Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 840
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
איך האב אמאל געהערט אז די חדשים גייט באמת לויט די גויאישע חדשים איז דאס אמת?
קעיעמביעיזשען
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
האמת הצפון האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז די חדשים גייט באמת לויט די גויאישע חדשים איז דאס אמת?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9#p1273709
עס איז נישט די אנהייב פון א גוי'אישע חודש, און אויך נישט די אנהייב פון א יודישע חודש. עס לויפט אינמיטן.
- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
עס איז דא די וועבזייטל My Natal Chart זיי האבן גאר אסאך אינטערסאנטע אינפארמאציע איבער דעם ענין.
הרב נשמה, קען איך ביטע בעטן א אפשאצונג אויף א חודש אייר?
הרב נשמה, קען איך ביטע בעטן א אפשאצונג אויף א חודש אייר?
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
טישטוך האט געשריבן:עס איז דא די וועבזייטל My Natal Chart זיי האבן גאר אסאך אינטערסאנטע אינפארמאציע איבער דעם ענין.

בעזרת השי"ת וועל איך דא אראפשרייבן א אייר, שור, יסוד העפר.
איך שרייב נאך פארשטייט זיך דעם ספר. און איך שרייב לויט וויאזוי איך זעה אז ס'שטומט צו זאגן אויף א אייר.
אוי חדשים חדשים, דו האסט אן השפעה אויפן מענטש? אויף די אופן וויאזוי דער מענטש ווירקט מיט זיין גוף. דו האסט אן השפעה אויפן מענטש. כך ברא הקב"ה. אזוי האט ער געוואלט.
די ערשטע זאך וואס ער שרייבט דא איז א אייר איז א שטארקער טייפ. שטארק און שטיל. איך זעה פאר מיר אלץ סימבאל א זויל פון א ביהמ"ד. בכלל א בים. שטארק, אבער שטיל. א בים וואס האלט אונטער. ער איז דאהי. ער שטייט מיט ביידע פיס אויף דער ערד. א אייר ווייסט קלאר וואו ער וויל אנקומען. אלעס איז ביי אים מיט א קלארע גוט דורכגעטראכטער פלאן פון פאראויס. וואס מיינט ער ווייסט קלאר? ער האט נישט קיין ספיקות? ס'מיינט אז רעלאטיוו צו אנדערע טייפס איז ער מער אז ער ווייסט וואס ער וויל. טראכט פון א - צום ביישפיהל - סאודע באטל וואס דו זעהסט שווימען מיט די כוואליעס, ער איז נישט אזוי. ער איז ערגעץ אהינגעשטעלט.
יעצט וועלן מיר אריבערגיין צו די צווייטע זאך וואס ער שילדערט דעם אייר. פון אלע טיפן איז ער דער טייפ וואס האט דאס מערסטע געדולד. וואס מיינט עס? ס'מיינט אז פון אלע קארן וואס זיצן אין "טרעפיק" און ווארטן אז מ'זאל שוין אנקומען, זיצט ער די רואיגסטע און ער ווארט ווילאנג עס דערגרייכט זיין רייע. ער קען זיין אומגעדולדיג, דהיינו ער וויל שוין. יא, אבער ער דערליידט אסאך. און דער אייבערשטער זאל העלפן נאר דערליידן גוטע זאכן.
א אייר איז זייער תמידיות'דיג. איינמאל ער האלט אז אזוי און אזוי דארף מען טון כדי אנצוקומען צו א זאך, גייט ער אנהאלטן, און אנהאלטן, (לייג צו נאך אפאר מאל) ביז ער דערגרייכט עס. א אייר איז נישט א עקשן פאר יענעם, ער איז אריינגעשטעלט אין עקשנות, עס עקשנ'ט זיך אים אנצוקומען און דערגרייכן. נישט דוקא א עקשניות'דיגער טיפ. ער ווערט נישט שוואך פון קריטיק. ער לאכט זיך אויס פון קריטיק. קריטיק צעברעכט אים נישט. יא, קריטיק טוט אים וויי, יא. אבער עס צעברעכט אים נישט. עס שטעלט נישט א שטיין אין זיין וועג. איך טראכט פון די קליינטשיגער בעל חי וואס גרובט און גרובט און אפילו ס'פאדערט כוחות, און אפילו אויב מיט יעדע מאל קומט ארויס נאר א קליין ביסל זאמד וואס ווערט אוועקגענומען פון די לעכל, מיט דעם אלעם...
א אייר איז קיינמאל נישט דער סארט טייפ וואס איז אנגעצויגן און נערוועז. איך רעד אלץ טייפ אויס. ס'איז אזא עקשנות'דיגע קארעלע וואס קומט עווענטואל אן. זיינע קינדער קענען אים גיין - וואס ביי מיר וואלט געווען - נערווען. ממש נערווען. אבער ער גארנישט. ער דערליידט. ער דערליידט זאכן וואס א צווייטער וואלט ממש געשפרינגען פון די הויט. אבער ער דערליידט. און דערליידט, און דערליידט. ער איז נישט דוקא א שטאטער, ער רוקט זיך פאראויס אפילו ווען ס'שטאט.
א אייר האט זיך ליב זיין אויפגעסעטע סיסטעם, קום נישט אריין צו א אייר און טויש די אופן וויאזוי ער האט עס אוועקגעשטעלט. אלעס האט ער מסדר געווען מיט זיין פערזענליכע געפיל. ער האט נישט ליב אז מ'זאל אים טוישן וואס ער האט זיך שוין צוגעוואוינט. און אויב דו גייסט אים ארויסנעמען פון די כלים מיט א כוונה אים אויפצורעגן, גייט ער ווערן גאנץ ווילד. ווילאנג מ'געט זיך אונטער און מ'טרעט צוריק פון אים.
א מזל אייר איז געווענליך קען מען לעבן מיט אים. אבער פארשטייט זיך ווי פריער געשמועסט: ער האט זיך זיינע... וויאזוי ער וויל.
א אייר איז א ביישן בטבע. אפילו אויב ער וועט דאס דורכברעכן און ארויסקומען ברבים, איז ער אבער אינערליך צוריקגעצויגן און שעמעדיג. און דערפאר קען ער אנטוויקלן לאו סעלף עסטים. אבער ווען מ'הייבט אים זאגן, און ער אנערקענט, אז ער האט א שטארקע כאראקטער קומט ער ארויס פון זיין לאך.
א אייר האט ליב זיך אויפצובויען זיין פארמעגן. כדי מ'זאל אים מער ארויפקוקן. ער האט ליב צו זיין פאפולער.
א אייר האט נישט ליב ארעמקייט. ער דערליידט נישט אז ס'פעלט פון אים. ער גליסט און וויל.
א אייר איז נישט קאמפליצירט. ער איז זייער אפן. איך וואלט געזאגט זייער זייער אפן. ער ווייסט נישט וויאזוי זיך צו באהאלטן. אלעס איז ביי אים אויפן טיש. ער קומט ארויס מיט זיין גאנצע אינערליכקייט און לייגט עס אראפ אויפן טיש. דו שפירסט ווי דו רעדסט מיט זיין נפש.
א אייר האט ליב צו זעהן זאכן מיט א געוואלדיגע קלארקייט. און ער זעהט זאכן מיט א געוואלדיגע קלארקייט. פונקטליך, דעם גאנצן בוים ביז די קלענסטע צווייגעלעך. און צווייג-צווייגעלעך.
א אייר קען צומאל צו שנעל מאכן אן החלטה וואס קאסט אים א פיינעם פרייז.
א אייר איז זיך קיינמאל נישט מייחס צו א מענטש לויט וויאזוי דער מענטש ערשיינט מיט זיין פערסאונע. צום ביישפיהל, ער גייט נישט פאלן דעם דיין צו די פיס, דשאסט ווייל ער איז אזא פערסאנע פון א דיין, אדער א רב. ער קען זיך מייחס זיין צו א - ווער עס קוקט אויס - אפגעריסענער, מיט א געוואלדיגע הערצה. און ווייטער צו א - וואס קוקט אויס - חשוב, מיט א סתם געווענליכן יחס. ער ווערט גאר ווייניג נתפעל פון א פערסאנע.
א אייר איז געווענליך א ברייט ביינערדיגער מענטש. און היפש א בעל כח. ער איז קיינמאל נישט איינגעבראכן, איינגעמאכט. ניין, ער האט א פיזישקייט אין זיך. ער קען טון יעדעס מין ארבעט, כמעט.
א אייר האט ליב סדר.
א אייר האט ליב צו העלפן מענטשן מיט צדקה. פון זיין אייגן געלט.
א אייר האט הנאה פון אויסגעבן זיינע שווער פארדינטע געלט. בטבע איז ער גאר א ברייט הארץ. ער פארגינט גאר שטארק. די בעסטע זאך פאר א אייר איז צו מאכן א "מלווה מלכה" וואו מ'קומט עסן. און ער זיצט צוזאמען מיט'ן עולם און האט הנאה אז דער עולם האט הנאה. דאס איז צוויי? לאו דוקא. דאס קען אויך זיין אייר. א אייר האט זייער ליב די הארמאניע וואס שפירט זיך ווען ער רופט צאם אסאך מענטשן און מ'עסט צוזאמען. בכלל ער האט ליב הארמאניע.
און ער ווייסט וויאזוי צו היטן אויף זיין פארמעגן.
א אייר וויל זייער שטארק פילן דעם 'אני לדודי ודודי לי'. ער גייט אלעס טון אויף דער וועלט אז דער 'אני לדודי ודודי לי' דער געפיל אז איך באלאנג צו דיר און דו צו מיר זאל ביי אים זיין. ער גייט אויס צו טרעפן א געוויסע באהאלטענע נקודה אין זיין בן זוג, וואס דאס גייט אים געבן א געוויסע טיפע געפיל פון ליבשאפט און נאנטשאפט, ווארעמקייט, און גוטע געפילן. ער גייט אלעס טון אז דאס זאל זיין. דער 'אני לדודי ודודי לי'. איך בין פאר דיר, און דו פאר מיר.
א אייר קוקט זייער ארויף זיינע קינדער, און ער טוט אלעס פאר זיי אז ס'זאל זיי זיין גוט. ער געט ארויס פון זיך צו זיינע קינדער אזא ליכטיגע ליבליכע ענערגיע. אבער צומאל קומט ער ארויס מיט זיין פעסטקייט, און זאגט "ניין, טאטי לאזט נישט, טאטי קען שלאגן אויך אויב ס'פעלט אויס". ס'איז אזא סארט צאמשטעל פון אויסטערלישע ליבליכקייט מיט פעסטקייט. אזא סארט ניינער מיט א אכטער פליגל. איין מינוט. פשוט, נישט ניין, נישט אכט, אייר.
אפילו אויב א אייר וועט מוזן זיין אין א פאזיציע פון נוצן מאכט, געוועלטיגן, וועט ער אבער זיין גאר געשמאק. ווייל ער גייט נישט סתם אזוי נוצן 'געוועלטיגונג', דשאסט פאר די זאך אליין.
א אייר פארשטייט וויאוי צו פירן געלט. דאס הייסט ער האט א געפיל צו די גאנצע ענין פון 'הוצאות והכנסות'. געלט ענינים. נישט פשט אז ער קען נישט אויסגעבן צופיל געלט. פשט איז, אז ער האט א געפיל צו געלט ענינים. עס קומט אריין אזויפיל, און עס גייט ארויס. טשעיס עפפ וכו'.
איין זאך נאר, א אייר האט נישט ליב קריטיק. און ער ווערט זייער שטארק געטשעפעט אויב עס געלונגט אים צו טשעפענען. עס פעלט נישט אויס צו מסביר זיין וואס איך האב געזאגט. זייער פשוט: ער האט נישט ליב קריטיק. דארף מען אכטונג געבן וויאזוי מ'זאגט עס. הגם ער קען זיך פיין אויסארבעטן די מידות, ווייל ער האט זייער אסאך געדולד.
א אייר קען נישט אנגיין אויב האט ער נישט פון וואו צו נעמען געלט. ער ווערט מורא'דיג צעקלאפט אויב האט ער נישט פון וואו צו נעמען געלט. פון וואו צו האבן געלט. פארשטייט זיך אז דאס מאכט אים ארבעטן נישט קיין חילוק מיט וואס, קודם ארבעטן, נאכדעם עט מען זעהן צו מ'קען טרעפן עפעס בעסער. אבער קודם דארף זיין געלט.
ווילסט אפקויפן א אייר, א גוטן פרישטיג וועט עס מאכן.
א אייר רעדט שנעל. ווייל ער כאפט שנעל. אבער דאס מיינט נישט אז ער טעטיגט שנעל. עס קען אויסקוקן אז ער טוט זאכן שנעל. אבער ס'איז נישט אזוי. אויף למעשה טוט ער גאנץ שטאט. הגם ער רעדט שנעל.
א אייר האט ליב 'פראקטישקייט'. אפילו אויב ער האט אויך ליב עסטעטיש, שיין, בא'טעמ'ט, מיט דעם אלעם איז ער קודם געשטעלט אויף פראקטישקייט.
א אייר איז זייער א נייגעריגער.
א אייר האט ליב רואיגקייט. מיט דעם אלעם וואס ער האט געדולד. מיט דעם אלעם האט ער ליב רואיגקייט. נאר וואס דען, זאכן שטערן אים נישט אזוי. אבער ער האט נישט ליב שטורמישקייטן. אפילו א שטורמישע דרשה וועט ער אויך נישט אזוי ליב האבן. ער האט ליב א שטילע איינגענעמע דרשה.
א אייר קען מורא'דיג שנעל צוריקענטפערן, מורא'דיג שנעל, און גאנץ שארף. ווען מ'רעגט אים אויף. ביז ווי וואס ווען, און דו ביסט אנגעטרעטן. פארשטייט זיך נאר אויב מ'האט באוויזן אים אויפצורעגן, אזאך וואס גייט נישט אזוי שנעל. ווייל זיי זענען שטארקע מוותרים. און אפילו ווען זיי זענען אויפגערעגט, האלט עס נישט אן צו לאנג.
א אייר האט זייער ליב צו שענקען פאר מענטשן זיין שמייכל.
והשם הטוב יעזור.
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14565
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
וועליכע חודש אין נעקסט?
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וועליכע חודש אין נעקסט?
דו ביסט א אלול?
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14565
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
נשמה האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וועליכע חודש אין נעקסט?
דו ביסט א אלול?
ניין, איך בין ניסן.
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וועליכע חודש אין נעקסט?
דו ביסט א אלול?
ניין, איך בין ניסן.
הו, הו.
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14565
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
נשמה האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וועליכע חודש אין נעקסט?
דו ביסט א אלול?
ניין, איך בין ניסן.
הו, הו.
וואס איז? י"ד ניסן April 10
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וועליכע חודש אין נעקסט?
דו ביסט א אלול?
ניין, איך בין ניסן.
הו, הו.
וואס איז? י"ד ניסן April 10
אקעי, וועל מיר זען אי"ה
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14565
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
טישטוך האט געשריבן:עס איז דא די וועבזייטל My Natal Chart זיי האבן גאר אסאך אינטערסאנטע אינפארמאציע איבער דעם ענין.
הרב נשמה, קען איך ביטע בעטן א אפשאצונג אויף א חודש אייר?
עפעס א דייגראם קומט ארויף וויאזוי קען איך עס פארשטיין?
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:טישטוך האט געשריבן:עס איז דא די וועבזייטל My Natal Chart זיי האבן גאר אסאך אינטערסאנטע אינפארמאציע איבער דעם ענין.
הרב נשמה, קען איך ביטע בעטן א אפשאצונג אויף א חודש אייר?
עפעס א דייגראם קומט ארויף וויאזוי קען איך עס פארשטיין?
ער געט דיר א ענגלישן דעסקריפציע. סקרול אראפ.
- ניין און יא
- שר האלף
- תגובות: 1305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
ביטע א פדפ
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
איך וויל דא שרייבן אביסל פון א חשון, עקרב, יסוד המים. לויט וויאזוי איך קען א חשון. והשם יתברך יהא אתי אך טוב וחסד וכו'.
די ערשטע זאך וואס דער "ספר" שרייבט איז אז א חשון איז זייער טיף, און זייער פארשפארט, שווער אים ארויסצוהאבן.
לויט מיין עקספיריענס גייט עס ווי פאלגנד. ווען דו זעהסט א חשון, זעהסטו גאנץ א קאמפליצירטער זאך. ס'איז אזוי ווי דו וואלסט געוואלט צוגיין צו אים, און טרעפן ווי די סקרולס זענען, וואס מ'קען אויפסקרולן צו זען - איינמאל פאר אלעמאל - וואס ס'טוט זיך אינעווייניג. ס'איז נישט אז דו קענסט עס נישט ארויסהאבן - ווי צום ביישפיהל א פארשלאסענע סעיף. ס'איז מער אז וויפיל דו האסט ארויס, שפירסטו אז דו ביסט נישט אנגעקומען צו די קערל. ס'איז אינסופית. נישט פשט אז א חשון איז דייקא א שווערע מענטש. אדער דייקא א קאמפליצירטער מענטש. נאר פשט איז, אז ס'זאגט דיר נישט דעם בילד. דו ווילסט אזוי ווי אריינווארפן א שטיין, צו קענען צוריק הערן דעם ווידער קול. מיין וואונדער איז, צו וועט א חשון פרובירן צו באהאלטן פון דיר אינפארמאציע צו נישט. מיין עקספיריענס איז אז ס'איז נישט אזוי ווייט אז זיי באהאלטן אינפארמאציע, (כאטש זיי האבן נישט ליב צו זאגן זייערע פערזענליכע זאכן, אבער מיט דעם אלעם איז נישט דאס די עיקר נקודה) נאר אפילו ווען זיי זאגן דיר אינפארמאציע וועגן זיך, הערסטו נישט ביז אינעווייניג, אינעווייניג בלייבט פארשלאסן. אדרבה פרוביר.
די צווייטע זאך וואס דער ספר זאגט אז א חשון וויל מ'זאל טון פונקטליך וואס ער וויל, און אויב נישט וועט ער נוצן מאכט אויסצופירן.
לויט מיין עקספיריענס איז דאס פאקטיש אבער נאר אין א געוויסן זין. דאס מיינט, אז א חשון קען נאכלאזן און זאגן: ווייסטו וואס, איך וויל נישט. וואס מיין עקספיריענס ווייזט מיר איז אז די גאנצע מעכאניזם פונעם חשון איז אויסצופירן זיין רצון. פועל זיין זיין רצון. און ער האט ביי זיין "נאכט קעסטל" א היפשע פאר געשליפענע געצייג וויאזוי עס אויסצופירן. אסאך מינע טריקס. און מהלכים. גאר קלוגע און געריבענע. נאכאמאל, א חשון איז נישט שלעכט. נאר זייער רצון איז שטארק.
די דריטע זאך זאגט ער אז עקרב איז וויכטיג מסירת נפשית והקרבה. לויט מיין עקספיריענס קען עס ארויסקומען ביי די ענין פון זיין גאר וואויל, גאר איבערגעגעבן, גאר גוט. נוצן די גאנצע קלוגשאפט וויאזוי צו זיין וואויל. זיך איבערגעבן פאר א צווייטן.
די פערטע זאך וואס ער זאגט איז א חשון איז זייער געפיליש אינערליך אבער ווייזט עס נישט ארויס. מ'דארף וויסן וויאזוי אפצולערנען דעם זאך. אויב דו גייסט זאגן: א חשון ווייזט נישט ארויס קיין געפילן, פינטל. גייט דאס נישט זיין אמת. ווייל א חשון קען יא ארויסווייזן געפילן. נאר וואס דען, די אינטענסיווקייט פון ווייעכע געפיל בלייבט אינערליך. זיי זענען זייער געפיליש. ווייעך און געפיליש. אבער מער נאר אינערליך. אינדרויסן קענען זיי ערשיינען הארט, אייזן, שטאל. "עס גייט מיך נישט אן", דאס מיינט, אז דו דארפסט האבן אין חשבון אז דאס וואס דו זעהסט אינדרויסן איז נישט די בילד פון געפילן וואס דא טוט זיך. אינערליך קלאפט א ווייעך הארץ וואס גייט אויס צו באקומען א גוט ווארט.
די פינפטע זאך איז א חשון איז בטבע א 'געוועלטיגער'. דאמינירונג, און שטעלט זיך אויף זיינע רעכטן. לויט מיין עקספיריענס מיינט דאס, אז זיי האבן ליב צו פירן. הייסן, איינטיילן. אבער דאס מיינט אויסדרוקליך נישט שלעכט. ווייטער, אויב וועסטו דאס צעקוועטשן, ווערט חלילה א צעבראכענע נפש. די נאטור פון א חשון איז צו איינטיילן. איז וואס? אויב דו גייסט פאלגן א חשון, גייט דיך די חשון פאלגן. ווייל די ענין פון 'פאלגזאמקייט' קומט אריין אין זיין דיקשענערי. נאך א זאך: א חשון האט שוין גענוג געהערט "דארפסט נישט איינטיילן, קיינער האט דיך נישט געפרעגט, דו ביסט נישט די באס דא". דו ווייסט אליין אז דו האסט עס שוין געזאגט נעכטן, עס פעלט נישט אויס איבערצו'חזר'ן. צופיל זאגן "דארפסט נישט איינטיילן, עס האט דיך קיינער נישט געפרעגט" קען אויך צעקוועטשן א נפש. און געדענק: א חשון האט ליב איינצוטייילן. אבער ס'דא גענוג פלעצער ווי איינטיילן איז א זאך וואס פעלט אויס. מ'דארף אבער יא מחנך זיין א חשון אז ס'דא פלעצער ווי מ'דארף נישט איינטיילן, און וויאזוי מ'טיילט איין. לערן אים אויס וויאזוי צו נוצן זיינע כוחות. און זאלסט אכטונג געבן עס נישט סתם אזוי צו צעקוועטשן.
די זעקסטע זאך וואס ער שרייבט איז אז א חשון איז באשאנקען געווארן מיט א שארפן שכל. האבן א שטארקע ענערגיע, (וואס מ'דארף אכטונג געבן נישט צו צודרוקן ווי איך האב אויבן דערמאנט, ווייל אויב מ'צעדרוקט עס קען עס ארויסקומען אלץ א פארפוילטע בוים חלילה. א חשון גייט זיך נישט אפשטעלן. נאר מ'דארף אכטונג געבן אז די קערנדל וואס עס פלאנצט זיך זאל בלייבן געזונט און פאזיטיוו, פאזיטיוו ענערגיע, והכל בעזרת השי"ת, המנהיג העושה והעוזר)
ער שרייבט אז א חשון זוכט זיך צו שלאגן. איז ווייטער, מיין עקספיריענס ווייזט מיר אז מ'דארף זייער שטארק אכטונג געבן מיט א חשון. אזא אויסדרוק ווי "אייביג זוכסטו דיך צו שלאגן", אזעלכע ווערטער, איינמאל און נאכאמאל, איז נישט כדאי צו זאגן. יא, אמת אז פון זיך אליין געשעהט צומאל אז זיי פייטן זיך. און זיי שלאגן זיך. אבער די וועג איז ווייטער: לערן אים אויס וויאזוי מ'שלאגט זיך. אויף וואס מ'דארף זיך שלאגן, און אויף וואס מ'דארף מוותר זיין. און וויאזוי מ'איז מוותר. א חשון איז מער ווי גרייט צו ארבעטן אויף די מידות, נאר עס וויל באקומען פאזיטיוויטעט פון די וואס האבן השפעה.
א חשון איז באשאנקען געווארן פון הייליגן באשעפער מיט אויסטערלישע כוחות. איך דארף עס נישט איבער'חזר'ן, אבער איך גיי עס זאגן נאכאמאל: אט די כוחות דארף ווערן זייער זייער באהאנדלט מיט געפיל. דו קענסט עס נישט צעדרוקן. זאג נישט צופיל פאר א חשון: זיי נישט קיין מחוצף. ער איז נישט אזוי ווייט א מחוצף, ווי ער האט א ענערגיע וואס זוכט ארויסצוקומען. געב אים א געלעגנהייט וויאזוי צו חרטה האבן אליין אויף די חוצפה וואס איז כמעט פון זיך אליין ארויסגעקומען. אפילו אויב ס'שארפע חוצפה. א וועג וויאזוי זיי וואקסן און לערנען זיך אויס איז דייקא דורכ'ן זיין חוצפה'דיג און חרטה האבן נאכדעם. דייקא דאס לערנט זיי אויס וויאזוי צו זיין דרך ארצ'דיג. אויב דו גייסט עס איינהאלטן, גייען זיי זיך עסן פון אינעווייניג, און איך האב שוין פריער געזאגט. מיר ווילן נישט דאס. אסאך מאל דארף מען לאזן ארויסקומען דעם גיפט פון חוצפה.
דאס וואס ער שרייבט אז א חשון קען זיך שווער צוגעוואוינען צו ארומיגע, איז פשט אז זיי ווילן זיך נישט צוגעוואוינען צו זייערע ארומיגע. ווייל השי"ת דארף חשון'ס. ער וויל אז דער חשון זאל בלייבן א חשון. צום ביישפיהל, לאמיר נעמען א חשון וואס איז א גרויסע ירא שמים, וויאזוי איז טאמער ער געוואוינט זיך צו צו זיינע ארומיגע. טויג דאס? ניין. השי"ת האט זיין פלאן. דאס מיינט נישט אז זיי לעבן נישט בשלום מיט די ארומיגע. ניין. דאס מיינט, אז מיט די גאנצע שלום וועט אלעמאל דער חשון זיין א אויל וואס בלייבט שווימען פון אויבן און מישט זיך נישט אויס. האט זיך זיינע אייגענע דיעות. זיינע אייגענע סברות. נאר געזונטערהייט.
א חשון איז זייער נייגעריג בטבע. פון קליינווייז ווילן זיי זעהן און וויסן אלעס. שמעקן און שפיאנירן. און... פארשטייט זיך, זאגן נישט פאר קיינעם וואס זיי ווייסן אלץ.
א חשון איז היפש בא'חנ'ט. און א חשון איז זייער אנגענומען אין די געזעלשאפט.
א חשון האט ליב צו זיין זעלבסטשטענדיג אויף א פעסטן פארנעם. נישט סתם. און א חשון איז בטבע א ווידערשפעניגער. יעצט, לויט ווי איך פארשטיי איז דאס בכלל נישט א שטער צו עבודת השי"ת. און צו האבן גוטע מידות. די חוצפה ווערט אויסגענוצט דארט ווי מ'דארף. אויב מ'לאזט עס. (און איך רעד פון א חשון) נאר מ'לערנט עס אויס וויאזוי דאך זיך אויסצוקומען מיט מענטשן, איז עס א ברכה בעזרת השי"ת
א חשון איז א אידיאליסט. ווייטער, צעקוועטש עס נישט. האסט א קינד א חשון, ער וויל זיין ערליכער ווי דיר. (ער האלט אז ער איז ערליכער ווי דיר) לאז אים. דאס איז א חשון. אויב א חשון דערליידט נישט, צום ביישפיהל, קלות ראש, איז נישט. לערן אים אויס, וואס פונקטליך עס מיינט קלות ראש. אבער חוזק מאכן פון א חשון, אים צעמושן, און פרובירן צו שטעלן "זיי פונקט אזוי ערליך ווי יעדעם" דאס מיין איך איז נישט כדאי. פארוואס? ווייל ער מוז מיט עפעס חשונ'ן.
א חשון האט גאר א גוט הארץ. וויל אלעמאל באקומען א קאמפלימענט, און בליהט דערפון.
א חשון געפינט אויס שנעל מיט וועם ער האט אן עסק. יעצט, דא וויל איך נאכאמאל ארויסברענגען א נקודה. ווען דו באמערקסט אויף א חשון אזא סארט "איך ווייס ווער דו ביסט, און איך האלט בכלל נישט פון דיר", (זיי האבן ארויס מענטשן) קודם ווער נישט גערעגט. און נאכדעם: איך האלט אז מ'דארף זיין תמימות'דיג. דאס מיינט, איך האלט אז (עכ"פ יעצט ווען איך שרייב די שורות) עס איז נישט אונזער פליכט צו קאנטראלירן וואס יענער האלט אויף דיר. און איך טראכט אז ס'מאכט ערגער. אויב דו גייסט זיין אינערליך ערליך, גייט עס דער חשון באמערקן, און ער גייט האלטן פון דיר. פאלשקייט, איז נישט די וועג. און איך האלט אז מ'דארף נישט אריינדרילן אין קאפ פאר א חשון "יענער האט נישט חסרונות" אינדערצייט ווען דער חשון ווייסט אז יענער האט יא חסרונות. אויב דו גייסט אזוי זאגן גייסטו סתם מאכן א סתירה אין זיין קאפ. די בעסטע זאך איז: דו דארפסט דיך נישט איינרעדן צו האלטן פון איינעם, דו דארפסט אבער יא פאלגן און זיין אן ערליכער יוד, דאס דארפסטו מצד ווייל דו ביסט א יודיש קינד" דאס אלעס "האלטן? וויאזוי עס קומט דיר אויס". מ'קען נישט ארויפצווינגען א פאלשקייט אויף א מענטש. וואס איז קעגן זיין אינערליכער פארשטאנד.
א חשון איז נוח לכעוס, אבל נוח לרצות. ער קען זאגן זאכן וואס ער אליין וואלט נישט געוואלט זאגן. ס'זאגט זיך פון זיך אליין. והא ראי', די חרטה נאכדעם.
בנוגע אמונה דארף מען זיין זייער פעסט און שטארק. פארקויף נישט קיין לאקשן. אלעס מיט א קלארקייט.
א חשון זענען זייער אחריות'דיג. און זיי זענען אחריות'דיג אויף די ארומיגע. דא איז ווייטער וויכטיג. צעקוועטש עס נישט. אויב דו האסט א חשון בחור'ל און ער זאגט דיך "טאטי, דארפסט נאך לערנען היינט". וואס גייסטו טון? מיין עקספיריענס האט מיר אויסגעלערנט אז די בעסטע איז צו זאגן "יא, ביסט גערעכט איך דארף נאך לערנען היינט". הכנעה, ברענגט הכנעה. שפלות רוח, ברענגט צוריק שפלות רוח. (און איך רעד פון א חשון דייקא, נישט א אנדערע חודש) פארשטייט זיך אז מ'דארף נוצן שכל ווי איין און ווי אויס.
עס איז כדאי - בעזרת השי"ת - אויסצולערנען א חשון פון קליינווייז אן וויאזוי צו לעבן מיט ארומיגע. וויאזוי נאכצוגעבן. וויאזוי זיך אויסצוקומען. השי"ת טוט דער עיקר ארבעט. דו דארפסט נאר וועלן. דער אייבערשטער לערנט מיט א חשון וויאזוי זיך אויסצוקומען מיט ארומיגע, דאנט ווארי. דו דארפסט אבער יא בעטן פון אים, און וועלן אויסלערנען.
א חשון האט גאר שטארקע סימפאטיע מיט ארומיגע. זיי פילן גאר שטארק מיט מיט ארומיגע.
א חשון איז גאר אן ערנסטער. יודישקייט איז ביי זיי זייער אן ערנסטע זאך. א יום טוב איז ביי זיי זייער אן ערנסטע זאך. מ'קען נישט סתם אזוי זיין חנוכה, אדער פורים, עס מוז קומען מיט'ן גאנצן טראסק.
דא שטייט אז א חשון זענען בייסיג, און זיי גיייען דיך צוריקטשעפענען אויב דו האסט זיי געטשעפעט. ווייטער, לויט מיין עקספיריענס איז דאס מער א נטי', ווי א זאך וואס מוז פארקומען. א חשון האט א נטי' אזוי צו טון. אבער יעדע זאך איז מידות, און ס'דא אזא זאך ווי עבודת המידות. ער שרייבט: אם במקרה פגעת בו לא יסלח לך עד שיעניש אותך. לויט מיין עקספיריענס איז דאס מער א ענין פון א נטי', א זאך וואס מ'קען אויסארבעטן מיט עבודת המידות
א חשון איז סודות'פול. האט נישט ליב צו זאגן זאכן וואס זיי פילן אז ס'איז פערזענליך.
דער עיקר מעסעדש איז, זיך נישט לאזן ווערן צעמישט פון די שטעכעדיגקייט פון א חשון, און רעאגירן נישט ריכטיג דערצו. בעסער איז אויב מ'לאזט זיי בליען. און מ'נעמט זיי אן מיט ליבשאפט.

- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5558
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
fiena nieas האט געשריבן:זעקסעריש
חשונ'ס קענען זיין א סך נומערן.
- בִּשְׁבִילֵי הלב
- שר מאה
- תגובות: 199
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
עס איז זייער אינטעסאנט די נושא. האסט עפעס גוטע סחורה אויף תמוז?
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
טבת PLEASE
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
- ויתן לך
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5230
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
- לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
להערה בעלמא, אז איך האלט אז דאס אלעס איז שטותים אין לאקשן. בכל אופן האב איך זייער הנאה פון נשמה'ס ווערק בכלליות.
- ניין און יא
- שר האלף
- תגובות: 1305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
להודיע האט געשריבן:אלול ביטע ...
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
ניין און יא האט געשריבן:להודיע האט געשריבן:אלול ביטע ...
בס"ד
איך גיי שרייבן דאס מערסטע וויפיל איך ווייס פון א אלול. מוז נישט זיין אז איך שרייב צו ריכטיג. איך האב יעצט אנגעהויבן צו טון אין חדשים, והשם הטוב יעזור.
א אלול קוקט לאנג אויף א זאך ביז ער האט עס ארויס מיט א פונקטליכקייט. זיי האבן זייער א קלארע מחשבה. זענען בטבע קלוגע מענטשן. האבן גאר א געשמאקן שכל. און מענטשן האבן ליב זיי צו פרעגן וויאזוי זיך צו פירן אין לעבן. זיי האבן א אייגנשאפט פון א מחנך. געבוירענע מחנכים וואס האבן ליב צו מחנך זיין קינדער. וואס איז א חילוק צווישן א סיון און א אלול? א סיון מאכט שנעלער אפ אז ער האט עס ארויס, און טוט שוין למעשה. א אלול האלט נאך אינמיטן דורכשניידן די זאך, און עס צעברעקלן מיט אזא רואיגקייט. א אלול איז מער אזא רואיגערע טיפ וואס האט ליב צו דורכשניידן א זאך מיט זיין בליק עס ארויסצוהאבן.
א אלול האט ליב פעסטע זאכן וואס וואקלן נישט. נישט קיין טעאריעס. "חדשים זענען אמת?"
א אלול האט ליב די מענטשהייט.
א אלול האט ליב זיך "אפצושטויבן" די קליידער פאר ער ערשיינט צווישן מענטשן.
א אלול האט נישט ליב דמיונות. און שפאקולאציעס. פשוט ווייל ער לייגט אריין א ספק אין יעדע זאך.
א אלול פארשטייט צו א דאלער. נישט אז ער האט ליב דעם דאלער אזוי ווי א סיון, נאר ער ווייסט וואס ס'מיינט אויסגעבן געלט. אנדערש ווי א אייר וואס האט מער א ברייט הארץ מיט געלט. א אלול נעמט נישט אזוי שנעל ארויס זיין בערזל, אבער נישט אזוי שטאט. א אלול איז מער א מסודר'דיגער מענטש, הגם ער קען זיין אביסל צעפלויגן. איז ער אבער מער צו די מסודר'דיגע זייט. א אלול האט נישט ליב צו לעבן אין א צעקלאפטע ענווייראנמענט. וואס צעקלאפט די גייסט פון א מענטש.
א אייר איז סך א שווערערע ארבעטער ווי א אלול. הגם א אלול וועט אויך טון צו האבן געלט. אבער נישט אזוי ווי א אייר.
א אלול ווערט נישט גוט מיט יעדעם. אנדערש ווי א אדר וואס ווערט גוט מיט מערערע, וועט א אלול זיך האבן נאר וואס ער האלט אז זיי זענען קלוגע מענטשן.
(ער שרייבט אז א אלול האט ליב צו זיין אליין, אבער ווילן נישט זיין אליין. איך ווייס נישט דערפון, איך קען נישט אזוי גוט אלול'ס, דארף איך פרעגן א אלול אויב דאס איז אמת)
א אלול איז מער צוריקגעהאלטן מיט זייערע געפילן. בטבע איז ער א ביישן און א איידעלער. ( א אנדערע סארט ביישנות ווי א אייר. א אייר איז א ביישן מיט זיך אליין לגבי זיין אייגענעם ערך, א אלול איז א ביישן מיט זיינע געפילן) און ער רעדט ווייניג מיט אנדערע וועגן זיינע אינערליכקייטן, און וואס ער טוט אלץ. ער האלט עס פאר זיך. אבער ער האט יא גאר שטארקע געפילן צו זיינע נאנטע. ער שרייבט אז א אלול שעמט זיך צו האבן געפילן, ער פילט זיך שולדיג פאר'ן האבן געפילן . ער גייט ענדערש מיט שכל. א אלול האט נישט ליב אז מ'גריבלט אין זיין פריוואטע לעבן. אנדערש ווי א חשון וואס איז פארשלאסן, איז א אלול נישט דוקא פארשלאסן. די חילוק איז, א חשון ווייסטו נישט וואו די טיר אריין איז, ביי א אלול ווייסטו זייער גוט וואו דער טיר איז, נאר דו שפירסט אז בעסער אז מ'עפנט עס נישט. עכ"פ נישט אפט, און נישט צו אפן.
א אלול נעמט אן די חתונה געהאטע לעבן און בכלל דאס ענין פון א חתונה געהאטע לעבן מיט א שטארקע ערנסטקייט. ער ווארפט זיך נישט ארום מיט זיין בני בית.
א אלול קען אסאך מאל שארף אריינשניידן מיט קריטיק אין יענעם. און זיי האבן נישט ליב ווען מ'שרייט זיי צוריק אן.
ער שרייבט אז א אלול איז צומאל אזוי פארנומען צו מסדר זיין קלייניגקייטן, אז ער פארזעהט וואס עס איז באמת וויכטיג. איך האב דאס נישט געזעהן. איך שרייב נאר וואס איך ווייס פאר א פאקט. ס'דא זאכן וואס איך האב נאכנישט געזען.
אין נקודה צוואנציג שרייבט ער עפעס, איך מיין אז ער זאגט אז א אלול האט א א אינערליכער קאנפליקט צווישן העכערקייט און זיין מער "זיך סווינגען אויף א סווינג אמאל אמאל". אזוי מיין איך.
א אלול איז אן אויסטערלישער וותרן. פרייען זיך מיט וואס זיי האבן. דערווייטערן זיך פון בא'גזל'ן יענעם. א אלול קען זיך שנעל אויפרעגן, אבער מ'קען אים שנעל איבערבעטן. און ער וועט זיכער מאכן דיך ערקלערן פארוואס ער האט זיך גערעגט. אבער דאס מיינט נישט אז ער איז א גערעגטער. פארקערט: א אלול איז אזא רואיגער טיפ, אבער דאך פארנומען צו קריטיקירן. זענען בטבע גראדע מענטשן. און האבן ליב צו טון חסד. ווייטער, דער אייר האט ליב צו טון חסד אויף סך א ברייטערע פארנעם. דער אייר האט א ברייט הארץ. דער אלול האט א גוט הארץ. דער אלול איז מער קארג. כאטש ער האט ליב צו טון חסד.
א אלול האט ליב זיך אליין צו קריטיקירן, און קריטיקירן אנדערע. ער גייט עס אבער נישט זאגן צופיל. ער טוט עס פאר זיך אליין. ווייל ער האט ליב ארויסצוהאבן "וואס איז גוט, און וואס איז שלעכט". צומאל כאפסטו א געזונטן פליק, און ערשט דאן כאפסטו וויפיל דער אלול האט דיך ארויס.
א אלול איז א היפאכאנדריק. דאס מיינט אז עס שטערט אים אז ער שפירט א ווייטאג. ווייטער, דאס קומט פון קריטיקירן, ארויסהאבן. און וועלן פארשטיין.
א אלול רעכנט זיך מיט די מיינונג פון ארומיגע. און ער וועט קריטיקירן פארוואס דו רעכנסטעך נישט.
א אלול האט ליב צו זיין גערעכט. בערך אזוי ווי א כסליו, מיט דער זאך. די חילוק איז אז א כסליו האט נישט קיין געדולד צו זיין אומגערעכט, און ער אנטלויפט פון דיינע טענות. דער אלול האט ליב צו האלטן אז ער איז געווען גערעכט.
ער שרייבט אז א אלול האט ליב צו האבן דעם גאווה אז "איך האב דיך אריינגעזאגט וואס עס קומט זיך דיר, און איך האב אביסל בארירט דיין קרוין, און איך גיי דיך נישט איבערבעטן. (איך ווייס נישט, איך האב דאס נאכנישט געזעהן ביי א אלול, ס'קען אבער שטומען)
א אלול איז נייגעריג. אזוי ווי א חשון. אבער אויף א אנדערע אופן. א אלול טוט עס כדי ארויסצוהאבן. ער טוט עפעס דערמיט. א חשון טוט עס כדי צו שטילן די נייגעריגקייט. נישט כדאי ארויסצוהאבן עפעס טיף.
א אלול קען זיין א טו-פעיסער, ווען ס'פעלט אויס. קען זיין דאס קומט פון מענטשן וואס זענען ברוגז אויפן אלול.
א אלול קען זיך שוער טרעפן. די סיבה איז זייער פשוט. אז ער לויפט אוועק פון זיינע געפילן, וויאזוי זאל ער זיך טרעפן?
איך האב נישט געשריבן צופיל, ווייל איך שרייב נאר וואס איך ווייס אז אזוי איז עס.
סוף דבר איז אזוי. א אלול איז א מענטש וואס שנייידט דורך מיט זיינע אויגעלעך צו פארשטיין א מצב, האט ליב צו מחנך זיין. (אנדערש ווי א חשון וואס האט ליב איינצוטיילן, וועט א אלול איינטיילן צוליב די רצון צו חינוך) האלט אין איין קריטיקירן כאטש ער האלט עס רוב מאל ביי זיך. איז א געטרייער מענטש.
והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג אוגוסט 14, 2020 5:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר מאה
- תגובות: 164
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 8:29 pm
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
נשמה האט געשריבן:לב אחד האט געשריבן:איך בין א סיון. Gemini. נשמה וואלסט געקענט אריינקומען מיט אן אנאליז?
א סיון האט ליב צו מאכן געלט. געלט, געלט, געלט. געלט רעדט צו אים. דאלערס. מ'מאכט געלט, מ'געט אויס געלט. געלט, געלט, און געלט. אלעס ארום געלט. מ'האנדלט.
והשם הטוב יעזור.
וואס? א קיש אין נאז!
- ניין און יא
- שר האלף
- תגובות: 1305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
ניין און יא האט געשריבן:ביטע א פדפ
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:עס איז זייער אינטעסאנט די נושא. האסט עפעס גוטע סחורה אויף תמוז?
בס"ד
איך קען מיך יעצט נישט דערמאנען פון איינעם וואס איך ווייס אז ער איז א תמוז.
איך וועל פרובירן בעזרת השם אראפצולייגן וואס ער שרייבט דא אז ס'זאל מיר ארויסקומען א געוויסע בילד פון א תמוז, סרטן, יסוד המים.
איך לערן אפ אז דו ביסט א תמוז.
איך וועל קודם אויסקלויבן וויאזוי איך קען טרעפן אזאך וואס זאל שילדערן דעם תמוז אינדרויסן, אן וויסן אינערליכע פרטים.
א תמוז איז א משפחה מענטש, אזוי ווייט אז צומאל מאכט זיך אז זיי דערווייטערן זיך פון יעדער וואס איז נישט משפחה, זיין גאנצע זעלבסט-זיכערקייט קומט זיך שפירנדיג אלץ א מיטגליד אין די משפחה. זענען בטבע גאר שטארקע חברה לייט, דאס הייסט מענטשן וואס האבן ליב צו זיין בחברה. האבן ליב צו זיין א גאסט ביי א נאנטן ידיד, און נאך מער אז מ'זאל זיין ביי זיי א גאסט. און שמועסן פון אלטע גוטע צייטן פון די יונגע יארן.
בטבע א גראדער, מסודר'דיגער, איינגעהאלטענער, פונקטליכער, און אויך פונקטליך און יושר'דיג מיט געלט, עמפינדליך, געבינדן צו זיינע געוואוינהייטן און זארגט זיך פאר'ן מארגנדיגן טאג. ער האט א נטי' אז אלע שטוב זאכן זאלן זיך פירן וויאזוי ער וויל, און דערפאר מישט ער זיך ארין אין יעדע זאך אנבאלאנגט, אבער מיט דעם אלעם האט ער נישט ליב צו פילן ביי זיך אז ער איז סעלפיש, און ווארשיינליך האט ער נישט ליב אז אנדערע ארום זענען סעלפיש. אבער ער איז דאך פיל מיט שעפערישקייט, נאסטאלגיש, און האבן ליב די מיסטעריעזישסטע מיסטעריע און די באהאלטענסטע סודות. נאך דערצו אנבאלאנגט יודישקייט.
אפילו ער איז געפיליש צו זיינע קינדער וואס זיינע קינדער זענען א עיקר חלק פון זיין פערזענליכקייט, פרובירט ער צו באהאלטן זיינע הרגשים, און זיין שכל געוועלטיגט אויף זיינע הרגשים טראץ וואס אינערליך איז ער זייער געפיליש, אבער ער האלט אז מ'דארף זיך אלעמאל אויך רעכענען מיט געפיל מיט דעם אלעם וואס מ'דארף גיין מיט שכל. און זיי זענען טאקע זייער געפיליש. צו זיך און צו ארומיגע. אבער מיט דעם אלעם קלוג, פארשטענדליך, און האבן ליב זיך צו לערנען און זיי האבן א נאטורליכע אינטעליגענט. זיי האבן אין זיך א געוויסע תמימות, צוזאמען מיט לעבנ'ס-עקספיריענס.
צומאל קענען זיי זאגן עפעס וואס טוט יענעם וויי, אן כאפן אז ס'האט יענעם וויי געטון. ווען עס מאכט זיך א מיספארשטענדעניש קען ער ארויסקומען ווי א עקשנות'דיגער הארטער טיפ, אבער סוף סוף ווערן זיי רואיג און זיי האלטן זיך נישט ביי בעבישע קריגערייען. וויסנדיג אז מ'מוז זיך צאמלעבן מיט די משפחה. איז, ער פארשטייט אז מ'דארף אויך מוותר זיין. איז, דאס בייגט אים.
ער שרייבט אויף א תמוז: עצתם מוצלחת לבני אדם. ויש להם מזל בחיים. זיי האבן ליב צו העלפן מענטשן.
(די אלע זאכן האב איך נאכנישט געזעהן ביי איינעם וואס איך ווייס אז יענער איז א תמוז, סאו, איך שרייב נאר נאך) און אויך אז די אלע זאכן זענען מער נטיות. דאס מיינט אז דער מענטש איז מער נוטה צו זיין אזוי ווי געשילדערט, אבער מיט עבודה קען די פאקט זיין אנדערש.
והשם הטוב יעזור