אייוועלט חתונה מאלל,

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

אייוועלט חתונה מאלל,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

לאור פון די גרויסע אויפוואכונג צו חתונה מאכן עפארדעבל, די מעשה איז אז פאר די מאלל עפאכע זענען מענטשן ממש משוגע געווארן פון ארומלויפן שאפינג, לכבוד דעם זענען אויפגעקומען די מאלל׳ס פשוט צו גרינגער מאכן פאר׳ן עולם, אבער היינט זייט די מאלל סטאנדארטן זענען נישט עפארדעבל, וואלטן אסאך מענטשן געוואלט איינקויפן פאר סאך ביליגער ווי די מאלל, אבער די פראבלעם איז אז מענטשן ווייסן נישט ווי צו איינקויפן, און לאזן די בעלאבאסטע ארומלויפן איז אויך נישט קיין מהלך, על כן עפענען מיר דעם אשכול ווי דער עולם קען ברענגן דירעקט לינקס מיט/אדער קאנטאקט אינפארמאציע מיט אדר עסן,
איבער אלעס וואס מ׳דארף צו חתונה מאכן,

בעזר השם וועלן מיר מיט די צייט צוזאמשטעלן א שיינע ליסט מיט קאנטאקט אינפארמעישן, גרייט פאר א איד וואס מאכט חתונה,

אזוי ווי די פסוק זאגט,
והודעת להם את הדרך ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון
The Divided States Of America
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

געוואלדיגע איידיע

איינער קען ארויפשטעלן א ליסט אלעס וואס מען דארף האבן?

אזוי וועט מען קענען אנהייבן איינס ביי איינס, מיט לינקס און פרייזן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נישט האט געשריבן:געוואלדיגע איידיע
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

איך װאלט צוגעלײגט אז מ׳זאל מאכן א סיסטעם װי יעדער אײװעלט מעמבּער (אײנגעשריבּן פאר 2017 למשל) װאס נעמט זיך אינטער צו חתונה מאכן נאר פון די ליסט װעט
בּאקומען א שײנע סכום פון אלע מעמבּערס װאס װעלן זיך אײנשרײבּן אז זײ זענען גרײט צו געבּן א געװיסע סכום פאר יעדע חתונה

אני הקטן בין גרײט צי געבּן 100$ פאר יעדע חתונה אױבּ נאך יודן װעלן זיך אנריפען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

לאמיר אנהייבן
שדכן,
מתנה פאר די כלה (ברעיסלעט, זייגער)
ווארט תנאים לחיים
מתנה פארן חתן (זייגער?)
בלומען קעיק וואס חתן שיקט צום תנאים
בלומען פאר שבת ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

yoel2124441100 האט געשריבן: (אײנגעשריבּן פאר 2017 למשל)


וואס???? איך בין א גוי?
איך וועל חאטש קענען ליינען די רשימה פון אלע ביליגער זאכן, אדער דאס אויך נישט?

lebediger berel האט געשריבן:לאמיר אנהייבן
שדכן,
מתנה פאר די כלה (ברעיסלעט, זייגער)
ווארט תנאים לחיים
מתנה פארן חתן (זייגער?)
בלומען קעיק וואס חתן שיקט צום תנאים
בלומען פאר שבת ?


וואס פאר א סארט ליסטע פראבירט איהר צוזאמן צו שטעלן?
ווי הוצאות קלאפן אויס? אדער ווי מ'קען קויפן ביליג?

אדער גאר זיכט איהר צוזאמען צו שטעלן א ליסטע, אויף וואס מ'זאל קענען אוועק שטעלען אן "איי וועלט סטאנדארט "?
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

yoel2124441100 האט געשריבן:איך װאלט צוגעלײגט אז מ׳זאל מאכן א סיסטעם װי יעדער אײװעלט מעמבּער (אײנגעשריבּן פאר 2017 למשל)l




מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע וואלט די וועלטעל שוין געקענט האבן א אלגעריטם וואס זאל אינדענטיפיצירן די עידזש פון די ניקס.

עס וואלט ווען גוט גענוצט געווארן אין דיזע אשכול ווי ערוואקסענע אינגעלייט זוכען צו פירן א נארמאלער שמועס.

צוריק צום נושא.........
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פארווייטאגט האט געשריבן:
yoel2124441100 האט געשריבן: (אײנגעשריבּן פאר 2017 למשל)


וואס???? איך בין א גוי?
איך וועל חאטש קענען ליינען די רשימה פון אלע ביליגער זאכן, אדער דאס אויך נישט?

lebediger berel האט געשריבן:לאמיר אנהייבן
שדכן,
מתנה פאר די כלה (ברעיסלעט, זייגער)
ווארט תנאים לחיים
מתנה פארן חתן (זייגער?)
בלומען קעיק וואס חתן שיקט צום תנאים
בלומען פאר שבת ?


וואס פאר א סארט ליסטע פראבירט איהר צוזאמן צו שטעלן?
ווי הוצאות קלאפן אויס? אדער ווי מ'קען קויפן ביליג?

אדער גאר זיכט איהר צוזאמען צו שטעלן א ליסטע, אויף וואס מ'זאל קענען אוועק שטעלען אן "איי וועלט סטאנדארט "?

געוואלדיגע איידיע

איינער קען ארויפשטעלן א ליסט אלעס וואס מען דארף האבן?

אזוי וועט מען קענען אנהייבן איינס ביי איינס, מיט לינקס און פרייזן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

קודם דארף מען צוטיילען צד הכלה און צד החתן
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

אז זיידי בערעלע איז דא אקטיוו. גיבט עס צו ערענסקייט צום אשכול.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

סארקאזי האט געשריבן:אז זיידי בערעלע איז דא אקטיוו. גיבט עס צו ערענסקייט צום אשכול.

שכח
איך האלט נישט ביים איבערדרייען מיינע פיילס אינדערהיים יעצט.
כ'פארברענג צופיל צייט מיט ענק דא, איך האב אפגעשריבענע ליסטעס אין אלטע ברוינע פיילס מיט יעדע פעני (מער ביי די ערשטע קינדער) ימים ידברו.
עניוועי אזויפיל זאג איך ענק יא
דעטס דע וועי טו גאו,
ברענגטס גוטע זאכן פאר גוטע פרייזן
לענ"ד דארף מען טאקע אראפלייגן גאר א שטארקע יסוד די ערשטע צוויי דריי חדשים נאכן שידוך שליסן
דהיינו
ווען ביידע צדדים דערקעלערן זיך (נישט מיט רעדן, מיט מעשים) מיר אפערירן אויף די שפארזאמע זייט, וועט עס ברענגען א מעגליכקייט און א אטמאספערע אויף די שפעטערע חדשים ווען מ'גייט עכט שאפינג און מרעדט עכטע הוצאות, די אטאמעספערע וועט נישט זיין אנגעצויגן, שוין וואס וועט די (מחו)טענעסטע טראכטן - ווייל די טענסטע אליין האט דאך שוין געשפארט אויף די פרעזענט און אויף די בלומען
לדעתי
די ערשטע זאך ביז די ערשטע חודש פונעם שידוך איז דער "יסוד" און נאכדעם בויעט זיך א בנין, מען דארף מאכן א געזונטן פונדאמענט פון שכל שפארזאמקייט און רעאליטעט, וועט שפעטער סאך סאך גרינגער זיין.
אויב אבער
מען הייבט אן אין עקסייטמענט מאויד, און די טענעסטע טוט די זעלבע, אפילו מען טראכט שפעטער וועל איך איינציען דעם פאסיק, איז מען שוין אין א שלעכטע סייקל, אז די אשת חיל זאגט איך קען נישט אזוי טון די טענסעטע וועט מיינען יו אר טויסט!
אין אייוועלט קענסטו זיין א הירא, אבער אין עכטען דיינונג רום און ביים קיטשען טעיבל - וואו האט דער ראש הקהל ביי יום טוב ערליך געזאגט: איך קען זיין אונטערן טיש ווייל ביי מיר אינדערהיים בין איך בעלעבאס
אז מ'לעבט דערלעבט מען
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

די "אייוועלט מעמבערס" פון נ"י קענענן זיך איינשפארען פון דארפן נעמען די ליסט פון דא, זיי קענענן נוצען די חתונה מאלל וואס האט יעצט ארויסגעלייגט א סמארט און אפארדעבעל פעקעדזש.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קאנסילמאן האט געשריבן:די "אייוועלט מעמבערס" פון נ"י קענענן זיך איינשפארען פון דארפן נעמען די ליסט פון דא, זיי קענענן נוצען די חתונה מאלל וואס האט יעצט ארויסגעלייגט א סמארט און אפארדעבעל פעקעדזש.

סאיז דא היפש זאכן נישט אין די מאל, און אויך מעג מען גיין ביליגער
סאיז דא מאנכע וואס שרייען אז זיבן א האלב טויזענט פאר די מאל פער זייט איז נאך אלץ צו סאך געלט, זיי וואלטן געגעבן די פופצן אלפים פאר די קאפל צו געבן א דאון פעימענט פאר א קליינע צוויי בעדרום דירה אין זשוירזי סיטי (אוי הלואי הלואי ווען מיר טוען ווען אזוי, וואלט ווען געווען כמעט א עולם התיקון)
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כ'פארשטיי די וואס ווילן שאפן אליין, איך האב נאר מורא אז אנלעסס יענער אדער די טענעסטע [קרעדיט בערל...] זיינע, זענען ערפארענע Buyers, וועלן זיי ענדיגן מיט א העכערע טאטאל ווי די מאלל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

נישט האט געשריבן:געוואלדיגע איידיע

איינער קען ארויפשטעלן א ליסט אלעס וואס מען דארף האבן?

אזוי וועט מען קענען אנהייבן איינס ביי איינס, מיט לינקס און פרייזן

דא איז א טיילווייזע ליסט (גענומען פון בבל'ס חתונה שיט)

מתנות
מנורה
בעכער
ש''ס
טליתים
קיטל
טלית בייטלעך
מחזורים
אתרוג פישקע
זייגער
טור וש''ע
מגילה
מגילה האלטער
ברעיסליט
רינגל
קייטל /פערל
אויער רינגליך
מחזורים
קרבן מנחה סידור
צאינה וראינה/תחינה/תהלים/סליחות
טיכל/שירצל
קידושין רינגל
זייגער
פין

פורניטשער
בעדרום סעט
דיינעט סעט
דיינוג רום סעט
ספרים שאנק

קאך
האנד בלענדר
טויסטער
געשיר מילכיג,פליישיג
טעפ,מילכיג ,פליישיג
בעגס. גארבידש ,און נאך
מעשרינג קאפס
שיסליך
פערקלעיטר
קאך קאנטעינערס
טאצן , מילכיג ,פליישיג
ווייטעמין טיילנא
פטעיטא ראבער
בשמים הבדלה
טיש און בענקליך
גארבידש

פארשידנס
נעגל וואסער
היים טעלפאן
הענגרס
זייפן דישעס,וועש,וואנע,און נאך
וואנט זייגערס
הענדי מען
ביה''כ קלינער ,שטאפר, מיסט
ציין פיץ
ווענטעטי שפיגל קעבינעט
שאוער קערטן /האלטער
טוט בראש האלטר א.ד.ג.
נעגל שניידר
לעכט שבת ,אול/מעטשעס/נאך
האנד שפיגל
קליינע קאנטעינרס
העמפר וועש בעסקיט
באלבס /לייט
בעזים שאוול/שמאטע/מאפ
ביגל אייזן / ביגל ברעיט
שער מאשין
קארפעט'ס
שירום/ האלטער
מזוזות
סואינג באקס
מעדיקל קיט .בענדיטש קרים'ס
וועקים קלינער
וונישן בליינד
עיר קאנדישן
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

ווער איז גרייט צו מאכן א ביכל פון אלע ביליגע זאכן וואס מען גייט ברענגן דא, א סעקשן פון ביליגע מעבל, סעקשן פון ביליגע זייגערס.

שטייציך מ'גייט נאר לייגן לייטישע זאכן.

איעדע מחותן גייט קענען אדורך גיין די ביכל מיט די ב"ב און די חתן/כלה און האבען א ריזיגע אויסוואל פאר די אויגן פאר ביליג.

איך בין גרייט צו אפדעיטן די ביכל אויב מ'דארף הילף, איך האב נישט די צייט צו עס אויסשטעלן פון פריש.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

פעיק נוז האט געשריבן:
נישט האט געשריבן:געוואלדיגע איידיע
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

https://www.realtor.com/realestateandho ... 63?view=qv
סאיז נישט דוקא די מאל איך וויל נאר מסביר זיין ווען סאיז שוין דא א גייסט פון זיין נארמאל און קלוג, און אז מ'קוקט שוין ארויס פונעם באקס, אט אזא דירה וואלט געווען נארמאל און קלוג צו קויפן פאר א קאפל, ס'יז דא דארט אלע אידישע געברויכן פינף קליינע געסעלעך פון שול, און טראנספארטעישן קיין איבעראל, נאכדעם קען מען פאר 700 דאללער מארגידזש אלעס אינקלודעט (טעקס אינשורענס) זיך אפשפארן יעדע חודש א שיין שיין ביסל געלט און ווען מ'וואקסט אויס אזא דירה קען מען עס פארקויפן מיט א שיינע פראפיט פלאס די אפגעשפארטע געלט לעבן וואו א נארמאלע מענטש
דאס קענסטו קריגן מיט פופצן אלפים דאון פעימענט אינקלודינג קלאזינג קאסט אלץ א ערשטע מאל הוים אוינער וכו'
מי יתן והי'
נ.ב. ווארענונג און דיסקלעימער: אמת ס'קומט מיט געוויסע שוועריקייטן און אומבאקוועמליכקייטן
לעצט פארראכטן דורך lebediger berel אום מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

farshlufen האט געשריבן:כ'פארשטיי די וואס ווילן שאפן אליין, איך האב נאר מורא אז אנלעסס יענער אדער די טענעסטע [קרעדיט בערל...] זיינע, זענען ערפארענע Buyers, וועלן זיי ענדיגן מיט א העכערע טאטאל ווי די מאלל.

שוין געשריבן אין אנדערן אשכול, מבשרי אחזה ס'וואלט מיר געקאסט פיל טייערער (כ'רעד נישט דאס צאלן, כ'רעד די צייט און די טעותים רעטארנס וכו' כו')ווען נישט די מאל
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

farshlufen האט געשריבן:כ'פארשטיי די וואס ווילן שאפן אליין, איך האב נאר מורא אז אנלעסס יענער אדער די טענעסטע [קרעדיט בערל...] זיינע, זענען ערפארענע Buyers, וועלן זיי ענדיגן מיט א העכערע טאטאל ווי די מאלל.

גם אני מצטרף, מ'דארף וויסן ווי אזוי צו שאפן
די שאלה איז וויפיל ביליגער גייסטו טרעפן אין געשעפטן פון די סמארט פעקעדזש?
אויב מאכט עס א חילוק פון אונטער 100 דאלער ווייס איך נישט אויב ס'לוינט די קאפ וויי, בנוסף איך וואלט צוגעלייגט די פאר מאות צו נעמען ביי די מאל פאר צוויי סיבות, איינס ביי די מאל ווייסטו אז דא ענדיגט זיך עס און מ'נעמט נישט צו נאך עפעס וואס איז יעצט אויף סעיל וואס איך וואלט סתם אזוי נישט גענומען, והשנית צו שטיצן די רעוועלאציע וואס די סמארט פעקעזש שטעלט אהער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

מי יודע האט געשריבן:גם אני מצטרף, מ'דארף וויסן ווי אזוי צו שאפן
די שאלה איז וויפיל ביליגער גייסטו טרעפן אין געשעפטן פון די סמארט פעקעדזש?
אויב מאכט עס א חילוק פון אונטער 100 דאלער ווייס איך נישט אויב ס'לוינט די קאפ וויי, בנוסף איך וואלט צוגעלייגט די פאר מאות צו נעמען ביי די מאל פאר צוויי סיבות, איינס ביי די מאל ווייסטו אז דא ענדיגט זיך עס און מ'נעמט נישט צו נאך עפעס וואס איז יעצט אויף סעיל וואס איך וואלט סתם אזוי נישט גענומען, והשנית צו שטיצן די רעוועלאציע וואס די סמארט פעקעזש שטעלט אהער


אין דריטענס די דארפסט דיך נישט זיך אפרעכנען מיט די מחותן, מען האט געקויפט דאס אין יענס עס האט געקאסט אזויפיל אין אזויפיל (אין זאגן די מחתונתטע האט געהאלטן אז עס איז וויכטיג, ביי מיינע אנדערע קינדער האב איך עס אויך געקויפט וכו' ) פלאס די ערשטע סיבה אז די מחותנתטע קויפט טאקע נישט.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

אטעטשמענטס
IMG_20191209_153005_626.jpg
IMG_20191209_153005_626.jpg (72.55 KiB) געזען 1455 מאל
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

זינגער האט געשריבן:https://www.houzz.com/products/candace-velvet-bed-gray-full-prvw-vr~118266025?lid=88775558

ערשטע תגובה דא צום זאך...
קליקענדיג אויפן לינק זעה איך דארט איז דא פיל ביליגער ווי דאס,

צום ביישפיל

אדער דאס
The Divided States Of America
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

זינגער האט געשריבן:https://www.houzz.com/products/candace-velvet-bed-gray-full-prvw-vr~118266025?lid=88775558

א פרייליכע חתן כלה
אטעטשמענטס
IMG_20191209_155217_839.jpg
IMG_20191209_155217_839.jpg (60.29 KiB) געזען 1407 מאל
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אויב קענסטו פועל'ן ביי די פרויען זיי זאלן איינגיין אויף אזוינס, קומצעך דיר א מעדאל!
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”