יוסי גאלדבערגער גראפיסט "כח היחיד" קאמפיין קעגן טייערע חתונות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:41 pm

איך האב א אמת'ע שאלה.

פארוואס זאל איינער וואס דרייווט די שענסטע קאר, מאכט רייכע וואכטנאכט'ס, קויפט די טייערסטע אפ טו דעיט קליידונג פון די קלענסטע ביז די גרעסטע, פארט יעדע פאר וואכן אין קאנטרי, און נאכדעם אליין פריוואט וואקעשן, קויפט דריי סעודות א טאג אין פעסט פוד, לאזט זיך וואוילגיין פאר מותרות שווערע אלפים יעדן חודש פלוצלונג אנהייבן שפארן ווען ער מאכט חתונה?

די משל, למחצה לשליש ולרביע פארנעמט א ריזיגע חלק כלל ישראל, די אויפגעריסנע לעבנסשטייגער וואס מיר האבן, האט גארנישט מיט חתונה מאכן, פארוואס טראכט איינער אז פלוצלונג ווען מ'שעמט זיך און מ'וויל זיך אהער שטעלן פונקט דעמאלטס גיין מען אנהייבן שפארן?

אז מ'וויל אראפ ברענגן א לעבנס שטייגער, הייב אן פריער, חתונה מאכן איז פשוט א פועל יוצא פון אונזער געשמאקע לעבנס שטייגער, איז זע נישט אז מענטשן מיט די שענסטע קארס, אנגעטועכטס, און שווענדערישקייט גייען זיך פלוצלונג נעמען שפארן ביי די שענסטע מינוטן פון זייער לעבן.

והשנית, מ'האלט ביי א מצב פון באצאלן פאר געוויסע זינגער 5 אלפים א נאכט, און פאר א קווייער 3 אלפים, צאלן פאר א כלה-גאען 8 אלפים, צאלן א מחותנית קלייד 5 אלפים, צאלן פאר די האר מאכער, דאס שמירן, די משפחה קליידונג, בילדער, באווארפן, שבע ברכות, אלפים ורבבות, דאס איז אלעס פאר זאכן וואס מנוצט "איין מאל" די נאכט פון די חתונה,קודם דארף מען דאס אראפברענגן, ווען מ'וועט זיין פארטיג מיט שפארן אויף די זאכן, קען מען רעדן פון זאכן וואס מ'לייבט נוצן יארן לאנג, די האזוועיר, די פורניטשער, דזולער, אודאי איז בעסער אז מ'שפארט דארט אויך, אבער מ'קען עס בכלל פארגלייכן צו זאכן וואס מ'נוצט איין מאל, און די פאר מינוט כבוד מאכן מענטשן פאר בעלי חובות פאר אייביג.

ביי די וועי, אז מ'רעדט פון די שטריימעל, איז אינטערסאנט, אז פאר'ן חתן קויפט מען נישט קיין איין זאך פאר די חתונה, אלעס נוצט מען פאר יארן לאנג, עס איז פשוט די ערשטע מאל ביי די חתונה, פון די קיטל טלתים ביז די רעזשוואלקע.. קעגן די כלה און מחתנית'טע וואס איז "אלעס" פאר איין נאכט.

איך האלט אז אפטיילן די איינמאליגע פון נוצבארע זאכן, וואלט זיך שנעלער איינגעגעבן.

אוועטאר
לעכטל
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:56 pm

מי יודע האט געשריבן:א מחי'!!!!!!!!!!!!!!!!

איך ספענד נישט פאר א מנורה
(מיין גראסערי מאן איז זיך מחי', ער דארף נישט לאקן מיין אקאונט)
איך ספענד נישט פאר א אתרוג פושקע
(מיין לענדלארד איז זיך מחי' ער באקומט צייטליך די רענט)
איך ספענד נישט פאר א ש"ס
(מיינע מוסדות זענען זיך מחי', זיי דארפן מיך נישט נאכלויפן פאר שכ"ל)
איך קויף איין פאר חתן וכלה נאר די נויטיגסטע
(מיינע קינדער זענען זיך מחי' איך דארף נישט ארבעטן אווער טיים, זיי האבן א טאטן אין שטוב)
איך גיי נישט אין א זאל פאר שבת באווארפן
(מיינע שוואגערס זענען זיך מחי', אראפ א דאגה וואו צוטיילט מען די קינדער)
ביי די חתונה נאכט בענטשט מען 11 אזייגער
(אלע משתתפים זענען זיך מחי', איך הרג'ע זיי נישט דעם קומענדיגן טאג)
דער בדחן מאכט עס איינס צוויי א כל הנערים פון אלע פעטערס
(מ'דארף קיינעם נישט זיין מחי' פון זיין טיפן שלאף)

ועל כולם, די חתן וכלה פארוועם איך שוויץ יעצט אזוי שווער, זיי זענען זיך מחי', איך שטעל אראפ א סטאנדארט וואס וועט זיי בעז"ה צונוץ קומען אין 20 יאר ארום ווען זיי וועלן חתונה מאכן זייערע קינדער

שארף!!
מען דארף די ווערטער אאויפהעגען אין אלע בתי מדרשים1
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

IMBZ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

תגובהדורך IMBZ » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:58 pm

לייפציק האט געשריבן:איך האב א אמת'ע שאלה.

פארוואס זאל איינער וואס דרייווט די שענסטע קאר, מאכט רייכע וואכטנאכט'ס, קויפט די טייערסטע אפ טו דעיט קליידונג פון די קלענסטע ביז די גרעסטע, פארט יעדע פאר וואכן אין קאנטרי, און נאכדעם אליין פריוואט וואקעשן, קויפט דריי סעודות א טאג אין פעסט פוד, לאזט זיך וואוילגיין פאר מותרות שווערע אלפים יעדן חודש פלוצלונג אנהייבן שפארן ווען ער מאכט חתונה?

די משל, למחצה לשליש ולרביע פארנעמט א ריזיגע חלק כלל ישראל, די אויפגעריסנע לעבנסשטייגער וואס מיר האבן, האט גארנישט מיט חתונה מאכן, פארוואס טראכט איינער אז פלוצלונג ווען מ'שעמט זיך און מ'וויל זיך אהער שטעלן פונקט דעמאלטס גיין מען אנהייבן שפארן?

אז מ'וויל אראפ ברענגן א לעבנס שטייגער, הייב אן פריער, חתונה מאכן איז פשוט א פועל יוצא פון אונזער געשמאקע לעבנס שטייגער, איז זע נישט אז מענטשן מיט די שענסטע קארס, אנגעטועכטס, און שווענדערישקייט גייען זיך פלוצלונג נעמען שפארן ביי די שענסטע מינוטן פון זייער לעבן.

דעי מענטשן דארפען נישט שפארן ביים חתנה מאכן זיי האבן בה. די פארבלעים איז אז דעי וואס האבן נישט זענען מקנא און מאכן נאך און נישט נאר זיי מאכן נאך ביים חתנה מאכן זיי טרייען נאכצומאכן די גאנצע רייכע לעבן שטייגר. ווי די טייערע קליידער און קאנטרי מען דארף מאכן אויף דעים אליין א כח היחוד

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:00 pm

IMBZ האט געשריבן:

פון דעם רעדט מען..

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:03 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:
חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:ווען מ'רעדט פון פרויען קליידונג, איז דאס ווייט פון א חתונה פראבלעם.
ס'ווינדערט מיך שוין יארן, וויאזוי איז עס אז דו קענסט אין קיין גוישע געשעפט נישט טרעפן קיין קלייד פאר מען ווי $150-200 ווען אין די יודישע מארקעט קענסטו נישט טרעפן אונטער די פרייז. און אז די רעדסט פון א שבת קלייד אדער גאר 'מחותנת'טע קלייד' קענסטו נישט דינגען פאר אונטער $1500. איך ווייס נישט צו די פוירסט לעידי גייט מיט אזא טייערע קלייד.
בכלל איז א פראבלעם אין די יודישע בגדים מארקעט, אפילו א מענער הוט קאסט היינט $240 ווען די קוקסט אויף עמעזאן פאר א פעלענע הוט קאסט עס $20, איך וואלט מיט אזא הוט נישט געגאנגען, אבער פארוואס דארף עס קאסטן מער ווי 10 מאל די פרייז נאר וויבאלט עס איז א 'אידישע מלבוש'?

קודם כל דאס וואס דו זאגסט וועגן די פרויען קליידער זעמער אינז אליין שילדיג, אין בארא פארק איז דא אסאך גרויסע ביליגע פרויען קליידער געשעפטן און זיי זענען שיין מצליח.. זיי האבן געעפנט אין וויליאמסבורג א געשעפט, און קיינער איז דארט נישט אריין.. ווייל מיך פאסט נישט אריין צו גיין אין א ביליגע סטאָר... האבן זיי טאקע צוגעשפארט אין וויליאמסבורג... סאָ נישט זיין א בעל גאווה און נאכדעם וויינען אז פרייזן זענען טייער...

לגבי די היט חלק, איז מיר עס געווען אינטערסאנט ווייל איך ווייס אז רעביט פאָר איז א טייערע מאטריאל, בין איך שנעל געלאפן קוקן אויף אמעזאן אין געזען אז די האסט געמאכט א שטיקל טעות מיט א זערא די פרייז אויף אמעזאן איז בערך 200 און דאס איז אן די חסידישע ברים וואס מאכט עס טייערער...
https://www.amazon.com/Stetson-Whippet- ... 426&sr=8-7
וואס מ'קען יא טאן איז פשוט אנהייבן צו גיין מיט אנדערע מיני הוטן...

דא גענוג קלוגע פרויען אדער בעסער געזאגט פרויען וואס האבן הארץ און מידת רחמנות אויף זייערע מענער און קויפן אין גויעשע געשעפטן צניעות קליידער פאר פעניס ממש , ליידער פעלט ביי אונזערע פרויען מידות טובות(מכלומר'שט רופט מען זיי נשים צדקניות ,א פייג און בוידעם,א פרוי וואס ספענד טויזענטערס פאר קליידונג וועגען יענעם איז דיין אשה צדיקה נאר מידות גרועות ,דאס ספענדען ווי ביי אונז פאר קינדער שיך ,העד בענדס און נאך שאר ירקות פאר טייער געלט עקזעסטירט נישט אין די וועלט) ,שוין אריין אין שלום בית / השקפה אשכול ,און אונזערע סקולס זענען ליידער שילדיג דערויף

חסידישע_אינגערמאן
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2012 6:21 pm

תגובהדורך חסידישע_אינגערמאן » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:08 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:
חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:לגבי די היט חלק, איז מיר עס געווען אינטערסאנט ווייל איך ווייס אז רעביט פאָר איז א טייערע מאטריאל, בין איך שנעל געלאפן קוקן אויף אמעזאן אין געזען אז די האסט געמאכט א שטיקל טעות מיט א זערא די פרייז אויף אמעזאן איז בערך 200 און דאס איז אן די חסידישע ברים וואס מאכט עס טייערער...
https://www.amazon.com/Stetson-Whippet- ... 426&sr=8-7
וואס מ'קען יא טאן איז פשוט אנהייבן צו גיין מיט אנדערע מיני הוטן...

איך וואלט מיט די אמאזאן הוט נישט געגאנגען, אבער איך וואלט יא געגאנגען מיט א הוט פון וועלוועט, איך בין נישט מקפיד אויף קיין 'רעביט'...
מיין נקודה איז פשוט. אויב אויף עמעזאן איז פארהאן עפעס ענליך צו וואס מיר גייען פאר $20 מיינט עס אז ס'איז מעגליך צו פארקויפן א ענליכע הוט פאר אן ענליכע פרייז.
איך פארשטיי אז די הוט געשעפט דארף האבן סטעף אונצוטרייען א.א.וו. אבער ארויף לייגן 1200% אויף די מעגליכע פרייז פשוט וויבאלד ס'איז אן אידישע מלבוש איז נישט ריכטיג.
אפשר וואלט געווען א געדאנק אז G&G אדער GB זאלן לאזן מאכן הוטן פון וועלוועט און פארקויפן אין זייער סטאר פאר 20-30$ גלייך פון שעלף.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:09 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן: אפילו א מענער הוט קאסט היינט $240

קאסט שוין קרוב צו 300 היינט

250 ביי כובע

ביי שלעזינגערס האלט עס גראדע 'נאר' ביי 200 א שטאפענע היט, אבער איך מיין אז א ביבער הוט קאסט קרוב צו 300

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:09 pm

לייפציק האט געשריבן:איך האב א אמת'ע שאלה.

