וואס טוט מען מיט די קינדער ווען עס איז נישט דא קיין חדר?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לעכטל
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

וואס טוט מען מיט די קינדער ווען עס איז נישט דא קיין חדר?

תגובהדורך לעכטל » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:19 am

עס זעהט אויס לויט ווי די וועטער באריכטן זאגן, אז עס קומט א זאפטיגע שניי היינט/מארגן,
איך גרייט מיך אז עס וועט נישט זיין קיין חדר,
יעדע טאטע מאמע טראכט: מיט וואס וועל איך באשעפטיגן מיינע זיסע קינדערלעך?
נאך מער - ווי אזוי וועל איך אויסניצן די געלעגענהייט (יא דע געלעגענהייט, אויב טראכט מען מיט דעם שכל הישר) וואס מען האט נישט יעדן טאג,
זיכער צו מאכן אז די קינדער זענען פארנומען, אויף א געשמאקע וועג. די טאג זאל נישט זיין אן אויסגעמיטשעטע, א טאג פון מלחמות ציווישן די עלטערן און די קינדער, און ציווישן זיי...
צום ערשט בין איך געגאנגען קויפן קאלערינג בוקס (פון די פרשה) געים צעטלעך וכד' זיי זאלן שטיין אויפן קאפ פון די מאמע...

איך וויל הערן פון די עולם איידיעס וואס נאך קען מען טוהן, צו פארברענגען שיין מיט זיי?
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

פאר קליינע קינדער

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:25 am

ווילסט הערן א פאני זאך?... איין טאג חוה"מ האב איך אויסגעלאשן מיין סעלפאון און מיר אוועקגעזעצט פאר בערך צוויי שעה אויפן פלאר מיט די קליינווארג און פלעין געשפילט מיט זיי אזויווי א בעיבי... יא.. מען האט געשפילט לעגאו'ס [ :roll: ], קליק'ס, קארעלעך, וכדו'.
ניין, איך האב נישט געהאט קיין נערווען דערצו... אבער איך בין געזיצן מיט א שמייכל און פארברענגט מיט זיי... זיי האבן געשטראלט!!
לוינט זיך צו פראבירן!

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:29 am

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:ווילסט הערן א פאני זאך?... איין טאג חוה"מ האב איך אויסגעלאשן מיין סעלפאון און מיר אוועקגעזעצט פאר בערך צוויי שעה אויפן פלאר מיט די קליינווארג און פלעין געשפילט מיט זיי אזויווי א בעיבי... יא.. מען האט געשפילט לעגאו'ס [ :roll: ], קליק'ס, קארעלעך, וכדו'.
ניין, איך האב נישט געהאט קיין נערווען דערצו... אבער איך בין געזיצן מיט א שמייכל און פארברענגט מיט זיי... זיי האבן געשטראלט!!
לוינט זיך צו פראבירן!

העיקר שכחת... פארוואס ברענגסטו נישט ארויס די שלוות הנפש וואס דו האסט געשפירט במשך די 2 שעה?

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:30 am

איינפאכער איד האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:ווילסט הערן א פאני זאך?... איין טאג חוה"מ האב איך אויסגעלאשן מיין סעלפאון און מיר אוועקגעזעצט פאר בערך צוויי שעה אויפן פלאר מיט די קליינווארג און פלעין געשפילט מיט זיי אזויווי א בעיבי... יא.. מען האט געשפילט לעגאו'ס [ :roll: ], קליק'ס, קארעלעך, וכדו'.
ניין, איך האב נישט געהאט קיין נערווען דערצו... אבער איך בין געזיצן מיט א שמייכל און פארברענגט מיט זיי... זיי האבן געשטראלט!!
לוינט זיך צו פראבירן!

העיקר שכחת... פארוואס ברענגסטו נישט ארויס די שלוות הנפש וואס דו האסט געשפירט במשך די 2 שעה?

ס'דאך מובן מאליו... צוויי שעה אן א סעלפאון, זען די קינדער האבן הנאה.... וואס קען זיין געשמאקער פון דעם?!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג דעצמבער 01, 2019 3:21 pm

פארשטייסט.... ברענגסט א ראי' פון א לעגאו מענטשעלע בכבודו ובעצמו!?
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג דעצמבער 01, 2019 3:46 pm

לעגאו, דאס איז גוט חול המועד ווען מען ארבעט נישט.
מארגן גיימיר אי''ה זיין פול טיים ביים ארבעט אין די ווייב גייט זיך דארפן מוטשענען.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג דעצמבער 01, 2019 5:31 pm

שטייצעך מען רעדט דאך נאר אויב מען גייט נישט אריין צו די ארבעט, איך האב גענטפערט לויט די פראגע פון @לעכטל שליט"א

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » זונטאג דעצמבער 01, 2019 6:04 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:לעגאו, דאס איז גוט חול המועד ווען מען ארבעט נישט.
מארגן גיימיר אי''ה זיין פול טיים ביים ארבעט אין די ווייב גייט זיך דארפן מוטשענען.


די זעלבע עצה העלפט, לעש אויס די סעלפון
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:27 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:לעגאו, דאס איז גוט חול המועד ווען מען ארבעט נישט.
מארגן גיימיר אי''ה זיין פול טיים ביים ארבעט אין די ווייב גייט זיך דארפן מוטשענען.


די זעלבע עצה העלפט, לעש אויס די סעלפון

;l;p- שטארק
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Avrumy און 20 געסט