באלבס

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

באלבס

תגובהדורך מיין שטעלונג » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:46 am

זייענדיג אביסל אריינגעטוהן אין די נושא פון באלבס האב איך אפגעשריבן א שטיקל 'אינפארמאציע האנטבוך' פאר ברידער און עטליכע רעלאטיוון. יעצט זעה איך אז דא אויף אייוועלט איז אויך נישטא אן ארטיקל וואס נעמט צוזאם די נושא קלארערהייט אויסער א פארשפרעכונג פון Kosher Travel צו וואס מ'האמיר נאכנישט זוכה געווען לאור"ה, טראכט איך אז מיין געשרייבעכץ קען מעגליך בענעפיטירן אנדערע אידן אויך, ויאכלו ענוים וישבעו.
הרבה יותר ממה שכתבתי כתוב במקומות שונות, און אויך בין איך נישט דער גרויסער עקספערט אין די ענינים – אלזא בעט איך גרעסערע מבינים צו מגיב זיין מיט הוספות און תיקוני טעויות כיד הטובה עליהם. יישר כוח.
---
היות די נושא פון באלבס איז זייער אביסל קאמפליצירט פאר די וואס ליגן נישט דערינען, און עס קען אויסמאכן שטארקע דיפערענצן סיי לגבי וויפיל מען צאלט און סיי פראקטיש, וועל איך דא געבן א שטיקל שיעור איבער די נושא פון באלבס.

סארטן
עס זענען פארהאן דריי סארטן באלבס:

1. אינקענדעסענט באלב.
INcandescent.jpg
INcandescent.jpg (5.59 KiB) געזעהן 498 מאל

דאס איז דער וועלט בארימטער באלב וואס טאמאס עדיסאן האט אויסגעטראפן אין די יארן נאך דעם צאנזער רב זי"ע'ס פטירה. דער אויסטרעף בשעתו איז געווען אזוי געוואלדיג, אז עד היום ווען מען וויל זאגן אויף עפעס אז מ'האט דא ערפינדן עפעס מורא'דיג רופט מען עס א "לייט-באלב ערפינדונג".
ס'איז צוזאמגעשטעלט פון א גרויסן גלאז אנגעפולט מיט גאז און צוויי אייזערנע בענדלעך וואס רירן זיך אן איינער דעם צווייטן און ווערן זייער אנגעהייצט און געבן ארויס לעכטיגקייט.

2. קאמפעקט פלארעסענט אדער CFL אדער - ווי מ'רופט עס ביי אונז - ספיירעל באלבס.
CFL.jpg
CFL.jpg (6.08 KiB) געזעהן 498 מאל

(בעצם קומט דא אויך די געהעריגע פלארעסענט באלבס, איך לייג עס אבער נישט ווייל איך רעד בעיקר יעצט פון די געהעריגע באלבס וואס מען קען אריינדרייען אין א רעגולער סאקעט).
דער באלב איז ערפינדן געווארן אין די כ' יארן. ווי איך וועל שוין שפעטער ערקלערן ארבעט עס אביסל אויף די זעלבע וועג ווי דעם געהעריגן באלב אבער פארנוצט פיל ווייניגער עלעקטריציטעט.

3. על-אי-די LED.
LED.jpg
LED.jpg (3.45 KiB) געזעהן 498 מאל

דאס איז דער נייער מאדערנער באלב וואס האט אנגעהויבן ארויסצושפראצן אין די סוף נ' יארן. אנדערש ווי די פריערדיגע באלבס וואס ארבעטן דורך דעם וואס דער היץ מאכט אז א געוויסער מאטעריאל זאל לייכטן, ארבעט דער LED דורכדעם וואס מען נוצט די "עלקעטריציטעט" אליינס אז דאס זאל לייכטן.

ליכטיגקייט
די ליכטיגקייט פון א באלב מעסט זיך אויפן "לומענס" וואג, ווי מער לומענס, אלס ליכטיגער.

