משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

Wow wow
89 בלאט! ייש’’כ גדול! ס’איז שטארקע זאכן. אידן וועלן הנאה האבן פון דעם אויף ביידע וועלטן!
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

@נשמה
איך האב עס געליינט אין זייער הנאה געהאט א גרויסן דאנק
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

די מהלך איז די מער נייערע ACT Therapy ווס די מער עלטערע CBT Therapy
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
טראמפיסט
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 5:04 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמפיסט »

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:
די מהלך איז די מער נייערע ACT Therapy ווס די מער עלטערע CBT Therapy
און די צווייטע סעריע רעדט ר' שרגא ארום איבער דעם דאכטציך שיעור 35 36 37 בערך
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

א גוטן, ווי קען מען לעת עתה הערן די שעורים? בעסער צו דאונלאדען ווי אויפן פאון.

יש''כ
איש ישר
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 10:15 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ישר »

אידיאט האט געשריבן:

איינער מיט א תשובה?
איך זיך שטארק ווי מען קען הערן די שיעורים
ייש"כ
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובה דורך נשמה »

איש ישר האט געשריבן:

אויף ובחרת בחיים האט ליין. ניין?
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

נשמה האט געשריבן:
איש ישר האט געשריבן:
אידיאט האט געשריבן:
א גוטן, ווי קען מען לעת עתה הערן די שעורים? בעסער צו דאונלאדען ווי אויפן פאון.

יש''כ
איינער מיט א תשובה?
איך זיך שטארק ווי מען קען הערן די שיעורים
ייש"כ
אויף ובחרת בחיים האט ליין. ניין?
יא
viewtopic.php?p=2033308#p2033308
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
איש ישר
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 10:15 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ישר »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
איש ישר האט געשריבן:
אידיאט האט געשריבן:
א גוטן, ווי קען מען לעת עתה הערן די שעורים? בעסער צו דאונלאדען ווי אויפן פאון.

יש''כ
איינער מיט א תשובה?
איך זיך שטארק ווי מען קען הערן די שיעורים
ייש"כ
אויף ובחרת בחיים האט ליין. ניין?
יא
viewtopic.php?p=2033308#p2033308
א געוואלדיגן ייש"כ
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

אידיאט האט געשריבן:
א גוטן, ווי קען מען לעת עתה הערן די שעורים? בעסער צו דאונלאדען ווי אויפן פאון.

יש''כ
זוך דא פריער. איינער האט עס אויף גוגל דרייוו אראפגענומען. קענסט עם עס בעטן באישי.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
טראמפיסט
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 5:04 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמפיסט »

@נשמה
נשמה ווי ביסט?! נשמה ווי ביסטו?!
בשם כל הקהל ווילן מיר אפערלירן אויב די קענסט אונז געבן נאך!
ספעציעל פון די סעריע פון צרכי הנפש
עונג החיים
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:57 pm

תגובה דורך עונג החיים »

טראמפיסט האט געשריבן:

גא"מ
מיר באלעקן זיך די פינגער פון דיין ארבעט!
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים. וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים:
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

טראמפיסט האט געשריבן:
@נשמה
נשמה ווי ביסט?! נשמה ווי ביסטו?!
בשם כל הקהל ווילן מיר אפערלירן אויב די קענסט אונז געבן נאך!
ספעציעל פון די סעריע פון צרכי הנפש
ב"ה

איך הער אים יעדן טאג כמעט אויף די ובחרת בחיים האט ליין. ער האט נאכנישט ארויפגעלייגט א נייע 'ניינצענטע' שיעור אויף צרכי הנפש. זיינע שיעורים דארף מען הערן און הערן און הערן. און לעבן דערמיט. ווען איך וועל באקומען א אינערליכע אינספיראציע וועל איך שרייבן נאך. אי"ה, איך ווארט אז די קוואל זאל ארויפקומען.

זייער גיט! ממש ווי ר' שרגא זאגט!
עונג החיים
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:57 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עונג החיים »

ר' שרגה מעלד און די ניינצענט'ע שיעור, די לאנג ערווארטעטע פרייליכע בשורה, אז און די קימענדיגע שיעור וועט ער אנהייבן רעדן און די נושא פון תחינת הנפש - אויפן סדר פון די אניגרעם (9 מענטשן נאטורן) וואס ער זאגט, אז דאס איז א הקדמה און יסוד צו שלום בית און חינוך הבנים.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים. וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים:
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

עונג החיים האט געשריבן:
ר' שרגה מעלד און די ניינצענט'ע שיעור, די לאנג ערווארטעטע פרייליכע בשורה, אז און די קימענדיגע שיעור וועט ער אנהייבן רעדן און די נושא פון תחינת הנפש - אויפן סדר פון די אניגרעם (9 מענטשן נאטורן) וואס ער זאגט, אז דאס איז א הקדמה און יסוד צו שלום בית און חינוך הבנים.
ווי קען מען דאס הערן אין וועלכע קנעפלעך דארף מען דריקען
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

נשמה האט געשריבן:
טראמפיסט האט געשריבן:
@נשמה
נשמה ווי ביסט?! נשמה ווי ביסטו?!
בשם כל הקהל ווילן מיר אפערלירן אויב די קענסט אונז געבן נאך!
ספעציעל פון די סעריע פון צרכי הנפש
ב"ה

איך הער אים יעדן טאג כמעט אויף די ובחרת בחיים האט ליין. ער האט נאכנישט ארויפגעלייגט א נייע 'ניינצענטע' שיעור אויף צרכי הנפש. זיינע שיעורים דארף מען הערן און הערן און הערן. און לעבן דערמיט. ווען איך וועל באקומען א אינערליכע אינספיראציע וועל איך שרייבן נאך. אי"ה, איך ווארט אז די קוואל זאל ארויפקומען.
איי געס, אונז גיי מיר דארפן ווארטן פאר דער אינספעראציע.

אגב, דארף איך מיך באדאנקען פאר דיר פארן מיך מאכן אויסהערן ר' שרגא. וואס איך האב בעיקר הנאה פון איהם איז זיין אידישע צוגאנג! אן אייטעם וואס איז שווער צו באקומען.

דער מהלך פון אויפגעבן דער יכולת איז עפעס וואס מ'הערט כמעט נישט און דער וועלט פון טערעפי, אבער איז אזוי אמת און וויכטיג!
דער איינציגסטער פון וועם איך האב שוין געהערט דעם געדאנק, איז ר' מנשה באכנער פון מאנסי. כ'מיין כ'וועל דארפן עפענען אן אשכול וועגן ר' מנשה איין טאג.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ביי די געפילישע איז די וועג דורך די געפיל דייקא.

איז אזוי. מיך קלינגט אין קאפ די ווארט 'פשוט'ע פעולות'. אז ר' שרגא נ"י זאגט אז מ'דארף האבן חיות פון פשוט'ע פעולות. און איך האב עס אפגעלערנט ווי פאלגנד: אז מיט די פשוט'ע פעולות קען מען זיין מחובר צו השי"ת, ווייל השי"ת געט מיך עס, און איך בוחר צו נעמען אט די פשוט'ע פעולות פון השי"ת.

אבער דא עגבערט א קשיא. פארוואס האט השי"ת באשאפן אזא זאך ווי א 'פירער' , און 'פינעווער', און א 'צווייער'. אויב מ'קען האבן חיות פון פשוט'ע פעולות, פארוואס פעלט אויס צו זיין א 'צווייער'? פארוואס פעלט אויס צו זיין א 'פירער'? דהיינו: וואס האט מיין תכונת הנפש מיט די פעולות? צי דארף איך לאזן מיין תכונת הנפש אין א זייט, און פשוט טון פעולות, אן זיך רעכענען מיט אירע געברויכן פון מיין תכונת הנפש?

אין די צוויי און צוואנציגסטער שיעור אין צרכי הנפש הער איך עפעס גאר א נייע זאך. א נייע זאך וואס האט אריינגעגאסן א נייעם אור און דעם גאנצן מהלך פון ר' שרגא.

