בלאט 1 פון 1

סוכה סעפטי, חמירא סכנתא

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 10:58 am
דורך לייטער
היות איך האב געהערט א וויכטיגע סעפטי אינטערוויא אויף קול מבשר לייג איך ארויף דא די תמצית

אינטערוויו: חמירא סכנתא מאיסורא - וויכטיג אנווייזונגען ביים צושטעלן די יו"ט סוכות:ר' יצחק בערנאטה
http://www.yiddish24.com/share/Y2F0ZWdv ... lEPTc5OTg=

די גאנצע סוכה איז ציזאמגעשטעלט פון ברענעדיגע פעפיר און סאיז שוין ליידער געשעהן זייער אסאך פייערס
ווייערס, מען זאל מאכן זיכער צי האבן די ריכטיגע ווייערס וואס קענען אויסהאלטן די א לעקטאר פרעשור,
'' סמאק דיטעקטאר'' מען דארף לייגן א פייער אלארעם אין די סוכה
ווי אויך גיטע פלאג ובפרט די היטער דארף האבן א העווי דאטי פלאג און ווייער
נישט סטעיפלין אין די ווייער ח''וו
נישט לייגן נו סוכה העכער די לעכט,
קיין שום זאך טאר נישט זיין נעבן די היטער, בעט געוואנט פלעסטיק טישטיך וכדומה
לעכט זאל מען נישט צינדן אין די סוכה, אויב יא נישט ארויסגיין ווי לאנג עס ברענט
פארטש, א פארטש איז נישט דיזיינט צי האלטן אסאך מענטשן, אפגערעדט פון טאנצן אין די פארטש ח''וו
סעלפאן אין די סוכה, מען זאל האבן א סעלפאן אין די סוכה
אויב שמעקט מען פייער אויב זעהט מען אדער מען הערט א סמאק דיטעקטאר , זאל מען מאכן זיכער אז אלעס איז אקעי
אויב הערט מען שרייען פייער ח''וו, די ערשטע זאך עוועקוועיטן זיך אין די שכינום ווייל סוכה פייער גייט זייער זייער שנעל
פייער עסקיעפ דארף זיין אפען, אפילו מען מאכט א סוכה
האט פלעיט איז נישט דעזיינט צי ארבעטן 2 טעג אויף אמאל, סזאל האבן א שבת זייגער סזאל זיך אויסלעשן אפאר שעה
חוה''מ זאל מען וואטשן די קינדער און אלע קינדער זאלן האבן א נאמען מיט א סעל נאמבער פין

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 11:50 am
דורך Programming
איז רעגן וואסער א סכנה פאר ווייערס, באלבס א.א.וו.?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 11:53 am
דורך לעגאו מענטשעלע
יא, אויב איז עס אפן אויסגעשטעלט צו די וואסער.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 11:54 am
דורך Programming
וואס איז די עצה אויב האט מען נישט קיין שלאק? וואס איז מיט אלע פאבליק סוכות?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 12:00 pm
דורך Graphic24
Programming האט געשריבן:איז רעגן וואסער א סכנה פאר ווייערס, באלבס א.א.וו.?

פארמאכטע ווייערס איז קיין פראבלעם, אבער פיקסטשורס און באלבס דארף מען מאכן זיכער אז ס׳געמאכט פאר outdoor use!

ווי אויך אלע opening connections זאל זיין גענצליך פארמאכט און waterproofed מיט עלעקטריק-טעיפ!

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 12:01 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
זיכער מאכן אז די לייטס זענען איבערגעדעקט און אזוי אויך די פלאג'ס פון די ווייערס זענען גוט צוגעדעקט מיט פלעסטיג וכדו' אז וואסער זאל נישט צוקומען.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 12:11 pm
דורך דממה דקה
לייטער האט געשריבן:לעכט זאל מען נישט צינדן אין די סוכה, אויב יא נישט ארויסגיין ווי לאנג עס ברענט

שטייט אין שולחן ערוך "המנורה בסוכה, ואם היתה סוכה קטנה מניחה חוץ לסוכה."
און די משנה ברורה שטייט: סוכה קטנה אפילו אינה מצומצמת בשיעורה אלא שהיא קטנה כ"כ בענין שיש לחוש שמא יתקרב הנר לדופני הסוכה ותאחז בהן האור ותשרף סוכתו צריך להניחה חוץ לסוכה אפילו היא של זהב. ואם מטבעו הוא מצטער כשאוכל שלא במקום הנר יש להקל כשיעמיד הנר בעששית שקורין (לנטערנע) או במנורה (שקורין לאנפין) אם לא שהיא נמוכה מאוד ויש לחוש שיתקרב האור להסכך:

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 12:27 pm
דורך nmi
לייטער האט געשריבן:פארטש, א פארטש איז נישט דיזיינט צי האלטן אסאך מענטשן, אפגערעדט פון טאנצן אין די פארטש ח''וו

איי געס ער רעדט פון אפסטעיט פארטשעס וואס איז א שטיק האלץ. אין די סיטי וואס ס'איז פון מעטעל מיט סעמענט קען מען צאנצן וויפול מ'וויל און וויפול מענטשן ס'פיט דארט אריין...

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 1:06 pm
דורך לעכטל
nmi האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:פארטש, א פארטש איז נישט דיזיינט צי האלטן אסאך מענטשן, אפגערעדט פון טאנצן אין די פארטש ח''וו

איי געס ער רעדט פון אפסטעיט פארטשעס וואס איז א שטיק האלץ. אין די סיטי וואס ס'איז פון מעטעל מיט סעמענט קען מען צאנצן וויפול מ'וויל און וויפול מענטשן ס'פיט דארט אריין...

ריכטיג, און אין מאנסי איז שוין געשעהן עטליכע מאל די לעצטע יארן וואס א גאנצע פארטש איז געפאלן צום ערט עטליכע שטאק!, מען דארף זייער אויפפאסן!

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 9:33 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
הערשט פאריאר... א פארטש האט זיך צענויפגעלייגט אינמיטן א מסיבת תנאים, מיינס א נאנטע ידיד האט זיך געפונען אויף דעם פארטש, ער האט מיר איבערגעגעבן וואס דארט איז פארגעגאנגען... א שרעק! מיט אפענע ניסי ניסים זענען אלע ארויס ממש אומגעשעדיגט!

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 9:44 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
הערנדיג יעצט קול מבשר לייג איך צו: בשו"א נישט לאזן קינדער נוצן א עלעקטעריק זעג, און אפי' עלטערע זאלן זיין פארזיכטיגער ווי פארזיכטיג.