למשל, איין ליכטל אין א טונקעלע שטוב, ווי ליכטיג מאכט דאס? און וויפיל שטערקער איז ווען דו צינדסט אן א הבלדה אין א טונקעלע שטוב? אלזא דער חילוק איז דער מאס פון לומענס. איין לעכטל איז 1 לומען. אן הבדלה איז לכאורה 10-15 לומענס.

כדי צו מאכן ליכטיג א געהעריגע בעדרום, דארף מען האבן בערך 800 לומענס.

דא שאפט זיך א שטיקל צומישעניש וואס איז כדאי אויסצוקלארן. כדי צו באקומען 800 לומענס פון אן אינקענדעסענט באלב (די אמאליגע באלבס) דארף מען האבן 60 וואטס עלעקטריציטעט. פון די ספיירעל באלבס דארף מען בלויז האבן 13 וואטס צו באקומען די זעלבע אמאונט פון 800 לומענס. און פון די על-אי-די באלבס דארפסטו אינגאנצן האבן 7 וואטס! צו באקומען 800 לומענס.

פארוואס איז דאס אזוי? ווייל ווי אביסל מסביר געווען פריער ארבעטן די אלטע באלבס דורכן היץ (און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די באלבס ווערן אזוי ביטער הייס). דאס מאכט אז רוב פון די עלעקטריציטעט וואס דער באלב באקומט, גייט אוועק לאיבוד = בלויז פאר הייצונג. אין אלטן אינקענדסענט באלב ווערט בלויז 5% פון די עלעקטריציטעט פארנוצט אויף פאקטישע ליכטיגקייט! די איבריגע גייט פאר הייצונג. און דאס זעלבע - אויף פיל א נידריגערע לעוול - איז ביים ספיירעל באלב, וואס פארנוצט אויך א גרויס חלק פאר הייצונג. משא"כ דער על-אי-די נוצט כמעט דאס גאנצע עלעקטריציטעט פאר ליכטיגקייט וואס אזוי ארום קען ער פארנוצן פיל א קלענערן אמאונט פון עלעקטריציטעט פאר די זעלבע אמאונט לעכטיגקייט (= לומענס).

די צומישעניש ביי מענטשן איז צו קוקן אויף וואטס. וויבאלד אמאל איז בלויז געווען איין באלב, האט מען געוואוסט, 40 וואטס איז א שוואכער באלב, 60 איז שטערקער און א הונדערטער איז גאר שטארק. למעשה איז דאס היינט זייער נישט רעלעוואנט. ווען דו זעסט אז א באלב האט בלויז 7 וואטס מוז עס נישט מיינען אז עס איז גאר א שוואכער באלב, עס קען זיין אז ס'איז אן על-אי-די באלב און ס'לייכט די זעלבע שטארק ווי דעם "זעכציגער" וואס דו זוכסט.

אלזא, די רעגולער באלב איז 800 לומענס. פאר א קאך און דיינונג רום ברויך מען האבן מער. מען דארף זיין א שטיקל פראפשענאל צו וויסן די פינקטליכע אמאונטס. איך, אגב, פלאן צו טוישן אפילו אין מיינע בעדרומס צו 1000 אדער מער לומענס. איך האב ליב ליכטיגקייט.

קאליר
די קאליר פונעם באלב איז היסטאריש געווען אזא געל-אראנדזשע קאליר. למעשה היינט איז דא א גאנצע וואריאציע פון קאלירן וואס ווערט געמאסטן אויפן "קעלווין" וואג, פון טויזענט ביז צען טויזענט. בעיקר זענען דא דריי קאלירן "סאפט ווייט" אדער "ווארם ווייט" (לויז-ווייס - ווארעם-ווייס) "קאאל ווייט" (קיל-ווייס) "דעילייט" (טאג-ליכטיגקייט). אין קאליר לויפט עס פון שטארק אראנדזש ביז שטארק בלוי.

