ביטע העלפט מיר - הכנסת כלה

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אלע מעלות
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:46 am

ביטע העלפט מיר - הכנסת כלה

תגובהדורך אלע מעלות » דינסטאג מאי 19, 2020 3:27 pm

https://thechesedfund.com/chosen/-

לכבוד מיינע חשובע ידידים און באקאנטע מיר ווענדן זיך צו אייך בלית ברירה פאר דעם גאר וויכטיגן צוועק פון הכנסת כלה

אונז שטעל מיר דא צוזאם געלט פאר א אינגערמאן א נהנה מיגיע כפו וואס ארבעט על המחיה ועל הכלכלה ער ארבייט שווער יעדן טאג צו שפייזן זיין משפחה, ער איז א איד א תלמוד חכם א שטילער מענטש וואס וועט נישט גיין זיך אנלייגן אויף יענעם, און אפי׳ נישט בעטן אדער זאגן פאר איינעם א ווארט וועגן זיין מצב



דורכשטופן דעם טאג איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך פאר קיינעם, דאס לעבן קאסט אסאך ספעציעל ווען מ׳האט א שטוב מיט קינדער, אפילו די אידן צווישן אונז וואס האבן געהעריגע פרנסה, איז עס אויך נישט קיין גרינגע זאך. אבער ווי נישט ווי גייט מען דורך און מ׳איז מצליח זיך דורכצוקומען מיט די טאג טעגליכע הוצאות



אבער.... דא קומט די אבער, ווען עס קומט אינטער עפעס א שמחה א.ד.ג. דאן ווערט די גאנצע זאך צופארן, רוב מענטשן וואס האבן שיין פרנסה, ווען עס קומט צו א שמחה און ווער רעדט נאך וועגן חתונה מאכן, איז זייער שווער דאס צו באצאלן, און א גרויס חלק פאלן אריין אין גרויסע חובות וואס איז זייער שווער ארויסצוקריכן דערפון



די חסד פאנד, האבן מיר נאכן געוואויר ווערן פון זיין מצב פון איינעם וואס איז נאנט מיט איהם, און זיך דערוואוסט ווי ענג די מצב איז , זיך אינטערגענומען צו צאמשטעלן $25,000



טייערע איד, אויב איר האט געליינט ביז אהער אשריך! און מיר ווייסן אז קען זיין איר זענט אויך נישט דער גרעסטער עושר, און עס קומט אייך אויך אן שווער צו געבן. די זכות המצווה וועט אייך ביישטיין אויף וואס איר וועט נאר געבן. יעדער דאלער קאונט, און מער פון דעם די אנשטרעגונג פון אייער זייט ארויסצונעמען דעם קארטל פון טאש און אריינלייגן, אפי׳ איר זענט פארנומען, די זכות איז אויך גאר גרויס



אויב קענט איר געבן מער, קענט איר העלפן אויפרעכטן א משפחה אויף א באשיידענעם אויפן, די גרעסטע אופן פון צדקה, ריכטיגע מתן בסתר!! און אויב קענט איר נישט גיבן מער, ביטע געבט וויפיל איר קענט, אייער זכות וועט זיין סאך מער, ווי שווערער עס איז פאר אייך אלס גרעסער די זכיה. און ווער ווייסט, אולי בזכות זה וועט איר קענען חתונה מאכן, און מאכן אייערע שמחות בדרך כבוד וניקל, און דארפן אדורכגיין די אלע עגמת נפש און צער



זאל דער אייבערשטער ענק העלפן ענק זאלן האבן פרנסה בריווח ובניקל און קיינמאל נישט דארפן צוקימען לידי מתנת בשר ודם



א ישר כח
אדרבה תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם!

אלע מעלות
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:46 am

Re: ביטע העלפט מיר - הכנסת כלה

תגובהדורך אלע מעלות » מיטוואך מאי 20, 2020 8:21 am

רבותי איך בעט ענק לייגטס אריין עפעס העלפ מיר ארויס! יישר כח
אדרבה תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם!

אלע מעלות
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:46 am

Re: ביטע העלפט מיר - הכנסת כלה

תגובהדורך אלע מעלות » דאנארשטאג מאי 21, 2020 10:41 am

איך בעט ענק העלפט מיר זאלן קענען גרייכן דעם ציל
אז דו זעהטסט עס ביטע געב עפעס
מען רעהט דא פון קיום עולם מלא
יישר כח תזכו למצווות
https://thechesedfund.com/chosen/-
אדרבה תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם!

אלע מעלות
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:46 am

Re: ביטע העלפט מיר - הכנסת כלה

תגובהדורך אלע מעלות » זונטאג מאי 24, 2020 10:19 am

חברים איך בעט ענק כאטשיק איינער זאל שרייבן אז ער האט געגעבן פאר מיר!
אדרבה תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם!


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט