דאפלטע בירגערשאפט אין אייראפעישע לענדער

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

דאפלטע בירגערשאפט אין אייראפעישע לענדער

תגובהדורך עולם ומלואו » מאנטאג מאי 04, 2020 1:35 pm

אין די לעצטע שטיק צייט אז אויסגעקומען צו הערן עטליכע מאל פון אידן וואס האבן אויסגענוצט זייער דאפלטע בירגערשאפט צו קענען פארן אויף קערעסטיר וכו' טראצדעם וואס דאס לאנד איז פארמאכט פאר פרעמדע בירגער, דאס האט מיר געמאכט טראכטן אויב ס'איז ווערט צו מאכן בירגערשאפט אין די לענדער פון וואו אונזערע זיידעס שטאמען. דערצו נעמענדיג אין באטראכט אז מ'קען נוצן די בירגערשאפט אין אלע EU לענדער.
בין איך נייגעריג, האט איינער דא עקספיריענס מיט די פראצעדור אין ספעציפישע לענדער? און וואס זענען די בענעפיטן דערפון?

אוועטאר
אדמיראל
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:00 pm

די בענעפיטן זענען ווי איר זעט, ווי מער פאספארטן מען האט, קען מען זיך לייכטער באוועגן אינטערנאציאנאל (נישט נאר אין אייראפע). די אייראפעאישע פאראיין איז אין צוגאב צו דעם, אז מיט אן אונגארישן פאס לאזט מען דיר אריין אין אלע לענדער וואס זענען א טייל פון די פאראיין אן קיין פראגעס.

בדרך כלל איז שווער צו זאגן וויאזוי די פראצעדור גייט צו, ווייל יעדע פאל איז אנדערש און עס ווענדט זיך וויפיל דאקומענטן מ'האט און וויפיל דאקומענטן עס זענען פארבליבן ביי די שטאטישע ארכיוון (אמאל דארף מען דינגען א לאקאלע פארשער צו זוכן געוויסע דאקומענטן). אין אונגארן זענען רוב ארכיוון געבליבן אומבארירט, אין פוילן אדער טשעכיי, בפרט אין די געגנטער וואס זענען אריבער פילע רעגירונגען צווישן די צוויי וועלט מלחמות, זענען געבליבן ווייניג ארכיוון.

אמאל שטימען נישט די משפחה נעמען, ווייל מ'האט געטוישט נעמען נאכן קריג וכדו', עס איז כדאי צו רעדן מיט עקספערטן דערוועגן און זען צו מ'קען עס טון אליין אדער נישט (למשל די פוילישע פאספארט ביורא קאמיוניקירט נאר אויף פויליש - דארף מען גוט קענען די שפראך).
⛵ קפזת רהרגו ⚓

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: דאפלטע בירגערשאפט אין אייראפעישע לענדער

תגובהדורך יודל קליין » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:13 pm

וואס פאר א נאך בעניפיטן קען מען האבן דערפון אויסער פארן קיין קערעסטיר וכדומה אין קאראנא צייטן?
זה הקטן גדול יהי'

KMW
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: דאפלטע בירגערשאפט אין אייראפעישע לענדער

תגובהדורך KMW » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 6:32 pm

דירכגיין אייראפעישער גרענעצן אייביג אן א זיגל און לאנגע ליינס, בכלל פלעגט מען אייביג וויסן אז יעגער מענטש זאל האבן פאפירן און ווי מער על כל צרה שלא תבוא..


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: שטארקע חסיד און איין גאסט