פרייע חול המועד האלטען

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1643
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

פרייע חול המועד האלטען

תגובהדורך ליינער » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 3:00 am

ווער עס ווייסט ווי מען קען גיין פאר אומזיסט חול המועד האלטען מיט די קינדער זאל ביטע מעלדן דא
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4001
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 6:27 am

סטעטן איילענד פערי

רוזוועלד איילענד - מיטנעמען בייקס/סקוטערס

עירפארט - זעהן ווי פליגערס הייבן זיך און לאנדען - נאווארק און קענעדי האבן אויך עיר טרעינס

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 6:32 am

קרית יואל

בערן מאונטענס סטעיט פארק איז דא זייער אסאך פלעצער צי גיין חוה''מ האלטן פאר פרי
צווישן אנדערע, זזא zoo, אסאך טרעילס, א זייער הויכע פלאטץ אויפן בארג מיט א שיינע וויוא, עטליכע לעיקס , קינדער גילטישערס סווינגס, בריטיש, טישן צי זיצן און עסן, נישט מעגליך צי קאוורן אלעס און 1 טאג

רוח החיים פארק
לעצט פאראכטן דורך לייטער אום פרייטאג אוקטובער 11, 2019 6:51 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 6:41 am

נאכנישט געטראפן א בית המדרש וואס קאסט אריינצוגיין.....


שטאטישע פארקס זענען פריי, פאר ארויס 20 30 מינוט פון דיין געגענט אז עס זאל פילען ווי מען פארט somewhere....


קענסט גיין אין א mall, אבער אן א בערזעל פארשטייזעך.


אחרון אחרון חביב.... מיטוואך אין די בראנקס זא...
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 6:56 am

פאריגע יעזורי

זייער א גיטע געדאנק די אשכול, ווייל סאיז דא אזוי פיל פלעצער פאר בחינם סאיז א שאד נישט אויס צי ניצן
א משפחה מיט עטליכע קינדער קען קאסטן איבער 100 $ א טאג חוה''מ חוץ די קאר, און ועל כולם ביים אהיים קימען זענען זיי אסאך מאל ניטמאל פרייליך,
סאיז א שאד אידיש געלט פאר חי שעה

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 8:00 am

לייטער האט געשריבן:פאריגע יעזורי

זייער א גיטע געדאנק די אשכול, ווייל סאיז דא אזוי פיל פלעצער פאר בחינם סאיז א שאד נישט אויס צי ניצן
א משפחה מיט עטליכע קינדער קען קאסטן איבער 100 $ א טאג חוה''מ חוץ די קאר, און ועל כולם ביים אהיים קימען זענען זיי אסאך מאל ניטמאל פרייליך,
סאיז א שאד אידיש געלט פאר חי שעה

שוין דא דער נייער יעזורו דארט אויפן סייט http://online.pubhtml5.com/gxop/ebwt/

(איבער דעם "ביים אהיים קימען זענען זיי אסאך מאל ניטמאל פרייליך" ווילעך מעורר זיין אז עס דאס אז קינדער קאמפלעינען ביים אהיימגיין/אהיימקומען זאגט גארנישט וויפיל זיי האבן הנאה געהאט. קינדער זענען קינדער און וועלן קוועטשן ווען זיי ווילן קוועטשן אבער זיי קענען נאכאלץ געדענקן דער גוטער עקספיריענס פאר years to come.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

שמעלץ טאפ
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 5:18 pm

תגובהדורך שמעלץ טאפ » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 8:01 am

http://queensfarm.org/

א קליינע זייער באטעמטע פארם מיט א petting zoo.
קאסט נישט קיין געלט אריינצוגיין עסן פאר די שעפעלעך קאסט קלייניקייטן

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1643
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 8:44 am

פארקעיר שטעלט צו פאר אומזיסט חול המועד ריידס
צוגעלייגטע
Parcare Chol Hamoied.jpeg
Parcare Chol Hamoied.jpeg (131.9 KiB) געזעהן 1848 מאל
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1643
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 8:46 am

אסיסא אין בארא פארק שטעלט צו חול המועד האלטען
צוגעלייגטע
Asissa Chol Hamoed.jpg
Asissa Chol Hamoed.jpg (203.48 KiB) געזעהן 1844 מאל
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

א גולם
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 8:48 am

ODA Also have in willamsburg

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 9:16 am

And Care365 in Monsey
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 9:33 am

איך ספענד אויך נישט קיין סאך ב"ה חול המועד, אבער געדענק אז ווי ס'איז בחינם איז עס איבערגעפילט, גיי גענוג פרי.
זכרנו זעמער איינמאל געגאנגען צו בראנקס זאא מיטוואך ענד איי סעד 'נעווער עגעין'.

מאנסיער
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 1:57 am

חוה"מ

תגובהדורך מאנסיער » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 10:38 am

care365 אין מאנסי געט א ביקור חולים בענד פאר יעדן פאציענט וואס קומט אריין ביז חוה"מ זיי שטעלן נישט צי קיין אינטערטעינמענט

יהיה מה שיהיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 11:05 am

חול המועד און דזשערסי סיטי
צוגעלייגטע
Chol Hamoed Greenville Spread.jpg
Chol Hamoed Greenville Spread.jpg (647.47 KiB) געזעהן 1628 מאל
Map Ad.jpg
Map Ad.jpg (438.43 KiB) געזעהן 1628 מאל

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 3:00 pm

דריידל האט געשריבן:סטעטן איילענד פערי

רוזוועלד איילענד - מיטנעמען בייקס/סקוטערס

עירפארט - זעהן ווי פליגערס הייבן זיך און לאנדען - נאווארק און קענעדי האבן אויך עיר טרעינס

ס'איז דא עירפארטס וואס מ'קען זעהן פון דער נאנט?

דורעכגעטראכטער
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:08 am

תגובהדורך דורעכגעטראכטער » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 3:15 pm

איינער מיט אינפארמעישאן פון Williamsburg pediatrics און ק״י?

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 3:55 pm

ליינער האט געשריבן:ווער עס ווייסט ווי מען קען גיין פאר אומזיסט חול המועד האלטען מיט די קינדער זאל ביטע מעלדן דא


אוי זאגט איהר גוט.
פרייע חול המועד האלטן.

פאר א גוט יאהר, קענסט מיר טייטשען אייער ווערטער?
פרייע איז די טייטש free?
קען זיין, אבער איך האב עס קיינמאל נישט אזוי געהערט.

חול המועד האלטען מיינט האצקענען חול המועד? אדער דאס מיינט אפשר נישט האלטען חול המועד? לא ניתנו מועדים אלא בכדי שילכו לבלות את זמנם במקומות שונים ומשונים איז נישט קיין מאמר חז"ל.

פרייע חול המועד האלטן לדעתי איז כפשוטו.
האלטן חול המועד אויף נישט קיין אידישע דרך, נאר ווי פרייע אידן רח"ל.

נ. ב. אוודאי ווען א איד האט קינדער אין שטוב, און עס איז קיין חדר נישט דא, מעג מען (דארף מען, אויב די מאמע קען נישט אליין) נעמען די קינדער אויף פלעצער זיי צו האלטן אידישלעך און געזונט, אבער נאך עס אנרופן בשם חול המועד האלטן? וואס פאר א גוט יאהר האט דאס מיט האלטען יום טוב? חול המועד? ווי אזוי האלט מען שבת? דורך עסן טשאלענט? אדער דורך מאכן א פעמילי עווענט?

א מין שפראך....

שמעלץ טאפ
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 5:18 pm

תגובהדורך שמעלץ טאפ » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 4:15 pm

פארווייטאגט האט געשריבן:
ליינער האט געשריבן:ווער עס ווייסט ווי מען קען גיין פאר אומזיסט חול המועד האלטען מיט די קינדער זאל ביטע מעלדן דא


אוי זאגט איהר גוט.
פרייע חול המועד האלטן.

פאר א גוט יאהר, קענסט מיר טייטשען אייער ווערטער?
פרייע איז די טייטש free?
קען זיין, אבער איך האב עס קיינמאל נישט אזוי געהערט.

חול המועד האלטען מיינט האצקענען חול המועד? אדער דאס מיינט אפשר נישט האלטען חול המועד? לא ניתנו מועדים אלא בכדי שילכו לבלות את זמנם במקומות שונים ומשונים איז נישט קיין מאמר חז"ל.

פרייע חול המועד האלטן לדעתי איז כפשוטו.
האלטן חול המועד אויף נישט קיין אידישע דרך, נאר ווי פרייע אידן רח"ל.

נ. ב. אוודאי ווען א איד האט קינדער אין שטוב, און עס איז קיין חדר נישט דא, מעג מען (דארף מען, אויב די מאמע קען נישט אליין) נעמען די קינדער אויף פלעצער זיי צו האלטן אידישלעך און געזונט, אבער נאך עס אנרופן בשם חול המועד האלטן? וואס פאר א גוט יאהר האט דאס מיט האלטען יום טוב? חול המועד? ווי אזוי האלט מען שבת? דורך עסן טשאלענט? אדער דורך מאכן א פעמילי עווענט?

א מין שפראך....


קוקט נעבעך אויס שטארק "פארווייטאגט".....

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 4:59 pm

די שאלה איז אויב 'אינדערהיים' (פאר די וואס זוכן קריטיק: אויך מיר א שפראך דאס 'אינדערהיים'! א"י איז דאך אונזער היים!) האט מען אויך אנגערופן 'חול המועד האלטן' - דאס גיין באזוכן, וויילן און פארוויילן, איש כפי מהללו.
סאיז ביי מיר קרוב לוודאי אז יא! ממילא דארף מען נישט שטיין אזוי אויף יעדע ווארט און זיין פרומער פון אונזערע עלטערן.

אדרבה, ר' פארווייטאגטער, איידער דו שטעקסט אן אנדערע מיט דיין ווייטאג, זיי מברר די פאקטן.
בנוגע 'פרייע' האלט איך ווי דיר. אבער נישט אזוי שרייעדיג...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 5:14 pm

פארווייטאגט האט געשריבן:
ליינער האט געשריבן:ווער עס ווייסט ווי מען קען גיין פאר אומזיסט חול המועד האלטען מיט די קינדער זאל ביטע מעלדן דא


אוי זאגט איהר גוט.
פרייע חול המועד האלטן.

פאר א גוט יאהר, קענסט מיר טייטשען אייער ווערטער?
פרייע איז די טייטש free?
קען זיין, אבער איך האב עס קיינמאל נישט אזוי געהערט.

חול המועד האלטען מיינט האצקענען חול המועד? אדער דאס מיינט אפשר נישט האלטען חול המועד? לא ניתנו מועדים אלא בכדי שילכו לבלות את זמנם במקומות שונים ומשונים איז נישט קיין מאמר חז"ל.

פרייע חול המועד האלטן לדעתי איז כפשוטו.
האלטן חול המועד אויף נישט קיין אידישע דרך, נאר ווי פרייע אידן רח"ל.

נ. ב. אוודאי ווען א איד האט קינדער אין שטוב, און עס איז קיין חדר נישט דא, מעג מען (דארף מען, אויב די מאמע קען נישט אליין) נעמען די קינדער אויף פלעצער זיי צו האלטן אידישלעך און געזונט, אבער נאך עס אנרופן בשם חול המועד האלטן? וואס פאר א גוט יאהר האט דאס מיט האלטען יום טוב? חול המועד? ווי אזוי האלט מען שבת? דורך עסן טשאלענט? אדער דורך מאכן א פעמילי עווענט?

א מין שפראך....


מנהג ישראל תורה היא.

לול

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » מוצ"ש אוקטובער 12, 2019 9:26 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:סאיז ביי מיר קרוב לוודאי אז יא! ממילא דארף מען נישט שטיין אזוי אויף יעדע ווארט און זיין פרומער פון אונזערע עלטערן.



הייסט אז ביי אייך איז עס קרוב לוודאי. און עס ווערט שוין א מסורה. איך הער.

איך האב עס דאס ערשטע מאל געהערט א שיינער פאר יאהר נאך מיין חתונה.
הייסט עס אז די שטיבל/תלמוד תורה ווי איך בין געווען, האבן עס נישט געהערט פון זייער זיידעס, וואס א חלק קומען דאך פון די זעלבע שטעטל אין אירופא ווי אייערע זיידעס. (בהנחה, אז מיר ניצן פונקט די זעלבע אויסדרוקען ווי אונזערע זיידעס האבן גענוצט אין זייערע צייט).
מיינע בחורישע יאהרן וואס איך האב געלערנט אין אן אנדערע לאנד, האבן זייערע זיידעס אויך נישט אזוי גערעדט.
נאך מיין חתונה, אין אן אנדערע שטיבל, האב איך עס אויך נישט געהערט.

בקיצור איהר האט א מסורה. גיי ווייס.

שמעלץ טאפ האט געשריבן:
קוקט נעבעך אויס שטארק "פארווייטאגט".....


זאל איך עס לייקענען? אבער עס איז דאך אמת. :cry:

משהלע האט געשריבן:
מנהג ישראל תורה היא.



דאס נישט.

משהלע האט געשריבן:
לול

דאס קען שוין זיין.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מוצ"ש אוקטובער 12, 2019 9:55 pm

פארווייטאגט האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:סאיז ביי מיר קרוב לוודאי אז יא! ממילא דארף מען נישט שטיין אזוי אויף יעדע ווארט און זיין פרומער פון אונזערע עלטערן.



הייסט אז ביי אייך איז עס קרוב לוודאי. און עס ווערט שוין א מסורה. איך הער.


כ'האב נאר געוואלט לינדערן די ווייטאג... ווילסט נישט - איז נישט...
:wink:
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מוצ"ש אוקטובער 12, 2019 10:30 pm

ב
צוגעלייגטע
Screenshot_2.jpg
Screenshot_2.jpg (90.4 KiB) געזעהן 1234 מאל

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש אוקטובער 12, 2019 11:43 pm

פארווייטאגט האט געשריבן:
ליינער האט געשריבן:ווער עס ווייסט ווי מען קען גיין פאר אומזיסט חול המועד האלטען מיט די קינדער זאל ביטע מעלדן דא


אוי זאגט איהר גוט.
פרייע חול המועד האלטן.

פאר א גוט יאהר, קענסט מיר טייטשען אייער ווערטער?
פרייע איז די טייטש free?
קען זיין, אבער איך האב עס קיינמאל נישט אזוי געהערט.

חול המועד האלטען מיינט האצקענען חול המועד? אדער דאס מיינט אפשר נישט האלטען חול המועד? לא ניתנו מועדים אלא בכדי שילכו לבלות את זמנם במקומות שונים ומשונים איז נישט קיין מאמר חז"ל.

פרייע חול המועד האלטן לדעתי איז כפשוטו.
האלטן חול המועד אויף נישט קיין אידישע דרך, נאר ווי פרייע אידן רח"ל.

נ. ב. אוודאי ווען א איד האט קינדער אין שטוב, און עס איז קיין חדר נישט דא, מעג מען (דארף מען, אויב די מאמע קען נישט אליין) נעמען די קינדער אויף פלעצער זיי צו האלטן אידישלעך און געזונט, אבער נאך עס אנרופן בשם חול המועד האלטן? וואס פאר א גוט יאהר האט דאס מיט האלטען יום טוב? חול המועד? ווי אזוי האלט מען שבת? דורך עסן טשאלענט? אדער דורך מאכן א פעמילי עווענט?

א מין שפראך....


רעב איר , איר ברויכט אפשר א קאפי?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש אוקטובער 12, 2019 11:48 pm

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס עטליכע ניקים מיזן אויסגיסן זייער בויך וויי אין יעדער אשכול??

איי מין. איינער עפענט א נארמאלע אשכול און געוויסע מיינען אז די גאנצע עולם וויל יעצט הערן זייער פריוואטע מיינונגען/השקפות

איר ווילן מוחה זיין?! לאזן הערן אייער השקפה הטהורה? בכבוד גדול , אבער נישט אין די אשכול!!


——
צוריק צום נושא
בראנקס zoo איז בחינם איעדער מיטוואך
א הערליכע פלאץ
אביסעל שווער פאר קליינע קינדער, ווייל מברויך אסאך גיין ( אחוץ אז מען בלייבט אין איין אפטיילונג)

עס איז דא א טרעין פון ברוקלין וואס פארט אהין
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, בשבילי נברא און 11 געסט