פאר 'געפילישע מענטשן' איז די וועג דייקא דורך די צער וואס מ'פילט. א בחינה ווי 'מן המצר קראתי קה'. כלך לך מפשוט'ע פעולות, און לייג דיין אטענשאן צו דיין צער וואס דו פילסט אינעווייניג. ווי ר' שרגא נ"י זאגט אז א מענטש האט שטענדיג 'צער'. ווייל שטענדיג איז א מענטש - אין א געוויסע וועג - דערווייטערט פון השי"ת. און דארט, ביי יענע פלאץ אינעם נפש וואו מ'האט צער, דארט דארף מען זיך קלויבן פעולות.

א געפילישער מענטש איז אזא איינער וואס איז נישט דא צו טון מעשים. ער איז דא צו מסדר זיין זיינע געפילן. מעשים רעדן נישט צו אים, נאר געפילן רעדן צו אים. ווילסט אז ער זאל דיר העלפן אפוואשן די דישעס? בעט עס אים אויף אזא אופן אז ער זאל בוחן זיין אז ער גייט פילן בעסער.

אזוי ווי ס'דא א עולם 'הפעולות', איז דא א עולם פון 'צר ומצוק מצאוני מצוותיך שעשועי'. דוקא דארט וואו עס איז ענג, דוקא דארט איז 'מצוותיך שעשועי'. 'בצר לי אקרא ה', דוקא דארט וואו עס איז צר, דוקא דארט וואו עס איז ענג, דוקא דארט ליגט אוועקגעלייגט א התחברות צו השי"ת. בכל צרתם לו צר.

די התחברות צו השי"ת איז דייקא דורך 'ממעמקים קראתיך ה''. דוקא דארט וואו עס איז ענג פאר א מענטש, דוקא דארט וואו ער פילט אז ס'פעלט אים, דוקא דארט ליגט די 'פשוט'ע פעולות' וואס ער זאל טון כדי צו האבן התחברות צו השי"ת.

די עצה צו האבן התחברות - זאגט ר' שרגא - איז גאר צו פארטיפן די צער. דהיינו: מער אריינגיין אינעם צער. און פון דארט שרייען: רבש"ע סע פעלט מיר סיפוק. וואס מיינט דאס אז ס'פעלט סיפוק? ס'מיינט אז איך פיל אז די וועלט איז צו פשוט, אבער וואס מיינט 'צו פשוט'? וואס מאכט דיך טראכטן אז ס'איז צו פשוט? דאס אז מ'איז נישט מחובר צו השי"ת, דאס אז מ'איז ווייט פון השי"ת, און ווייל מ'איז עכט יא נאנט צו השי"ת, און מ'פילט עס נישט, דערפאר פילט מען אז די וועלט איז צו פשוט, מיין לעבן איז צו פשוט.

ווער מאכט מיך פילן אז מיין לעבן איז צו פשוט? דער אייבערשטער. ער געט מיר אזא געפיל. ווייל ער וויל אז איך זאל אים זוכן, און שרייען צו אים: למה פניך תסתיר? איך וויל מער פילן א תשוקה צו דיר.

קומט אויס אז אין די צער פון 'עס פעלט מיר סיפוק', איז דא א תשוקה פון 'איך וויל פילן א געטליכקייט, איך וויל פילן א נאנטקייט. איך וויל פילן. איך וויל פילן. איך וויל פילן. ווער מאכט מיך וועלן פילן? השי"ת מאכט עס. ער קלאפט אויף מיין הארץ. פתחי לי אחותי רעיתי יונתי תמתי. ער זאגט מיך: קוק וויאזוי דו פילסט דיין לעבן, עס איז טרוקן ווי פעפער, עס האט נישט קיין חיות, גיי זוך מיך. על משכבי בלילות בקשתי את שאהבי נפשי.

דער רבש"ע זאגט: נעם דיך נישט טון פשוטע פעולות וואס פארענטפערן נישט דיין צער. נאר גיי אריין אין דיין צער, גיי אריין אין דעם 'מצר', און פון דארט שריי ארויס, מן המצר קראתי קה. (דער בית אהרן שרייבט א אנדערע בחינה) רבש"ע "איך פיל אז איך וויל פילן". דאס אלעס. דשאסט דאס: איך וויל פילן. און 'פילן' מיינט: איך וויל פילן א התקרבות צו השי"ת. וויאזוי פיל איך התקרבות? וועלכע 'פעולות' זענען עוועיליבל פאר מיר צו פילן התקרבות? דא קומט אריין די ווארט 'פעולות'.

