יוסי גאלדבערגער גראפיסט "כח היחיד" קאמפיין קעגן טייערע חתונות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:27 pm

זינגער האט געשריבן:אפשר זאל מען אויפמאכן א אשכול ווי מען וועט קענען ברענגען לינקס און בילדער פון ביליגע שיינע מעבל, זייגערס, דזולערי פאר א חתן כלה

שוין לאנג דא , אפאר יאר

viewtopic.php?f=25&t=38647&hilit=%D7%91%D7%99%D7%9C%D7%99%D7%92%D7%A2+%D7%A4%D7%95%D7%A8%D7%A0%D7%99%D7%98%D7%A9%D7%A2%D7%A8&start=25

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:32 pm

פרנס היום האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:אפשר זאל מען אויפמאכן א אשכול ווי מען וועט קענען ברענגען לינקס און בילדער פון ביליגע שיינע מעבל, זייגערס, דזולערי פאר א חתן כלה

שוין לאנג דא , אפאר יאר

viewtopic.php?f=25&t=38647&hilit=%D7%91%D7%99%D7%9C%D7%99%D7%92%D7%A2+%D7%A4%D7%95%D7%A8%D7%A0%D7%99%D7%98%D7%A9%D7%A2%D7%A8&start=25

א גרויסן שכויעך!

הערליכע סחורה.

לאמיר אויך ברענגן זייגערס, דזולערי וכו'
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:33 pm

סיז מסודר האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:אין רעאליטעט איז זייער שווער [ליין: אוממעגליך] צו טוישן דעם מהלך המחשבה ביי נארוואס געווארענע 18 יעריגע בחורים און מיידלעך, אויפצוגעבן אויף א טייערע שטריימל וכו' [אזוי ווי הרב שלום שרייבט צווישן די שורות], און לאמיר זאגן אז ער וועט אפנים איינגיין דערויף וועט דאס אים באנק טון אין מח ולב, מ'קען אנהייבן ביי די גדיים אזוי ווי די בריוו שרייבערן שרייבט און ולה' הישועה.

דו האסט צוריקגעבעקט 12 יאר?? דו הייבסט יעצט אן טענה'רייען וואס מהאט זיך געטענה'ט 12 יאר צוריק. די ביליגע שטריימלעך איז די גרעסטע דורכברוך וואס מהאט באוויזן. הלוואי זאלן אלע אנדערע זאכן אנקומען אזוי ווייט ווי די ביליגע שטריימלעך און נאכדעם וועט מען זיך טענה'ן אויב סאיז אויך אין מח און צו ער גליסט יא אדער נישט א.א.וו.
אבער אמת'דיג גערעדט איך מיין סאיז נישט דא קיינער וואס איז געבליבן אנגעווייטאגט אויף זיין טאטע פארן קויפן א ביליגע שטריימל, און ווער סהאט געגליכן א טייערע שטריימל האט זיך אליין געקויפט "אויב ער האט זיך געקענט ערלויבן"

דוכט זיך מיר אז איך האב נישט צוריק געבעקט, דאס איז א פראבלעם וואס מ'דארף נאך אלץ האלטן און איין רעדן דערפון.

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:37 pm

זינגער האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:אפשר זאל מען אויפמאכן א אשכול ווי מען וועט קענען ברענגען לינקס און בילדער פון ביליגע שיינע מעבל, זייגערס, דזולערי פאר א חתן כלה

שוין לאנג דא , אפאר יאר

viewtopic.php?f=25&t=38647&hilit=%D7%91%D7%99%D7%9C%D7%99%D7%92%D7%A2+%D7%A4%D7%95%D7%A8%D7%A0%D7%99%D7%98%D7%A9%D7%A2%D7%A8&start=25

א גרויסן שכויעך!

הערליכע סחורה.

לאמיר אויך ברענגן זייגערס, דזולערי וכו'

אייוועלט חתונה מאלל
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:46 pm

איך זעה אז קיינער האט נישט געשריבן
און איך פארשטיי אז קיינער וויל דאס נישט ארויס שרייבן אזוי קלאר

אבער איך מיין אונזער וויי געשריי זאגט קלאר און גראב

קרויס, מיללער, מפואר וכל הדומין להן
ביטע מאכט צו ענקער סטאר, גייט ארויס פון ביזנעס און מאכטס ענק אויף א קליינע סטאר ווי עשירים וועלן קענען קומען נאר מיט א אפויטמענט
מאכט נישט קיין אדווערטייסמענט אויף ראסערישע שטריימלעך, מאכט נישט קיין ווינט אז ממוז די נייע אפגרעיטעד טלית בייטל און לולב האלטער.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:49 pm

איינס האט געשריבן:איך זעה אז קיינער האט נישט געשריבן
און איך פארשטיי אז קיינער וויל דאס נישט ארויס שרייבן אזוי קלאר

אבער איך מיין אונזער וויי געשריי זאגט קלאר און גראב

קרויס, מיללער, מפואר וכל הדומין להן
ביטע מאכט צו ענקער סטאר, גייט ארויס פון ביזנעס און מאכטס ענק אויף א קליינע סטאר ווי עשירים וועלן קענען קומען נאר מיט א אפויטמענט
מאכט נישט קיין אדווערטייסמענט אויף ראסערישע שטריימלעך, מאכט נישט קיין ווינט אז ממוז די נייע אפגרעיטעד טלית בייטל און לולב האלטער.

נארישקייטן,

יעדער אינגערמאן איז פריי זיך איינצוהאנדלען א שיינעם שטריימעל און א הערליכען טלית בייטעל פונקט אזויווי א יאקאן דענעלי, די קאמפיין איז פאר חתונה מאכן
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:52 pm

אקעי נעם ארויס דו ווארט עשירים פון מיין תגובה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 08, 2019 9:01 pm

איינס האט געשריבן:איך זעה אז קיינער האט נישט געשריבן
און איך פארשטיי אז קיינער וויל דאס נישט ארויס שרייבן אזוי קלאר

אבער איך מיין אונזער וויי געשריי זאגט קלאר און גראב

קרויס, מיללער, מפואר וכל הדומין להן
ביטע מאכט צו ענקער סטאר, גייט ארויס פון ביזנעס און מאכטס ענק אויף א קליינע סטאר ווי עשירים וועלן קענען קומען נאר מיט א אפויטמענט
מאכט נישט קיין אדווערטייסמענט אויף ראסערישע שטריימלעך, מאכט נישט קיין ווינט אז ממוז די נייע אפגרעיטעד טלית בייטל און לולב האלטער.

די נקודה פונעם 'כח היחיד' קאמפיין איז פונקט די היפך, און באמת זעה איך אז נישט יעדער האט ארויס די הויכפונקט דערפון.

די חילוק פון 'תקנות' און 'כח היחיד' איז טאקע אט דאס, אז כדאי אז דו זאלסט נישט דארפן בלייבן א בעל חוב, אדער א נצרך לבריות ולידי מתנת בשר ודם, ווילסטו זיין בעה"ב אויף דיר אליינס און קאנטראלירן דיי אייגענע הוצאות מיט דיין/מיין אייגענעם שכל.

מיללער און קרויס דארף נישט פארשפארן און 'קהל' דארף מיך נישט איינטיילן וואס און וויפיל צו שפענדן, נאר איך האב אליינס שכל און איך שפענד לויט מיינע יכולות און געפילן, דאס הייסט 'כח היחיד' איך דארף נישט קיין תקנה וויפילל די תנאים מעג קאסטן, ווייל אויב איך זעה נישט דערין קיין נחיצות מאך איך עס בכלל נישט, און עס אינטערעסירט מיך נישט וואס מיין שכן/חבר/קאזין וועט טראכטן איבער מיר.

איך קויף נישט קיין אתרוג פישקע, נישט ווייל איך קען עס נישט עפפארדן, נאר ווייל מיט מיין שכל איז א וויין פלאש אסאך מער א נוצבארע מתנה און האט מער פשט, איך בין נישט משועבד צום 'חתונה מאלל' און נישט צום זילבער סוחר, נאר צו מיין געפיל און געשמאק.

איך מאך די חופה דריי אזייגער נאכמיטאג, און שבע ברכות אין מיין דיינונג רום פאר פונקט מנין. בקיצור, איך טראכט פאר מיר אליינס און איך בין נישט משועבד צום באקס/קהלה/תקנות/סטייל/פיער-פרעשור/באגעבו/וכל שום וחניכא דאית להו

#מאך נישט קיין תקנות
#טייל מיר נישט איין
#לאמיך לעבן מיין אייגענעם לייפסטייל
#העלף מיר נישט טראכטן איך קען אליינס
#מיש דיך נישט אריין
#מיינד יור און ביזנעס

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:08 pm

מילער, האסט געשריבן אויף די האר וואס כ'האב געוואלט רעאגירן פאר איינס.

מילער און מפואר זאלן בלייבן דא. נאר דו! דער יחיד! זאל אליינס באשליסן אז שרייעדיגע עדס וועלן מיר נישט מאכן קויפן עפעס וואס איך קען באקומען פאר ביליגער.

#כח היחיד!!
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:29 pm

הרב_שלום האט געשריבן:דערווייל הייסט עס אין א ווערהויז נעבן קרית יואל (ווי ער איז נישט געבינדען מיט קיין מינימום)

וואו האט איר דאס געזען??
ער איז עפעס זייער שטיל לעצטענס.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:43 pm

@מיללער מסכים מיט יעדע ווארט.

און איך קען זעהן די קאמפיין שנעלער שלאגן ווארצלען ביי שמחות ווי דער איד האט אליינס קאנטראל, לדוגמא, וואך נאכט, בר מצוה, קידוש וכדו'.

דער פראבלעם הייבט זיך אן ווען מ'טוט א שידוך וואס די 'בושה' פאקטאר שפיהלט א פיל גרעסערע ראלע (און אפי' דער טאטע האט שוין יא קוראזש צו זאגן וואס זיין בודזשעט ערלויבט אים צו שטייער גיבן פאר די שמחה, פארפירן די בני בית און דער חתן/כלה וכו'), און דער מענטש איז פשוט נישט קיין יחיד.

איך האב היינט גערעדט צו א איד וואס איז פארזינקען אין הונדערטער טויזענטער דאלער חובות, און ער פארציילט מיר אז ער האט געבארגט א גרויסע סכום געלט (אן קיין רעאליסטישע פלאן פון וואו צוריקצוצאלן) צו אראפלייגן א האלבע דאון פעימענט פאר זיין קינד, און ער איז מיר מסביר אז 'דארפסט פארשטיין' אז דער מחותן האט געגעבן האלב, האט ער זיך נישט געקענט ארויסדרייען.

דאס איז שוין א עקסטרעמע פאל, אבער די זעלבע חשבון שפילט זיך אם ביי כמעט יעדע מחותן אין קאפ למחצה ולשליש ולרביע.

הכלל, דער כח יחיד איז נאך אלץ רעלעוואנט אויף צענדליגער אייטעמס אויף די חתונה ליסט, אבער מ'דארף אנערקענען אז דאס פארמאגט באגרעניצונגען.

נאר_דאס_נישט
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 7:08 am
לאקאציע: עצות-שטובל

תגובהדורך נאר_דאס_נישט » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:58 pm

גראדע בין איך מער פאר הסבירים ווס. ליצנות.
ווייל דאס אז ס'דא א פראבלעם דארפסטו מיר נישט זאגן, איך וויל אבער זעען איינער וואס ער האט חתונה געמאכט אויף א רעאליסטישע וועג מיט רעאליסטישע פרייז, מיט א פרייס שיט, קוק! אזוי האב איך עס געטון, דאס גייט רעדן. אוואדי דארף יעדער טוען ווי אזוי ער פארשטייט, אבער עפעס דארף זיין די שטופ צו עס טוען.

(אגעין, ס'איז זייער א גוטע קאמפעין, און ס'העלפט אסאך, אבער כ'האלט אז ר' חיים'ס געדאנק למשל קען ווען מער אויפטוען)
ביטע נישט נעמען קיין איין תגובה מיינע פערזענליך.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג דעצמבער 08, 2019 11:49 pm

מוללער האט עס אראפגענאגעלט! רייסט נישט אראפ די היי לייף סטייל, יא פארפאלן סאיז דא מענטשען וואס קענען זיך עס ערלויבן ב״ה, אבער אויב די קענסט נישט מאך אים נישט נאך! פינטל. ספענד וויפיל דו קענסט און נישט מער

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 12:03 am

איינס האט געשריבן:איך זעה אז קיינער האט נישט געשריבן
און איך פארשטיי אז קיינער וויל דאס נישט ארויס שרייבן אזוי קלאר

אבער איך מיין אונזער וויי געשריי זאגט קלאר און גראב

קרויס, מיללער, מפואר וכל הדומין להן
ביטע מאכט צו ענקער סטאר, גייט ארויס פון ביזנעס און מאכטס ענק אויף א קליינע סטאר ווי עשירים וועלן קענען קומען נאר מיט א אפויטמענט
מאכט נישט קיין אדווערטייסמענט אויף ראסערישע שטריימלעך, מאכט נישט קיין ווינט אז ממוז די נייע אפגרעיטעד טלית בייטל און לולב האלטער.

אין די גראסערי זאל נישט פארקויפן נאשערייען ווייל עס איז נישט געזינט אין איך בין נישט בעל הבית אינדערהיים, אין די רעסטעראנט זאל זיך צימאכען ווייל מיין שכן איז גראב אין קען זיך נישט פארמאכן די מויל,

אין אויב פארשטייסטע אז דאס איז קינדעריש פארשטיי אויך אז באשילדיגען חתן וכלה אלטץ מערדער ווייל די האסט זיי נישט מחנך געווען, אדער די קענסט זיך נישט אראפזעצען מיט עם איר, אין מסביר זיין דיין מצב, איז אויך נישט אינגאנצען גערעכט,

דאס אלטץ איז נאר מיין אייגען מיינונג וואס איז זעכער נישט גערעכט, אבער "כח היחיד"
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

קמפיין געצילט צו די עזרת נשים

תגובהדורך אפענע וועלט » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 12:54 am

ר' יוסי
נאך א געלונגענע וואך איז צייט צו ארבעטן אויף בילדער/ מעסעדזשעס וואס רעדט צו די עזרת נשים.
רוב איבערגעטריבענע ספענדונג קומט פון די מענער שול און די ווייבער שול זיך נישט דורכרעדן. ( וואס, אגב, הייבט זיך נישט אן ביים חתונה מאכן, אבער דעמאלטס עקספלאעד עס)
אפשר קענט איר ווערן די ממוצא?

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 12:56 am

מיללער האט געשריבן:די נקודה פונעם 'כח היחיד' קאמפיין איז פונקט די היפך, און באמת זעה איך אז נישט יעדער האט ארויס די הויכפונקט דערפון.

די חילוק פון 'תקנות' און 'כח היחיד' איז טאקע אט דאס, אז כדאי אז דו זאלסט נישט דארפן בלייבן א בעל חוב, אדער א נצרך לבריות ולידי מתנת בשר ודם, ווילסטו זיין בעה"ב אויף דיר אליינס און קאנטראלירן דיי אייגענע הוצאות מיט דיין/מיין אייגענעם שכל.

מיללער און קרויס דארף נישט פארשפארן און 'קהל' דארף מיך נישט איינטיילן וואס און וויפיל צו שפענדן, נאר איך האב אליינס שכל און איך שפענד לויט מיינע יכולות און געפילן, דאס הייסט 'כח היחיד' איך דארף נישט קיין תקנה וויפילל די תנאים מעג קאסטן, ווייל אויב איך זעה נישט דערין קיין נחיצות מאך איך עס בכלל נישט, און עס אינטערעסירט מיך נישט וואס מיין שכן/חבר/קאזין וועט טראכטן איבער מיר.

איך קויף נישט קיין אתרוג פישקע, נישט ווייל איך קען עס נישט עפפארדן, נאר ווייל מיט מיין שכל איז א וויין פלאש אסאך מער א נוצבארע מתנה און האט מער פשט, איך בין נישט משועבד צום 'חתונה מאלל' און נישט צום זילבער סוחר, נאר צו מיין געפיל און געשמאק.

איך מאך די חופה דריי אזייגער נאכמיטאג, און שבע ברכות אין מיין דיינונג רום פאר פונקט מנין. בקיצור, איך טראכט פאר מיר אליינס און איך בין נישט משועבד צום באקס/קהלה/תקנות/סטייל/פיער-פרעשור/באגעבו/וכל שום וחניכא דאית להו

#מאך נישט קיין תקנות
#טייל מיר נישט איין
#לאמיך לעבן מיין אייגענעם לייפסטייל
#העלף מיר נישט טראכטן איך קען אליינס
#מיש דיך נישט אריין
#מיינד יור און ביזנעס

איך קען נישט ווארטען צו זעהן ווי אזוי דאס וועט זיך אזוי שיינערהייט אויסשפילן.

אבי החתן, ער באקט שוין אריין און שטוב אז מ'איז קיינעם גארנישט שולדיג, זיי טוען וואס זיי דארפן און וואס זיי ווילן.

זיין עזר אדער כנגדו, האלט שוין אויך ביי דער הייליגער מדרגה, און קען שוין אליין אן די זאל דארפן צו קומען צו זיין הילף.

ווער רעדט נאך פון קינדער וואס ווערן אזוי שיין ערצויגן, ווייסן שוין אז וואס א חבר אדער חבר'טע זאגט, איז דאך אזוי געשמאק צו טוהן פונקט פארקערט.

האבן זיי א שידוך געטוהן זייער תכשיט, מיט א רעכט פאסיגער שידוך.
ענבי הראז'ינקעס בענבי הראז'ינקעס.

אבי החתן ווייסט אז ער שטעלט חופה 4 אזייגער, צו אלע פעטער'ס און מכובדים זענען דא אדער נישט. א זייגער איז א זייגער.

זיין עזר אדער כנגדו איז 4 אזייגער נאך פארנומען מיט ווייסעך וואס (האר, שייטלען, פנימ'ער פעינטינג, בילדער, ושאר מרעין בישין כנהוג ביי אונזער נשים "צדקניות").

אבער ער גייט שוין צום חופה.... אליין.

דער חתן ווידער, האט מחליט געווען אויסצוזאגן נאכאמאל גאנץ תהילים, ער קומט הערשט אהן זעקסער.

אבי הכלה האט שוין געהאט גענדיגט מצוה טאנץ 3 נאכמיטאג, זיין פלונת'טע האט זיך כמעט צוגעשטעלט, אבער איין איינציגער וואס האט נישט מצליח געווען מיט'ן הייליגער חינוך, איז טאקע די כלה, וואס ריקט זיך אהן זיבען אזייגער אליין אין זאל.

אביסל גע'דמיון'ט ע"י כתיבה, אבער הדבר פשוט, ווען מ'רעדט נישט נאר פון איינער מיט זיין ב"ב, נאר עס קומען דא צו נאך צוויי שותפים, מיט נאך צוויי דעות זאגער'ס (חתן מיט כלה), און עס איז דא א (צופליקטע צודרייטע) סטאנדארט, איז המוציא מחבירו עליו הראי'ה, און דער וואס וויל אנדערש ווי רוב (נארמאלע? ) מענטשען, וועט זיך דארפן מוטשענען משכנע צו זיין די אנדערע שותפים מיט דעות זאגער'ס, און די טשאנסען זענען קליין אז ער וועט מצליח זיין, חוץ אויב איז ער באמת א רשע וואס רעכענט זיך מיט קיינעם וד"ל.

אפילו ווען אלע צוזאמען זענען מסכים אין פרינציפ, אז מ'טאר נישט ארויס ווארפן קיין געלט וואס מ'האט נישט, וועט דאך איינער "נאר" נישט קענען מוותר זיין אויף א טייערע שטריימל, א צווייטער "נאר" אויף בילדער, א דריטע "נאר" אויף מעבל וכו'.

עכ"פ פארדעם האט דער כח היחיד נישט קיין שום תוקף אהן קיין כח הרבים, א יחיד וואס וויל נישט זיין אזוי נארמאל ווי ביז יעצט, דארף אפשר נישט קיין קלארע תקנות, אבער דארף יא א געזונטער כח הרבים.

דוגמא קטנה.
א ידיד מיינע האט נישט געוואלט קויפן קיין מעבל פאר זיינס א קינד, שיין מסביר געווען אין שטוב, גע'פועל'ט ביים מחותן, און אלעס האט געקלאפט, ביז.....
ווען עס איז געקומען חתונה צומאכען דאס נעקסטע קינד, האט דער נייע מחותן (דאכצעך מיר עס איז גאר געווען די מחותנת'טער) בשום אופן נישט מסכים געווען, און ער האט קיין צוויי ברירות נישט געהאט.
יעצט האט זיך שוין זיין אייגענע עזר אדער כנגדו נישט געקענט ברואיגן אז איהר עלטערע איז געבליבן חוזק, ער האט שוין נישט געקענט בעטן זיין פריערדיגע מחותן וואס האט שוין מסכים געווען צו זיין אלטע מהלך, זאל זיך יעצט פריש צושטעלען צו זיין נייע מהלך, האט ער אליין אלעס געמוזט (יא!! געמוזט) באצאלן פאר'ן ערשטע קינד.

דער ידיד מיינע גייט שוין נישט טראכטן פון שפארן מהיום והלאה........

עכ"פ ווען עס איז אלעס תלוי בדעת אחרים, איז די מנהג המדינה מנצח, און דאס איז אונזער פראבלעם, און טאקע דערפאר דארפן מיר אלע הילף.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 1:02 am

אויב דער כח היחיד וועט אבער פעסט מצליח זיין, וועלן בעז"ה אלע מחותנים זיין א חלק פון די יחידים.

אויב וועט מען ווארטן אויפן כח הרבים, וועט מען ווארטן ביז מ'וועט אנקומען צו וואו מ'האט געהאלטן ביז יעצט....
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 1:31 am

פארווייטאגט האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:די נקודה פונעם 'כח היחיד' קאמפיין איז פונקט די היפך, און באמת זעה איך אז נישט יעדער האט ארויס די הויכפונקט דערפון.

די חילוק פון 'תקנות' און 'כח היחיד' איז טאקע אט דאס, אז כדאי אז דו זאלסט נישט דארפן בלייבן א בעל חוב, אדער א נצרך לבריות ולידי מתנת בשר ודם, ווילסטו זיין בעה"ב אויף דיר אליינס און קאנטראלירן דיי אייגענע הוצאות מיט דיין/מיין אייגענעם שכל.

מיללער און קרויס דארף נישט פארשפארן און 'קהל' דארף מיך נישט איינטיילן וואס און וויפיל צו שפענדן, נאר איך האב אליינס שכל און איך שפענד לויט מיינע יכולות און געפילן, דאס הייסט 'כח היחיד' איך דארף נישט קיין תקנה וויפילל די תנאים מעג קאסטן, ווייל אויב איך זעה נישט דערין קיין נחיצות מאך איך עס בכלל נישט, און עס אינטערעסירט מיך נישט וואס מיין שכן/חבר/קאזין וועט טראכטן איבער מיר.

איך קויף נישט קיין אתרוג פישקע, נישט ווייל איך קען עס נישט עפפארדן, נאר ווייל מיט מיין שכל איז א וויין פלאש אסאך מער א נוצבארע מתנה און האט מער פשט, איך בין נישט משועבד צום 'חתונה מאלל' און נישט צום זילבער סוחר, נאר צו מיין געפיל און געשמאק.

איך מאך די חופה דריי אזייגער נאכמיטאג, און שבע ברכות אין מיין דיינונג רום פאר פונקט מנין. בקיצור, איך טראכט פאר מיר אליינס און איך בין נישט משועבד צום באקס/קהלה/תקנות/סטייל/פיער-פרעשור/באגעבו/וכל שום וחניכא דאית להו

#מאך נישט קיין תקנות
#טייל מיר נישט איין
#לאמיך לעבן מיין אייגענעם לייפסטייל
#העלף מיר נישט טראכטן איך קען אליינס
#מיש דיך נישט אריין
#מיינד יור און ביזנעס

איך קען נישט ווארטען צו זעהן ווי אזוי דאס וועט זיך אזוי שיינערהייט אויסשפילן.

אבי החתן, ער באקט שוין אריין און שטוב אז מ'איז קיינעם גארנישט שולדיג, זיי טוען וואס זיי דארפן און וואס זיי ווילן.

זיין עזר אדער כנגדו, האלט שוין אויך ביי דער הייליגער מדרגה, און קען שוין אליין אן די זאל דארפן צו קומען צו זיין הילף.

ווער רעדט נאך פון קינדער וואס ווערן אזוי שיין ערצויגן, ווייסן שוין אז וואס א חבר אדער חבר'טע זאגט, איז דאך אזוי געשמאק צו טוהן פונקט פארקערט.

האבן זיי א שידוך געטוהן זייער תכשיט, מיט א רעכט פאסיגער שידוך.
ענבי הראז'ינקעס בענבי הראז'ינקעס.

אבי החתן ווייסט אז ער שטעלט חופה 4 אזייגער, צו אלע פעטער'ס און מכובדים זענען דא אדער נישט. א זייגער איז א זייגער.

זיין עזר אדער כנגדו איז 4 אזייגער נאך פארנומען מיט ווייסעך וואס (האר, שייטלען, פנימ'ער פעינטינג, בילדער, ושאר מרעין בישין כנהוג ביי אונזער נשים "צדקניות").

אבער ער גייט שוין צום חופה.... אליין.

דער חתן ווידער, האט מחליט געווען אויסצוזאגן נאכאמאל גאנץ תהילים, ער קומט הערשט אהן זעקסער.

אבי הכלה האט שוין געהאט גענדיגט מצוה טאנץ 3 נאכמיטאג, זיין פלונת'טע האט זיך כמעט צוגעשטעלט, אבער איין איינציגער וואס האט נישט מצליח געווען מיט'ן הייליגער חינוך, איז טאקע די כלה, וואס ריקט זיך אהן זיבען אזייגער אליין אין זאל.

אביסל גע'דמיון'ט ע"י כתיבה, אבער הדבר פשוט, ווען מ'רעדט נישט נאר פון איינער מיט זיין ב"ב, נאר עס קומען דא צו נאך צוויי שותפים, מיט נאך צוויי דעות זאגער'ס (חתן מיט כלה), און עס איז דא א (צופליקטע צודרייטע) סטאנדארט, איז המוציא מחבירו עליו הראי'ה, און דער וואס וויל אנדערש ווי רוב (נארמאלע? ) מענטשען, וועט זיך דארפן מוטשענען משכנע צו זיין די אנדערע שותפים מיט דעות זאגער'ס, און די טשאנסען זענען קליין אז ער וועט מצליח זיין, חוץ אויב איז ער באמת א רשע וואס רעכענט זיך מיט קיינעם וד"ל.

אפילו ווען אלע צוזאמען זענען מסכים אין פרינציפ, אז מ'טאר נישט ארויס ווארפן קיין געלט וואס מ'האט נישט, וועט דאך איינער "נאר" נישט קענען מוותר זיין אויף א טייערע שטריימל, א צווייטער "נאר" אויף בילדער, א דריטע "נאר" אויף מעבל וכו'.

עכ"פ פארדעם האט דער כח היחיד נישט קיין שום תוקף אהן קיין כח הרבים, א יחיד וואס וויל נישט זיין אזוי נארמאל ווי ביז יעצט, דארף אפשר נישט קיין קלארע תקנות, אבער דארף יא א געזונטער כח הרבים.

דוגמא קטנה.
א ידיד מיינע האט נישט געוואלט קויפן קיין מעבל פאר זיינס א קינד, שיין מסביר געווען אין שטוב, גע'פועל'ט ביים מחותן, און אלעס האט געקלאפט, ביז.....
ווען עס איז געקומען חתונה צומאכען דאס נעקסטע קינד, האט דער נייע מחותן (דאכצעך מיר עס איז גאר געווען די מחותנת'טער) בשום אופן נישט מסכים געווען, און ער האט קיין צוויי ברירות נישט געהאט.
יעצט האט זיך שוין זיין אייגענע עזר אדער כנגדו נישט געקענט ברואיגן אז איהר עלטערע איז געבליבן חוזק, ער האט שוין נישט געקענט בעטן זיין פריערדיגע מחותן וואס האט שוין מסכים געווען צו זיין אלטע מהלך, זאל זיך יעצט פריש צושטעלען צו זיין נייע מהלך, האט ער אליין אלעס געמוזט (יא!! געמוזט) באצאלן פאר'ן ערשטע קינד.

דער ידיד מיינע גייט שוין נישט טראכטן פון שפארן מהיום והלאה........

עכ"פ ווען עס איז אלעס תלוי בדעת אחרים, איז די מנהג המדינה מנצח, און דאס איז אונזער פראבלעם, און טאקע דערפאר דארפן מיר אלע הילף.

Excellent story, great points, true scenarios.

I have a question though,

What happens if after all this being said, the Mechutens account is empty. Empty. Nada. There a balance of .30 there. Is your point still relevant? Who cares about feeling when you have to face fact? Could you care about every girl that wishes to get 2 KIKI wigs, 4K each, because her friend got it? Do “I” have to pay for it? At that point, you cant look if it’s Koach hayichid or Koach Hurabim. Face fact, and do what’s right. I am certainly not responsible, or obligated,in any way, {and definitely not from a Halacha perspective} to pay every girls dream. What was your question again? The point is to “force” people to face “their” matzev. Something you cant ignore and nothing that “I” will do will change “his” problem. The only one that could fix it, and is responsible it it isn’t, is he himself. Nice points and sweet talk are very good, up until he has the money, or its really important. Who doesn’t want a mansion? What about a yacht? It’s the “same exact” thing.

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 1:49 am

Of course האט געשריבן:

ווער רעדט ווען פון "א מיידל" וואס וויל קיקי שייטלעך? ווער רעדט ווען פון באצאלן "יעדער מיידל'ס" חלום?

איך רעדט פון "מיין" טאכטער, "מיין" עזר כנגדו, "מיין" מחותן, "מיין" מחותנת'טער, "מיין" חתן, ווען איך בין דער שלעפער וואס דארף מחליט זיין צווישען אומאיינגענעמקייט אין שטוב/מיט'ן קינד/מיט'ן מחותן/מחותנת'טער/ שנור-איידעם, אדער נעמען נאך א קרעדיט קארד לאון/האום עקווטי/ וכו' מיט אביסל (פאלשער?) בטחון, ווען איך דארף חתונה מאכן.

און איך רעדט פון "דיין" טאכטער, "דיין" עזר כנגדו, "דיין" מחותן, "דיין" מחותנת'טער, "דיין" חתן, ווען דו ביסט דער שלעפער וואס דארף מחליט זיין צווישען אומאיינגענעמקייט אין שטוב/מיט'ן קינד/מיט'ן מחותן/מחותנת'טער/ שנור-איידעם, אדער נעמען נאך א קרעדיט קארד לאון/האום עקווטי/ וכו' מיט אביסל (פאלשער?) בטחון, ווען דו דארפסט חתונה מאכן.

יעדער ביי זיין קינד, איך רעדט דייקא נישט פון יענעמ'ס קינד.

און איך רעד נישט וואס דארף ווען זיין, נאר גאר פון וואס איז, און צו עס קען זיך ווען טוישן א יחיד פאר זיך.

אוודאי גיין אסאך מענטשען מצליח זיין צו טוישן ביי זיך, חאטש ביי א חלק פון די קינדער, (ווי געשמועסט, קיינער מאכט נישט חתונה אליין), אבער אז רוב מענטשען זאלן קענען טוישן "ביי זיך" דארף מען א כח הרבים.

ליידער האט דאס מציאות געוויזען אז מער מענטשען וועלן נאכמאכן דער גביר מיט זיינער שווענדערישע חתונה, ווי מענטשען וועלן נאכמאכן דער פשוטער אויסגעהאלטענער מהלך, א חוץ אויב עס ווערט א נחלת הכלל. (אוי, הלואי....).

