעמט צו פארן א האלבער שעה פון ק"י און מאנסי, איין און א פערטל שעה פון וומסב"ג,
West Point Musuem

מאנטאג מרץ 30, 2009 2:37 pm

בושקיל פאלס איז זייער אינטערסאנט פאר קינדער פין 8 יאר און העכער

http://www.ahl-bushkillfalls.com/

מאנטאג מרץ 30, 2009 5:43 pm

וואס איז שלעכט דא?

מאנטאג מרץ 30, 2009 7:24 pm

דער מוזעאום אין אלבאני איז טאקע אינטערעסאנט, אפילו פאר קינדער, צוליב די אלטע פייערלעשערס און געז סטעישאנס וכדומה. אויב איך געדענק גוט, האבן די קינדער געקענט ארויפגיין אויף אלטע געלע באסעס.

מאנטאג מרץ 30, 2009 7:38 pm

מאיר, איי גאטא הענד איט טו יו, יו קרעקט מי אפ.

דינסטאג מרץ 31, 2009 8:31 am

מאיר. נישט יעדער וואוינט אין ק"י.

דינסטאג מרץ 31, 2009 8:33 am

יישר כח סתם_אזוי פארן איינמעלדן...

דינסטאג מרץ 31, 2009 10:17 am

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

דינסטאג מרץ 31, 2009 10:25 am

מאיר לאמיר זעהן זעץ דו דיך ארויף אויפן רייד?

שבת אפריל 04, 2009 10:34 pm

נוסח חול המועד

אינדעפרי: [אלע אין כאר] ווי גייייייייייייייייייט מען הייייייייייייייייינט.....?!
אווענט: מעעעעעעעעעעעעעעע סעגארנישט ווערט געווען!!
(אין הינטערגרינט - די געטרייע טאטע-מאמע שלינגן די כשר לפסח טיילענאל)

דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 9:32 am

איך וויל גיין חוה"מ האלטן אויף א פלאץ וואו "איך" וועל הנאה האבן (לאמיר זיך נישט פאפן איך גלייך אויך פאן - די קינדער פארן ב"ה יעדע וואך אין דעי קעמפ אויף טריפס, יעצט איז מיין טשענס) די זאך איז נאר אז אויב די קינדער וועלן זיין לאנגווייליג און מוטשען אגאנצן צייט וועל איך נישט ענזשויען די גאנצע טריפ, סאו איך זיך למשל א מוזיאם וואס איז אינטערסאנט פאר עדאלטס, און סהאט אפאר קינדער ריידס אין די זייט, אדער כעין זה.
ווער קען מיר העלפן דערמיט.

דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 10:12 am

און RIIS PARK איז זייער אינטערסאנט פאר ערוואקסענע און קינדער,
שרייב א תגובה

Advertisement