פארוואס זאל איינער וואס דרייווט די שענסטע קאר, מאכט רייכע וואכטנאכט'ס, קויפט די טייערסטע אפ טו דעיט קליידונג פון די קלענסטע ביז די גרעסטע, פארט יעדע פאר וואכן אין קאנטרי, און נאכדעם אליין פריוואט וואקעשן, קויפט דריי סעודות א טאג אין פעסט פוד, לאזט זיך וואוילגיין פאר מותרות שווערע אלפים יעדן חודש פלוצלונג אנהייבן שפארן ווען ער מאכט חתונה?

לאמיר נישט רעדן פון די וועלכע פירן זייער לעבן אומאחריות'דיג. אבער איינער וואס איז גאנץ א שיינער פארדינער, לעבט אין זיין בודזשעט, ער דארף קיינמאל נישט צוקומען לידי מתנת בשר ודם, און ער ספענד יא די $75 פאר א ברענד נעים קאוט פאר זיין קליינעם, אדער $2000 אויף א וואקאציע. ווילסטו אים זאגן אז א גאנץ לעבן זאל ער נישט נהנה זיין פון זיין ערליך פארדינטע געלט, נאר לעבן מצימצום, ווייל אויב נישט וועט ער מוזן אויפקומען מיט א האלב מיליאן דאללאר אין די תקופה פון חתונה מאכן?

זיבעציג אדער אכציג טויזנט דאללער ביים חתונה מאכן פיט אריין אין די קאטאגאריע פון א האלב מיליאן דאללער א יאר פארדינער. עס מאכט נישט קיין סענץ ארויפצושטעלן אזא ריזיגע התחייבות אפילו אויף איינעם וואס פארדינט שיין און לעבט בעלבעטיש.
איינער וואס פארדינט 100 אלפים א יאר אדער מער איז זייער סוקסעספול, ער מעג נוצן זיין געלט אויף קאנטרי, אבער זיין חתונה מאכן בודזשעט דארף נישט גרייכן מער ווי $30,000 פער קינד, לויט זיין יכולת.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:10 pm

fa5a1f08b2b7468ab75e6b3a139dc774.jpg
fa5a1f08b2b7468ab75e6b3a139dc774.jpg (235.59 KiB) געזעהן 667 מאל
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3995
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:12 pm

פרנס היום האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:ווען מ'רעדט פון פרויען קליידונג, איז דאס ווייט פון א חתונה פראבלעם.
ס'ווינדערט מיך שוין יארן, וויאזוי איז עס אז דו קענסט אין קיין גוישע געשעפט נישט טרעפן קיין קלייד פאר מען ווי $150-200 ווען אין די יודישע מארקעט קענסטו נישט טרעפן אונטער די פרייז. און אז די רעדסט פון א שבת קלייד אדער גאר 'מחותנת'טע קלייד' קענסטו נישט דינגען פאר אונטער $1500. איך ווייס נישט צו די פוירסט לעידי גייט מיט אזא טייערע קלייד.
בכלל איז א פראבלעם אין די יודישע בגדים מארקעט, אפילו א מענער הוט קאסט היינט $240 ווען די קוקסט אויף עמעזאן פאר א פעלענע הוט קאסט עס $20, איך וואלט מיט אזא הוט נישט געגאנגען, אבער פארוואס דארף עס קאסטן מער ווי 10 מאל די פרייז נאר וויבאלט עס איז א 'אידישע מלבוש'?

קודם כל דאס וואס דו זאגסט וועגן די פרויען קליידער זעמער אינז אליין שילדיג, אין בארא פארק איז דא אסאך גרויסע ביליגע פרויען קליידער געשעפטן און זיי זענען שיין מצליח.. זיי האבן געעפנט אין וויליאמסבורג א געשעפט, און קיינער איז דארט נישט אריין.. ווייל מיך פאסט נישט אריין צו גיין אין א ביליגע סטאָר... האבן זיי טאקע צוגעשפארט אין וויליאמסבורג... סאָ נישט זיין א בעל גאווה און נאכדעם וויינען אז פרייזן זענען טייער...

לגבי די היט חלק, איז מיר עס געווען אינטערסאנט ווייל איך ווייס אז רעביט פאָר איז א טייערע מאטריאל, בין איך שנעל געלאפן קוקן אויף אמעזאן אין געזען אז די האסט געמאכט א שטיקל טעות מיט א זערא די פרייז אויף אמעזאן איז בערך 200 און דאס איז אן די חסידישע ברים וואס מאכט עס טייערער...
https://www.amazon.com/Stetson-Whippet- ... 426&sr=8-7
וואס מ'קען יא טאן איז פשוט אנהייבן צו גיין מיט אנדערע מיני הוטן...

דא גענוג קלוגע פרויען אדער בעסער געזאגט פרויען וואס האבן הארץ און מידת רחמנות אויף זייערע מענער און קויפן אין גויעשע געשעפטן צניעות קליידער פאר פעניס ממש , ליידער פעלט ביי אונזערע פרויען מידות טובות(מכלומר'שט רופט מען זיי נשים צדקניות ,א פייג און בוידעם,א פרוי וואס ספענד טויזענטערס פאר קליידונג וועגען יענעם איז דיין אשה צדיקה נאר מידות גרועות ,דאס ספענדען ווי ביי אונז פאר קינדער שיך ,העד בענדס און נאך שאר ירקות פאר טייער געלט עקזעסטירט נישט אין די וועלט) ,שוין אריין אין שלום בית / השקפה אשכול ,און אונזערע סקולס זענען ליידער שילדיג דערויף

זייער דערביטערט דא ביזט גערעכט מיט פוינטס אבער ביזט געפארן אויף דריי הונדערט מייל א שעה. סלאוי דאון און מ'וועט צונעמען דיינע שורות
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:12 pm

לייפציק ממש דאס האב איך געוואלט ארויסברענגן, אונז האמיר נישט קיין חתונה קריזיס אונז האמיר א מענטאליטעט קריזיס,

וואס דאס הייבט זיך אן פון די געבורט, מ'האדעוועט מען זיך אין א שפענדערישע אויפרייסערישע לייפ סטייל, סיי מיט קליידונג וואס יעדער מוז גיין מיט די לעצטע סטיילס, אין האבן אין באזיץ אלע ברענד נעים זאכן, אויף די פרייזן קוקט מען אפי' נישט, מ'ווישט דעם קארטל אין מ'פאקט פון כל טוב וטוב, ווייל געלט שפילט נישט קיין ראלע אין אונזער לעבן, ווי ברענד נעים איז פונקט אזוי וויכטיג אדער נאך וויכטיגער ווי רענט אין די לעקטער ביל.

אין אזוי ווייטער ווען ס'קומט צו די הייזער ווי מלאזט זיך וואויל גיין כאחד הנגידים וואס? גרעניט קאונטערס.. א מאסט.. ווייסט ווי פראקטיש ס'איז, וכו' וכו' יעצט ווען ס'קומט צו חתונה מאכן וואס איז איינע פון די שענסטע געשעה'נישן פון א מענטש, זאל ער פלוצלונג געבן א שארפע ברעיק, וואס איז מיט דיר, מ'מאכט נישט יעדן טאג חתונה, דאס קען נישט דורכגיין אזוי סימפל, דאס דארף זיין עפעס סופער.
קודם דארף מען היילן דעם עולם, נאכדעם וועט מען קענען עפעס אויפטוען.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:19 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:איך האב א אמת'ע שאלה.

פארוואס זאל איינער וואס דרייווט די שענסטע קאר, מאכט רייכע וואכטנאכט'ס, קויפט די טייערסטע אפ טו דעיט קליידונג פון די קלענסטע ביז די גרעסטע, פארט יעדע פאר וואכן אין קאנטרי, און נאכדעם אליין פריוואט וואקעשן, קויפט דריי סעודות א טאג אין פעסט פוד, לאזט זיך וואוילגיין פאר מותרות שווערע אלפים יעדן חודש פלוצלונג אנהייבן שפארן ווען ער מאכט חתונה?

לאמיר נישט רעדן פון די וועלכע פירן זייער לעבן אומאחריות'דיג. אבער איינער וואס איז גאנץ א שיינער פארדינער, לעבט אין זיין בודזשעט, ער דארף קיינמאל נישט צוקומען לידי מתנת בשר ודם, און ער ספענד יא די $75 פאר א ברענד נעים קאוט פאר זיין קליינעם, אדער $2000 אויף א וואקאציע. ווילסטו אים זאגן אז א גאנץ לעבן זאל ער נישט נהנה זיין פון זיין ערליך פארדינטע געלט, נאר לעבן מצימצום, ווייל אויב נישט וועט ער מוזן אויפקומען מיט א האלב מיליאן דאללאר אין די תקופה פון חתונה מאכן?

זיבעציג אדער אכציג טויזנט דאללער ביים חתונה מאכן פיט אריין אין די קאטאגאריע פון א האלב מיליאן דאללער א יאר פארדינער. עס מאכט נישט קיין סענץ ארויפצושטעלן אזא ריזיגע התחייבות אפילו אויף איינעם וואס פארדינט שיין און לעבט בעלבעטיש.
איינער וואס פארדינט 100 אלפים א יאר אדער מער איז זייער סוקסעספול, ער מעג נוצן זיין געלט אויף קאנטרי, אבער זיין חתונה מאכן בודזשעט דארף נישט גרייכן מער ווי $30,000 פער קינד, לויט זיין יכולת.

קיינער לייגט נישט ארויף די התחייבות, עס קומט אוטאמאטיש, אז מ'מוז אלץ די בעסטע, איז ווען מ'קומט צו די דערהויבעסטע מינוטן פון לעבן, וויל מען זיכער די בעסטע, און פאר די קינדער וואס פאר זיי ארבעט מען אלע יארן, וויל מען זיכער קויפן דאס בעסטע... עס איז א קייט, עס הערט זיך נישט אויף אין איין מינוט, עס איז א לייף סטייל אישו.

און אויך די צווייטע פוינט, ווילסט נישט צאלן אזויפיל ביים חתונה מאכן, צוטייל די איינמאליגע הנאה, צו די זאכן וואס די קאפל גייט בלייבן נוצן שטענדיג, אז דו האסט דאס אויך נישט, דעמאלטס גיי א שטאפל ווייטער.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:21 pm

וויינען קענען מיר אלע עפעס א עצה האט איינער? קודם לאמיר ברעיקען א שארט סטאפ אויף די פאריקטע חתונה הוצאות, נאכדעם דארף מען זעהן וואס מקען טאקע טוהן מיט די אנדערע פאריקטע פרייזען וואס איז זעמיר זיך אליין שילדיג.

עס אין דאבעליו פלעגט אמאל האבן קליידער פאר היפש ביליג און זיי זענען געזיצען מיט די סחורה ביז זיי האבן ארויפגעריקט די פרייז עשרת מונים און סאיז געפלויגען פון די שעלפס

עם חכום ונבון
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:23 pm

lebediger berel האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:ווען מ'רעדט פון פרויען קליידונג, איז דאס ווייט פון א חתונה פראבלעם.
ס'ווינדערט מיך שוין יארן, וויאזוי איז עס אז דו קענסט אין קיין גוישע געשעפט נישט טרעפן קיין קלייד פאר מען ווי $150-200 ווען אין די יודישע מארקעט קענסטו נישט טרעפן אונטער די פרייז. און אז די רעדסט פון א שבת קלייד אדער גאר 'מחותנת'טע קלייד' קענסטו נישט דינגען פאר אונטער $1500. איך ווייס נישט צו די פוירסט לעידי גייט מיט אזא טייערע קלייד.
בכלל איז א פראבלעם אין די יודישע בגדים מארקעט, אפילו א מענער הוט קאסט היינט $240 ווען די קוקסט אויף עמעזאן פאר א פעלענע הוט קאסט עס $20, איך וואלט מיט אזא הוט נישט געגאנגען, אבער פארוואס דארף עס קאסטן מער ווי 10 מאל די פרייז נאר וויבאלט עס איז א 'אידישע מלבוש'?