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 1:59 am

קימט נאך ארויס פרישע עד'ס?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 6:18 am

איינס האט געשריבן:ווער געדענקט נאך ווען די קאפלעך זענען געווען העכטע סאמעט?

אווי די קאפל אויף דיין אוועטער דו מיינסט?
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

דער איד דעילי

תגובהדורך הויעך » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 8:11 am

"כח היחיד" קאמפיין
שלאגט ווארצלען

ניו יארק – אין די יעצטיגע טעג האלט מען מיט וויאזוי אן אונטערנעמונג דורך עטליכע פריוואטע יחידים, צו שאפן אן אויפמערקזאמקייט איבער דער לעכערליכקייט פון חתונה-מאכן פאר טייער און אוודאי ווען מען האט נישט דאס געלט, שלאגט ערנסטע ווארצלען, און מען הערט וויאזוי מחותנים וועקן זיך אויף צום רעאליטעט. דער קאמפיין ווערט געפירט דורך דעזיינערס און גראפיקערס, וועלכע געבן אוועק פון זייערע אייגענע צייט און שטעלן אהער פאר אומזיסט רעקלאמעס מיט זאכליכע זאצן און פונקטן, ארויסצוהייבן ווי אבסורד עס איז צו חתונה מאכן צו געפעלן כלומר'שט די געזעלשאפט און זיך פאר'חובות'ן למעלה מראש מיט אומדערטרעגליכע געלטער.
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 9:25 am

ר' יום טוב האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:איך האב א אמת'ע שאלה.

פארוואס זאל איינער וואס דרייווט די שענסטע קאר, מאכט רייכע וואכטנאכט'ס, קויפט די טייערסטע אפ טו דעיט קליידונג פון די קלענסטע ביז די גרעסטע, פארט יעדע פאר וואכן אין קאנטרי, און נאכדעם אליין פריוואט וואקעשן, קויפט דריי סעודות א טאג אין פעסט פוד, לאזט זיך וואוילגיין פאר מותרות שווערע אלפים יעדן חודש פלוצלונג אנהייבן שפארן ווען ער מאכט חתונה?

לאמיר נישט רעדן פון די וועלכע פירן זייער לעבן אומאחריות'דיג. אבער איינער וואס איז גאנץ א שיינער פארדינער, לעבט אין זיין בודזשעט, ער דארף קיינמאל נישט צוקומען לידי מתנת בשר ודם, און ער ספענד יא די $75 פאר א ברענד נעים קאוט פאר זיין קליינעם, אדער $2000 אויף א וואקאציע. ווילסטו אים זאגן אז א גאנץ לעבן זאל ער נישט נהנה זיין פון זיין ערליך פארדינטע געלט, נאר לעבן מצימצום, ווייל אויב נישט וועט ער מוזן אויפקומען מיט א האלב מיליאן דאללאר אין די תקופה פון חתונה מאכן?

זיבעציג אדער אכציג טויזנט דאללער ביים חתונה מאכן פיט אריין אין די קאטאגאריע פון א האלב מיליאן דאללער א יאר פארדינער. עס מאכט נישט קיין סענץ ארויפצושטעלן אזא ריזיגע התחייבות אפילו אויף איינעם וואס פארדינט שיין און לעבט בעלבעטיש.
איינער וואס פארדינט 100 אלפים א יאר אדער מער איז זייער סוקסעספול, ער מעג נוצן זיין געלט אויף קאנטרי, אבער זיין חתונה מאכן בודזשעט דארף נישט גרייכן מער ווי $30,000 פער קינד, לויט זיין יכולת.

רבי יו״ט כ׳האב זייער הנאה פון אלע אייערע תגובות, און די געדאנק וואס איר שרייבט דא הערט זיך זייער גוט, אבער נישט ריכטיג לענ״ד. לאמיך איך עס פרעימען אזוי:

א מענטש האט צוויי אפשעינס:

מהלך א. ער קען ספענדען א עקסטערע 20 אלפים א יעדע יאר פאר זיינע געשמאקע זאכן וואס ער וויל, טייערע קאר/suv ליעס, קאנטרי 7 אלפים, פאר א יעדע משפחה חתונה קויפט די ווייב א יעדעס מאל א נייע טייערע קלייד/gown, א יעדע ווינטער א וועקאציע קיין פלארידע וכו׳ וכדו׳ לויט וואס ער וויל ספענדען פאר.

אבער דער וועט נאר האבן 30 אלפים פאר א יעדע קינד ביים חתונה מאכן.

מהלך ב. ער וועט נישט ספענדען די 20 אלפים יערליך כדי צו האבן 50 אלפים פאר א יעדע קינד ביים חתונה מאכן.

וואס זאגט איר ער זאל גיין מיט מהלך א?

איר ווייסט וואס די פראבלעם איז? טייל פון זיינע מחתנים גייען נישט מסכים זיין צו חתונה מאכן פאר 30 אלפים... בפרט אז אויב ער האט אלע יארן זיך אזוי אויפגעפירט איז די מחתנים וואס מען וועט איהם צו פאסן גייען ווילן חתונה מאכן פאר כאטש 50 אלפים אויב נישט מער. ממילא לוינט זיך פאר א מענשט בנידן דידן צו גיין אויף מהלך ב די מערסטע וואס ער קען זיך איינהאלטען, אזוי וועט איהם גוט זיין.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 9:50 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
רבי יו״ט כ׳האב זייער הנאה פון אלע אייערע תגובות, און די געדאנק וואס איר שרייבט דא הערט זיך זייער גוט, אבער נישט ריכטיג לענ״ד. לאמיך איך עס פרעימען אזוי:

א מענטש האט צוויי אפשעינס:

מהלך א. ער קען ספענדען א עקסטערע 20 אלפים א יעדע יאר פאר זיינע געשמאקע זאכן וואס ער וויל, טייערע קאר/suv ליעס, קאנטרי 7 אלפים, פאר א יעדע משפחה חתונה קויפט די ווייב א יעדעס מאל א נייע טייערע קלייד/gown, א יעדע ווינטער א וועקאציע קיין פלארידע וכו׳ וכדו׳ לויט וואס ער וויל ספענדען פאר.

אבער דער וועט נאר האבן 30 אלפים פאר א יעדע קינד ביים חתונה מאכן.

מהלך ב. ער וועט נישט ספענדען די 20 אלפים יערליך כדי צו האבן 50 אלפים פאר א יעדע קינד ביים חתונה מאכן.

וואס זאגט איר ער זאל גיין מיט מהלך א?

איר ווייסט וואס די פראבלעם איז? טייל פון זיינע מחתנים גייען נישט מסכים זיין צו חתונה מאכן פאר 30 אלפים... בפרט אז אויב ער האט אלע יארן זיך אזוי אויפגעפירט איז די מחתנים וואס מען וועט איהם צו פאסן גייען ווילן חתונה מאכן פאר כאטש 50 אלפים אויב נישט מער. ממילא לוינט זיך פאר א מענשט בנידן דידן צו גיין אויף מהלך ב די מערסטע וואס ער קען זיך איינהאלטען, אזוי וועט איהם גוט זיין.

מהלך ב איז נישט קיין מציאות שבעולם.

א. חתונה מאכן א קינד פאר 50 טויזנט איז נישט מעגליך היינט צו טאג.
קארג און געשפארט קאסט עס 80 אלפים, (אחד מאלף האט יעצט מצליח געווען פאר בערך 50, גייענדיג קעגן שטראם,).

ב. טרעפ מיר היינט א מחותן וואס מאכט חתונה, און לייגט נישט צו קיין קרעכטץ אויפן אומגעהויערן געלט אומטערנעמונג וואס דאס קאסט? איהר לייגט עס אזוי שיין אראפ כאילו עס זענען דא צוויי סארטן מענטשען, און דער צווייטער מאכט אזוי שיין חתונה מיט'ן מאגערען געהאלט, דאס מאכט זיך אפשר ביים ערשטען אדער צווייטער קינד, שפעטער קלאגן און קרעכטצען זיי אויך, חוץ גאר רייכע אידן, (בדר"כ טאמער האט מען אסאך מער, און מ'איז אויך שפארזאם, ווי איהר לייגט אראפ מהלך ב, וועט מען חתונה מאכן נאך אסאך ביליגער).

עכ"פ קיינער לעבט נישט קיין מהלך ב ווי איהר זאגט, און מאכט חתונה מיט א ברייטקייט אהן זאגן אז דאס איז אפגעפרעגט.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

כ'האב עס געשריבן אין אייוועלט מאל אשכול

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 9:57 am

הקדמה) לעצטנס איז דא אויף יעדע נושא זעקס אשכולות די זעלבע יענטע נאר אנדערש געשלייערט, חברה לאמיר פרובירן צו האלטן זאכן אין איין אשכול (דער רבי איז שוין אהיים איא?, דזשאסט קידינג)
איך קאפי דא וואס כ'האב דארט געשריבן:
לענ"ד דארף מען טאקע אראפלייגן גאר א שטארקע יסוד די ערשטע צוויי דריי חדשים נאכן שידוך שליסן
דהיינו
ווען ביידע צדדים דערקעלערן זיך (נישט מיט רעדן, מיט מעשים) מיר אפערירן אויף די שפארזאמע זייט, וועט עס ברענגען א מעגליכקייט און א אטמאספערע אויף די שפעטערע חדשים ווען מ'גייט עכט שאפינג און מרעדט עכטע הוצאות, די אטאמעספערע וועט נישט זיין אנגעצויגן, שוין וואס וועט די (מחו)טענעסטע טראכטן - ווייל די טענסטע אליין האט דאך שוין געשפארט אויף די פרעזענט און אויף די בלומען
לדעתי
די ערשטע זאך ביז די ערשטע חודש פונעם שידוך איז דער "יסוד" און נאכדעם בויעט זיך א בנין, מען דארף מאכן א געזונטן פונדאמענט פון שכל שפארזאמקייט און רעאליטעט, וועט שפעטער סאך סאך גרינגער זיין.
אויב אבער
מען הייבט אן אין עקסייטמענט מאויד, און די טענעסטע טוט די זעלבע, אפילו מען טראכט שפעטער וועל איך איינציען דעם פאסיק, איז מען שוין אין א שלעכטע סייקל, אז די אשת חיל זאגט איך קען נישט אזוי טון די טענסעטע וועט מיינען יו אר טויסט!
אין אייוועלט קענסטו זיין א הירא, אבער אין עכטען דיינונג רום און ביים קיטשען טעיבל - וואו האט דער ראש הקהל ביי יום טוב ערליך געזאגט: איך קען זיין אונטערן טיש ווייל ביי מיר אינדערהיים בין איך בעלעבאס
אז מ'לעבט דערלעבט מען

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קיטשי און 17 געסט