יעדע פלאץ ברויך האבן אנדערע קאלירן, ווי יעדער פארשטייט אז די קאליר פון א לעקטער אין בית המדרש איז אנדערש ווי אין א בעדרום, און אין א דיינונג רום איז אנדערש ווי אין א בית הכבוד און אזוי ווייטער. דאכציך אז א געווענליכער לעקטער אין א בעדרום דארף זיין ביי 3500 קעלווין אדער 4100. די פלארעסענטס אין דיינונג רום איז שענער לכאורה ביי 5000 אדער גאר ביי 6000. ס'פעלט זיך ווייטער אויס אביסל מבינות צו פארשטיין דערצו.

(אגב, איז לעצטנס ארויסגעקומען א נייער באלב וואס קען טוישן קאלירן פון זייער אראנדזש ביז זייער בלוי. דאכציך עס האט 5 סעטינגס. אז ווילסטו טוישן דיין דיינונג רום צו א בעדרום, געסטו א טויש קאליר און הכל על מקומו יבוא בשלום).

---
תמצית היוצא לדינא:
ווען מען קויפט א באלב, זאל מען קוקן אויף דריי זאכן.
1. סארט. איך וואלט פארגעשלאגן יעדן צו קויפן על-אי-די אבער אז נישט זאל מען כאטש וויסן אז די אנדערע נוצן מער עלעקטריק און זענען סאך הייסער. דאס שטייט אויף יעדן פעקל פון א באלב און אויפן באלב אליינס אויך געווענליך, וועלכע סארט דאס איז.
2. ליכטיגקייט. מען קען נישט קוקן אויף די וואטס. מען ברויך קוקן אויף די לומענס. ווי געשריבן, בערך 800 לומענס איז פאר א געווענליכע בעדרום ואידך פירושא זיל גמור.
די פראבלעם איז נאר, אז וויפיל איך האב שוין געקוקט אויף באלבס, האב איך נאך כמעט נישט געזעהן אז עס זאל שטיין דערויף דער לומענס אמאונט. עס שטייט געווענליך נאר וויפיל וואטס עס האט. דעריבער דארף מען קוקן אויף די וואטס און פרעגן א בקי, אדער קוקן אויף גוגל וויפיל לומענס די ספעציפישע סארט לעקטער מיט די אמאונט וואטס געבט ארויס.
פאלגענד איז א טשארט פאר דעם.
3. קאליר. וואסערע קאליר מען וויל קויפן. געווענליך שטייט עס אויפן פעקל און אויפן באלב שטייט געווענליך דער נומבער (אסאך מאל איז דער נומבער פארקירצט, למשל 5k אדער 50k וואס מיינט 5 טויזענט קעלווין אפילו עס שטייט נישט ארויסגעשריבן 5000k. דאס איז נישט צו געל און נישט צו בלוי).
פאלגענד איז א טשארט פאר דעם.

געווענליך שטייט אויך אויפן באלב נאך א נומבער מיט א V נאכדעם. דאס איז "וואלטס" נישט "וואטס". מ'ברויך נישט קוקן דערויף, עס מאכט נישט קיין סאך אויס אויף למעשה.

נאכדעם איז דא דער "בעיס" מיט וואס מען באהעפט דעם באלב צום "סאקעט" ( = מושב הבאלב). די רעגולער סאקעטס אין אונזערע אלע הייזער זענען E26, און מען דארף זיכער מאן אז מען קויפט טאקע דאס. געווענליך שטייט נישט אויפן פעקל צו דאס איז E26 אדער קלענער אדער גרעסער, אבער מען קען דאס אליינס אפמעסטן מיט די אויגן צו דאס איז די סייז וואס פיט אריין אין דיין סאקעט הרצוי.

(דער שעיפ פונעם באלב זעלבסט האט אויך א נאמען. דער געווענליכער אלטער באלב שעיפ הייסט דער A19. אויב זוכט מען א ספעציעלן שעיפ, ברויך מען וויסן דעם נאמען דערפון. די על-אי-די באלבס מאכט מען שוין לכתחילה אין אנדערע שעיפס, דהיינו די פלעינע על-אי-די באלבס זענען שוין היינט נישט קיין A19).