די 'מצר' איז דא. די צער פון א מענטש וואס פילט "קיינער האט מיך נישט ליב", "איך פיל נישט די אינטענסיוויטעט פון נפש", "לעבן איז נאמאר דראמאטיש", דאס קומט פון השי"ת. דאס טרייבט א יוד צו גרובן קוועלער אין זיך, אז ס'זאל שפרודלן מיט מים חיים. השי"ת זאגט: לויף נישט אוועק פון דעם צער, און גיי זוך דיר טרוקענע תהלים געזאגעכץ. ווייל דוקא אין דעם צער ליגט דיין גאנצע תהלים. די צער פון "לעבן איז מער נישט דראמאטיש", מיינט אויף תהלים שפראך: תבוא לפניך אנקת אסיר. אדער: הוציאה ממסגר נפשי להודות את שמיך.

די צער וואס מ'האט, האט אין זיך התקרבות צו השי"ת. צער קומט ווען 'אור' עקזיסטירט, און דער מענטש ווייסט אז ס'עקזיסטירט, נאר ער קען צו דעם נישט צוקומען.

דורך די צער וואס מ'האט, דורכדעם קומט מען אן צו פילן השתוקקות, און דורך פילן השתוקקות קומט מען אן צו די פשוטע פעולות כדי צו ממלא זיין די השתוקקות. ווייל השי"ת געט פעולות פאר א מענטש וויאזוי זיך צו באפרייען פון צער. ווייל ער שיקט די צער כדי מ'זאל זיך דערפון באפרייען. בצר לך ומצאוך כל הדברים האלה, ושבת עד ה' אלוקיך.

ווער האט מיר געשאפן די צער? דער אייבערשטער. ווער געט מיר די פעולות זיך צו באפרייען פון צער? דער אייבערשטער. מלמעלה.

דוקא אין די צער ליגט התחברות. קומט אויס אז ווען מ'שטייט אויף אינדערפרי, דארף מען טראכטן: פון וואס האב איך צער? איך האב צער אז מיין לעבן איז צו 'פלעין', עס פעלט יענע געפיל פון 'תוכן', אז איך בין עפעס א זאך. אז מיין לעבן האט עפעס א מיינונג וואס זאל זיך שטומען מיט די באשאף פון די וועלט וואס אזא מעכטיגע באשעפער האט באשאפן. ווער געט מיך די צער, מלמעלה. השי"ת וויל אז איך זאל אים זוכן היינט. איך דארף מער מעמיק זיין דעם צער, און נאכדעם: רבש"ע איך ווייס אז דו געסט מיך דעם צער פון 'פלעין', פון 'ס'פעלט', פון 'ס'איז עפעס נישט', רבש"ע איך גלוסט צו פילן אז מיין לעבן איז גאר עפעס 'יא', איך גלוסט צו פילן אז דו דארפסט מיך האבן. אז דו ווילסט אז איך זאל מיך פרייען מיט דיינע מצוות. מצוותיך שעשועי. אז דו ווילסט אז 'איך', דייקא 'איך' זאל זיך פרייען מיט דיינע מצוות. דייקא 'איך', און דייקא 'היינט'.

רבש"ע דו ווילסט עפעס פון מיר היינט, יעצט.

און ווער געט מיך די פעולות צו קענען זוכן השי"ת? מלמעלה. די עצם התגלות אז השי"ת האט מיך יא ליב, די עצם געפיל אז השי"ת האט פאר מיר גרייט א טלית ותפילין לייגן, א דאווענען, א לערנען, די פעולות דאס צו טון, קומט מלמעלה צו מיר.

עס איז נישט קיין חילוק וועלכע פעולה מ'טוט כדי ארויסצוגיין פונעם 'צער', עס איז נישט קיין חילוק וועלכע פעולה מ'טוט כדי צו ערפילן די תשוקה צו פילן גוט. דארף מען פילן אז ס'קומט מלמעלה צו מיר. די חידוש איז נאר אז עס איז די צער אויף וואס מ'דארף זיך באוואוסטזיניגן.

עס איז די צער פון: איך פיל נישט אפרישיעשאן אין מיין לעבן, איך פיל נישט אז איך לעב, און פון דעם קומט די תשוקה פון: איך וויל פילן אז איך לעב. וואס פון דעם קומט די פעולות וואס מ'איז בוחר צו טון כדי צו פילן אז מ'לעבט. צו ביישפיל: אז איך זאל גיין רעדן צו מענטשן אז יענער זאל מיר געבן א גוט ווארט, און מאכן פילן אז איך לעב. דאס קומט מלמעלה.

קומט אויס אז די עבודה איז זיך מעמיק זיין אינעם צער. ווייל דארט ליגט די געפיל פון תשוקה אוועקצונעמען דעם צער, און דארט ליגט די פעולות וואס קומט מלמעלה. און דארט ליגט בחירה.

דאס מיינט 'כי עזה כמות אהבה'. אז די טויטקייט וואס מ'פילט אין לעבן, דארט ליגט אהבת ה'. רשפיה רשפי אש שלהבת קה. אין די גיהנם וואס מ'פילט, דארט ליגט באהאלטן די בענקעניש צו השי"ת.

אויב דו האסט א וואונדער, על מה שוא בראת כל בני אדם, אז דיין לעבן איז פלעין, מי גבר יחי ולא יראה מות, קען מען דען לעבן אנדערש ווי טרעפן דעם צער אין זיך, ימלט נפשו מיד שאול סלה, דאס איז די וועג וויאזוי מ'קען זיך ראטעווען מיד שאול.

עכ"פ, ווייס אז דו האסט צער, דו האסט צער ווייל דו ווייסט אז עכט איז השי"ת דא פאר דיר. זיי דיך מעמיק אין דעם צער, פיל עס, פיל עס ווי פלעין דיין לעבן איז, פיל ווי דיין חנוכה האט נישט אין זיך דעם 'חנוכה'

דאס מיינט: זאת חנוכה. זאת חנוכה איז א וואונדער וואס דער מענטש וואונדערט זיך. זאת חנוכה? דאס איז דאס גאנצע? וואו זענען מיינע אורות וואס איך האב געמיינט אז איך גיי באקומען? און מיט דעם אליין אז ער וואונדערט זיך אויף זיך אליין "וואו איז מיין גל עיני ואביטה נפלאות מתורתיך הקדושה?", מיט דעם אליין איז ער מעמיק דעם צער, און מיט דעם אליין בעט ער זיך ביי השי"ת, רבש"ע אין די לעצטע מינוטן פון חנוכה געב מיר א אור, שיין אריין אין מיין נשמה, הוי רבש"ע, איך וויל זיין נאנט צו דיר

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

נשמה האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
שכח נשמה הערליך!!
ווי קען מען הערן אויפן טעלעפאון זיינע שיעורים
1-718-298-4568
וועלכע אפטיילונג?
2, און דערנאך 5, און דערנאך 1, אדער 2
קוקט אויס ווי די סיסטעם האט זיך געטוישט קען איינער צו ווייזען ווי אויף די סיסטעם מען קומט אן צו ר' שרגא
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

נשמה האט געשריבן:
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ביי די געפילישע איז די וועג דורך די געפיל דייקא.
Powerful, thanks
עונג החיים
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:57 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עונג החיים »

@נשמה
איך האב יעצט גענדיגט ליינען דיינע פרושע סחורה איך פיל אסאך קלארער און די שיעורים נאכן ליינען דיינע ארטיקלען!
בעסיקלי וואס די זאגסט איז אז א מענטש וואס אנטלויפט פון זיינע פלענע פשוטע קליינע צער פון די טאג-טעגליכע לעבן, וועט ער קיינמאל נישט אנקומען צו שפירען וואס זיין טיפערע ווייטאג איז, און וואס עס באדערט אים באמת, וואס דאס ליגט אסאך אסאך טיפער אינטער די פשוטע פלענע ווייטאג וואס א מענטש פילט קאנסטענטלי פיר און צוואנציג שעה א טאג
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים. וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים:
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

עונג החיים האט געשריבן:
@נשמה
איך האב יעצט גענדיגט ליינען דיינע פרושע סחורה איך פיל אסאך קלארער און די שיעורים נאכן ליינען דיינע ארטיקלען!
בעסיקלי וואס די זאגסט איז אז א מענטש וואס אנטלויפט פון זיינע פלענע פשוטע קליינע צער פון די טאג-טעגליכע לעבן, וועט ער קיינמאל נישט אנקומען צו שפירען וואס זיין טיפערע ווייטאג איז, און וואס עס באדערט אים באמת, וואס דאס ליגט אסאך אסאך טיפער אינטער די פשוטע פלענע ווייטאג וואס א מענטש פילט קאנסטענטלי פיר און צוואנציג שעה א טאג
מיר ליגט אין קאפ אז ער זאגט אז קודם דארף מען פילן די צער, און פון די צער דארף מען פילן די תשוקה וואס מ'האט. לאמיר זאגן אז איך האב צער אז עפעס טוט מיר וויי, און ווער ווייסט וואס דאס איז, יעצט, די עכטע צער איז אז איך וויל לעבן, און פון דעם צער קען איך פילן א תשוקה צו לעבן. אנשטאטס צו בלייבן ביי די צער, גיי איך צו די תשוקה צו לעבן, צו באקומען חסדי ה'.

איך וויל עס פשוט בעסער אויסשמיעסן פאר מיר אליינס....
ממילא קומט אויס, אז פון יעדע פלאץ, און סיי וועלכע מצב מען געפינט זיך, איז שטענדיג דא א וועג צו זעהן די פאזיטעוו חלק פון די ווייטאג, וואס דאס איז די תשוקה וואס מען האט פאר די פארקערטע, וואס איינמאל מען איז וואך דערויף, קען מען באמערקען אז די זאך וואס מען זיכט איז שוין באמת דא אינטער די פיס מדארף עז נאר נעמען, למשל, א זיבענער וואס זיכט פאן און התחדשות יעדע רגע פינעם טאג, טרעפט זיך און א מצב פון א שרעקליכע לאנגווייליגקייט, און ער פילט א משינעדיגער טיפע צער, אויב זאל ער קענען אריינגיין און זיין צער, און זיין וואך דערויף, און עס שפירען, און אריינעמען און זיך, און עס טאפען, וועט ער ציביסלעך קענען זעהן וואס ער זיכט באמת, וואס איז זיין "אמתדיגע" תשוקה, איז עס דען די פאן פון די יעצטיגע מיניט? איז עס דען די ציגרעטיל? איז עס דען עני אנדערע נארישע תאוה וואס איך גיי מיר נאכגעבן? צו אפשר איז עס די געשמאק פון א דאווענען, אדער פון א בלאט גמרא, אדער סתם א געשמאקע שפאציר, אדער אפשר גאר א חסד פאר א צווייטען, אדער אפילו סתם זעהן די הערליכע געשמאקע בריאה וואס עס פליסט יעדע רגע מיט נייע חידושים אזוי ווי קוועלדיגע וואסער, און דאס אלעס עקזעסטירט שוין און ער קען עס פשוט נעמען

עקזעקטלי. עס נעמען פון השי"ת.
אוועטאר
נאר מיט א שמייכל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 10:07 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט א שמייכל »

האב איך אזא שאלה, לכאורה איז אויפגעבן די אייגענע יכולת, זייער נאנט צו דיפרעשין ביידע האט מען נישט מורא פון גארנישט, מען לעבט אין אזא האלב פארדראגטע לעבן סטייל ווי אלעס איז פרייליך און אלעס איז גוט/שלעכט, אזוי? זאל זיין אזוי!...
איז פאר איינער וואס איז נאכנישט אינגאנצען שלום בנפשו ובעמציאנלו קען זיין סכנה'דיג אזאנע שיעורים?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”