בלאט 1 פון 1

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 11:59 am
דורך געדולד
ר' בערל, דו שרייבסט אין אן אנדערער אשכול וועגן קרית אברכים, אז יונגעלייט גייען אהין מופן זומער, וואס איז געבליבן מיט די פלאן פון די גרופע יונגעלייט וואס האלטן אינמיטן פארהאנדלן מיט ר' ברוך קליין? זענען די פארהאנדלונגען אפגעהאקט, אדער עס איז נאך דא האפונגען?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 12:48 pm
דורך lebediger berel
נישט איך שרייב וועגן קרית אברכים, עס זענען דא געוועזן דריי זאכן, מידעלטאון, סוואן לעיק, און קרית אברכים פאלסבורג.,איך האב געהאט א געוויסע שייכות מיט'ן סעילסמאן פון סוואן לעיק, יעצט טוט ער גאר עפעס אנדערש. די אינגעלייט מיט ר' ב"ק זענען ווארשיינליך אינערגעץ נישט אנגעקומען ליידער. אזוי אויך איז מידעלטאון נאך אויף האלד. איינער קארנפעלד שרייבט וועגן קרית אברכים, און איך האב אריין געווארפן מיין הערה, אז דער בעל הבית פון יענע פראפערטי איז א שטארקער כאראקטער בטבע און ער גיבט נישט אזוי שנעל אויף, און קארנפעלד זאגט אז די פלענער זענען נאך ווייט פון גרייט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 05, 2009 10:50 am
דורך פאטאקי08
מנהלים

איך מיין אז די אשכול באלאנגט אין זכור ימות עולם...

נישט אזוי?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 05, 2009 12:03 pm
דורך יאנאש
פאט ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 05, 2009 9:52 pm
דורך lebediger berel
פאטאקי מיט יאנאש, ס'איז ליידער א גוט'ס
אבער
מיר דארפן זען דערצו אז דער אשכול "די דירות קריזיס" זאל געהערן צו זכור ימות עולם

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 2:37 pm
דורך יאנאש
פעיר פוינט בערל.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 3:04 pm
דורך lebediger berel
גיב מיר כאטשיק איין פון דעם ;l;p-

:smile: :smile: :smile: :smile:

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 3:19 pm
דורך יאנאש
יעצט קום איך דיר שוין צוויי.

בעק טו די אישו פליז.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 9:58 pm
דורך אלחנן
נא מאר אישו..

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 1:40 pm
דורך טהור-עיניים
טייערע אידן, האט איינער א השגה וואס עס איז געווארן מיט דעם שטעטל אין מידלטאון?
איז עס אינגאנצן אינטערגעגאנגען אין אראפ פון טיש?
איז עס נאר צייטווייליג אפגעשטעלט?
וואס איז געווארן מיט זייער רענטל פלאן?

איך קען נישט גענוג ארויסברענגען מיין ווייטאג איבער דעם ענין. עס איז א הימל געשריי, כאטש אין מאנסי כרגע זענען דא הונדערטער!!! דירות ליידיג, אבער דאס האט נישט געטין גענוג אראפצוברענגען די פרייזן, איך צאל נאך אלץ איבער צוויי אלפים פאר א ענגע דירה. איך ווער צופלאצט.

יעצט ווען דערוילעם פארטארויס אין קאנטרי, דערמאן איך מיך פין מיינע יארן אין קאנטרי, אהה, די הרחבת הדעת, דאס רוהיגקייט וואס די שטילע אטמאספערע ברענגט. די לופט צווישן די בערג, די ביימער. איך ווייס נישט וואס, אבער דער מציאות איז אז דאס ברענגט א שטארקע רוהיגקייט אויף דעם מענטש. בפרט איז דאס א גרויסע מעלה, אז מען קען זיין אוועק פון דעם גרויסן געפילדער וואס טוט זיך אין שטאט אזוי אז מען האט נישט דעם קאפ אפילו צו געדענקען וויזוי מען הייסט, ווער רעדט נאך פון געדענקעט א צווייטן.

איך האב ארויסגעקוקט מיט גרויס האפענונג אויף די אנטוויקלונגען פון דעם ישוב. איך האף נאר אז עס איז נאכנישט אינגאנצן אינטערגעגאנען.

אזוי ווי דא זענען דעך געווען עטליכע וועלכע האבן געהאט אביסל אינסייד אינפארמעישן בעט איך ווער עס קאן זאל מוחל זיין און מיר טין די טובה און זיך נאכפרעגן אביסל איבער דעם ענין.

א גרויסן יאשערקע קויעח למפרע
הקעצל הקטן המכונה טהור'ל

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 2:27 pm
דורך חידוש נפלא
אוי טהור'ל טהור'ל הלוואי פון דיין מויל אין גאט ברוך הוא'ס אויערן (כביכול), עס וואלט דאך געווען אזא ישועה צו קענען אהערשטעלן פארן עולם עפעס ביליגע דירות, דער מצב וויאזוי עס איז יעצט איז ממש אומדערטרעגליך השם ירחם, מען האט דעמאלס גערעדט פון צוויי שטעטלעך סיי אין מידלטאון און סיי און סוואן לעיק און דערווייל רעדט מען נישט פון קיין איינס, יעדער איינער קוקט ארויס אז עס זאל יא ווערן דערפון א מציאות

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 4:30 pm
דורך וויכטיג מאכער
טהור'ל טייערע, פאר אונז בלייבט נאר איבער איין זאך, און דאס איז צו בעטן ביים גרויסן טאטן אין הימל ער זאל אונז אויסלייזן פון דא... ער קען העלפן אן מידדעלטאון אויך...

איבער מידדעלטאון איז די מעשה אזוי, די אינוועסטירער, זענען געווען גרייט צו גיין פאר רענטל'ס, אבער ס'איז נישט געווען קיין פארלאנג דערפאר, דער עולם האט געטענה'ט, אז איך מוף שוין יא, זאל איך כאשט האבן א אייגענע דירה..

אבער דער פון אויבן האט אנדערש געוואלט, ער האט אונטער געריקט די מארטגידזש קריזיס, און 90 פראצענט פון די אפליקאנטן, האבן נישט געקענט באקומען א מארטגידזש, האבן זיי אפגעשטעלט דעם פראיעקט.. אויף דערווייל.. מיטן פלאן, אז עס צוריק צו עפענען..

צו זיי גייען עס למעשה צוריק עפענען?.. ווייסט נאר איין באשעפער..

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 28, 2009 2:24 pm
דורך חידוש נפלא
וויכי הלוואי זאל עס זיך עס צוריק עפענען בעזר השי"ת, און וואס איז געווארן מיט די סוואן לעיק דירות?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 28, 2009 2:45 pm
דורך וויכטיג מאכער
לויט ווי איך הער האט ר' שלום קויפמאן שוין אויך אויפגעגעבן (אויף דערווייל) און ער האט ארויסגעלייגט אויף די מארקעט פאר זוממער הייזער..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 2:00 am
דורך טהור-עיניים
איך האב אנגעהויבן א לאנגער ארטיקל אריינצושטעלן דא, אבער נאך דעם האב איך באמערקט אז ערגעץ אנדערש איז דא פרישע אשכולות מיט באהאנדלונגען איבער נייע ישובים, האב איך עס דארט אריינגעלייגט, עיין שם ותמצא נחת.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 13, 2009 10:50 pm
דורך פייער
ווען איר זאגט אז עס האט זיך אוטערגעריקט די מורגעדש קריזיס ?? מיינט איר די NO DOC LOAN?
וועט עס אמאל צוריק קומען ?? איז נאך דא אויף וואס צו האפען ?????

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 18, 2010 7:30 am
דורך פאטאקי08
סתם נייגעריג
וואס איז געווארן מיט די פינעף טויזענט דאלער וואס דער עולם האט געצאלט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 18, 2010 7:53 am
דורך וויכטיג מאכער
יעדער האט עס צוריקבאקומען.

און נישט נאר דאס, לויט ווי ר' דוד שטיינבערג האט מיר געזאגט האבן מענטשן געזאגט אז זיי זענען גרייט צו ווארטן אז די קריזיס זאל פאריבער גיין, אבער מ'האט יעדן געזאגט אז מ'זאל קומען נעמען די געלט...