פלארעסענט באלבס, וואס מען נוצט אין דיינונג רומס אדער בתי מדרשים - פון וואס איך האב נישט גערעדט דא, אבער לויפן אויף די זעלבע אמאונט ליכטיגקייט און קאלירן, און קענען אויך זיין פלעין פלארסענט אדער על-אי-די (וואס דאן הייסט עס נישט פלארעסענט באלבס נאר 'על-אי-די טובס') - האבן סייזעס פון T5, T8, T12. די ערשטע צוויי גייען אריין אין די געווענליכע לעכער פון געווענליכע פלארעסענט פיקסטשורס. די T5 איז גאר דין, און דארפן האבן א ספעציעלן קלענערן האלטער. אויסערדעם דארפן די על-אי-די טובס נישט האבן קיין "בעלעסט", דאס איז דער שווארצער באקסל וואס ליגט אין יעדן פלארעסענט פיקסטשור, אבער אז מען נוצט נישט קיין בעלעסט ברויך מען וויסן וויאזוי עס אויפצוסעטן.

נאך א זאך איבער די על-אי-די באלבס, אז אזוי ווי געשריבן ארבעט עס נישט מיט היץ (און עס איז טאקע קיינמאל נישט הייס) דעריבער מאכט מען עס נישט מיט גלאז נאר מיט פלאסטיק, און דאס איז נאך א מעלה אז עס צוקראכט זיך נישט אויב עס פאלט אראפ, ובעיקר, אז א נודזש קען נישט רייבן איין גלאז אינעם צווייטן... אוטש, אפילו טראכטן דערפון ברענגט מיר טשילס...

כ'האף אז אלעס איז קלאר.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: באלבס

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:02 am

זייער קלאר. א ייש"כ!!!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: באלבס

תגובהדורך נאך איינער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:16 am

Wow wow, אזוי שיין אין קלאר אין באשריבען, ממש א ברכה צי מאכן, זיך איך שוין לאנג אן ארטיקל איבער די סוגיא פין באלבס נאכן זיך ארים מוטשענען מיט די צימישענש, אין דא האב איך עס אויף מאמע שפראך אזוי קלאר,

בנוגע לומענס, מיין איך אז היינט שטייט שוין יא אויף די פעקשינג פין די באלבס וויפיל לומענס סאיז, עכ"פ אויף די Led באלבס, אויפן עצם באלב נישט, וויס איך נישט פארוואס,

נאך אזאך וואס איך זיך שוין לאנג צי וויסן, זינט איך גלייך ליכטיקייט, לייג איך אריין דאבלערס אין טריפלערס סאקעטס, פארדין איך טאקע דאבעל לומענס ווען איין באלב ליגט לעבן צווייטען? אדער מיז איך עס אויסשטעלן סטראטעגיעש ארום די גאנצע שטוב? מיין שאלה גייט אפילו די באלבס זענען אויסגעשטעלט צי שיינען אויף אנדערע זייטען, אין וואס איז טאמער די באלבס ליגן גראד איינער דעם צווייטן, פארדין איך בכלל עפעס? אדער סאיז א שאד אויף די עלעקטריק וואס
ס'ציט?

אלענפאלס, א גרויסען ישר כח פארן אראפנעמען די צייט אין אזוי שיין מסביר געווען,

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: באלבס

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:26 am

זייער קלאר, שכח. איך בין טאקע אלץ געווען צומישט ביים קויפן LED וועגן ס'שייט אויף דעם אפאר נאמבערס פון וואטס עס צו פארגלייכן צום אלטן סארט באלב און איך האב עס קיינמאל נישט געקענט פיגערן וואס ס'מיינט.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: באלבס

תגובהדורך מיין שטעלונג » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:41 am

איך בין נישט אזוי באקאנט אין די נושא פון "שטראלן". די חכמה דערפון הייסט "פאטאמעטריע".

https://en.wikipedia.org/wiki/Photometry_(optics)

עס איז טאקע וויכטיג אנצואווייזן אז דאס וואס איך האב געשריבן אז די מאס ליכטיגקייט ווענדט זיך אינעם אמאונט פון לומענס, אז לומענס איז בלויז אן "אוטפוט", ד.ה. וויפיל ליכטיגקייט דער באלב געבט ארויס. אבער וויפיל מיר "באקומען" דאס איז שוין אן אנדערע מעשה. דאס ווענדט זיך שוין אינעם קאליר פון די סביבה, אויף וואס קלאפן די שטראלן, וויאזוי די שטראלן לויפן, ובעיקר ווי ווייט לויפן די שטראלן, ועוד. דאס צו מעסטן נוצט מען א וואג וואס הייסט "לוקס".

אלזא, צו ענטפערן דיין פראגע הרב 'נאך איינער'. וויפיל איך פארשטיי מאכן נישט 2 באלבס פון 1000 לומענס א ליכטיגקייט פון 2000 אינעם שטוב. אמת, עס קומט ארויס אזויפיל לומענס פון די באלבס אבער די שטראלן קלאפן זיך אן איינער אין צווייטן און דעריבער באקומען מיר נישט די ערווארטעטע דאפלטע אמאונט, הגם ס'איז זיכער אז מ'באקומט עפעס מער ווי בלויז איין באלב. דער ריכטיגער וועג איז טאקע לכאורה ווי דו שרייבסט, בעסער צו צושפרייטן די באלבס דורכאויס דעם שטוב אז די שטראלן זאלן זיך נישט אנשטויסן איינס אין אנדערן.

דאס איז וויאזוי איך פארשטיי, אבער איך בין זיך שטארק מעגליך טועה.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: באלבס

תגובהדורך מיין שטעלונג » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:54 am

באמת, פארוואס פעלט בכלל אויס די דאבל און טריפל אדאפטערס? קויף א שטארקערע באלב און אלעס איז פיין און וואויל.

https://www.bulbs.com/product/26A23ND40

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: באלבס

תגובהדורך נאך איינער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 12:07 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:באמת, פארוואס פעלט בכלל אויס די דאבל און טריפל אדאפטערס? קויף א שטארקערע באלב און אלעס איז פיין און וואויל.

https://www.bulbs.com/product/26A23ND40

שכח פאר די לינק, אין די לאקאלע סטארס האב איך קיינמאל נישט געקענט טרעפן א Led מיט מער ווי 100 watt ריפלעסמענד, אדער 1600 לומענס,

גיימיר זיך איינהאנדלען,

פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: באלבס

תגובהדורך פליטה גדולה » דאנארשטאג יוני 25, 2020 12:14 pm

געזוכט לעצטענס גוטע ווייסע פלארעסענט באלב'ס פאר מיין דיינונג רום און געטראפן א גאר גוטע מציאה ביי
Walmart
ביזדערווייל האב איך נישט געטראפן אזא פרייז אין ערגעץ.

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: באלבס

תגובהדורך עציץ נקוב » זונטאג יוני 28, 2020 12:08 am

יישר כח פארן עפענען די אשכול
דו האסט אויסגעלאזט ביעם עינגעל
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: באלבס

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג יוני 28, 2020 1:47 am

ישר כח! זייער קלאהר באשריבן! איך האב שוין גארנישט וואס צוצולייגן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

בעל מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: באלבס

תגובהדורך בעל מנוחה » זונטאג יוני 28, 2020 2:13 am

מיין שטעלונג האט געשריבן:דא שאפט זיך א שטיקל צומישעניש וואס איז כדאי אויסצוקלארן. כדי צו באקומען 800 לומענס פון אן אינקענדעסענט באלב (די אמאליגע באלבס) דארף מען האבן 60 וואטס עלעקטריציטעט. פון די ספיירעל באלבס דארף מען בלויז האבן 13 וואטס צו באקומען די זעלבע אמאונט פון 800 לומענס. און פון די על-אי-די באלבס דארפסטו אינגאנצן האבן 7 וואטס! צו באקומען 800 לומענס.

פארוואס איז דאס אזוי? ווייל ווי אביסל מסביר געווען פריער ארבעטן די אלטע באלבס דורכן היץ (און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די באלבס ווערן אזוי ביטער הייס). דאס מאכט אז רוב פון די עלעקטריציטעט וואס דער באלב באקומט, גייט אוועק לאיבוד = בלויז פאר הייצונג. אין אלטן אינקענדסענט באלב ווערט בלויז 5% פון די עלעקטריציטעט פארנוצט אויף פאקטישע ליכטיגקייט! די איבריגע גייט פאר הייצונג. און דאס זעלבע - אויף פיל א נידריגערע לעוול - איז ביים ספיירעל באלב, וואס פארנוצט אויך א גרויס חלק פאר הייצונג. משא"כ דער על-אי-די נוצט כמעט דאס גאנצע עלעקטריציטעט פאר ליכטיגקייט וואס אזוי ארום קען ער פארנוצן פיל א קלענערן אמאונט פון עלעקטריציטעט פאר די זעלבע אמאונט לעכטיגקייט (= לומענס).

די צומישעניש ביי מענטשן איז צו קוקן אויף וואטס. וויבאלד אמאל איז בלויז געווען איין באלב, האט מען געוואוסט, 40 וואטס איז א שוואכער באלב, 60 איז שטערקער און א הונדערטער איז גאר שטארק. למעשה איז דאס היינט זייער נישט רעלעוואנט. ווען דו זעסט אז א באלב האט בלויז 7 וואטס מוז עס נישט מיינען אז עס איז גאר א שוואכער באלב, עס קען זיין אז ס'איז אן על-אי-די באלב און ס'לייכט די זעלבע שטארק ווי דעם "זעכציגער" וואס דו זוכסט.

אלזא, די רעגולער באלב איז 800 לומענס. פאר א קאך און דיינונג רום ברויך מען האבן מער. מען דארף זיין א שטיקל פראפשענאל צו וויסן די פינקטליכע אמאונטס. איך, אגב, פלאן צו טוישן אפילו אין מיינע בעדרומס צו 1000 אדער מער לומענס. איך האב ליב ליכטיגקייט.

כ'האף אז אלעס איז קלאר.

זייער קלאר!
איין שאלה נאר, ווען איך וויל האבן א LED באלב מיט 1000 לומענס שטייט אויפן פעקל אז עס איז ריפלעסמענט פאר 100 WATS אבער למעשה ציט עס נאר בערך 8 וואטס,
יעצט וויל איך וויסן צו מעג מען עס לכתכילה אריין לייגן אין א סאקעט וואס שטייט אפ טו 60 וואטס?
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: באלבס

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג יוני 28, 2020 3:01 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:קאליר
די קאליר פונעם באלב איז היסטאריש געווען אזא געל-אראנדזשע קאליר. למעשה היינט איז דא א גאנצע וואריאציע פון קאלירן וואס ווערט געמאסטן אויפן "קעלווין" וואג, פון טויזענט ביז צען טויזענט. בעיקר זענען דא דריי קאלירן "סאפט ווייט" אדער "ווארם ווייט" (לויז-ווייס - ווארעם-ווייס) "קאאל ווייט" (קיל-ווייס) "דעילייט" (טאג-ליכטיגקייט). אין קאליר לויפט עס פון שטארק אראנדזש ביז שטארק בלוי.

יעדע פלאץ ברויך האבן אנדערע קאלירן, ווי יעדער פארשטייט אז די קאליר פון א לעקטער אין בית המדרש איז אנדערש ווי אין א בעדרום, און אין א דיינונג רום איז אנדערש ווי אין א בית הכבוד און אזוי ווייטער. דאכציך אז א געווענליכער לעקטער אין א בעדרום דארף זיין ביי 3500 קעלווין אדער 4100. די פלארעסענטס אין דיינונג רום איז שענער לכאורה ביי 5000 אדער גאר ביי 6000. ס'פעלט זיך ווייטער אויס אביסל מבינות צו פארשטיין דערצו.