קודם כל דאס וואס דו זאגסט וועגן די פרויען קליידער זעמער אינז אליין שילדיג, אין בארא פארק איז דא אסאך גרויסע ביליגע פרויען קליידער געשעפטן און זיי זענען שיין מצליח.. זיי האבן געעפנט אין וויליאמסבורג א געשעפט, און קיינער איז דארט נישט אריין.. ווייל מיך פאסט נישט אריין צו גיין אין א ביליגע סטאָר... האבן זיי טאקע צוגעשפארט אין וויליאמסבורג... סאָ נישט זיין א בעל גאווה און נאכדעם וויינען אז פרייזן זענען טייער...

לגבי די היט חלק, איז מיר עס געווען אינטערסאנט ווייל איך ווייס אז רעביט פאָר איז א טייערע מאטריאל, בין איך שנעל געלאפן קוקן אויף אמעזאן אין געזען אז די האסט געמאכט א שטיקל טעות מיט א זערא די פרייז אויף אמעזאן איז בערך 200 און דאס איז אן די חסידישע ברים וואס מאכט עס טייערער...
https://www.amazon.com/Stetson-Whippet- ... 426&sr=8-7
וואס מ'קען יא טאן איז פשוט אנהייבן צו גיין מיט אנדערע מיני הוטן...

דא גענוג קלוגע פרויען אדער בעסער געזאגט פרויען וואס האבן הארץ און מידת רחמנות אויף זייערע מענער און קויפן אין גויעשע געשעפטן צניעות קליידער פאר פעניס ממש , ליידער פעלט ביי אונזערע פרויען מידות טובות(מכלומר'שט רופט מען זיי נשים צדקניות ,א פייג און בוידעם,א פרוי וואס ספענד טויזענטערס פאר קליידונג וועגען יענעם איז דיין אשה צדיקה נאר מידות גרועות ,דאס ספענדען ווי ביי אונז פאר קינדער שיך ,העד בענדס און נאך שאר ירקות פאר טייער געלט עקזעסטירט נישט אין די וועלט) ,שוין אריין אין שלום בית / השקפה אשכול ,און אונזערע סקולס זענען ליידער שילדיג דערויף

זייער דערביטערט דא ביזט גערעכט מיט פוינטס אבער ביזט געפארן אויף דריי הונדערט מייל א שעה. סלאוי דאון און מ'וועט צונעמען דיינע שורות

אין קורצען איז אזוי , די פראבלעם איז ווי יעדער שרייבט אז ביים חתונה מאכן און ספענדען אזוי סך אויף איינמאל ברעכט עס אויס אז מען קען עס נישט דערהייבן , אבער באמת איז די שורש הפראבלעם אונזער השקפה בימינו , אונז זעמיר היינט כאסידישע מאדערנע אידן ,נישט חסידים!וועגן דעם בין איך געפארן אזוי שנעל , איך גלייב נישט אז מען קען טוישען דעם עולם צוריק צו חסידות אבער נישט לאנג צוריק איז חסידות געמיינט פשוט פשט אז א איד וואס לעבט נישט מיט מותרות ,היינט לעב מיר אונז מיט מער מותרות ווי די מאדרענסטע איד , דאס קומט פון בעיני ראיתי ,אדרבה פרעג מאדערענע וויפעל זיי צאלן פאר מעיקאפ פאר חתונות אדער קליידער, וועסט נישט גלייבן אז נישט קיין פערטעל אדער באלד א צענטעל ווי אונז , לא יאומן כי יסופר די היי סטענדארט וואס אונזערע קינדער גייען אנגעטין, דאס איז נישט דא אין ערגעץ אין די וועלט! ניטאמאל להבדיל ביי א רייכע גוי, אז יעדע טייטס/זאקעלע מיט קלייד ,שיכעלע און העד בענד פאר א בעבי מיז מעטשען פונקטליך יעדן איינציגען טאג ווי מען גייט צו א חתונה , א בעבי גייט טעגליך אנגעטין טייערער ווי די רייכסטע גוי ! דאס איז השקפה פון אונזער סיסטעם וואס ברויך א טויש, אונזערע סקולס טיען נישט דערוועגן , אפילו מען רעדט שוין יארן דערפון,נאך יארן וואס איז דא תקנות שטריימלעך ביי די בחורים , האט מען ביי די מיידלעך גארנישט געטין כמעט ! ווייסט פארוואס ? וועגן די טיטשערס וואס לעבן פון די מענערס געהאלט גייען אנגעטין ווי קעניגען , וואס מכלומרשט זענען זיי די וועג ווייזערס פאר די מיידלעך! אוודאי רעדן זיי נישט פון שפארן געלט אדער גיין אנגעטין פענסי (גראדע שוין געווען א רעדע פון יניפארמס אין סאטמאר , איך ווייס נישט פארוואס עס איז נישט געווארן ), אנשטאט לערנען נערישע סובזשעקטס זאל מען זיי אויסלערנען אז אנטיען איז נישט דאס לעבן און ברענגט נישט קיין שמחת הנפש..עניוועי לאמיר נישט פארקריכן (לולי דמוסתפינא ווער בין איך צוזאגן איז בעסער אז אונזערע פרויען זאלן ארבעטען, די פאקט איז אז די פרויען וואס ארבעטען שפארן מער א דאלאר אפילו זיי האבן מער געלט צו ספענדען , היינט שוין דא זייער אסאך קינדער אפילו פון די חסידישעסטע שטובער, וואס האבן חתונה און זייערע מאמעס האבן געארבעט זייער גאנץ לעבן און די השקפה און שטוב האט זיך גארנישט צו שעמען פון די מכלומר'שטע נשים צדקניות וואס זיצן א גאנצע טאג אויף אלע וועבסייטס צו ארדערן קליידער )

ווי עס זעט אויס וועלן אידן האבן א וועג ארויס בקרוב מיט חתונה מאכן ביליג ווער עס וויל , א חתונה נאכט פאר מערסטענס 10 אלפים , חתונה פעקעזש פאר 7500 , און טאמער שפארט ער מיט שכל , קען ער ענדיגען אינטער 40 אלפים , און עס וועט לכאורה זיך איינגעבן צוביסלעך , אבער די עכטע טויש איז נישט דאס און די שורש הפראבלעם איז גאר טיף

למעשה תקנות איז א זאך וואס ארבעט, למשל בר מצוה תקנות און וויליאמסבורג חסידי מהר"א גייט שוין אן יארן לאנג און יעדער איז העפי , איז די גרעסטע סימן אז דער עולם וויל תקנות , אז מען וועט מאכן תקנות חתונה צו מאכן און ניצן די תקנות פעקעזשעס וועט יעדער זיך צו כאפן דערצו , א נחמה פורתא כאטשיג
לעצט פאראכטן דורך פרנס היום אום זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:27 pm

הויעך האט געשריבן:וויינען קענען מיר אלע עפעס א עצה האט איינער? קודם לאמיר ברעיקען א שארט סטאפ אויף די פאריקטע חתונה הוצאות, נאכדעם דארף מען זעהן וואס מקען טאקע טוהן מיט די אנדערע פאריקטע פרייזען וואס איז זעמיר זיך אליין שילדיג.

עס אין דאבעליו פלעגט אמאל האבן קליידער פאר היפש ביליג און זיי זענען געזיצען מיט די סחורה ביז זיי האבן ארויפגעריקט די פרייז עשרת מונים און סאיז געפלויגען פון די שעלפס

עם חכום ונבון

דאס וואס דו זאגסט וועגן עס אין דאבליו אט אויף דעם מחלה לייד מיר אונז, ליידער, אין דאס איז עפעס וואס איז זייער שווער אויסצורייסן ווייל די פראבלעם איז נישט אייביג ווייל יענער האט, ס'קומט ווייל אונז האמיר זיך אוועקגעשטעלט א בעל בתיש'ן לייף סטייל, יעדער איז היינט א בעסערער מענטש, מ'וויל האבן דאס טייערסטע אין בעסטע.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:29 pm

פרנס,
האסט שוין אמאל גערעדט צו א מאדערנע איד וועגן חתונה אויסגאבן?
קוקט נישט אויס אזוי

האט גארנישט מיט די סיסטעם ווי די רופסט עס, האט מיט יעדע טאטע מאמע'ס חיוב צו מחנך זיין די קינדער אז מ'ברויך נישט אלעס באקומען וואס יענער האט
איך זע נישט וואס די בית חינוך איז אויף דעם אויך שילדיג
והבן כי 'קצרתי
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:31 pm

וועלכער יחיד קיין אריינפילן א גראם

אדער אויך פיקסן דאס וואס איז דא
איך מיין מקען דאס בעסער ארויס ברענגען

יחיד.jpg
יחיד.jpg (364.45 KiB) געזעהן 577 מאל
לעצט פאראכטן דורך איינס אום זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:40 pm

ניס קראכער האט געשריבן:פרנס,
האסט שוין אמאל גערעדט צו א מאדערנע איד וועגן חתונה אויסגאבן?
קוקט נישט אויס אזוי

האט גארנישט מיט די סיסטעם ווי די רופסט עס, האט מיט יעדע טאטע מאמע'ס חיוב צו מחנך זיין די קינדער אז מ'ברויך נישט אלעס באקומען וואס יענער האט
איך זע נישט וואס די בית חינוך איז אויף דעם אויך שילדיג
והבן כי 'קצרתי

שוין יארן לאנג ווען איך טרעף א איד פון א אנדערע קרייז און פארשידענע געגענטער פרעג איך אים אויס וועגן זייער לייפסטייל, רובא דרובא מאדערענע אידן מאכן נישט חתונה אין עטרת אברהם , און זיי האבן נישט קיין 12 קינדער און מען רעדט פון אידן וואס מאכן אסאך געלט א יאר , די וואס מאכן 100 אלפים א יאר מאכן ביליגערע חתונות ווי אונז, און יא, א חלק פון די זאך איז פשוט רוב פרויען ביי אלע אנדערע אידן ארבעטען(היינט צוטאגס ביי אונז ארבעט מען שוין אויך גאר אסאך צו פונדערהיים אדער גלייכענס און סאיז קלאר א חילוק ביי די פרויען) ,נומבער איינס זיי האבן נישט קיין צייט צו קויפן אזויפיל שטותים און צווייטענס זיי ווייסן וואס א דאלאר איז , און דריטענס סאיז דא יניפארמס , וואס אוטאמאטיש מאכט עס א מיידעל אויפוואקסן אן זיך אנטין פענסי, ביי אונז איז א מיידעל פון 10 יאר באהאווענט ווי די גרעסטע קעניגען אין די וועלט וויזוי זיך אויסצופיצן ווי א מאד ווען זי גייט אין סקול , לעצטענס ווערט עס ערגער און ערגער

איך האב געפרעגט אין די לעצטערע יארן זייער אסאך אידן נישט פון טשולענט טאפ וועגן חתונה מאכן און איך גלייב נישט וואס איך הער, למשל די וועג ווי אונזערע 18 יעריגע מיידעל'ס דירות ווערן אויסשטאפירט ווי א מלך איז נישדא אפילו ביי די גאר רייכע וואס מאכן 100 אלפים חתונות , די טייערע בעטגעוואנט איז א חסידישע ביזנעס, עס איז נישדא אין די וועלט און ביי קיין אנדערע קרייז אויסער וואס חסידים פרובירן עס צו פארקויפן ביי אנדערע קרייזען מען קען רעדן פאר טעג און וואכן, ביי רוב נעמט מען א פורנישט דירה אדער ממש א טיש און בענקעל און זה הא , מען שטאפירט נישט אויס די דירה ווי באראן ראטשילד א קינד מיט 3 פאר סעטס דישעס וואס מען גייט אפשר נוצן און 5 יאר ארום

אדרבה הייבטס אן פרעגן אנדערע אידן נישט פון טשולענט טאפ , סתם אידן אפילו פון בארא פארק אומגעגענט נישט פון סמעטענע , עטס וועט שטוינען און נישט גלייבען

די חלק אז א טאטע קען אויסלערנען זיינע קינדער איז איין זאך אבער ווען די מיידעל קומט אן אין סקול אין יעדע מיידעל גייט אנגעטין ווי א פרינצעסן אויסגעפיצט אדער ביי א שמחה , און די טישטער אפילו מיט די פרומסטע קאפ צודעק זעט אויס ווי א מאדעל פון פיפט עוועניו , העלפט נישט גארנישט וואס די טאטע אדער מאמע באכעט אריין
לעצט פאראכטן דורך פרנס היום אום זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:57 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:45 pm

חסידישער מבין האט געשריבן:אויב איך מעג צולייגן מיינע צוויי צענט...
איך האלט אז די גאנצע קאמפיין, און בכלל אז מ'רעדט דערוועגן איז א געוואלדיגע זאך און האפענטליך, מיט'ן אייבערשטן'ס הילף וועט עס ברענגען די ריכטיגע תוצאות.

לגבי די עזרת נשים... איך האב ברוך ה' א ווייב, עטליכע שוועסטערס, שוועגערין'ס...
דאס וואס טייל שרייען אז די געלט וואס גייט אויס פאר די עזרת נשים איז נישט נארמאל זענען כשר גערעכט.
אבער כדי צו מאכן א טויש דארפסטו האנדלן אנדערש ווי מיט מענער.

על פי רוב די "נארמעל סטענדערט" קומט פינעם עזרת נשים,
ביי די מענער וואלט מען שוין פון לאנג גע'פועלט צו האבן א "נארמעל סטענדערט" פון 25 אלפים.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:52 pm

צוואנציג-דרייסיג-פערציג

אויף די נייע לחיים חסידים פון ר' יוסף משה כהנא איז דא א ניגון וואס רעדט זיך ממש פון דעם פונקט.

טרעק # 8 צוואנציג-דרייסיג-פערציג

לחיים חסידים 1.PNG
לחיים חסידים 1.PNG (322.7 KiB) געזעהן 448 מאל
לחיים חסידים2.PNG
לחיים חסידים2.PNG (309.62 KiB) געזעהן 448 מאל
לחיים חסידים 3.PNG
לחיים חסידים 3.PNG (312.71 KiB) געזעהן 448 מאל
לעצט פאראכטן דורך שטאלצער יוד אום זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:59 pm

יא יעצט געענדיגט הערן די ניגון סאיז דבר בעתו

נאר די חלק פון פערציג יאהר אז מווערט געוואר אז קיינער האט נישט געטראכט פון דיר
איז דא אביסל ליידער אנדערש און יתכן אז דערפאר שטעקט דא די פראבלעם אזוי שטארק
לעצט פאראכטן דורך איינס אום זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:02 pm

אוועטאר
לפנות בוקר
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:19 pm

חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:לגבי די היט חלק, איז מיר עס געווען אינטערסאנט ווייל איך ווייס אז רעביט פאָר איז א טייערע מאטריאל, בין איך שנעל געלאפן קוקן אויף אמעזאן אין געזען אז די האסט געמאכט א שטיקל טעות מיט א זערא די פרייז אויף אמעזאן איז בערך 200 און דאס איז אן די חסידישע ברים וואס מאכט עס טייערער...
https://www.amazon.com/Stetson-Whippet- ... 426&sr=8-7
וואס מ'קען יא טאן איז פשוט אנהייבן צו גיין מיט אנדערע מיני הוטן...

איך וואלט מיט די אמאזאן הוט נישט געגאנגען, אבער איך וואלט יא געגאנגען מיט א הוט פון וועלוועט, איך בין נישט מקפיד אויף קיין 'רעביט'...
מיין נקודה איז פשוט. אויב אויף עמעזאן איז פארהאן עפעס ענליך צו וואס מיר גייען פאר $20 מיינט עס אז ס'איז מעגליך צו פארקויפן א ענליכע הוט פאר אן ענליכע פרייז.
איך פארשטיי אז די הוט געשעפט דארף האבן סטעף אונצוטרייען א.א.וו. אבער ארויף לייגן 1200% אויף די מעגליכע פרייז פשוט וויבאלד ס'איז אן אידישע מלבוש איז נישט ריכטיג.
אפשר וואלט געווען א געדאנק אז G&G אדער GB זאלן לאזן מאכן הוטן פון וועלוועט און פארקויפן אין זייער סטאר פאר 20-30$ גלייך פון שעלף.

האב איך שוין געענטפערט אויף דעם, אז אונזערע הוטן שטייען אויס או אויסטערלישע אביוז, מ'ניצט עס א גאנצע טאג /רעגן/קעלט/ און איבער אלעם אין היץ וואס היץ מיט שוויץ איז נאמבער וואן זאך וואס מאכט חרוב א הוט,
און עס איז נישט מעגליך אז א שוואכע קוואליטעט הוט זאל זיך האלטן..
נ.ב. איך האב שוין פרובירט...
הלב שלי נקרע לשניים, חציו אשם וחציו לשם שמים,
ורק אתה יכול להפוך מספדי למחול, לזכך את החול, לרכך בי הכל,
ורק אתה מבין איך לגשת ללב שלי, משכך כל כאב שבי, מרפא את הלב...
- ישי ריבו אלול תשע"ט

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:23 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:
חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:לגבי די היט חלק, איז מיר עס געווען אינטערסאנט ווייל איך ווייס אז רעביט פאָר איז א טייערע מאטריאל, בין איך שנעל געלאפן קוקן אויף אמעזאן אין געזען אז די האסט געמאכט א שטיקל טעות מיט א זערא די פרייז אויף אמעזאן איז בערך 200 און דאס איז אן די חסידישע ברים וואס מאכט עס טייערער...
https://www.amazon.com/Stetson-Whippet- ... 426&sr=8-7
וואס מ'קען יא טאן איז פשוט אנהייבן צו גיין מיט אנדערע מיני הוטן...

איך וואלט מיט די אמאזאן הוט נישט געגאנגען, אבער איך וואלט יא געגאנגען מיט א הוט פון וועלוועט, איך בין נישט מקפיד אויף קיין 'רעביט'...
מיין נקודה איז פשוט. אויב אויף עמעזאן איז פארהאן עפעס ענליך צו וואס מיר גייען פאר $20 מיינט עס אז ס'איז מעגליך צו פארקויפן א ענליכע הוט פאר אן ענליכע פרייז.
איך פארשטיי אז די הוט געשעפט דארף האבן סטעף אונצוטרייען א.א.וו. אבער ארויף לייגן 1200% אויף די מעגליכע פרייז פשוט וויבאלד ס'איז אן אידישע מלבוש איז נישט ריכטיג.
אפשר וואלט געווען א געדאנק אז G&G אדער GB זאלן לאזן מאכן הוטן פון וועלוועט און פארקויפן אין זייער סטאר פאר 20-30$ גלייך פון שעלף.

האב איך שוין געענטפערט אויף דעם, אז אונזערע הוטן שטייען אויס או אויסטערלישע אביוז, מ'ניצט עס א גאנצע טאג /רעגן/קעלט/ און איבער אלעם אין היץ וואס היץ מיט שוויץ איז נאמבער וואן זאך וואס מאכט חרוב א הוט,
און עס איז נישט מעגליך אז א שוואכע קוואליטעט הוט זאל זיך האלטן..
נ.ב. איך האב שוין פרובירט...

פארוואס זאל נישט זיין א הוט מיט די מאטיריאל פון די דאטשיקס (און די קאפלעך)
סוועט האלטן לענגער און זיך האלטן שיין און לכאורה זיין ביליגער, סיי ביליגער פער הוט און סיי ביליגער ווייל סוועט האלטן לענגער

איין סאיז נישט העכטע האר
ווער געדענקט נאך ווען די קאפלעך זענען געווען העכטע סאמעט?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:27 pm

פרנס היום האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:פרנס,
האסט שוין אמאל גערעדט צו א מאדערנע איד וועגן חתונה אויסגאבן?
קוקט נישט אויס אזוי

האט גארנישט מיט די סיסטעם ווי די רופסט עס, האט מיט יעדע טאטע מאמע'ס חיוב צו מחנך זיין די קינדער אז מ'ברויך נישט אלעס באקומען וואס יענער האט
איך זע נישט וואס די בית חינוך איז אויף דעם אויך שילדיג
והבן כי 'קצרתי

שוין יארן לאנג ווען איך טרעף א איד פון א אנדערע קרייז און פארשידענע געגענטער פרעג איך אים אויס וועגן זייער לייפסטייל, רובא דרובא מאדערענע אידן מאכן נישט חתונה אין עטרת אברהם , און זיי האבן נישט קיין 12 קינדער און מען רעדט פון אידן וואס מאכן אסאך געלט א יאר , די וואס מאכן 100 אלפים א יאר מאכן ביליגערע חתונות ווי אונז, און יא, א חלק פון די זאך איז פשוט רוב פרויען ביי אלע אנדערע אידן ארבעטען(היינט צוטאגס ביי אונז ארבעט מען שוין אויך גאר אסאך צו פונדערהיים אדער גלייכענס און סאיז קלאר א חילוק ביי די פרויען) ,נומבער איינס זיי האבן נישט קיין צייט צו קויפן אזויפיל שטותים און צווייטענס זיי ווייסן וואס א דאלאר איז , און דריטענס סאיז דא יניפארמס , וואס אוטאמאטיש מאכט עס א מיידעל אויפוואקסן אן זיך אנטין פענסי, ביי אונז איז א מיידעל פון 10 יאר באהאווענט ווי די גרעסטע קעניגען אין די וועלט וויזוי זיך אויסצופיצן ווי א מאד ווען זי גייט אין סקול , לעצטענס ווערט עס ערגער און ערגער

איך האב געפרעגט אין די לעצטערע יארן זייער אסאך אידן נישט פון טשולענט טאפ וועגן חתונה מאכן און איך גלייב נישט וואס איך הער, למשל די וועג ווי אונזערע 18 יעריגע מיידעל'ס דירות ווערן אויסשטאפירט ווי א מלך איז נישדא אפילו ביי די גאר רייכע וואס מאכן 100 אלפים חתונות , די טייערע בעטגעוואנט איז א חסידישע ביזנעס, עס איז נישדא אין די וועלט און ביי קיין אנדערע קרייז אויסער וואס חסידים פרובירן עס צו פארקויפן ביי אנדערע קרייזען מען קען רעדן פאר טעג און וואכן, ביי רוב נעמט מען א פורנישט דירה אדער ממש א טיש און בענקעל און זה הא , מען שטאפירט נישט אויס די דירה ווי באראן ראטשילד א קינד מיט 3 פאר סעטס דישעס וואס מען גייט אפשר נוצן און 5 יאר ארום

אדרבה הייבטס אן פרעגן אנדערע אידן נישט פון טשולענט טאפ , סתם אידן אפילו פון בארא פארק אומגעגענט נישט פון סמעטענע , עטס וועט שטוינען און נישט גלייבען

די חלק אז א טאטע קען אויסלערנען זיינע קינדער איז איין זאך אבער ווען די מיידעל קומט אן אין סקול אין יעדע מיידעל גייט אנגעטין ווי א פרינצעסן אויסגעפיצט אדער ביי א שמחה , און די טישטער אפילו מיט די פרומסטע קאפ צודעק זעט אויס ווי א מאדעל פון פיפט עוועניו , העלפט נישט גארנישט וואס די טאטע אדער מאמע באכעט אריין

כ'באב שוין גערעדט צו מער אידן ווי די מיינסט, פון א.ג. אוט אוו די באקס קרייזן
אין איך קען דיר זאגן בפה מלא אז אונז האב מיר זוך נישט וואס צו שעמען אקעגן זיי!

כ'האב נישט יעצט אזויפיל צייט צו שרייבן אבער אזויפיל שפיר איך יא ארויסצוברענגען אז רוב פון אייער תגובה אקייגן אונזער ליוו סטייל ווס די אוט אוו די באקס איז שקר גמור!!!
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט