מעדעצין - נערווען - שידוכים - שלום בית

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

גרינגער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 4:27 pm

מעדעצין - נערווען - שידוכים - שלום בית

תגובהדורך גרינגער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 4:04 pm

אחיי ורבותי
טייערע הארציגע ברידער, לאמיר זיך אויסשמועסן אביסל.

איינע פון די זאכן וואס האט אונז געהאלטן שטארק במשך די גלות יארן איז געווען דער ענין פון חדש אסר מן התורה, דאס האט אריין געברענגט ווי כמעט א טבע שני אין אונז אז טראץ וואס די מאדערענע וועלט קומט אלס אויף מיט נייע פאטענטען ווי אזוי בעסער צו מאכן כלומערשט דאס לעבן קוקט מען דאס אן מיט פארדאכט אין א בחינה פון כבדהו וחשדהו, ווי עס איז באקאנט אז אין געוויסע חסידישע פלעצער האט גענימען יארן ביז מען האט אריין געלאזט א וואנט זייגער אין בית מדרש מטעם חשש פון חדש, קודם "נישט" אויב מיט דער צייט וועט מען זעהן אז עס ברענגט נישט נאך זיך קיין שלעכטס וועט עס דאן ווערן אויס חדש.

מעדעצין - נערווען
אמאל האט מען געוויסט אז סיי וואסערע מעדעצין וואס עס איז נישט געמאכט צו היילן דעם גוף איז יא געמאכט צו היילען נערווען, וואס מיינט נערווען? עס איז דא מענטשן וואס האבן שוואכע נערווען און זיי דארפן נעבעך צו קומען צו דעם.

שוואכע נערווען איז באמת א שרעקעדיגע זאך, קיינער וויל זיך מיט דעם נישט אנטרעפען אויב ער מוז נישט, זיכער ביי שידוכם וועט מען אויף דעם זייער אכט געבן, מיטן פולע רעכט.
למעשה האט זיך די מציאות געביטן, מעדעצין פאר "נישט פיזישע פראבלעמען" מיינט נישט היינט קיין נערווען, לויט ווי עס זעהט מיר אויס איז דאס בכלל נישט קיין נושא וואס מען דארף זיך פלאגן מסביר צו זיין פאר אייוועלט ליינער, די לעצטע צוואציג דרייסיג יאר האט מען ציטיילט די "נישט פיזישע פראבלעמען" אויף פיץ פיצלעך" און עס איז דא מעדעצין וואס שטעלן מענטשן אויף די פיס באופן פלא, איך ווייס נישט פינקטליך וויפיל פארצענט פון אונזער געזעלשאפט איז שוין דערינען, אבער ווער עס האט שוין אנגערירט די ליין פון העלפן אנדערע אדער זיין אינוואלווד באזהו אופן שהוא ווייסט אז דאס איז א ריזיגע פארצענט פון אונזער סוסייעטי, ווי פארשטייט זיך זענען דאס זאכן וואס קיינער וויל נישט מיטיילן מיט אנדערע ווייל נישט קיין חילוק וויפול פארצענט עס זענען דערון וויל יעדער ווייטער שפילן דעם שפיל ווי פאר דרייסיג יאר צוריק, דא קומט די שאלה פארוואס איז עס טאקע אזוי?

איך זיץ מיר אין באס און איך הער א שמועס ווי צוויי אידן אונטער מיר דיסקאסירן דעם ענין און איינער פון זיי ריפן זיך אן, בערך אזוי, אונז האמיר קיינמאל נישט געהערט די אלע נעמען ADHD OCD BPD אונז האמיר אלע מאל געוויסט פון נערווען, דאס זענען שיינע באפיצטע נעמען וואס מען האט ארויף געלייגט דערויף, און אזוי האט ער ווייטער גערעדט פון דעם מיטן גאנצן אייפער, איך מיין אז דאס קומט פון דעם וואס מען איז צוגעוואוינט אוועק צו מאכן נייע זאכן אזוי ווי מיר האבן אויבן דערמאנט, און פון דעם ציטערט די איבריגער עולם.

וואס געשעט ווען עס קומט צו שידוכם?
לכבוד דעם ווען א מענטש האט א בחור אדער א מיידל וואס זענען הערליכע וואוילע קינדער אין ישיבה אדער אין סקול אבער זיי דארפן עפעס נעמען איינמאל א טאג פאר אינגזייעטי אדער OCD אדער פאר ADHD מען קוקט זיך ארום, אויב וועל איך זאגן פארן שדכן גייט דאס בליץ שנעל ווערן צישפרייט אז דא איז דא א פראבלעם בחור אדער מיידל און ער וועט בדרך הטבע נישט קענען טוען קיין שידוך געהעריג, אפילו ער וועט זאגן פארן שדכן איך דארף אויך נאר איינער וואס נעמט די זעלבע וואס מיינער נעמט וועט דאס אויך נישט ארבעטן, ווייל דאס מיידל וואס די גאס ווייסט נאך נישט אז זי נעמט וויל נישט נעמען א בחור וואס די גאס ווייסט יא אז זי נעמט.

וואס געשעהט ע"פ רוב מען מאכט א שוואג, עס איז דא אינגעלייט וואס געבן זיך א עצה מיט זייער מעדעצין אינדרויסן פון דערהיים, און פאר א פרוי איז דאס געווענטליך גרינגער צו טוען ווייל די הויז איז דאך איר פלאץ און זי קען זיך א עצה געבן דארט.

למעשה וואס איז דער פראבלעם?
קודם כל עס איז קיינמאל נישט די זעלבע צוזאמען לעבן ווען אין די זעלבע צייט באהאלט מען עפעס איינס פונעם צווייטן, צווייטענס ווען זי וועט עס כאפן וועט זי זיך שפירן אריין געפאלן ותוצאותו מי ישרנו, וכבר הי לעולמים אז עס האט געפירט צו א גט, אין בעסטן פאל איז עס א גאר שווערע איבערגאנג פאר ביידע, אמת עס האט זיך שוין געמאכט אז ביידע האבן אפגעאטעמט ווען זיי האבן אויסגעפינען אז זיי ביידע נעמען עפעס ענליכס, אבער גיי שטעל אן.

ווייסן מיר שוין וואס איז נישט קיין עצה, 1) יא זאגן 2) נישט זאגן
די שווערע שאלה איז וואס איז יא די עצה אין אזא פאל

באופן כללי קען זיין אז די רבנים ביי דרשות זאלן עפענען די קארטן און פארציילן פארן איברגן עולם וואס האט עס נאך נישט באגעגענט וואס די מציאות איז היינט, און די שפיל וועט זיך אפשר ענדיגן, אבער דא קומט נאך א פראבלעם, עס איז דא טאקע געניג און נאך רבנים וואס זענען באהווענט אין די גאנצע נושא אבער ווידעראום קענען ווערן מיימינם און משמילום און מפטירן כדאתמול.

זאל דא דער עולם אויסשמועסן דעם ענין איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק
לעצט פאראכטן דורך גרינגער אום דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 4:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג דעצמבער 01, 2019 6:17 pm

א חלק פון דעם וואס דער עולם לויפט צו ר' שרגא פליישמאן נ"י וואס ער איז קעגן מעדיקעשאן קומט פון דעם דרוקעניש. ניין?

אויב די קינד האט באמת גוטע מידות, דהיינו ער האט נישט קיין איינגערעדטע יכולת'ער, ער האט נישט קיין קראנקע איגו, איז נעמען מעדיקעשאן פאר זיך קלאר נישט קיין פראבלעם, חוץ פון דעם אז ס'איז א שאד. (לפי שיטת ר' שרגא נ"י) זאגסט דאך אליין אז זיי זענען הערליכע קינדער. (חוץ אויב דו נעמסט אן אז די סיבה פארוואס ער דארף נעמען מעדיקעשאן איז פשוט אוועקצושטופן די שאדן פון 'וואקסינען', אדער אומגעזונטע לעבנסשטייגער) און אויב נעמט ער נישט מעדיקעשאן, און ער האט יא א אומגעזונטע איגו, איז עס יא א פראבלעם. די איגו איז די פראבלעם, נישט די מעדיקעשאן.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

גרינגער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 4:27 pm

תגובהדורך גרינגער » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 3:26 pm

נשמה האט געשריבן:א חלק פון דעם וואס דער עולם לויפט צו ר' שרגא פליישמאן נ"י וואס ער איז קעגן מעדיקעשאן קומט פון דעם דרוקעניש. ניין?

אויב די קינד האט באמת גוטע מידות, דהיינו ער האט נישט קיין איינגערעדטע יכולת'ער, ער האט נישט קיין קראנקע איגו, איז נעמען מעדיקעשאן פאר זיך קלאר נישט קיין פראבלעם, חוץ פון דעם אז ס'איז א שאד. (לפי שיטת ר' שרגא נ"י) זאגסט דאך אליין אז זיי זענען הערליכע קינדער. (חוץ אויב דו נעמסט אן אז די סיבה פארוואס ער דארף נעמען מעדיקעשאן איז פשוט אוועקצושטופן די שאדן פון 'וואקסינען', אדער אומגעזונטע לעבנסשטייגער) און אויב נעמט ער נישט מעדיקעשאן, און ער האט יא א אומגעזונטע איגו, איז עס יא א פראבלעם. די איגו איז די פראבלעם, נישט די מעדיקעשאן.

והשם הטוב יעזור.


א חלק פון דעם וואס דער עולם לויפט צו ר' שרגא פליישמאן נ"י וואס ער איז קעגן מעדיקעשאן קומט פון דעם דרוקעניש. ניין?

קודם איך האב נישט געוויסט אז דער עולם לויפט צו אים, אויב עס איז אזוי גלייב איך אז יא, אויב איינער זאגט אז ער האט א לעיזונג אן מעדיקעשן, איז דאס זיכער אן אפשען פאר די וואס האבן מורה דערפון.

יעצט איך וואלט באמת זייער געוואלט אז דער אשכול זאל זיין א פלאץ פאר די מענטשן וואס האבן מיט דעם פראבלעם א שייכות צו פון זיי אליינס אדער פון וואס זיי האבן געהאלפן אנדערע אדער עסקנים א.ד.ג. אבער אזוי ווי די אלע האבן לעת עתה נאך נישט אריין געטשעקט וועל איך דיר ענטפערן איבער דעם ענין וואס די ברענגסט אז די איגא איז וואס ברענגט אלע פראלעמען און מען דארף ארבעטן מיט דעם.

איך ווייס אז עס איז טייער אמת דער עצם געדאנק, אבער כדי אויפגעבן די איגא וועט נישט העלפן נאר אז מען טוט עס עד הסוף מיט א אמת, ממש נישט שעפן קיין חיות פון איגא, נישט שעפן חיות פון מיינע געלונגענקייטן, פעאיקייטן א.א.וו. אן צו קומען צו דעם מדריגה דארף מען קודם אנקומען צו א מצב אין לעבן ווי מען טרעפט זיך אין א דעט ענד מען קען טאקע נישט אנגיין און עס ווערט באשיינפערליך אנטוויקעלט מצבים וואס זאגט פארן מענטש אז די פאר דיר פארמאגסט נישט קיין שום כוחת, דאס איז געזאגט געווארן ביי ערוואקסענע מענטשן ביי א אינגע מענטשן וואס ווייסן נאך נישט ווער זיי זענען און זיי מיינען נאך אז נאר ווען זיי וועלן עפעס דעליווערן פאר די וועלט עפעס וועלן זיי זיין אנערקענט און אן דעם פילן זיי ווי 2 סענס ווייס איך נישט ווי אזוי מען קען צו זיי רעדן און קאנווינסן זיי זאלן אויפגעבן זייער יכולת, אדרבה אויב מען קען און דער אייבערשטער וועט מיר צו שיקן א הזדמנות צו זעהן ווי אזוי דאס איז געטון געווארן מיט סוקסעס דאן בון איך אפשר אויך אין.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט