קינד מיט שרעקעדיגע חלומות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:10 pm

גוגל tapping technique
אין מאך אביסל ריסורטש....
דאס קען גאנץ מעגליך זיין דאס וואס די זוכסט, כ'בין אינגאנצן נישט באקאנט מיט דעם, איך זאג נאר נאך וואס כ'האב לעצטנס געהערט בנוגע אן ענליכע פראבלעם
טעות לעולם חוזר

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:22 pm

בדרך אפשר
ער וויל נישט גיין אין זיין בעט? ס'עט מעגליך זיין א סעקרעפייס, אבער פאר די קומענדיגע שטיק צייט נעם אים לכתחילה אריין אין דיין אדער אין זיין מאמעס בעט, דארט ווי ער וויל גיין שלאפן, זאג אים 'דא וועט דיך קיינער נישט טשעפען' וכדו. ד.ה. קום דו אים אנטקעגן מיט ליבשאפט און ווארעמקייט ער זאל באמת שפירען ווי מ'גארד אים א גאנצע נאכט, ביז מ'וועט אים צוביסלעך צוריק לייגן אין זיין בעט, קודם אינמיטן שלאף פאר איין שעה ווילאנג ער כאפט זיך אויף, און אויב וויינט ער זאל מען אים גלייך צוריק ברענגן צו אייער שטוב. א.א.וו.
ווי ס'שיינט ברויך דיין קינד געוואונען אין זיין געוויסן זייער א שטארקע סעקיוריטי.
על מי מנוחות ינהלנו

מחשב
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 12:18 am

eller האט געשריבן:א דאנק נאכאמאל פאר די אלע וואס טרייען צו העלפן.
מיין צדיקל האלט זיך נישט ביים אראפלייגן פאר קיין געלט נישט, עס העלפט נישט אז כ'ליג אדער שטיי נעבן אים. ער טאנצט אויף פון א שרעקליכע אינערליכע פחד.
ער איז נאך צו אינג צו פארשטיין בכלל וואס ס'מיינט א שפיטאל..
א דאנק נאכאמאל פאר די אלע וואס האבן זיך אנגערופן.
אויב איינער האט סיי וועלכע עקספעריענס מיט א נעטשרעל אדער עפעס ענליך וואס האט געהאלפן זאל מיר ביטע מודיע זיין.


נארמאל דארף די מהלך זיין אזוי ווי טייל האבן ארויסגעברענגט.

1) נישט "בארעכטיגן" זיין פחד. ווי צו זאגן: "האסט מורא פון די שפיטאל? אקעי היינט ביינאכט שלאף ביי מיר..." דאס איז נישט געזונט צו טוהן.

2) לאזן זיין פחד, און עס נישט דערשטיקן. ער "מעג" פילן דערשראקן. נישט אים געבן די הרגשה אז ער טאר נישט פילן דערשראקן.

3) אים מסביר זיין, אדער זאגן, "שלא בשעת הפחד" אז עס נישטא וואס צו מורא האבן.. אן קיין טיפע הסברים נאר אז טאטי זאגט אז עס נישטא וואס צו מורא האבן... (ער
קינד האט נישט מורא פון לאגיק נאר זיין געפיל זאגט אזוי).

4) יעצט, נאך אלע מעשיות, טוהן דארף ער נאך אלץ דאס וואס דו האלטסט פאר ריכטיג. דהיינו שלאפן אין "זיין" בעט. זאג פארן קינד רואיג, הארציג, אבער פעסט, אז מ'גייט היינט שלאפן אין דיין בעט.

קען אבער זיין אז דא איז עקסטרעם, אז עס איז שווער דאס אויסצופירן למעשה.
הוי מחשב...

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך ינואר 15, 2020 12:14 pm

אקעי לאמיר מיטטיילען מיין סוקסעס סטארי.. (אז אנדערע אין די שיך זאלן וויסן דערפון.)
געלויבט דער אויבערשטער (THANK YOU HASHEM בלע"ז...) אז נאכדעם וואס כ'האב געטרייט אפאר נעטרול מענטשן און ס'האט גארנישט געהאלפן.
בין איך אנגעקומען צו ר'קאפל שעהנברוין פון קרית יואל וואס האט מיט צוויי לעסענס אים אינגאנצען אוועקגענומען די פחדים (די נאכט פאר די צווייטע האט ער נאך בשום אין אופן געוואלט שלאפן אין זיין בעט, און זיך אויפגעוועקט יעדע פאר שעה. די נאכט נאכן לעססען האט ער שוין געשלאפן רואיגערהייט ווי כאילו ס'איז גארנישט געווען די לעצטע צוויי חדשים.
געלויבט דער אויבערשטער פארן מיך צושיקן די גוטע שליח.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך ינואר 15, 2020 2:10 pm

יישר כח פארן מיטטיילן. וואספארא סארט טעראפי מאכט ער?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

מחשב
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך ינואר 15, 2020 2:16 pm

ברוך השם! יישר כח פארן מיטטיילן די גוטע ענדע.

אפשר וואלט איר געוואלט מיטטיילן מיט אונז וואס איז בערך דער מהלך פון הרב שעהנברוין? כנא שכל ועוד לקרא, נישט באמערקט אז ער האט אריינגעהאקט.
הוי מחשב...

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך ינואר 15, 2020 2:22 pm

ער מאכט ענערדזשי.
ביי מיר האט ער עס געטון אווער די פאון.
פרעגט מיר נישט וויאזוי, ווייל כ'פרעג די זעלבע זאך.
וויאזוי קען ער מאכן ענערדזשי ווען ער וואוינט אין קרית יואל אין איך אין די סיטי ???? וויאזוי העקט ער אריין אין מיר ? (גערעדט צו איינער וואס טוט אויך אין דעם, זאגט ער מיר מ'קען אריינהעקן אין א צווייטען און וויסן פונקטליך וואס ס'גייט פאר ביי יענעם, אלע מחשבות אין פילינגס..)
אבער למעשה ב"ה ס'האט געהאלפן.
און איך ווייס פון נאך אנדערע מענטשן וואס ער האט געהלפן, בעיקר ווען ס'קומט צו עמאשעינאל..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:44 pm

פאון נאמבער פליז
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

פייערקרעקערס
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

תגובהדורך פייערקרעקערס » מיטוואך ינואר 15, 2020 11:23 pm

eller האט געשריבן:ער מאכט ענערדזשי.
ביי מיר האט ער עס געטון אווער די פאון.
פרעגט מיר נישט וויאזוי, ווייל כ'פרעג די זעלבע זאך.
וויאזוי קען ער מאכן ענערדזשי ווען ער וואוינט אין קרית יואל אין איך אין די סיטי ???? וויאזוי העקט ער אריין אין מיר ? (גערעדט צו איינער וואס טוט אויך אין דעם, זאגט ער מיר מ'קען אריינהעקן אין א צווייטען און וויסן פונקטליך וואס ס'גייט פאר ביי יענעם, אלע מחשבות אין פילינגס..)
אבער למעשה ב"ה ס'האט געהאלפן.
און איך ווייס פון נאך אנדערע מענטשן וואס ער האט געהלפן, בעיקר ווען ס'קומט צו עמאשעינאל..

איז ער א לייסענס טערעפיסט?
וואס איז זיין ספעשעלטי?
בערך וויאזוי ארבעט א סעסיע?

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך ינואר 15, 2020 11:44 pm

דר'עולם קאן נישט ר' קאפל? בדרך כלל וועט ער דאווענען די לעצטע מנין וואס ס'איז פארהאנען, זייער א זיסער אידל, דער פאטער פון די שעהנברוינס.

דאכט זיך מיר ער איז א תלמיד פון הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל ממאנטעווידעא, ער פלעגט זיך דארט דרייען.

די לעצטערע יארן ביי די 60 יאר האט ער אנגעהויבן מיט די ענערדזשי ביזנעס, ס'איז דא מענטשן וואס האלטן שטארק פון אים, אבער זייט געווארנט עס קודם דורכצורעדן מיט אייער מורה הוראה, ואכמ"ל.

(כ'ווייס פון איינעם וואס האט זיך געמוטשעט מיט עפעס און ר' קאפל איז אים נאכגעלאפן אז ער וויל אים העלפן פאר אומזינסט, אבער דער אינגערמאן א בר אוריין האט בשום אופן נישט געוואלט, ברוב הימים איז דער פראבלעם במילא געלעזט געווארן ב"ה.)

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג ינואר 19, 2020 9:10 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:פאון נאמבער פליז
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דוקטור, יואלי קאכט און 24 געסט