(אגב, איז לעצטנס ארויסגעקומען א נייער באלב וואס קען טוישן קאלירן פון זייער אראנדזש ביז זייער בלוי. דאכציך עס האט 5 סעטינגס. אז ווילסטו טוישן דיין דיינונג רום צו א בעדרום, געסטו א טויש קאליר און הכל על מקומו יבוא בשלום).


בנוגע די קאליר האב איך מיך ארומגעמוטשעט פאר א פאסיגע, ביז איך האב געטראפן דאס:
https://www.homedepot.com/p/EcoSmart-60 ... WA87975049
עס איז א led bright white די נומער איז ביי 3000 - מאכט שיין לעכטיג, ס'איז געל נישט ווייס-בלוי ווי די 4000-5000, אבער מאכט נישט ארענדזש די ווענט פעינט קאליר ווי די 2700.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: באלבס

תגובהדורך מיין שטעלונג » מאנטאג יוני 29, 2020 10:14 am

ר' יום טוב, ריכטיג. גם אני נכחתי לדעת אז אויב וויל מען עס זאל זיין ליהודים היתה אורה ושמחה (זה יו"ם טו"ב) אינעם דיינונג רום ברויך מען האבן א 30k. דאס קומט אויס ס'שענסטע, הגם ס'מאכט זיכער אויס וואסערע מעבל מ'האט א.ד.ג.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: באלבס

תגובהדורך מיין שטעלונג » מאנטאג יוני 29, 2020 10:18 am

עמיצער האט מיר געשיקט אין אישי די פאלגנדע פראגן, והשבתי עד כמה שידי מגעת.

א. זה יצא ראשונה, וואס איז דער נאמען "בירנע" "באלב"? לעקטער איז לכאורה ערגעץ אין שורש פון ליכט אבער די ספעסיפישע נעמען אויף באלב/בירנע איז נישט ידוע, כ'וואלט ליבערשט געדארפט נאכזוכן אין "מעלות" אבער כ'קלער אז דו וועסט הנאה האבן אויסקלארן ס'ענין,

א "באלב" איז א שעיפ. דער שעיפ פון די קליינע צוויבל הייסט "באלב". היות דער ארגינעלער "לייט באלב" איז געווען אויף דעם שעיפ האט מען עס אזוי גערופן. היינטיגע צייטן ווען באלבס האבן שוין אלע סארט פארמען, איז עס אבער געבליבן מיט דעם נאמען "באלב".
דער דייטשער (און דעריבער אידישער) "בירנע" איז מלשון "Pear" = א "באר" אין געוויסע שפראכן, וואס דער באלב האט טאקע אויך דעם שעיפ.

האמיר דא אן אינטערעסאנטע מחלוקת צווישן די דייטשן און די ענגלענדער צו דער פארעם פונעם היינצייטיגער ליכט-מיטל איז ענליך צו א צוויבל אדער צו א באר....

ב. דו שרייבסט אז ספיירעל באלבס איז שוין ערפינדען אין כ' יארן, איז עס טאקע אזוי ? אונז האב מיר עס נישט געזען ביז א צוואנציג יאר צוריק בערך, חוץ אז דו מיינסט פולארעסנס,

איך האב טאקע געמאכט א טעות. ספיירעל באלבס זענען ערפינדן געווארן אין די שפעטע ל' יארן און האבן אנגעהויבן ווערן פארשפרייט אין די מיטעלע נ' יארן. די על-אי-די לייטס זענען געווארן פאפולער בערך 10 יאר שפעטער, אין די תחילת שנות הס'. דאס אלעס נעם איך פון מיינע אינערליכע סאורסעס (וויקיפידיע בלע"ז....).

ג. אויף זייער אסאך פון LED באקסלעך שטייט צוויי watts צייכענונגען, דהיינו הגם ס'האט נאר כך וכך watts איז עס באמת אזוי שטארק ליכטיג ווי לדוגמא דער אמאליגער 60'ער,

טאקע דאס בין איך מסביר. וויבאלד זיי ווילן דער עולם זאל "קאנעקטן" צום נומבער, שרייבן זיי דעם עכטן וואטס נומער, און באזונדער דעם "עקוויווילענט" - דהיינו, "אין פארגלייך" צום אינקענדעסענט באלב איז עס א זעכציגער וכדו'.

ד. איך האב היינט אין מיין דיינונג-רום spotlights פון LED וואס באזיצט דריי קאלירן, ווען מ'צינדט עס אן האט עס למשל דעם ארענדזשן קאליר, מ'לעשט אויס און מ'צינדט נאכאמאל אן באקומט עס ווייס, דעם דריטן צינד איז עס טאג-ליכט קאליר, וחוזר חלילה,
געהייסן האט עס אז ווען דער שבת-זייגער לעשט איהם אויס און צינדט איהם צוריק אן בבוקר איז ער אויפן זעלבן קאליר, ס'האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א טאטאלער אורטום

אינטערעסאנט.
אפשר דארפסטו זיך בעסער אויסקענען מיט די סעטינגס?

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: באלבס

תגובהדורך מיין שטעלונג » מאנטאג יוני 29, 2020 10:20 am

אויך האט מיר עמיצער אנגעוויזן אז דאס פאלגנדע -
מיין שטעלונג האט געשריבן:למשל, איין ליכטל אין א טונקעלע שטוב, ווי ליכטיג מאכט דאס? און וויפיל שטערקער איז ווען דו צינדסט אן א הבלדה אין א טונקעלע שטוב? אלזא דער חילוק איז דער מאס פון לומענס. איין לעכטל איז 1 לומען. אן הבדלה איז לכאורה 10-15 לומענס.

- איז נישט ריכטיג. אן הבדלה פארמאגט צווישן 100 און 300 לומענס.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: באלבס

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג יוני 29, 2020 10:47 am

שיינע ארטיקל

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: באלבס

תגובהדורך בסד » מאנטאג יוני 29, 2020 11:26 am

איך בין אויך לעצטנס געווען פארנומען מיט באלבס.
זייער שיין צוזאמגענומען.

איין זאך וואס איך האב באמערקט.
די קאלארס איז נישט קיין פונקליכע זאך אזוי ווי א 1 אינטש אין פוס.
יעדע קאמפאני זענען די קאלירן אנדערש. ביי איין איז 4000 נאך היבש געל. ביי א אנדערע איז 4000 שוין שיין ווייס.

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

Re: באלבס

תגובהדורך יא איך » מאנטאג יוני 29, 2020 12:08 pm

זייער א גוטע ארטיקל

איך האב געזען א חילוק און די קאליר אליינס למשל א 3000 פון איין קאמפעני איז מער אראנדש געל און א 3000 פון א אנדערע קאמפעני איז מער א שיינע לייכטע געל

און איז זיך טאקע א שיינע (נישט אראנדש)געל באלב led אויב איינער קען צו ווייזען

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: באלבס

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג יוני 29, 2020 1:34 pm

איך האב אויך באמערקט אז ס'איז דא א חילוק אין קאמפעניס, די היימישע געשעפטן האבן אנדערע נומערן ווי די אלגעמיינע.

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: באלבס

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג יוני 29, 2020 5:25 pm

איך האב אמאל געטראפן אין וואלמארט led באלבס פון די great value ברענד וואס האט אויסגעזען ווי די אלטמאדישע אינקענדעסענט באלב, איך האב מיך צוגעכאפט דערצו, למעשה אבער איז עס געווען זייער אראנדזש, פיל מער ווי סיי וועלכע 2700 באלב וואס איך האב געהאט.

כהיום האמיר שוין כמעט אין די גאנצע הויז 3000K, אין די לאנדרי רום האט דאס געמאכט א מעכטיגע רעוועלוציע.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט