שטומפיג האט געשריבן:נאטיצן:
- גלאובעל ענטרי איז גילטיג נאר פאר דעם מעמבער אליין, מ'קען נישט מיטנעמען קיין ווייב, קינדער, חברים אדער מיטפארערס. יעדער דארף באזונדער אויספילן אן אפליקאציע און דורכגיין די פראסעס עקסטער (פרעג מיך נישט וויאזוי א 1 יעריג קינד האט אן אינטערוויו און וויאזוי מ'מאכט פיגערפרינטס פון א צוויי חדשים'דיגס).
- אין אסאך קאנאדישע עירפארט'ס, ווי אויך די דריי אנדערע אינטערנאציאנאלע עירפארטס (צוויי אין איירלאנד און איינס אין די עמיראטן) וואו מ'גייט דורך די קאסטומס נאך פארן ארויספארן קיין אמעריקא (Preclearance) קען מען אויך נוצן גלאובעל ענטרי, אבער טייל פון די עירפארטס איז עס נישט קיין גרויסע רבותא ווייל זיי האבן די APC קיאסקס לכל הקהל הקודש.
- די CBP וועט על פי רוב נישט לאזן אריינגעבן קיין אפליקאציע אדער ארויסהעלפן מיט אנליין הילף ביי איינע פון די אינטערוויו צענטערן (פון מיין עקספעריענס: ווען איך בין געגאנגען אויף מיין אינטערוויו האב איך מיטגעהאלטן ווי אן אגענט פארשיקט אן עלטערע קאפל וואס איז געקומען בעטן הילף מיטן אויספילן אן אפליקאציע זאגנדיג אז ער קען אלעס טרעפן אין די FAQ אנליין).
- ווען מ'איז שוין קאנדישענעלי אפראווד קען מען אויך האבן אן אינטערוויו דורכן אריינקומען אן קיין אפוינטמענט צו א צענטער וואס איז דא אין יעדע אינטערנאציאנאלע עירפארט ווען מ'קומט אן פון אן International flight, איך ווייס נישט צופיל וועגן דעם, אויב איז עס איינעם נוגע קען מען טרעפן מער אינפא. אנליין.
גלאובעל ענטרי איז אוועילעבל אין אסאך - אבער נישט אלע - עירפארטס, די פונקטליכע ליסטע קען מען אטע דא ליינען.
1 - זיי נעמען נישט קיין פינגערפרינטס פון קיין בעביס. (כ'ווייס נישט פון וועלכע יארגאנג זיי הייבן אן נעמען). ביים אנקומען וועט מען באקומען אן עקס אויפ'ן קינד'ס רעסיט און אן אגענט וועט עס דארפן סטעמפלען. די קינד דארף אבער מיטקומען צום אינטערוויו.
4 - בעיסיקלי ארבעט עס אז אויב האסטו שוין אן אפוינטמענט און ס'איז פונקט ליידיג קענסטו פרובירן דיין מזל אז זיי זאלן דיר אינטערוויוען אויפ'ן פלאץ. דארפסט נישט אנקומען פון קיין פלייט, וואק אריין און זע אויב זיי זענען ליידיג. (חוץ אויב דו ווייסט אז ווען מ'קומט אן פון אויסלאנד איז דא עפעס מער, ווען איך האב עס געמאכט איז דאס געווען וויזוי ס'האט געארבעט.
זייטיגע נאטיץ: פאר סמארטפאון באנוצער, איז די CBP עפפ אסאך מאל שנעלער ווי גלאובעל ענטרי.