משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 8:38 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

לויט ווי ר' שרגא נ"י ברענגט ארויס אין זיינע שיעורים דארף די נפש פון א יוד האבן תענוג. פארוואס איז עס אזוי? דאס איז ווייל די פלאץ פון וואו א מענטש קומט און ער וויל צוריקגיין געט אין סוף תענוג פאר א מענטש, און א מענטש זוכט עס. ס'שטייט אין פרקי אבות ר' מאיר אומר כל העוסק בתורה לשמה וכ' ונעשה כמעין המתגבר וכנהר שאינו פוסק, תענוג איז א קוואל וואס שטארקט זיך, און א טייך וואס ענדיגט זיך קיינמאל. זיין נפש שפרודעלט מיט חידושים. ער גייט ארויס פון די בחינה פון מיתה. מ'זעהט אז ווען מ'זינגט א ניגון קען מען עס זינגען און איבערזינגען, טאנצן און איבערטאנצן נאכאמאל און נאכאמאל, ווייל מיט יעדע מאל ווערט נתחדש א נייע הכרה וואס איז נישט געווען פארדעם. אפילו פשוט'ע מעשים דארף זיך שפירן ווי מ'זינגט א ניגון. יעדעס מאל קוועלט נייע לעבן.

אמת טאקע אז א מענטש דארף זיך אריינשטופן אין תורה, אין תפילה, אין מעשים טובים, אין פשוט טון די רצון השי"ת, דאס איז אלעס די סור מרע, אבער תפילה דארף זיין. תפילה צו זוכה זיין צו תענוג דארף זיין. אויב די נפש פון א יוד האט נישט תענוג וועט עס בהכרח זוכן תענוג. ער ברענגט עס מער ארויס אין א סעריע שיעורים וואס ער ווידמעט ספעציעל פאר דעם. אמת טאקע אז ווען מ'דאווענט און מ'לערנט און מ'שפירט נישט קיין תענוג, אמת טאקע אז מ'דארף זיין צופרידן מיט וויאזוי ס'איז, מיט וויפיל תענוג און מיט וויפיל שפע מ'איז משפיע פון הימעל, אבער תפילה און קיווי צו זוכה זיין צו תענוג דארף זיין. אויב מ'שפירט נישט תענוג איז מען אין א סכנה. מ'קען טאקע גארנישט טון מער ווי בעטן, מער ווי האפן, מער ווי השתוקקות און געגועים, אבער געגועים צו תענוג דארף זיין. שלח אורך ואמיתך המה ינחוני.

לויט ווי ער ברענגט עס נאך פון ערבי נחל אז שכר איז אריינגעווייערט אין די תורה ותפילה ומעשים טובים. א יוד קען נישט זאגן: איך שטופ מיך אריין, און איך בין צופרידן מיט פשטות היהדות. פשטות היהדות איז גוט ווען ס'דא תענוג. ווילאנג מ'שפירט א תענוג פון התחברות צום אייבערשטן. מ'דארף זעהן צו בעטן צו שפירן תענוג. התחברות צום אייבערשטן געט תענוג. און וויאזוי האב איך זייער שטארקע התחברות צום אייבערשטן? דורכדעם וואס איך זעה ווי דער אייבערשטער ריקט מיינע הענט צו טון מעשים, דורך דעם וואס איך זעה וויאזוי דער אייבערשטער געט מיך אגאנצן צייט כח צו קוקן, וכו' וכו', האביך התחברות. ווי מער יכולת מ'געט אויף, אלץ מער זעהט מען ווי דער אייבערשטער איז נעבן מיר, אין מיר. ווי ווייט מ'איז שוין באהאפטן צום אייבערשטן.

רבש"ע געב מיר תענוג. דו ווייסט דאך זייער גוט אז אויב האביך נישט תענוג פון התחברות מיט דיר אין וואספארא סכנה איך בין, געב מיר טאטע, געב מיר תענוג. רשפי אש שלהבת קה. געב מיר, געב מיר.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 10:07 pm

נשמה האט געשריבן:בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

לויט ווי ר' שרגא נ"י ברענגט ארויס אין זיינע שיעורים דארף די נפש פון א יוד האבן תענוג. פארוואס איז עס אזוי? דאס איז ווייל די פלאץ פון וואו א מענטש קומט און ער וויל צוריקגיין געט אין סוף תענוג פאר א מענטש, און א מענטש זוכט עס. ס'שטייט אין פרקי אבות ר' מאיר אומר כל העוסק בתורה לשמה וכ' ונעשה כמעין המתגבר וכנהר שאינו פוסק, תענוג איז א קוואל וואס שטארקט זיך, און א טייך וואס ענדיגט זיך קיינמאל. זיין נפש שפרודעלט מיט חידושים. ער גייט ארויס פון די בחינה פון מיתה. מ'זעהט אז ווען מ'זינגט א ניגון קען מען עס זינגען און איבערזינגען, טאנצן און איבערטאנצן נאכאמאל און נאכאמאל, ווייל מיט יעדע מאל ווערט נתחדש א נייע הכרה וואס איז נישט געווען פארדעם. אפילו פשוט'ע מעשים דארף זיך שפירן ווי מ'זינגט א ניגון. יעדעס מאל קוועלט נייע לעבן.

אמת טאקע אז א מענטש דארף זיך אריינשטופן אין תורה, אין תפילה, אין מעשים טובים, אין פשוט טון די רצון השי"ת, דאס איז אלעס די סור מרע, אבער תפילה דארף זיין. תפילה צו זוכה זיין צו תענוג דארף זיין. אויב די נפש פון א יוד האט נישט תענוג וועט עס בהכרח זוכן תענוג. ער ברענגט עס מער ארויס אין א סעריע שיעורים וואס ער ווידמעט ספעציעל פאר דעם. אמת טאקע אז ווען מ'דאווענט און מ'לערנט און מ'שפירט נישט קיין תענוג, אמת טאקע אז מ'דארף זיין צופרידן מיט וויאזוי ס'איז, מיט וויפיל תענוג און מיט וויפיל שפע מ'איז משפיע פון הימעל, אבער תפילה און קיווי צו זוכה זיין צו תענוג דארף זיין. אויב מ'שפירט נישט תענוג איז מען אין א סכנה. מ'קען טאקע גארנישט טון מער ווי בעטן, מער ווי האפן, מער ווי השתוקקות און געגועים, אבער געגועים צו תענוג דארף זיין. שלח אורך ואמיתך המה ינחוני.

לויט ווי ער ברענגט עס נאך פון ערבי נחל אז שכר איז אריינגעווייערט אין די תורה ותפילה ומעשים טובים. א יוד קען נישט זאגן: איך שטופ מיך אריין, און איך בין צופרידן מיט פשטות היהדות. פשטות היהדות איז גוט ווען ס'דא תענוג. ווילאנג מ'שפירט א תענוג פון התחברות צום אייבערשטן. מ'דארף זעהן צו בעטן צו שפירן תענוג. התחברות צום אייבערשטן געט תענוג. און וויאזוי האב איך זייער שטארקע התחברות צום אייבערשטן? דורכדעם וואס איך זעה ווי דער אייבערשטער ריקט מיינע הענט צו טון מעשים, דורך דעם וואס איך זעה וויאזוי דער אייבערשטער געט מיך אגאנצן צייט כח צו קוקן, וכו' וכו', האביך התחברות. ווי מער יכולת מ'געט אויף, אלץ מער זעהט מען ווי דער אייבערשטער איז נעבן מיר, אין מיר. ווי ווייט מ'איז שוין באהאפטן צום אייבערשטן.

רבש"ע געב מיר תענוג. דו ווייסט דאך זייער גוט אז אויב האביך נישט תענוג פון התחברות מיט דיר אין וואספארא סכנה איך בין, געב מיר טאטע, געב מיר תענוג. רשפי אש שלהבת קה. געב מיר, געב מיר.

והשם הטוב יעזור.

געוואלדיגע שיינע רעיונות. דיין הערליכע שרייב ארבעט געבט אודאי צו!
כ׳וויל אבער פארשטיין: ווי איז די מקור צו מתפלל זיין פאר תענוג? לפי קוצר ידיעתי שטייט דעס נישט אין די גמרא, תנא דבי אליהו, חובות הלבבות, נועם אלימלך, תניא, וכו׳.

בועז
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 10:27 pm

שבתי בבית ה' כל ימי חיי " לחזות בנועם" ה'
מה יפית ומה נעמת אהבה בתענוגים ופסוק זה יפה נדרשת בספרי חסידות.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 3:26 pm

לב בשר האט געשריבן:געוואלדיגע שיינע רעיונות. דיין הערליכע שרייב ארבעט געבט אודאי צו!
כ׳וויל אבער פארשטיין: ווי איז די מקור צו מתפלל זיין פאר תענוג? לפי קוצר ידיעתי שטייט דעס נישט אין די גמרא, תנא דבי אליהו, חובות הלבבות, נועם אלימלך, תניא, וכו׳.

בעזרת השי"ת
די ריכטיגע עבודת השי"ת איז תענוג. און אפילו אויב מ'דארף זיך אריין שטופן דערין מיט כח, מיט דעם אלעם איז די ריכטיגע עבודת השי"ת תענוג. אין קדושת לוי ווערט נישט געברענגט פון דעם? אין די הייליגע תורה שטייט תחת אשר לא עבדת את ה' אלוקיך בשמחה ובטוב לבב מרב כל. שמחה איז תענוג. דאס מיין איך צוזאגן, פון דעם רעד איך. צון קען מען פארשטיין אז א מענטש זאל האבן שמחה אנדעם וואס ער האט תענוג פון עבודת השי"ת? די נפש זוכט דאך תענוג, איז אויב מ'האט נישט תענוג, ווער איז דא בשמחה?

אין יושר דברי אמת אות ד': שירבה תענוג וחשקות דביקות אלקי בלבו על ידי התורה, עד שיכבה זה (דהיינו "תאוות הזמן") כשרגא בטיהרא.

אות ה: ולא יתאווה רק להשי"ת, אזי יש להשי"ת תענוג. מיט דעם פארשטיי איך פארוואס מ'בעהט יעדן טאג והערב נא ה' אלוקינו את דברי תורתך, לכאורה פארוואס דארף עס זיין זיס, אזוי ווייט אז מ'דארף בעטן דערויף יעדן טאג? נאר די זיסקייט פון די תורה, דאס איז די עיקר כוונה מיט'ן לערנען תורה. די זיסקייט, די תענוג, דאס איז די געטליכקייט מיט וואס א מענטש ווערט אנגעפילט בשעת'ן לערנען תורה.

א מענטש זאגט: "איך וויל טון א נחת רוח פאר'ן הייליגן באשעפער". דאס דארף ווערן געזאגט אזוי ווי א מענטש זאל זאגן: "איך וויל ס'זאל ווערן אן עליה און א נחת רוח פאר די נשמה פון א צדיק צום ביישפיהל סעקולענער רבי'ן זצ"ל". מיט וואספארא עונג זאגט א מענטש "איך וויל טון א נחת רוח"? אויב א מענטש זעהט זיך אז ער זאגט עס נישט אויפן זעלבן אופן, דארף מען בעטן.

ווען האט השי"ת תענוג פון אונז? נאר ווען מיר האבן תענוג פון אים. אויב מיר האבן נישט תענוג פון אים, וויאזוי האט ער תענוג פון אונז? דעם אייבערשטענס תענוג ווערט נתגלה אינעם מענטש דורך התחברות. כמובא ביושר דברי אמת הנ"ל. דאס וואס מ'רופט עס "השי"ת האט תענוג" מיינט אויך און בעיקר ווען מיר האבן תענוג מיט די התחברות מיט אים, ווען מיר ווילן אים, ווען מיר זענען בוחר אין אים. און ווייל די גאנצע תענוג וואס מיר האבן קומט נאר פון השי"ת, ער געט עס, אויב ס'איז די ריכטיגע תענוג, דהיינו די תענוג פון התחברות, דערפאר רופט מען דאס "השי"ת כביכול האט תענוג". מ'קען דאך נאר האבן וואס השי"ת געט. השי"ת האט כביכול נישט קיין תענוג ווען מיר האבן נישט קיין תענוג. אין מלך בלא עם.

ר' שלומק'ה זעוויהלער זצ"ל האט אמאל געזאגט אז ער האט תענוג בשעת'ן תפילין לייגן, אזוי ווי א גרויסע בעל עבירה האט תענוג. נאנטקייט צו השי"ת ברענגט בהכרח תענוג.

יעצט, א מענטש קען האבן תענוג פון די אייגענע יכולת, דהיינו: א מענטש רעדט זיך איין אז דאס וואס איך פיל א תענוג און שעשועים און אור בשעת איך לערן, דאס קומט ווייל ס'איז די הייליגע תורה, אבער באמת קומט עס פון 'יכולת'. "איך פארשטיי די תורה" "איך האב היינט געלערנט און איך האב נישט קיין שולד געפילן" "איך בין מעכטיג". פון דעם רעדט ר' שרגא נ"י, און ער פרעגט: טראכט! פון וואס האסטו תענוג? דו קענסט האבן תענוג פון דיין 'יכולת', און דו קענסט האבן תענוג פון די זכי' פון התחברות מיט דעם אייבערשטן, פון וואס האב איך תענוג?

וואס איז אהבה? קוק אריין אין חינוך וואס ס'מיינט אהבה אויב נישט תענוג. קוק אריין אין אור החיים הקדוש פרשת ואתחנן ואהבת את ה' אלוקיך. קוק אריין אין תניא ח"א פרק יג ד"ה אבל מהותה (איך קוק דא די מפתח פון תניא, איך האב נאכנישט דורכגעלערנט תניא) "להתבונן בגדולת ה' אין סוף ברוך הוא, ולהוליד אהבה עזה לה' כרשפי אש בחלל הימני שבלבו, ואז אתכפיא סטרא אחרא (דהיינו יכולת) שבחלל השמאלי, וואס איז אהבה עזה לה' כרשפי אש, אויב נישט תענוג מיט די התחברות? ועיין ביושר דברי אמת שטיקל יא, דיבור המתחיל: אבל מי שהוא חכם.

תניא, ח"א פרק מא ד"ה וגם יתבונן: אז מיטן תפילין לייגן איז מען ממשיך אורו יתברך עליו. נו, איז שייך צו זאגן אז מ'איז ממשיך אורו יתברך אויב מ'שפירט נישט תענוג מיט די נאנטשאפט וואס מיר האבן מיט די אייבערשטער? אויב מ'שפירט נישט אהבה האט מען דאך גארנישט ממשיך געווען. אפילו יראה איז תענוג. "איך האב א זכי' זיך מדבק זיין צו אזא פארכטיגע אייבערשטער" און אז איך שפיר עס נישט, בעהט איך. שלח אורך ואמיתך המה ינחוני. ואני קרבת אלקים לי טוב. צמאה נפשי לאלקים. א מענטש לעבט זיך אפ אגאנץ לעבן און ווייסט אפילו נישט פון אזא זאך ווי תענוג אין עבודת השם.

נישט אז איך דין דעם אייבערשטען ווייל איך וויל שפירן תענוג. וואס אזא תענוג איז ווארשיינליך אז איך שפיר מיך אלץ דבר נפרד. אזא תענוג איז ווארשיינליך 'יכולת'. נאר: איך בין מיך מחבר מיט'ן אייבערשטן, און מיין סימן איז אז איך שפיר תענוג, דאן ווייס איך אז ס'דא התחברות. וואס מיינט תשובה מאהבה אויב נישט תענוג? עיין בתניא ח"א פרק ז ד"ה או עד. בכלל די גאנצע נפש ארבעט דאך נאר מיט תענוג. אדער תענוג פון 'יכולת', אדער תענוג פון התחברות מיט די אייבערשטער.

נישטא קיין גרעסערע תענוג ווי די תענוג ווען א יוד צעברעכט זיין 'סטרא אחרא' פאר'ן הייליגן באשעפער. וזה לעתים קבועות. ועיין תניא כג באגרת הקודש.

קוק נאך אין תניא אגרת הקודש יא, אז ביי א מענטש זאל זיך לעבן מיטן אייבערשטן, און אז מ'טרויערט און מ'באקלאגט זיך זאגט ער א שארף לשון 'הרי זה ככופר חס ושלום'. וויאזוי קען מען דאס באווייזן אויב נישט דורך תענוג מיט די התחברות מיט'ן אייבערשטן יעדע רגע? וויפיל יודן זענען אוועקגעפאלן פון עבודת השי"ת, פון די מצוות עשה דאורייתא פון ואהבת את ה' אלוקיך, נאר ווייל זיי מיינען אז עבודת השי"ת איז א געוויסע טרוקענקייט וואס האט גארנישט מיט די באדערפענישן פון זייער נפש. אין די צייט ווען דאס אליין אז זיי ווייסן פון אזא עקזיסטענץ פון טרוקענקייט, ווייזט עס אז זייער נפש איז נישט מקושר צו די אייבערשטער. די רצון פון די נפש מיט עבודת השי"ת איז אלעמאל איין זאך.

דאס וואס ס'שטייט אין תנא דבי אליהו, אז א מענטש דארף זיך אריינשטופן צו עבודת השי"ת, און אז דער אייבערשטער מאכט אזוי אז ס'זאל זיין זייער שווער זיך אריינצושטופן, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער: הייליגע באשעפער איך גיי זאגן תהלים, איך בין בוחר צו זאגן די ווערטער פון תהלים, אפילו איך פיל נאכנישט קיין טעם דערין, רבש"ע אבער איך בעהט דיך אז דו זאלסט מיך שיקן תענוג משמים פון די ווערטער. די תענוג משמים איז נישט תענוג, דאס איז געטליכקייט, דאס איז אור אלוקות. וויאזוי האבן יודן בייגעשטאנען די אלע נסיונות אין אלע דורות אויב נישט דורך תענוג פון התחברות מיט'ן אייבערשטן?

וואס מיינט קדושה? אויב נישט תענוג, תענוג מיט די התחברות מיט'ן אייבערשטן. דו קענסט פארשטיין אז א מענטש זאל זיין בקדושה, און ער זאל נישט האבן תענוג צו טון א נחת רוח פאר די הייליגע באשעפער? דו קענסט פארשטיין אזא זאך? ס'איז מעגליך? דו פרעגסט מיך אויב ס'שטייט אין נועם אלימלך, וואס שטייט אין די ערשטע סעיף אין צעטיל קטן? והוא בשביל קדושת השי"ת שובר את טבעו. דו פארשטייסט אז אזא זאך זאל קענען געטראכט ווערן מיט א אמת הארץ אן דעם וואס די פנימיות פון א מענטש האט תענוג פון טון א נחת רוח דעם אייבערשטן?

ער זאגט סעיף ד. אז מ'זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן: (דהיינו חשיבות) הרינו עושה זאת לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו. ובהמשך הזמן ירגיש הארה גדולה באמירה זו. נו, דו פארשטייסט אז א מענטש זאל שפירן א הארה גדולה צו טון א נחת רוח פאר'ן אייבערשטען, אויב נישט דורכדעם וואס די פנימיות פון א מענטש האט תענוג מיט התחברות מיט'ן אייבערשטן? וויאזוי איז שייך צו האבן תענוג אין שבת קודש אויב מ'האט נישט קיין תענוג מיט די התחברות מיט'ן אייבערשטן? פאר וועם און פארוואס איז שבת מעין עולם הבא אויב נישט תענוג מיט די שייכות וואס מיר האבן מיטן אייבערשטן.

תענוג אין עבודת השם איז נישט א זייטיגע זאך. דאס איז עבודת השם. דאס מיינט אז די נפש איז בוחר אין השי"ת. אויב איך זאג תהלים און איך שפיר נישט קיין תענוג, מיינט דאס נאר אז ס'דא הסתר ווייל השי"ת וויל איך זאל תשובה טון, און יא שפירן תענוג. דאס איז אזא תשב אנוש עד דכא ותאמר שובו בני אדם.

אז א מענטש וועט דיך קומען פארציילן אויף איינעם אז ער דינט דעם אייבערשטען אן א תענוג, וועסטו עס גלייבן? קען דען זיין אזא זאך בעולם אז א מענטש זאל דינען דעם אייבערשטן און וועלן בפנימיות נפשו דעם אייבערשטן, אן דעם וואס ער זאל האבן תענוג. ס'איז דאך א סתירה מניה וביה. רצון איז תענוג. דארף מען דערויף בעטן.

ווען דו קומסט מיר זאגן אויף א מענטש אז ער האט גארנישט קיין תענוג, ביי קיין שום זאך אויף דער וועלט, פיין. אבער חלילה תענוג אין רחמנא ליצלן דאס יא, אבער א קאפיטל תהלים דאס נישט? דארף מען דאך תשובה טון. נו, פון דעם רעד איך. א יוד דארף שפירן תענוג פון יעדע רגע פון טאג, דשאסט פון דעם אז ער איז א יוד. גארנישט מער.

און איך רעד צו מיר אליין. איך מוסר מיך אליין אויס.

עבודת השם איז נישט קיין שקר. אדער ווילסטו, אדער ווילסטו נישט. אדער פארשטייסטו בגילוי נפש אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, און דו שפירסט א פליכט און א תענוג אים צו דינען, אדער טיף אינעווייניג גייט דיך נישט אן אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט חלילה, און דו האסט גארנישט מיט אים. פון דיין זייט זאל ער זיך גיין געזונטערהייט כביכול. דהיינו 'יכולת'. כמובא בפסוק שוא עבוד אלקים ומה בצע כי שמרנו משמרתו. עבודת השם איז א אמת'ע זאך. ס'דארף אמת'דיג ווערן ביי א מענטש בגילוי נפש, אז אזוי איז דער אמת. און אז דאס איז די גאנצע בילד וואס דא קומט פאר. אז איך וויל טון תענוג פאר די אייבערשטער.

איך רעד צו מיר אליין.

אויב א מענטש שפירט בפנימיות מה בצע כי שמרנו משמרתו, מיינט דאס אז ער שפירט אז עבודת השי"ת געט פאר קיינעם גארנישט צו. וואס האט דער אייבערשטער פון מיר, און וואס האב איך דערפון. סתם זיך פייניגען? דא קומט אריין תפילה. יא, תפילה. הייליגער באשעפער, איך שריי צו דיר, נעם מיך ארויס פון מיין שאול תחתית, איך וויל שפירן דעם אמת וואס איז באהאלטן אין מיר. יעדע מענטש האט אמונה, מ'דארף עס נאר אויפפלאמען בגילוי נפש.

לאמיר דיך פרעגן: דו פארשטייסט אז א מענטש קען לעבן אן תענוג? פארוואס טאקע נישט? דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה צו א נפש. צו א זאך וואס זוכט תענוג. אויב אונזער נפש ארבעט אזוי און אזוי קומט דאס בהשתלשלות פון אים און צו דעם האט דער אייבערשטער געגעבן די תורה. אויב אונזער נפש זוכט תענוג, און זי דארף תענוג, האט דער אייבערשטער גערעדט צו אונז און טאקע דאס אדרעסירט

וואס איז געווען די גאנצע ענין פון עבודה זרה, אז דער אייבערשטער האט געזאגט די צווייטע דיבור, ולא יהיה לך אלהים אחרים? תענוג. א התחברות מיט געטליכקייט געט תענוג פאר א מענטש. זיי האבן זיך געוואלט מחבר זיין צו געטליכקייט, און זיי האבן עס געטון דורך א קלאץ. וויאזוי? זיי האבן פראדשעקטעד אויף די קלאץ אז דאס איז די געטליכקייט וואס זיי זענען משיג אין זייער מחשבה אז ס'עקזיסטירט. ס'האט באקומען הענט און פיס. אזוי אז זייער השגה האט זיך געהאט אין וואס אנצוכאפן. און ס'זאל זיין גרינגער זיך מחבר זיין דערמיט. און יעדע עבודה זרה האט געהאט זייערע וועגן וויאזוי מ'האט זיך מחבר געווען דערמיט. פעור איז אויך א מין התחברות. חחחח. יעדער ווייסט פון 'אלקים'. יעדער ווייסט אז ס'דא א אלקים. די גרעסטע כופרים ווייסן אויך אז ס'דא א אלקים, א דבר נצחי, א זאך וואס באשאפט, פירט, און האט קאנטראל. נאר ווער איז דער 'אלקים'? מיר שרייען ה' הוא האלקים. למען דעת כל עמי הארץ כי ה' הוא האלקים. תענוג מיט די אייבערשטער.

היינט נעבעך ווייסט מען נישט וויאזוי די פשוט'ע מענטש וויל. עס האט זיך אויסגעריסן פון אונז די פשוט'ע נאטורליכע רצוניות. אויב א מענטש שפירט אז לערנען געט אים נישט קיין תענוג, און אז ער זוכט תענוג. שטופט ער עס אריין טיף אין זיך, מיינענדיג אז מ'דארף לערנען אן תענוג, און בלייבן ביי דעם. און ער פארגעסט גאר פון 'והערב נא' וואס ער פריער געבעטן. וויי וויי פאר אזא מענטש. וויי פאר א מענטש וואס איז אנגעגרייט אנטלויפן צו אנדערע תענוגים, ווייל ער ווייסט נישט אז תורה הקדושה איז די מקור התענוג. דהיינו אויף די ריכטיגע אופן, די התחברות מיט די אייבערשטער.

וויי פאר א מענטש וואס פאסט יום כיפור אן תענוג און שפירט אז אזוי קומט עס. ווייל אין אזא מענטש האט נאכדעם די יצר זייער גרינג א וועג אריין. צו חלילה מיט עבודה זרה, דהיינו יכולת, צו חלילה זנות.

איך רעד צו מיר אליין.

ועיין בנועם אלימלך פרשת קורח דברי המתחיל או יאמר. דארט קענסטו זעהן ווי שטארק זיי האבן אלעמאל ארויסגעברענגט אז יעדע סארט אמת'ע תענוג אין עבודת השם, דהיינו התחברות, קומט ווייל דער אייבערשטער האט תענוג כביכול, דהיינו ווייל יעדע תענוג קען נאר קומען פון התחברות מיט דעם אייבערשטן, דערפאר רופט ער עס אזוי.

ער זאגט דארט אין דעם שטיקל "להנות מהתענוג שיש להבורא ברוך הוא בהתחברו בנו. שזהו התענוגים שיש להקב"ה כביכול תענוג, ושעל ידי זה באים השפעות לישראל". צו קען מען פארשטיין אז א מענטש קען הנאה האבן פון תענוג וואס השי"ת האט, אויב דער מענטש האט נישט קיין תענוג פון די התחברות מיט דעם אייבערשטן? וואס גייט אים אן אז דער אייבערשטער האט תענוג? אלא מאי ס'גייט אים יא אן. און ס'איז מעגליך אז ס'זאל אנגיין אז דער אייבערשטער האט תענוג אויב מ'האט נישט קיין תענוג פון דעם?

דו פרעגסט פון חובת הלבבות. זיכער ווערט עס דארט ארויסגעברענגט.

דו פארשטייסט אז א מענטש זאל בפנימיות וועלן תשובה טון צו די אייבערשטער אויב האט ער נישט קיין תענוג פון זיין נאנט צו אים? דו קענסט עס פארשטיין?

די נועם אלימלך שרייבט אין בראשית די ערשטע תורה, צריך התאמצות יותר להתפלל תמיד להשי"ת ברוך הוא שיהיה בעוזרו לבל יפרידו היצר הרע מדביקות הבורא. וויל איך דיך פרעגן, איז שייך דביקות הבורא אן האבן תענוג מדביקות הבורא ית"ש? אויב די נפש שפייט חלילה אויס דביקות הבורא, ווער איז דא בדביקות? אויב די נפש האט נישט תענוג פון דביקות הבורא, וויל ער האבן דביקות הבורא?

ועיין עוד בתהלים תפלה למשה מאת די הייליגע ישמח משה, קאפיטל קמב שטיקל ב. (איך האב דאס אויך נאר געטראפן פון די מפתח, נישט אז איך געדענק עס אויסנווייניג)

פון דעם אויבנדערמאנטן שטיקל ישמח משה קומט אויס, אז דער עיקר שכר בעולם הבא, שכר נצחי, איז דייקא ווען א מענטש האט תענוג פון די התחברות מיט'ן אייבערשטן, פארשטייט זיך התחברות מיינט אויפגעבן יכולת. ווייל ווען א מענטש איז בוחר צו האבן תענוג פון התחברות מיט'ן אייבערשטן, האט דער אייבערשטער כביכול א תענוג נצחי, ווייל דאס טאקע איז זיין תענוג צו משפיע זיין לתחתונים, און תענוג פון השי"ת בלייבט לנצח. אפילו אויב מ'טוט עס נאר איינמאל. און ווער רעדט אויב מ'איז נאכאמאל און נאכאמאל בוחר צו האבן תענוג נאר פון התחברות מיט השי"ת.

און דאס זאגט דוד המלך הוציאה ממסגר נפשי להודות את שמך, נעם מיך ארויס פון די הרגשה אז איך מוז זיך מחבר זיין צו דיר, דהיינו בלי תענוג, בי יכתירו צדיקים, און אז איך וועל האבן תענוג פון התחברות מיט דיר, וועל איך בלייבן מיט די תענוג ההתחברות וואס איך האב יעצט לנצח, וואס דער כתר וגדולה ווילן צדיקים, אז די התחברות זאל בלייבן לנצח, כי תגמול עלי, ווייל דו באצאלסט תענוג אז איך האב תענוג.

ועיין עוד תניא אגרת הקודש יח צום סוף. די ענין פון תפילה אז מ'זאל האבן תענוג פון התחברות, און אז יכולת זאל נישט איבערנעמען. אכילה ושתיה וכי' איז שייך מיט יכולת, און ס'איז שייך מיט התחברות. בכל דרכיך דעהו, דהיינו התחברות.

ועיין עוד אין די תהלימ'ל פון ישמח משה, קאפיטל כה, די ערשטע שטיקל: פון דארט קומט אויס, אז מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן צו האבן תענוג פון התחברות ביי יעדע תנועה ותנועה. ער זאגט: כיון שאין אנחנו העושים רק השי"ת הוא העושה.

ועיין בקדושת לוי צום סוף, לפרש הגדות, די ערשטע שטיקל.

ועיין בתפילת ידיד נפש אב הרחמן, ווי מ'בעהט צווישן אנדערע יערב לו ידידותיך מנופת צוף וכל טעם.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג נובעמבער 24, 2019 4:08 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אפאר געדאנקען ארום 'אויפגעבן יכולת'.

די גמ' זאגט עד היכן תכלית יסורין וכו' רבא ואיתימא רב חסדא ואיתימא רבי יצחק ואמרי לה במתניתא תנא אפילו הושיט ידו לכיס ליטול שלש ועלו בידו שתים דווקא שלש ועלו בידו שתים. מיט די ליכט פון "יכולת" קען מען זאגן פשט אין די ווערטער 'עד היכן תכלית יסורין', ביז ווען האט זיך אויסגעפירט די תכלית וואס יסורים דארף אויפטון אויפן מענטש איינצוזעהן אז ער האט נישט קיין 'יכולת', אז נישט ער פירט די וועלט. לויט ווי ר' שרגא נ"י ברענגט עס ארויס אז ס'דא כביכול א פחד ביים אייבערשטן אז דער מענטש זאל זיך נישט אנהייבן איינרעדן און שפירן 'כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה'.

מיט דעם וואס א מענטש וויל ארויסנעמען דריי, אבער פאקטיש קומט עס אויס צוויי, האט דער מענטש א געלעגנהייט נאכצולאזן און אויפגעבן און זעהן ווער ס'איז די בעל היכולת.

אין די גמ' אין מסכת חגיגה רבי יוחנן כי מטי להאי קרא בכי (איוב טו, טו) הן בקדושיו לא יאמין אי בקדושיו לא יאמין במאן יאמין. מיט די שיין פון אויפגעבן 'יכולת' קען מען עס פארשטיין על זה הדרך - הנוגע לעניננו. אז די בכי' פון ר' יוחנן איז געקומען פון יראת שמים, פון זיך איבערגעבן אין די האנט פון באשעפער. פון 'איינזעהן', ווי ווייט א מענטש דארף אויפגעבן אויף זיין 'יכולת', די יחס פון א מענטש לגבי דעם אייבערשטן - לגבי דעם ענין פון 'יאמין', ווי ווייט און ווי גרויס דער אייבערשטער איז לגבי דעם ענין פון 'יאמין'. און ווי קליין א מענטש איז לגבי דעם ענין פון 'יאמין', און דאס מאכט שוואך די כח פון די סטרא אחרא הנקרא 'יכולת', אז מ'זאל זיך אויפגעבן אין די האנט פון באשעפער און וויסן אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן.

נישט אז ער האט זיך חלילה אפגערעדט אז מ'קען נישט יוצא זיין מיט'ן אייבערשטן. נאר די גדלות ה', און ווי ווייט ביטול מ'דארף האבן.

און די זעלבע זאך אמר רבי יוחנן בן זכאי אוי לנו ששקל עלינו הכתוב קלות כחמורות און עבד שרבו שוקל לו שגגות כזדונות תקנה יש לו. דאס נעמט אויך אוועק די ענין פון 'יכולת', צו וויסן ווי ווייט מ'קען נישט אליין. דאס מאכט יראת שמים, דאס מאכט ומודה על האמת ודובר אמת בלבבו אז מה אנו מה חיינו מה חסדינו מה צדקותינו מה ישועתינו וכו'.

פאריגע וואך אין ישמח ישראל זאגט ער דריי נקודות די ערשטע אז ביי אונז איז נאר שייך די התחלה, און אז מ'האלט נאך ביי די התחלה, צוויי אז אפילו די התחלה קומט אויך נאר פון באשעפער החונן לאדם דעת, (דעת היינו התחברות) און דריי אז מ'דארף בעטן השי"ת אז דער אייבערשטער זאל עס ענדיגן. ה' יגמור בעדי מעשי ידך אל תרף.

איך האב געטראכט פשט אין פסוק ויצא יצחק לשוח בשדה, און א יוד דארף בעטן השי"ת ביי יעדע תנועה, לפנות ערב, וועגן די זיסקייט (אין יעדע תנועה פון א יוד איז עבודת השי"ת) וירא והנה גמלים באים, וועט ער זעהן אז ער שפירט תענוג. גמלים מלשון גמול, עולם הבא, וכן בקדושת לוי.

די מהלך וואס ר' שרגא נ"י וויל אז מ'זאל זיך אויסלערנען איז אז יעדע תנועה, די פשוט'סטע תנועה, אנפילן די קאר מיט גאז, די תנועה פון סטאפן ביי א רויט לייט, די תנועות פון ארויסטראגן די נעגל וואסער, די תנועות פון שפילן לעגאוס מיט'ן קליינעם, אויפזוכן א ספר, אויפקערן די פלאר, ארויסטראגן די גאביטש, אויפהייבן א טישו פאפיר וואס איז אראפגעפאלן, ממש יעדע תנועה דארף מען געפינען דערין א תענוג פון התחברות מיט'ן אייבערשטן. אויב מ'קוקט אן אלעס ווי מתנות וואס דער אייבערשטער געט מיר. אז דאס איז מיין התחברות צו נעמען די מתנות.

סתם א מענטש מיינט אז נאר ווען איך לערן, איך דאווען, נאר דאן קען איך שפירן א תענוג פון התחברות מיט'ן אייבערשטן, נאר דאן קען איך טון א נחת רוח מיט'ן בוחר זיין דעם אייבערשטן. אבער ווען איך דארף טון א פשוט'ע גשמיות'דיגע פעולה דארף איך מיך דיסקאנעקטן פון מיין התחברות. מ'ווערט אזוי ווי גערעגט "פארוואס דארף איך טון א פשוט'ע פעולה וואס איז נישט קיין נצחי". "פארוואס דארף איך פלעין רעכענען קאסטומערס", פארוואס דארף איך פלעין מאכן טעלעפאון קאלס". וואס איז די נצחי דערפון? דהיינו, וויאזוי בין איך מיך מחבר מיט די אייבערשטער דורך דעם?

וויל ר' שרגא נ"י ארויסברענגען (און ער נעמט עס פון ספרים) אז יעדע תנועה ותנועה וואס א מענטש טוט איז שייך די זעלבע תענוג פון התחברות מיט'ן אייבערשטן ווי ווען א מענטש לערנט און דאווענט. כנ"ל, אויב מ'טוט דאס אלץ נעמען די מתנות וואס דער אייבערשטער געט. דאס מיינט אז לאמיר זאגן איך האלט אינמיטן לערנען, און איך דארף ארומשטופן מיין קליינעם אויף זיין בייק און אים מאכן פאן. די תנועה פון די שטופ, ווי פשוט און פלעין ס'איז, איז דא דערין איינגעווייערט התחברות מיט'ן אייבערשטן, און ס'שייך צו בעטן דערויף 'והערב נא'. איך וויל זוכה זיין צו שפירן די געטליכקייט פון די דאזיגע פשוט'ע פעולה פון נעמען די מתנה. יא, יא. די זיסקייט פון נעמען וואס דער אייבערשטער געט מיר. די זיסקייט פון התחברות. און ביי דעם איז אויך שייך אם תבקשנה ככסף וכמטמונים תחפשנה, אז תבין יראת ה' ודעת אלקים תמצא. ווייל אין די פשוט'ע תנועות איז דא באהאלטן א זיסקייט פון התחברות. און ביי דעם איז אויך שייך צו בעטן יערב לו ידידותיך מנופת צוף וכל טעם.

ר' שרגא נ"י ברענגט עס ארויס אין איינע פון זיינע שיעורים אז די נפש פון א מענטש זוכט תענוג, און אז די נפש פון א מענטש קען נישט האבן התחברות מיט'ן אייבערשטן אן די וועלט. דער אייבערשטער האט געגעבן די וועלט; די פשוטע' פשוט'ע תנועות פון די וועלט כדי א מענטש זאל זיך דורכדעם קענען מחבר זיין מיט'ן אייבערשטן. דורכ'ן אריינטראכטן און זעהן אז ס'איז אלעס מתנות, וואס דער אייבערשטער געט, און עס נעמען פון אים, און דורכ'ן נעמען שפירן התחברות מיט אים. פונקט אזוי ווי ווען א מענטש לערנט גמ' רש"י תוס' שטייט אין יושר דברי אמת, ער ברענגט עס פון רבי'ן ר' בער זצ"ל און מן הסתם שטייט דאס אין אלע ספרים הקדושים, אז א מענטש דארף לערנען און זוכן דעם אייבערשטן וואס באהאלט זיך אין די תורה.

די זעלבע זאך מיט יעדע תנועה ממש.

א מענטש נעמט א האנטוך פון א פאק האנטוכער, די תנועה פון נעמען דעם האנטוך איז די זעלבע תנועה ווען דער מענטש לערנט 'לא יצא החייט במחטו ערב שבת עם חשכה', אויב מ'ווייסט וויאזוי אנצוקוקן וואס מ'האט דא געטון מיט'ן נעמען די האנטוך האט עס נישט קיין חילוק לגבי די התחברות וואס א מענטש קען מחבר זיין זיין נפש מיט'ן אייבערשטן. דאס מיינט בכל דרכיך דעהו. מ'קען זיך מחבר זיין מיט די אייבערשטער דהיינו האבן תענוג פון די התחברות, דייקא תענוג, וואס איז דער עיקר וואס בלייבט די תענוג פון נחת רוח פאר די אייבערשטער. די תענוג פון בוחר זיין דעם אייבערשטן.

מ'קען אנקוקן די וועלט אויף צוויי אופנים, עולם הזה, און עולם הבא. די עולם הזה איז ווען א מענטש איז זיך מחבר מיט די וועלט און ער שפירט נישט אז ער זיך מחבר דא מיט'ן אייבערשטן, און יעדע תנועה ותנועה איז התחברות. זאג מיר איין תנועה וואס איז נישט התחברות. מ'קען זיך מחבר זיין מיט די וועלט כדי אויסצופירן 'יכולת', און מ'קען זיך מחבר זיין מיט די וועלט כדי צו האבן התחברות דורכדעם צום אייבערשטן.

די וועג צו האבן התחברות מיט'ן אייבערשטן איז טאקע ווען מ'האט שייכות מיט די וועלט. ווייל וואס איז די וועלט? אין די וועלט, בעיקר אין יעדע תנועה פון התחברות מיט די וועלט, איז שייך צו טרעפן וויאזוי מ'איז זיך דורכדעם באמת מחבר מיט'ן אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער איז מלא הארץ כבודו. און דאס דארף שאפן תענוג.

וואס איז די גאנצע זאך פון לערנען און דאווענען? די גאנצע זאך איז נאר כדי אז די נפש זאל דורכדעם וואס ער לערנט די ווערטער 'יש מעלין ולא פוסלין, פוסלין ולא מעלין' זאל די נפש מאכן התחברות מיט'ן אייבערשטן. די נפש פון א מענטש מוז מאכן התחברות מיט די הכרה פון די הלכה, כדי דורכדעם צו מאכן התחברות מיט'ן אייבערשטן. באמת איז עס א שייכות און א התחברות צום אייבערשטן. ער מאכט התחברות מיט שלג, מיט כפור, מיט גליד, אז ביי זיי איז 'מעלין ולא פוסלין', אבער וואס איז שלג? וואס איז כפור? וואס איז גליד? ווער האט עס באשאפן? מיט וואס בין איך מיך מחבר דא? מיט וועם? ס'איז דאך אלעס נאר א התגלות פון באשעפער, און מיט אים בין איך מיך מחבר.

א מענטש קען נישט מיט זיין נפש אנכאפן דעם אייבערשטן און זיך מחבר זיין מיט אים, אפילו ס'איז א געוואלדיגע תענוג פאר די נפש, קען זיך די נפש נישט מחבר זיין דירעקט מיט'ן אייבערשטן, דער אייבערשטער האט זיך אריינגעלייגט אין א כלי מיט וואס די נפש זאל זיך יא קענען אנכאפן, אבער די רגע מ'מאכט התחברות מיט די כלי, דארפסטו וויסן וועם דו כאפסט באמת אן.

מיין עצם קיום אויף די וועלט איז א התחברות מיט'ן אייבערשטן.

פארוואס? ווייל ווער געט מיך יעצט ראי'? ווער געט מיך יעצט שכל? ווער געט מיך יעצט כח פון 'זוקף כפופים'. ס'איז דאך אלעס מתנות וואס דער אייבערשטער געט מיך יעדע פעולה ופעולה. א מענטש קען קוקן מיט זיינע אויגן א גאנצן טאג, אבער ער האט גארנישט גענומען. די רגע איך שטעל מיך אפ און איך טראכט "איך נעם יעצט די ענין פון זעהן מיט מיינע אויגן דירעקט פון באשעפער, און דאס איז מיין אופן פון התחברות צו דיר באשעפער, און איך האב תענוג, אדער איך בעהט צו האבן תענוג, פון האבן מיט אזא גרויסע באשעפער התחברות, אזוי ווי א פרוי וואס האט תענוג פון נעמען פון איר מאן וואס זי שעצט די התחברות, די רגע האב איך גענומען. די רגע איז געווארן א נצחי.

אין תנא דבי אליהו שטייט, ד"א שני אחים בבית אחד וקורין ושונין זה עם זה ושמחים זה עם זה ואוכלין ושותין זה עם זה עליהן הוא אומר הנה מה טוב וגו'. מילא מ'לערנט צוזאמען פארשטייט מען די גרויסקייט, אבער שמחים זה עם זה, אוכלין ושותין זה עם זה? וואס איז די גרויסקייט דערפון? נאר מיט די ליכט פון ר' שרגא נ"י קען מען עס אזוי פארשטיין, אז די התחברות וואס די צוויי ברודער האבן צווישן זיך, און זיי זענען מכוון צו האבן התחברות מיט די אייבערשטער, דורכ'ן טראכטן אז צו האבן א נאנטער ברודער, און צו קענען פארברענגען מיט אים דאס געט מיך דער אייבערשטער. קומט אויס אז זיי זענען זיך מחבר מיט'ן אייבערשטן. דאס איז א גרויסע זאך. און דאס איז די זעלבע וויל לערנען צוזאמען.

די וועג צו האבן התחברות מיט די אייבערשטער איז דייקא דורכ'ן קוקן אויף די וועלט, אויף "לייף" וויאזוי ר' שרגא נ"י רופט עס. אויף די חיות פון 'לייף'. איך קום אריין אין ביהמ"ד און איך זעה 'לייף'. איך קוק ארויס פון פענסטער און איך זעה 'לייף'. ווער איז לייף?

לייף איז איבעראל ארום אונז. ווער איז לייף? דער אייבערשטער. כי עמך מקור חיים. ווער געט באוואוסטזיניגקייט? דער אייבערשטער. באורך נראה אור. אין ישמח ישראל פאריגע וואך פרשת חי' שרה, מ'דארף שפירן דעם אייבערשטן חושיות. מיין חיות וואס איז דא אין מיר, ווער געט עס מיר, אז איך זאל עס נעמען פון אים? א מענטש קען זיך ארומדרייען מיט חיות אגאנצן טאג, און נישט נעמען. ער נעמט נישט. ער שפירט גארנישט זיין התחברות מיט'ן אייבערשטן. רבש"ע איך נעם יעצט פון דיר די מתנה פון חיות וואס דו געסט מיר די יעצטיגע פעולות פון טייפן. פשוט'ע פעולות, אבער ס'איז נישט פשוט. ווייל ס'איז א נצחי. ווייל מיט דעם קען איך יעצט מאכן התחברות מיט'ן אייבערשטן, דורכ'ן אויסשטרעקן מיין פינגער צו נעמען פונעם אייבערשטן, און אין די רגע איך נעם ווייל איך וויל האבן התחברות איז כל המסתכל באצבע קטנה של אשה, כאילו מסתכל במקום התורף.

די חידושי דאורייתא איז אויך א וועג פון התחברות. א מענטש זאגט תהלים און ער זוכט חידושים אין די ווערטער איז דאס אויך התחברות. ווייל חידושים איז אויך כלים אין וואס די נפש וויל זיך אנכאפן.

אונטערשטע שורה איז אז יעדע פעולה איז נצחי, אויב מ'ווייסט וויאזוי צו נעמען דערמיט די מתנות וואס הקב"ה געט מיר. דאס איז געווען די ענין פון מן. השי"ת האט געזאגט "איך גיי עס געבן". די וואך אין קדושת לוי אז פרנסה איז תענוג, ישראל מפרנסין לאביהם שבשמים כביכול. דער אייבערשטער וויל אז מ'זאל האבן התחברות מיט אים, דערפאר האט ער געמאכט די ענין פון תפילה.

והשם הטוב יעזור
צוגעלייגטע
שפירן די זיסקייט פון התחברות בכל תנועה ותנועה.pdf
(87.3 KiB) דאונלאודעד 63 מאל
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » זונטאג נובעמבער 24, 2019 7:51 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:שכח נשמה הערליך!!
ווי קען מען הערן אויפן טעלעפאון זיינע שיעורים

1-718-298-4568

איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים אויפן טעלפאון, און איך האלט שוין אינמיטן די 5'טע שיעור.
עס איז באמת שטארקע און קלארע דיבורים, דברים כדברונות, און איך זעה שוין בעז"ה א שטיקל חילוק אין מיין געדאנקענגאנג.

לדעתי, כדי מ'זאל קענען ארויסנעמען די מערסטע פון די שיעורים, פאדערט זיך אויסצוהערן יעדע שיעור 2 מאל, און אזוי אויך עס אויסהערן צוזאמען מיט א שותף, כדי עס צו קענען אויסשמועסן נאכדעם אינאיינעם.

לויט ווי איך זעה איז יעצט דא 32 שיעורים אויפן סיסטעם.
ווייסט איינער צו דאס איז דער גאנצער סעריע?
אדער ער האלט אין איין צולייגן נאך?

די סעריע איז פארטיג. די שיעורים גייען אריבער (כ'מיין בערך ביי שיעור 18) צו אניגראם. ער צולייגט אלע 9 נאטורי בני אדם לויט זייער נומבער. און לייגט א דגוש ווי יעדער איינער האט זיין געפיל פון יכולת און וויאזוי צו ארבעטן דערויף.

אוועטאר
ספרים שטוב
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

תגובהדורך ספרים שטוב » זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 pm

שפע רב האט געשריבן:די סעריע איז פארטיג. די שיעורים גייען אריבער (כ'מיין בערך ביי שיעור 18) צו אניגראם. ער צולייגט אלע 9 נאטורי בני אדם לויט זייער נומבער. און לייגט א דגוש ווי יעדער איינער האט זיין געפיל פון יכולת און וויאזוי צו ארבעטן דערויף.

זענען די שיעורים דא שוין ערגעצוואו אפגעשריבן???
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

אוועטאר
ספרים שטוב
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

תגובהדורך ספרים שטוב » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 7:33 am

א ריזיגן ייש"כ נשמה פאר די נשמה'דיגע ווערטער, איך האב עס אדורכגעליינט בעיון היינט אינדערפרי מיט מיין קאווע, און אינזין געהאט צו האבן דערמיט אן התחברות צום הייליגן באשעפער און פשירן דערפון אן אמת'ער תענוג!

ס'איז באקאנט לכל בר בי רב בעניני תורת הנפש, אז די יסוד וואס ליגט אינטער "סטרעס", איז דער ענין אז א מענטש טוט א זאך "וואס ער וויל יעצט נישט טון", אדער אז ער געפינט זיך אויף א פלאץ ווי "ער וויל זיך נישט געפינען", וכדומה. ווען א מענטש לעבט אבער מיט ר' שרגא'ס מהלך, פאלן די אלע זאכן אוועק אוטאמאטיש, ווייל די סיבה פארוואס א מענטש וויל נישט טון געוויסע זאכן איז, ווייל ער שפירט נישט דערין א תענוג און א הנאה, דעריבער פילט ער ווי ער וואלט יעצט געוואלט טון אנדערע זאכן, און נישט סתם אנברענגן צייט ביי א חנוכה מסיבה מיט די משפחה (לדוגמא), אבער ווען מ'פארשטייט אז דאס אאיז יעצט מיין מתנה פונעם אויבערשטן, און אט דא גיי איך יעצט טרעפן תענוג, התחברות, און נצחיות, פאלט ממילא אוועק די אלע מחשבות, און דער גאנצער סטרעס און אנגעצויגענקייט ווערט פארווינדן ווי אין וואסער אריין.

איין הערה האב איך נאר איבעער דעם וואס דו האסט געשריבן אז:
נשמה האט געשריבן:די חידושי דאורייתא איז אויך א וועג פון התחברות. א מענטש זאגט תהלים און ער זוכט חידושים אין די ווערטער איז דאס אויך התחברות. ווייל חידושים איז אויך כלים אין וואס די נפש וויל זיך אנכאפן.

לכאורה איז דאס לאו דוקא ווען ער זוכט חידושיים אין די ווערטער, נאר אפי' ווען ער זאגט עס סתם אזוי, און ער האט אינזין התחברות מיטן באשעעפער.
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:01 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:איין הערה האב איך נאר איבעער דעם וואס דו האסט געשריבן אז:

נשמה האט געשריבן:די חידושי דאורייתא איז אויך א וועג פון התחברות. א מענטש זאגט תהלים און ער זוכט חידושים אין די ווערטער איז דאס אויך התחברות. ווייל חידושים איז אויך כלים אין וואס די נפש וויל זיך אנכאפן.



לכאורה איז דאס לאו דוקא ווען ער זוכט חידושיים אין די ווערטער, נאר אפי' ווען ער זאגט עס סתם אזוי, און ער האט אינזין התחברות מיטן באשעעפער.

איך האב געשריבן אז דאס וואס ס'זוכט זיך צו מאכן חידושים איז נישט דוקא 'יכולת'. נאר די נפש זוכט חידושים ווייל ס'זוכט זיך אין וואס אנצוכאפן. ס'דא א וועג פון זאגן תהלים מיט 'יכולת', איך פלאג מיך און איך קוועטש מיך צו מאכן מיט מיר עפעס.

אין זיין ספר 'לימודים לדעת' ברענגט ער א וועג פון פיר שטאפלן (איך מיין אז ער נעמט עס פון רמח"ל דרך ה' פרק ב בתלמוד תורה) וואס ארבעט על זה הדרך, 1) איך באוואוסטזיניג מיך ווי ווייט געטליכע שפע די ווערטער קענען מיך משפיע זיין משמים (זיך באוואוסטזיניגן אויף די געטליכע שפע איז נישט 'יכולת' 2) איך בין משתוקק די מערסטע וואס איך קען אז מ'זאל מיך משמים משפיע זיין די מערסטע געטליכקייט שייך. (ריינע השתוקקות מעג מען די מערסטע וואס מ'קען. ריינע השתוקקות איז נישט 'יכולת') און 3) איך בין מקבל די שפע, דהיינו איך בין מיך מחבר מיט אט די געטליכע שפע וואס מ'האט מיך באוואוסטזיניגט משמים. און 4) איך בין צופרידן און איך האב תענוג מיט וויפיל איך האב באקומען. נישט איך פרוביר צו שאפן מיט 'יכולת' מער שפע ווי דאס וואס מ'האט מיך באוואוסטזיניגט משמים.

והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
ספרים שטוב
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

תגובהדורך ספרים שטוב » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 6:19 pm

זייער קלאר, ייש"כ!
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג דעצמבער 01, 2019 9:32 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די היינטיגע אויפרייסערישע וועלט נעמט אוועק די אפעטיט פאר די איידיע צו מסכים זיין צו טון פשוט'ע מעשים. פשוט ווייל די איידיע ווערט מער און מער אפן אן קיין ציהל פאר עפעס ספעציעל. אויב לויט די איידיע קען איך ענדערש זיין איך ווייס וואס, אדער טון איך ווייס וואס, נו, פארוואס זאל איך מיך יעצט מוטשענען צו צעקוועטשן א בענענע און עס פיטערן געמיטלעך פאר מיין קליינעם? איך מיין אין די זעלבע צייט זאגט מיר די איידיע אז איך קען 'איך ווייס וואס טון'. איי וועסטו פרעגן די איידיע, "נו, האסט אן איידיע וואס דו ווילסו יא" וועט ער גארנישט קענען עכט אנווייזן אויף עפעס. ווייל די איידיע וואס ער האט באקומען פון די מעגליכקייטן וואס מ'קען אלץ טון אויף דער וועלט איז אים פשוט געבליבן געפרוירן. והאיש משתאה לה. ענדלאז. צעעפנט. אן קיין טירן. אן קיין פענסטערס. אן קיין גרעניץ. ער איז געבליבן געפרוירן אין יכולת פון ענדלאזע איידיעס.

די וועלט וואס רעדט צום איידיע ווערט מער און מער אויפרייסעריש. מער און מער 'יכולת'דיג'. וואס מ'קען אלץ טון. דו קענסט האבן דאס, און דו קענסט האבן יענץ. דו קענסט ארויסקריכן פון אלע דיינע פראבלעמען. מיר גייען דיך מאכן קלאסן, און אט דו ביסט אינדרויסן. פארוואס זיך מוטשענען? ס'איז נישט קיין וואונדער אז די איידיע טרעפט נישט קיין שום טעם אין די פשוט'ע טאג טעגליכע מעשים. מ'זעהט נישט דערין קיין שום תענוג. ווייל די גאנצע תענוג איז געבליבן געפרוירן אין די יכולת פון ענדלאזע איידיעס. איך מיין פארוואס זאל איך מיך מצמצם זיין זיך צו מוטשענען צו פארשטיין און לערנען יעצט א ווארט פון רש"י הקדוש? מיין איידיע איז פשוט געבליבן געפרוירן מיט וויפיל זאכן איך קען יעצט לערנען? מיט די אלע טויזענטער ספרים, פארוואס זאל איך מיך ארוממיטשענען מיט עפעס א ווארט וואס מ'גייט עווענטועל נישט פארשטיין. איך קען אין די זעלבע צייט 'זיך אויפרייסן'? פשוט זיך אויפרייסן. אזוי זאגט מיר מיין איידיע וואס מ'האט מיר געעפנט.

וויפיל איידיעס צו טון האט אמאל מענטש געהאט אין זיין ארסענאל? אפילו ער איז געווען דער גרעסטער אידיאליסט, א מענטש מיט איידיעס, וויפיל האט ער געהאט אין זיין ארסענאל, נאכן הערן די אלע מעגליכקייטן וואס ער קען אלץ טון? גענוג אז ער זאל האבן פאר זיך געציילטע אפציעס, שוין. וויפיל איידיעס האסטו אמאל געקענט האבן? די ברייטסטער מענטש האט נישט צופיל געקענט טון. היינט, די איידיעס וואס די איידיע באקומט פון די וועלט מיינט אז די מעגליכקייטן זענען דאך אזוי ברייט, אזש אז דאס צענעמט פשוט די איידיע. און נישט אז מ'קומט אן עפעס מער, א פייג, מ'קומט גארנישט אן. די איידיע איז פשוט צענומען פון אזויפיל מעגליכקייטן וואס די וועלט זאגט אז מ'קען אלץ טון. אין א בחינה פון תפסת מרובה לא תפסת.

וואס טוט די היינטיגע וועלט צו די איידיע פון מענטשן? ס'רייסט אים אויף. א מענטש הערט אדווערטייזונג, ער הערט די אופן פון די אדווערטייזמענט. רייס דיך אויף! פשוט, נעם דיך און רייס דיך אויף. קוק וואס דו קענסט אלץ טון מיט דיין לעבן? און דו זיצט פלעין און דו פלאגסט דיך איינצוטינקען די טיי זעקל צום פיפטן מאל? זיי נישט קיין נאר. צינד אן די לייטס. רייס דיך אויף.

דער מענטש פארלירט דעם אפעטיט זיך צו מצמצם זיין צו פשטות. די קארן וואס פליען אונז דורך. די אדווערטייזמענט אויף די ווענט. באמת לאמיר אביסל צוריקקוקן צו די אמאל. ווען די גאנצע וועלט האט נישט געהאט אזויפיל איידיעס, אזויפיל מעגליכקייטן. די גאנצע וועלט. אפילו די וואס האבן געפירט באנען, האבן אויך געוואוסט אז צו פירן דעם באן דארף מען הארעווען. מ'דארף זיך מצמצם זיין. מ'דארף קוועטשן און דרוקן און ארבעטן און אראפשרייבן. מ'האט הנאה געהאט פון יעדעס קלייניגקייט. די איידיע פונעם קאנדאקטער ווי ברייט ס'איז געווען, איז עס אבער נישט געבליבן אין א מצב פון ענדלאז. אן קיין ציהל. מ'קען אלעס.

א קינד וואס זאמעלט איידיעס, קומט אריין צו א חתונה, ער ווערט פשוט געפרוירן, פון אזויפיל מעגליכקייטן.

ס'איז אלעס 'יכולת'. ס'איז אלעס די גוטע געפיל פון "איך קען טון אזויפיל מינע זאכן". דער אייבערשטער זאגט פאר'ן מענטש: יא, וואס קענסטו? לאמיר זעהן וואס דו קענסט? קענסט נאר דאס ביסל וואס איך ערלויב.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג דעצמבער 01, 2019 9:39 pm

דפח״ח וש״י!

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:00 pm

אפשר האסטעס שוין דערמאנט, אבער די געדאנק דא דערמאנט מיר פון מים גנובים ימתקו, דהיינו, די פשוטע האט נישט קיין טעם...

פאלקאוויטש123
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:38 am

תגובהדורך פאלקאוויטש123 » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 1:19 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:די סעריע איז פארטיג. די שיעורים גייען אריבער (כ'מיין בערך ביי שיעור 18) צו אניגראם. ער צולייגט אלע 9 נאטורי בני אדם לויט זייער נומבער. און לייגט א דגוש ווי יעדער איינער האט זיין געפיל פון יכולת און וויאזוי צו ארבעטן דערויף.

זענען די שיעורים דא שוין ערגעצוואו אפגעשריבן???

??

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 6:12 pm

גרינגער האט געשריבן:אבער כדי אויפגעבן די איגא וועט נישט העלפן נאר אז מען טוט עס עד הסוף מיט א אמת, ממש נישט שעפן קיין חיות פון איגא, נישט שעפן חיות פון מיינע געלונגענקייטן, פעאיקייטן א.א.וו. אן צו קומען צו דעם מדריגה דארף מען קודם אנקומען צו א מצב אין לעבן ווי מען טרעפט זיך אין א דעט ענד מען קען טאקע נישט אנגיין און עס ווערט באשיינפערליך אנטוויקעלט מצבים וואס זאגט פארן מענטש אז די פאר דיר פארמאגסט נישט קיין שום כוחת, דאס איז געזאגט געווארן ביי ערוואקסענע מענטשן ביי א אינגע מענטשן וואס ווייסן נאך נישט ווער זיי זענען און זיי מיינען נאך אז נאר ווען זיי וועלן עפעס דעליווערן פאר די וועלט עפעס וועלן זיי זיין אנערקענט און אן דעם פילן זיי ווי 2 סענס ווייס איך נישט ווי אזוי מען קען צו זיי רעדן און קאנווינסן זיי זאלן אויפגעבן זייער יכולת, אדרבה אויב מען קען און דער אייבערשטער וועט מיר צו שיקן א הזדמנות צו זעהן ווי אזוי דאס איז געטון געווארן מיט סוקסעס דאן בון איך אפשר אויך אין.


בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך שרייב עס דא, ווייל איך וויל נישט פארדרייען יענעם אשכול. דער אייבערשטער קען אונז געבן די כוחות, און מ'דארף בעזרת השי"ת אויסלערנען קינדער דעם ענין פון אויפגעבן 'יכולת'. און דעם ענין פון נישט האבן א 'איגו'. און איך רעד צו מיר אליין.

ר' שרגא נ"י ברענגט ארויס אין זיינע שיעורים אז קינדער דארף מען געבן ליבשאפט. מ'דארף זארויסווייזן פאר א קינד מיט כל מיני אהבה. מיט כל מיני התחברות. ארויסברענגען ביי אים די ענין פון התחברות. און א קינד מיינט אויך א בחור, און אפילו א טאטע, א קינד דארף שפירן ביי זיך אז זיין עקזיסטענץ איז א טייערע חשוב'ע ווערדפולער עקזיסטענץ ווייל ער איז מחובר צו אזא גרויסע באשעפער. די עצם עקזיסטענץ זיינע איז אבסעלוט טייער. דאס דארף ער שפירן אין אלע ביינער עד הסוף. (ער מיינט לכאורה צו זאגן אז דער קינד דארף באקומען דעם מעסעדש אז מצד זיין התחברות צום אייבערשטן איז זיין עקזיסטענץ אבסעלוט טייער און חשוב) ער מיינט לכאורה נישט צו זאגן אז ער אליין פאר זיך איז אבסעלוט טייער. אזוי ווי די גוים וואס האלטן פון Humanity. דו ביסט חשוב ווייל דו ביסט א מענטש. ער מיינט נישט דעס. ער מיינט לכאורה אז דאס קינד איז אבסעלוט טייער מצד זיין התחברות צום אייבערשטן.

ווען דו באגעגנסט דיין קינד זאלסטו אים קיינמאל נישט אויפנעמען מיט פארווארף. זאג אים מוסר א צווייטע מאל.

זאלסט קיינמאל נישט לאזן דיין קינד זיך איבן מיט זיין 'יכולת'. דיך קאנטראלירן מיט זיין 'יכולת'. אדער זיך קאנטראלירן מיט 'יכולת', אדער בכלל קאנטראלירן די ארומיגע מיט 'יכולת'. א קינד דארף מען אויסלערנען די ענין פון 'הכנעה'. די ענין פון 'פאלגזאמקייט'. די ענין פון 'חוסר יכולת'. און נוץ נישט דיין 'יכולת' צו קאנטראלירן אז דער קינד זאל נישט האבן קיין 'יכולת'. נאר אפילו די עלטערן זאלן מחנך זיין און בכלל זיך אויפפירן ארום דעם קינד באופן פון 'חוסר יכולת'. דער באשעפער פירט די וועלט וכו'. דער מעסעדש וואס דאס קינד דארף באקומען איז די ענין פון 'חוסר יכולת'. עד הסוף ממש.

ר' שרגא נ"י זאגט נאך פון בעלזער רב זצ"ל, און בתוספות נופך משלי: זאלסט קיינמאל נישט זאגן פאר א קינד א קאמפלימענט וואס מאכט אים שפירן אז ער מוז יעצט נוצן 'יכולת' כדי צו זיין די קאמפלימענט. צום ביישפיהל: זאג נישט פאר'ן קינד "דו ביסט א צדיק". זאג אים "wow, דו האסט געהאט אזא זכי' צו העלפן מאמי". זאג נישט פארן קינד "ביסט א וואוילע". אויף אזא אופן אז דאס קינד מוז יעצט נוצן אלע זיינע 'יכולת'ער' ווייטער צו זיין א וואוילע.

געדענק, ווען דו זאגסט א קאמפלימענט פאר דיין קינד, טראכט! צו גייט דאס מאכן אז דער קינד זאל דארפן נוצן זיין 'יכולת' דאס ווייטער צו באווייזן? אויב אזוי זאג עס נישט. פארוואס זאלסטו זיין דער וואס גייט אויסלערנען פאר'ן קינד אויסצושעפן זיינע 'יכולת'ער' וואס ער האט נישט.

די כלל איז, זאג אים נישט אזאך וואס איבט זיין 'יכולת'. און זאג אים זאכן וואס איבן זיין 'חוסר יכולת', און בוי אויף ביי אים די ענין פון די זכי' פון נעמען די מתנות פון אונזער גרויסע באשעפער וואס דאס ווייזט אויף אונזער התחברות מיט אים.

דאס איז נישט אלעס וואס ר' שרגא נ"י רעדט אין זיינע שיעורים. און פארשטייט זיך אז דער עיקר איז תפילה. ווייל מ'ווייסט נישט באמת וואס פונקטליך איז מחנך א קינד. נאר דער אייבערשטער ווייסט.

פארשטייט זיך מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן הכל בהשכל ובדעת, מ'דארף וויסן ווען און וויאזוי.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 4:44 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אין 'נפשי' חודש תשרי תשפ ברענגט איינער זיין ארטיקל וועגן 'OCD אין אידישקייט'.

ער ברענגט ארויס אז די ענין פון OCD איז אז ס'פעלט א טערמאסטאט וואס זאגט "עד כאן". ער טענה'ט: אונזער OCD, דער שטופ פון איבערטון א זאך נאכאמאל און נאכאמאל, קומט פון דעם וואס מיר זענען אויפגעצויגן און נתחנך געווארן אז אידישקייט איז אן ענדלאזע זאך.. דערפאר טוען מיר נישט גענוג דערהערן אז יעדע זאך פארמאגט אן ענדע... מיר זענען אלעמאל פארזיכערט אז עס איז דא נאך און מער... דעריבער ענדיגן מיר קיינמאל גארנישט...

מיט די ליכט פון 'יכולת' קען מען בוחן זיין וואס דא קומט פאר, וואסערע "יודישקייט" דארף זיך דא ענדיגן, און וואסערע יודישקייט עס האט באמת נישט קיין ענדע.

א) א מענטש מצד זיין נשמה זוכט אבסעלוטישע תענוג דורך זיין התחברות מיט די אייבערשטער, ווייל די התחברות מיט די אייבערשטער מיינט אז איך בין א חלק פון אים, אשת חבר כחבר, אנדערש איז נישט שייך קיין התחברות מיט די אייבערשטער. דערפאר זוכט א מענטש התחברות מיט אבסעלוט עקזיסטענץ דורך תורה ומצוות ומעשים טובים. דער מענטש זוכט צו באקומען דורך דעם התחברות א שפיר פון אבסעלוטישע תענוג. און דאס איז עד אין סוף. מ'וויל אגאנצן צייט נאך און נאך.

ב) א מענטש מצד זיין סטרא אחרא זוכט אבסעלוטישע תענוג פון 'יכולת'. ער זוכט דעם שפיר פון "אבסעלוטישע איך קען". דאס אז OCD קומט פון 'יכולת', און דאס אז OCD קומט פון נישט קענען ענדיגן, איז איין און די זעלבע זאך.

א מענטש וואס זוכט 'יכולת', ער זוכט צו דערשפירן דעם תענוג פון 'יכולת', איז ווען ער שטעלט זיך ליינען דעם ערשטן פסוק פון קריאת שמע, גייט ער דא מאכן זיכער צו דערשפירן זיין 'יכולת', "איך וויל דערשפירן מיין 'יכולת' אז איך האב געקענט מכוון זיין". ער גייט אזוי לאנג מכוון זיין ביז ער גייט דערשפירן זיין 'יכולת'. ווייל 'יכולת' איז תענוג. און אפילו ער דערשפירט עס שוין, פארוואס זאל ער עס סטאפן? ער האט דערפון אבסעלוטישע תענוג.

יעצט וויבאלד די אבסעלוטישע תענוג וואס א מענטש זוכט איז עד אין סוף. ווייל די רצון צו תענוג קומט דאך פון אין סוף. וויל ער שפירן דעם גוטן תענוג פון 'יכולת' אויך עד אין סוף. ס'איז פיינפול אנצושטרענגען אלע כוחות אויסצופירן די 'יכולת', אבער ס'האט אויך דעם גוטן תענוג פון 'יכולת'. פארוואס זאל ער סטאפן?

קומט אויס, אז ער דארף שרייבן: מיר זענען אויפגעצויגן און נתחנך געווארן אז אידישקייט איז 'יכולת', און דערפאר איז די אופן פון "יודישקייט" אן ענדלאזע זאך. ווייל די רגע מ'נוצט 'יכולת' כדי צו האבן אבסעלוטישע תענוג, איז עס אוודאי ענדלאז. פארוואס נישט?

פארוואס אין די וועלט זאל נישט א מענטש וועלן נאך און נאך און נאך עד אין סוף פון א זאך וואס איז אים גורם אבסעלוטישע תענוג. אפילו ער האט PAIN בשעת ער טוט עס, וויל ער אבער בייקומען די ווייטאג, און יא שפירן די 'יכולת'. ער וויל דאך האבן תענוג פון עפעס.

סוף דבר איז: די ריכטיגע יודישקייט איז באמת ענדלאז. נאר יודישקייט איז נישט 'יכולת'. יודישקייט איז 'התחברות' און 'חוסר יכולת'. יודישקייט איז אויסשטרעקן די פינגער צו נעמען די מתנות וואס דער אייבערשטער געט, און שפירן די תענוג פון 'התחברות', נישט די תענוג פון 'יכולת'.

שוין. והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

גרינגער
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 4:27 pm

תגובהדורך גרינגער » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 6:06 pm

ווען מען רעדט פון מענטשן ערוואקסענע וואס זענען גרייט צו ארבעטן אויף זיך פארשטיי איך זייער פיין 100% די גאנצע ענין, אבער ווען מען רעדט פון אינגע קינדער איז מיר שווער צו פארשטיין, קוק וואס די חובת התלמידים שרייבט אין זיין שמעוס מיט עלטערן מיט מלמדים ווי ער געט אן די סיבה פון די ירידה פון די אינגווארג וז"ל

הסבה הפשוטה והעקרית היא, שהנער קם וחושב את עצמו לאיש בטרם בא מועדו. לא השערה בדויה אנו אומרים בזה, כי גם כל העולם מקונן עתה על זה, ולא את הטעם והסבה באנו בזה לבאר, למה קם הנער, אבל כך היא העובדא, רוח שטות זה עבר על בני הנער לחשב את עצמו לאיש בדעת ורצון, בעוד בו דעת מהפך ורצון בסר ומר, ועוד הודיעו לנו חז"ל מראש (סוטה מט, ב): 'בעקבות משיחא חצפה יסגא'. גם זאת חצפה היא לחשב את עצמו ואת דעתו לנאמנים ובטוחים לסמך עליהם הדבר הזה כל כך התלקד, עד שמשתוממים לפעמים לראות תנוקות הכי קטנים – עצמית ואמץ מרמה זה, כבר מבצבץ ועולה בהם לחשב את עצמם לאנשים.


דאס מיינט אז די איגא ביי די היינטיגע אינגווארג איז אבנארמאל שטארק פון דעם לעבן זיי דאס געט זיי דאס גאנצע חיות, ער רעדט נאך פון א אינגווארג וואס איז אויפגעוואקסן ביי ערליכע עלטערן אמאליגע אידן, און ער טענה'ט אז אזוי געשעהט עס, דאס האט צו טון מיטן דור, דאס אז פון דעם קומט אלע גייסטישע קרענק, צו דעם בון איך אויך מסכים אינגאנצן, איך פארשטיי אויך אז די וועג וואס איך וועל מיך אומגיין מיט די קינדער קען אויך מאכן א חילוק, אבער היילן א קינד אדער אפהאלטן פון ווערן ערגער מיט ענווה אזאך פון וואס ער ווי בכלל נישט הערן, ער פילט דאך ווי אן די איגא פאלט ער אריין אין וואסער, פארשטיי איך נישט ווי אזוי מען קען דאס טוען. א חוץ אויב דער בחור איז שוין אנגעקומען צו אזא דיסעסטער אין לעבן אז ער דארשט שרעליך אליין נאך הילף דעמאלטס איז ער שוין אפשר גרייט פאר דרייסטישע שריט, געווענטליך געשעהט עס נישט אין די בחורישע יארן, און די יארן זענען די עלטערן די וואס זוכן הילף.
אדרבה אז איך זאל מיט האלטן עין בעין ווי עס ארבעט בון איך פולי אין.

נ.ב. איך וואלט געוואלט הערן מער וואס ער זאגט איבער ווי אזוי עלטערן זאלן זיך פירן לגבי דעם נישט איבערגעבן איגא אדער העלפן עס בויען וופיל עס איז שייך.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:22 pm

בס"ד

ער זאגט נאר די סיבה פארוואס די יוגנט איז אזוי, ער זאגט נישט אז מ'זאל עס אזוי לאזן.

די חובת התלמידים האט דאך א גאנצע פרק וועגן דעם, און ער שרייבט אף ששומע להם ומתגבר לעשות כמצותם, מכל מקום כיון שבלבו ישות חזקה ועצמיות כאבן נמצא, גם הוא צריך כבוס ורחיצה עד אשר יטהר את לבו ונפשו מכל אבק גאות זו

גרינגער האט געשריבן:היילן א קינד אדער אפהאלטן פון ווערן ערגער מיט ענווה איז דאך אזאך פון וואס ער וויל בכלל נישט הערן, ער פילט דאך ווי אן די איגא פאלט ער אריין אין וואסער, פארשטיי איך נישט ווי אזוי מען קען דאס טוען


איך וואלט נישט געזאגט אז מ'זאל אנהייבן מיט איינמאל. ווייל דו מוזט פארשטיין אז זיין תענוג פון 'יכולת' צו 'איגו' צו גיאות, איז צאמגעמישט מיט די נאטורליכער ברען און אייפער פון לעבן. ער האט נישט קיין אהנונג מיט וואס עס אויפצוטוישן, און זיין דאך וועט אראפפאלן. ער מוז האבן אן אויסוואל פונקטליך וואס יא צו טון. א מענטש קען נישט האבן וואס נישט צו טון, אן האבן אין די זעלבע צייט וואס יא צו טון. און דער 'יא' דארף זיין א תענוג פאר די מענטש. ער מוז באלד קענען אונטערלייגן א ציגל, אנשטאט די ציגל וואס ער נעמט ארויס. און ער מוז זיין איבערצייגט אין די עפעקטיווקייט פון די טויש. ער מוז שפירן די אפ-אטעם פונעם טויש.

א קינד וואס האט נעבעך ענגזייעטי, אדער OCD, אדער סאושעל ענגזייעטי, קען מען דען מיט איינמאל מסביר זיין וואס דא גייט פאר? אפשר יא. ווייל די צער וואס דאס קינד האט פון OCD, אדער ענגזייעטי, מאכט אים שוין מסכים זיין צו זוכן א וועג ארויס.

און עס ווענט זיך אויך וועכע גיל. די עצה איז לכאורה צו געבן די מעסעדש נישט דירעקט. זיין א סעמפל פון תענוג פון 'חוסר יכולת', תענוג פון 'התחברות'. פארציילן פון פלוני אלמוני וואס לעבט זיך אזוי גליקליך פון 'חוסר יכולת'דיג'. אזוי אז די קינד כאפט אויף די תענוג פון 'חוסר יכולת', און ער וועט עס פרובירן נאכמאכן.

איך גלייב נישט אז א קינד דארף שפירן שלעכט וועגן די אויסוואל פון זיין לעבן. צום ביישפיהל: דו ווייסט יאנקי, די גאנצע זאך קומט פון גאווה! דאס קינד וועט זיך נאר נעמען באשיצן זיין 'איגו'. און דאס קען מען אים אויך מאכן שפירן אז דו האסט אים נישט ליב. ווייל זיין 'איגו' איז געמישט מיט דיין 'ליבשאפט'. וועם האט טאטי ליב? מיך. ווער איז 'איך'? די 'יכולת'. און יעצט האט מיך טאטי אליין געזאגט אז ער האט מיך נישט ליב. יעצט ווייסעך שוין טאקע נישט וואס צו טון. איך שטיי און איך ארבעט אז טאטי זאל מיך ליב האבן, און יעצט זאגט ער מיך אז ער האט מיך נישט ליב. וואס טו איך? איך מוז עפעס טון מיט מיין 'יכולת' אז טאטי זאל מיך יא ליב האבן.

וועגן דעם דארף מען ב"ה פרובירן צו זיין א סעמפל און נישט קריטיקירן דירעקט. חוץ אויב די קינד איז שלעכט. ער פארפירט אז מ'מוז יעצט נאכגעבן.

איך טראכט נאך אלץ אז א קינד וואס האט נעבעך ענגזייעטי וכו', איז מער גרייט אויפצוגעבן, אויב ער זאגט: "מחשבות קומען אריין אין מיין קאפ, איך קען עס נישט ארויסטרייבן". און מ'זאגט אים מיט א עטיטוד "און וואס איז?" ס'גארנישט! און מ'נעמט זיך רעדן פון אזאך וואס געט תענוג.

די ענין פון אויפגעבן די תענוג פון 'יכולת' האט במשך די זמן א מאכטפולער עפעקט אויף די 'איגו' פון די מענטש. איך מיין אז בהמשך הזמן איז עס נאך אזוי מאכטפול ווי מעדיקעשאן. פארשטייט זיך, אז נישט ווען מ'שפירט אז מ'בלייבט אן א דאך.

די ענין פון ריכטיג אויפגעבן אויף די תענוג פון 'יכולת' מאכט שוואך די פיזישע מוסקלן וואס דער מענטש נוצט זיך צו האלטן אין זיין 'איגו'. אבער ס'מאכט נישט שוואך די נאטורליכער אייפער און ברען פון לעבן. דער מענטש ווערט נאכגעלאזט פון אינעווייניג אויף ארויס. און מחשבות וואס געשעען געווענליך ביי א OCD געשעען ווייניגער, אדער ס'הערט זיך אויף. די סיבה איז, ווייל די פיינפולע מחשבות זענען נאר א תוצאה פון 'יכולת'. די מחשבות וואס קומען ארויף, איז נאר א תוצאה פון 'יכולת'. און פון חוסר תענוג.

איך זאג דיר עס נישט, ווייל דו זאלסט לפי מיין עצה אפלאזן מעדיקעשאן. איך בין נישט 'ר' שרגא'. איך קען דיר נאר זאגן אז די ענין פון 'אויפגעבן' אויף די תענוג פון 'יכולת' איז מאכטפול. איך מיין אז ס'איז נאך אזוי מאכטפול ווי זאלאפט וכו'.

איך וואלט מיך געטרויעט צו זאגן, אז די ענין פון אויפגעבן די תענוג פון 'יכולת', אויף די ריכטיגע אופן, קען אפילו אוועקנעמען קאפ ווייטאג, ריקן ווייטאג, אזאנע סארנא ווייטאגן. ווייל קאפ ווייטאג קומט פון די תענוג פון 'יכולת'. נישט קענען איינשלאפן קומט פון 'יכולת'.

די זאך איז, אז אויפגעבן באמת אויף די תענוג פון 'יכולת' איז נישט גרינג. דער מענטש איז אזוי צוגעוואוינט צו האבן תענוג פון 'יכולת'. צום ביישפיהל: איך בין אזוי צוגעוואוינט צו האבן תענוג פון מיין 'יכולת' צו קענען שרייבן דא אויף אייוועלט א גוטע ארטיקל, אז דאס קען מיר "בלינד" מאכן פון מיינע פשוט'ע טאג טעגליכע פליכטן. אבער פארפאלן, די עבודה איז צו שעפן תענוג פון 'התחברות' און נישט פון 'יכולת'.

אונטערשטע שורה איז אז מ'קען נישט גיין מיט איינמאל. ער דארף כאפן ווען פונקטליך טו איך 'יכולת', און וויאזוי פונקטליך קען איך האבן תענוג און סורווייוועל דורך 'התחברות'. ער טאר נישט ווערן א אויסגעלאשענע מאשין. ער דארף פשוט נאכלאזן נאר די 'יכולת', און בלייבן מיט די דאך, און מיט די אייפער פון לעבן וכו'.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

גרינגער
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 4:27 pm

תגובהדורך גרינגער » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 10:22 pm

צו אלעס וואס די זאגסט בון איך מסכים, איך וויל נאר וויסן צו במציאות ארבעט עס, עס איז זייער שווער צו באקומען רעפרענס אויף דעם ענין ווייל קיינער געט זיך נישט ארויס.
אז עס קען ארבעטן ביי איינעם וואס זיין לעבן צווינגט אים צו נעמען א נייע וועג, ווייס איך, די שאלה איז אויב עס ארבעט טאקע ביי מענטשן וואס האלטן נאך נישט ביי דעם.

גרינגער
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 4:27 pm

תגובהדורך גרינגער » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 10:51 am

אגב די חובת התלמידים זאגט דארט אין די שמועס אז ווילאנג זיי וואקסן נישט אויס די איגא זאל מען זיי מאכן פילן ווי זיי זענען זיך אליין מחנך זיי זאלן אליין טראגן זייער אחריות, פון דעם האב איך פארשטאנען אז פאר די געוויסע סטעיטש איז נישטא קיין עצה, מען דארף עס דורכשווערצן און נאר אכט געבן אז זיי זאלן נישט אוועק פארפען וואס מען לערנט מיט זיי.
דאס וואס די ברענגסט פון חובת התלמידים איז לכאורה פאר מענטשן וואס זענען שוין מסוגל צו ארבעטן אויף זיך אליין.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 2:24 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך וויל דא אין דעם ארטיקל אויפווייזן פאר די 'איידיע' וואס קען זיך דאכטן אז די חובת התלמידים זאגט אז מ'זאל נוצן די תענוג פון יכולת כדי צו דערגרייכן מעלות רמות בעבודת השי"ת. איך מיין נישט קיינעם.

ער זאגט דארט

צריך המלמד והאב לחפש אחר איזה מדה טובה שיש בתלמיד ולשבחהו בה ויחזקהו לאמר, כמה הכשרה ויכלת של גדלות בתורה ועבודה וכו' עמדת לך למטרה, ואם רק תעבד תגיע אליהן, אבל בשכל ודעת יעשה האב והמלמד, באפן שלא יביא התלמיד לגאות והתרשלות על ידי זה. וואס איז די שכל ודעת? לאמיר טראכטן: וויאזוי קען א מלמד זאגן פאר א קינד "דו האסט כשרונות פון גדלות בתורה ועבודה" און ס'זאל אים נישט ברענגען, נישט צו התרשלות, און נישט צו גיאות?

נאר וויבאלד אויב מ'ארבעט מיט די תענוג פון 'יכולת' ברענגט דאך דאס גיאות. און אז מ'ארבעט נישט מיט די תענוג פון התחברות ברענגט דאס התרשלות. דערפאר דארף מען עס אזוי זאגן פאר'ן קינד באופן נעם 'תענוג פון התחברות'. דהיינו, ווי גוט האט דיך שוין דער אייבערשטער אוועק געשטעלט אז דו זאלסט קענען נעמען די מתנות פון דער אייבערשטער. קוק ווי נאנט דער אייבערשטער האט דיך שוין אוועקגעשטעלט אז ס'זאל דיר זיין גאר גרינג צו נעמען די מתנות פון די אייבערשטער און זיך מחבר זיין צו אים. דער אייבערשטער האט דאך דיך שוין געגעבן אזא און אזא כשרון, און מיט אט דעם כשרון קענסטו דאך אזוי גוט נעמען די מתנות פון די אייבערשטער, און זיך מחבר זיין צו אים. די פסוק אליין זאגט דאך דאס. די פסוק זאגט: בפיך ובלבבך לעשותו. דהיינו, דער אייבערשטער האט דיך שוין געגעבן די מויל, דער אייבערשטער האט דאך דיך שוין געגעבן די הארץ, דער אייבערשטער האט דאך דיך שוין געגעבן די בחירה. נו, זיי בוחר. שטרעק אויס דיין הענט און פארלאז דיך נישט אז יענער וועט שוין.

ס'דא קינדער וואס זיי פארלאזן זיך אז "זאל 'זרח' זיין נאנט צום באשעפער". "ווער בין איך צו זיין נאנט צום באשעפער"? זאגט ער פאר'ן קינד: דו ווייסט דען ווי נאנט דו קענסט זיין צום אייבערשטן? דו קענסט זיין אזוי נאנט צום אייבערשטן, קענסט אפילו צוקומען דורך נעמען די מתנות פונעם אייבערשטן צו אזא נאנטשאפט אזוי ווי די גאר גרויסע צדיקים. נעמען מתנות, נעמען התחברות איז קיינמאל נישט תענוג פון 'יכולת'. נעמען און האבן השתוקקות צו זיין נאנט צום אייבערשטן, דאס איז קיינמאל נישט תענוג פון 'יכולת'. השתוקקות מעג מען האבן עד הסוף.

אזוי ווי מ'זאל זאגן פאר א 'כלה', אויב דו וועסט נישט אויסשטרעקן דיין פינגער צו נעמען די רינגעל, וויאזוי וועסטו זוכה זיין צו זיין די ווייב פון אזא חשוב'ע מאן, וואס מצד די חשיבות פון די מאן וועט יעדער זאגן אויף דיר ווי חשוב דו ביסט. דאס האט ער געמיינט צו זאגן. אבער די חשיבות בלייבט אלעמאל מצד די מאן, קיינמאל נישט מצד די ווייב. נאר מצד די התחברות. ר' שרגא נ"י טענה'ט אז מ'דארף זיך אויסטון די גלעזער פון 'יכולת'. און ער זאגט דארט אין 'חובת התלמידים' : גאות ארורה ומעופשה כזו שיסודה ניצוץ עבודה זרה ר״ל,‏ ופעולתה להרוס ולאבד את עם ד׳,‏ אשר השאירו נבוזראדן נירון קיסר וטיטוס,‏ א״א שמקרב נפש ישראל תעלה,‏ מחלת העולם היא כעת דו פארשטייסט?

קוק אריין אין זיין ספר 'הכשרת האברכים' די שפלות רוח וואס דער צדיק האט געהאט, און די שפלות רוח וואס ער האט גערעדט אז מ'זאל האבן, ממש אזוי ווייט אז נאר. נישט מעגליך אז ער זאל האבן גע'עצה'ט אז מ'זאל אריינלייגן די תענוג פון 'יכולת' אין א קינד. ער האט דאך געוואוסט אז מ'איז נאר נאנט צום אייבערשטן ווען מ'האט נישט קיין 'גיאות'. און וואס האט ער געוואלט פון א קינד? ער האט דאך נאר פון דעם קינד געוואלט אז ער זאל אויסוואקסן בן שעשועו בן רחומו פונעם אייבערשטן. קען נישט זיין אז ער האט ער געהייסן אז מ'זאל אינעם קינד איינפלאנצן די תענוג פון 'יכולת'. זיכער נישט דאס. ס'קען נישט זיין.

ער זאגט דאך אליין פאר'ן קינד: אבל דעו נא שהמשנה אומרת (אבות פרק ד', ד') מאד מאד הוי שפל רוח, את הגאות צריכים להרחיק יותר מכל המדות הרעות ואף צל ממנה לא ישאר אפילו אויב אין די זעלבע צייט זאגט ער: להדריך ולגדל את עצמם לגדולי ישראל. מיינט ער נישט אז א קינד זאל זיך משעשע זיין מיט די תענוג פון זיין יכולת "איך גיי מיך מאכן וואקסן א גדול שבישראל". נאר ער מיינט די תענוג פון התחברות "איך גיי ווערן נאנט צו די אייבערשטער.

תענוג פון 'יכולת' מיינט ער זיכער נישט. נאר, יעצט דארף מען טראכטן וואס ער האט יא געמיינט דערמיט. אבער די תענוג פון יכולת זיכער נישט.

תענוג פון יכולת נישט, ווייל דאס איז דאך 'גיאות'. ער אליין שרייבט און ער באווארנט אבל בשכל ודעת יעשה האב והמלמד, באופן שלא יביא התלמיד לגאות והתרשלות על ידי זה. מ'דארף וויסן וויאזוי מ'זאגט עס. מ'דארף וויסן וואס דאס וועקט אויף ביים קינד. אויב ס'וועקט אויף זיין התחברות, דאן יא. אויב ס'וועקט אויף זיין 'איגו', זיין 'אנכיות' זיין 'תענוג פון איך בין א גדול בישראל' דאן זיכער נישט.

און אפילו דאס וואס ער שרייבט אף אתה לא תדע מי אתה ומה תהי׳ כשתתגדל בעבודתו ובתורתו, אם צדיק וגאון אשר שמו ילך מקצה העולם ועד קצהו איז עס נאר אזוי ווי איך האב פריער געזאגט. אז ס'דא אמאל א קינד וואס ווייל ער האט א 'אנכיות' א 'איגו' פאלגט ער נישט די מלמד, און ער האט תענוג פון א געוויסע 'יכולת' וואס לויפט על זה הדרך: איך בין א מענטש פאר מיר, איך גיי נישט פאלגן וואס די מלמד זאגט אז איך זאל נעמען די מתנות פון די אייבערשטער, זאל ''איציק מעכיל'' בוחר זיין אין די גמ'. זאל "תנחום שמעון" אויסשטרעקן די האנט צו נעמען די מתנות. ווער בין איך בוחר צו זיין צו נעמען די מתנות פון די אייבערשטער? איך קען זיין נאנט מיט די אייבערשטער?

אזוי ווי די כלה וואס טראכט "ווער בין איך אויסצושטרעקן מיין פינגער און נעמען די רינגעל?" זאל א צווייטער אויסשטרעקן. זאגט ער פאר אזא קינד. פארוואס זאלסטו נישט אויסשטרעקן דיין פינגער צו נעמען די מתנות פון די אייבערשטער, דו קענסט דאך אויך זוכה זיין צו זיין נאנט צו אזא גרויסן באשעפער. דו וועסט זיין די חשוב'ע רביצן וואס יעדער וועט ארויפקוקן. די חשיבות איז אבער קיינמאל נישט מצד די כלה, חלילה וחס, די חשיבות איז אלעמאל מצד די חתן.

חשיבות מצד די כלה איז דאך 'גיאות'. און ער שרייבט: גאות ארורה ומעופשה כזו שיסודה ניצוץ עבודה זרה ר״ל,‏ ופעולתה להרוס ולאבד את עם ד׳,‏ אשר השאירו נבוזראדן נירון קיסר וטיטוס

ער האט נישט געזאגט: דו וועסט זיין די חשוב'ע רביצן מיט אזא גרויסע יכולת "איך האב עס געמאכט, און איך בין די זאך". ער האט נישט געזאגט דו וועסט זיין די ווייב וואס דו האסט באוויזן מיט דיין יכולת צו זיין חשוב. ער האט געזאגט: וכל אב ואם בך יתברכו לאמר לבניהם ישימך אלקים כזה. האט ער געמיינט דערמיט אזוי ווי מ'זאגט פאר די כלה וואס איז מתרשל אויסצושטרעקן די פינגער צו נעמען די רינגעל, זאגט מען איר: וואס טוסטו, פארוואס בלייבסטו אזוי ווי דו ביסט? אויב דו וועסט יא אויסשטרעקן דיין פינגער, און נעמען די מתנות פון אזא גרויסער באשעפער, וועט מען דאך אויף דיר זאגן: אזא חשוב'ע רביצן מצד דיין התחברות. און יעדער וועט זיך וואונטשן צו זיין אזוי חשוב ווי דו. אבער אוודאי נישט מצדה. דאס איז דאך גיאות. און ער שרייבט אליין: גאות ארורה ומעופשה כזו שיסודה ניצוץ עבודה זרה ר״ל,‏ ופעולתה להרוס ולאבד את עם ד׳,‏ אשר השאירו נבוזראדן נירון קיסר וטיטוס,‏ א״א שמקרב נפש ישראל תעלה,‏ מחלת העולם היא כעת

ס'איז מצד די גרויסקייט פון די התחברות. ס'איז מצד דער חתן. נישט מצד די גאות ארורה ומעופשה פון די תענוג פון יכולת. ס'שטומט נישט צו זאגן אויף אים אז ער האט דא געמיינט אפילו די קלענסטע תענוג פון יכולת. ער האט דאך געוואלט אז דאס קינד זאל זיין נאנט צום באשעפער. ער האט דאך אזוי גוט געוואוסט וואס דאס הייסט א לב נשבר. ווייסט ווי סך ער רעדט אין זיין ספר 'הכשרת אברכים' פון שפלות? ווי קענסטו טראכטן אז ער האט גאר מתחלה געוואלט איינפלאנצן אין א קינד א ניצוץ עבודה זרה ר"ל? אז ער זאל דאס האבן געהייסן איינפלאנצן און אויפבויען אין א קינד? אז דאס זאל זיין די קערנדל פון עבודת השי"ת?

און נישט נאר דאס, נאר ער אליין האט א גאנצע פרק וואו ער רעדט פון די גנות פון גיאות, פון יישיות. וואס איז די תענוג פון יכולת? יישיות. נאר מ'דארף עס קוקן מיט די ריכטיגע גלעזער. און בכלל די גאנצע יודישקייט היינט זעהט מען מיט די גלעזער פון 'תענוג פון יכולת'. אויף גאר גאר א ווייטן פארנעם. און ער אליין שרייבט דאס. אזוי ווייט אז אלעס וואס מ'לערנט, אלעס וואס מ'זעהט, אלעס איז נאר "איך, און איך און איך". איך רעד צו מיר אליין.

דאס וואס ער שרייבט: כי החוב הוא על עצמו והוא בעצמו באנוכיות שלו ובישותו שהקדים להתגדל בו, מושל ומחנך את עצמו ער מיינט צו זאגן אז אפילו מצד די תענוג פון יכולת וואס דאס קינד האט שוין, וועט אויך דאס קינד זיך בייגן. אבער נישט ח"ו אז מ'זאל דאס איינפלאנצן אין א קינד. ער שרייבט דאך: אבל בשכל ודעת יעשה האב והמלמד, באפן שלא יביא התלמיד לגאות והתרשלות על ידי זה. נאר ער מיינט צו זאגן, אז וויפיל תענוג פון יכולת דאס קינד האט שוין, מיט דעם אלעם וועסטו אים אריינכאפן צו זיך.

אבער ער אליין זאגט נאכדעם פאר'ן קינד: לכם אין צריכים להזהיר על מדה רעה זו, אבל דעו נא שהמשנה אומרת (אבות פרק ד', ד') מאד מאד הוי שפל רוח. ווי שטומט דאס מיט דעם אז ער זאל האבן געזאגט אז מ'זאל איינפלאנצן אינעם קינד די תאווה פון יכולת? אדער אפילו מיטגיין און עס לאזן ביים קינד? ער אליין רעדט צום קינד און זאגט: לא עוד אלא אף בגדול שכבר זכה להיות תלמיד חכם אמרו חכמינו זכרונם לברכה (עירובין נ"ד, א'): אם מגיס דעתו הקדוש ברוך הוא משפילו. וויאזוי קען זיין אז א רגע נאכדעם זאגט ער: וכמה נערים ראינו שהיו נמוכים בקטנותם ואדירי ישראל בגדלותם.

נאר די אנטשיידונג איז זייער קלאר. ער מיינט אז מ'זאל זיך דערווייטערן פון די תענוג פון 'איגו', די תענוג פון 'גאווה', און נוצן די תענוג פון התחברות, פון נעמען די מתנות פון אזא גרויסער באשעפער.

והשם הטוב יעזור.
צוגעלייגטע
אודות חובת התלמידים בענין תענוג מיכולת.pdf
(72.93 KiB) דאונלאודעד 28 מאל
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

גרינגער
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 4:27 pm

תגובהדורך גרינגער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:45 am

איך בון מסכים צו אלעם וואס די זאגסט, נאר איין זאך איך האב נאך נישט געזען (ווייל עס איז מיר פשוט נישט אויסגעקומען) אז א קינד זאל קענען פארשטיין און אנעמען זאכן קעגן זיין איגא און ער זאל אזוי לעבן, בפרט ווען מען זאל נאך דא דארפן טוישן און אויסרייסן OCD אדער ADHD

איך גלייב אבער יא אז די וועג ווי אזוי עלטערן פירן זיך מיט חינוך קען העלפן בויען התחברות, עכ"פ נישט העלפן בויען דאס פארקערטע, למשל די אופן פון קאמפלעמענטן וואס די האסט געשריבן האב איך שוין געניצט, אויב די קענסט שרייבן א ארטיקל געווידמעט אויף חינוך ע"פ דרכו פון ר' שרגא, וואלט איך זייער עפרישיעט

שכח פאר אלעם

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 3:29 pm

גרינגער האט געשריבן:איך בון מסכים צו אלעם וואס די זאגסט, נאר איין זאך איך האב נאך נישט געזען (ווייל עס איז מיר פשוט נישט אויסגעקומען) אז א קינד זאל קענען פארשטיין און אנעמען זאכן קעגן זיין איגא און ער זאל אזוי לעבן, בפרט ווען מען זאל נאך דא דארפן טוישן און אויסרייסן OCD אדער ADHD

איך גלייב אבער יא אז די וועג ווי אזוי עלטערן פירן זיך מיט חינוך קען העלפן בויען התחברות, עכ"פ נישט העלפן בויען דאס פארקערטע, למשל די אופן פון קאמפלעמענטן וואס די האסט געשריבן האב איך שוין געניצט, אויב די קענסט שרייבן א ארטיקל געווידמעט אויף חינוך ע"פ דרכו פון ר' שרגא, וואלט איך זייער עפרישיעט

שכח פאר אלעם

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די אלע זאכן וואס איך שרייב דא איז צו אויסשמועסן די עמקות פון די איידיע פון אויפגעבן 'יכולת' לויט די אופן וויאזוי ר' שרגא נ"י לייגט עס אראפ.

א קינד דארף נישט אננעמען זאכן קעגן זיין 'איגאו'. ער דארף אננעמען זאכן וואס גייען מיט די זוכונג פון זיין נפש. [אין דעם ארטיקל רעד איך פון OCD, ענגזייעטי, ADHD, סאושעל ענגזייעטי]

לאמיר זיך מתבונן זיין אין די עמקות פון א קינד וואס ליידט פון 'גייסטישע' פראבלעמען. לאמיר פארשטיין: וואס שפירט די קינד. וואס מיינט ער. וויאזוי זעהט ער די וועלט. וואס שטערט אים. די ענטפער איז [נישט איבעראל] אז די קינד שפירט ביי זיך אז ער מוז דא מסדר זיין עפעס. ער מוז דא עפעס מאכן פון זיך. צו ווייסט דאס קינד אז ער דארף מאכן פון זיך עפעס? נישט אלעמאל. זיין מח לויפט אבער אויף דעם וועג. זיינע אינערליכע פראסעסעס לויפן אויף דעם וועג. "איך דארף מאכן עפעס פון מיך".

    "איך דארף 'מיט מיין יכולת' מיך מסדר זיין אין די וועלט".
    "איך דארף 'מיט מיין יכולת' מאכן אז מיינע געפילן זאלן זיין גוט".
    "איך דארף 'מיט מיין יכולת' מאכן אז איך זאל אויסנעמען ביי חברים".
    "איך דארף 'מיט מיין יכולת' מאכן אז איך זאל געפעלן פאר טאטי און פאר מאמי".
    "איך בין אין א סכנה פון טון די נישט ריכטיגע פעולה, און איך דארף 'מיט מיין יכולת' אכטונג געבן".
    "איך דארף 'מיט מיין יכולת' קער נעמען פון די שלעכטע מחשבה וואס איז אריינגעקומען אין מיר."
    "עפעס איז נישט גוט מיט מיר, און איך דארף אפעלירן מיינע יכולת דאס צו פאררעכטן."
    "איך דארף מיט מיינע 'יכולת' טוישן די וועג וויאזוי איך בין."
    "איך קען נישט אננעמען די נאטורליכע קוועלע אין מיר, איך דארף עס מיט 'מיין יכולת' טוישן."

לאמיר נעמען דעם גאנצן צורידערט'ן נפש פונעם קינד וואס דארף לכל הדאקטורים נעמען מעדיקעשאן, און לאמיר טראכטן, אויב וואלט געווען איין עלעמענט וואס אויב דאס וואלט נישט געווען אינעם קינד, וואלט דאס קינד געווען געזונט. וואס איז דער עלעמענט? די ענטפער איז, דער עלעמענט איז די שפיר פונעם קינד "איך דארף נוצן אינערליכע כוחות כדי מיך צו פאררעכטן". און דאס האט אים צערידערט.

די שפיץ פון אלע נפשיות'דיגע פראבלעמען געשעהט, ווען דער מענטש מיינט אז ער דארף טון עפעס אנדערש ווי ער איז נאטורליך. און דער מענטש ווערט אומצופרידן מיט די וועג וויאזוי ער איז נאטורליך, וויאזוי די וועלט איז נאטורליך, און ער זוכט דאס צו מאדיפיצירן. ער באקומט א מעסעדש פון די מענטשן ארום, צו פון זיין יצר, צו פון די אומשטענדן, אז די וועג וויאזוי ער איז דארף ער נוצן זיינע אינערליכע כוחות דאס צו מאדיפיצירן. און אט דער מאדיפיצירונג איז די פראבלעם. מיט אט די מאדיפיצירונג האט זיך דאס קינד געמאכט פאר א פראבלעם.

די 'איגו' פון א קינד איז נישט נאטורליך.די נפש איז נאטורליך. ס'עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי 'איגו'. ס'איז נאר אז די קינד מיינט אז ער דארף זיך אויפפירן אויף א געוויסע פאלשע וועג.

ווען דו זעהסט א קינד מיט OCD, (באלד וועל איך רעדן פון ADHD) פונקט אזוי ווי דאס קינד האט זיך געלערנט צו האבן OCD, פונקט אזוי קען מען אים אוועקנעמען די געברויך פון OCD.

OCD איז נאר א סימפטאם פון א קינד וואס מיינט אז ער דארף זיך שלאגן אינערליך. נישט אז OCD מאכט אז די קינד זאל זיך שלאגן אינערליך. נאר דאס אז די קינד מיינט אז ער דארף זיך שלאגן אינערליך, דאס מאכט די OCD. די געשלעג איז די 'תענוג פון יכולת'.

אויב דו קענסט נעמען א קינד, און דו ווייסט וואסערע זאכן מאכן אים OCD, פארוואס זאלסטו נישט וויסן וואס פאר א זאכן נעמען אוועק פון אים OCD?

איך קען דיך געבן א פארמולע צו מאכן זיכער אז א קינד גייט חלילה אנטוויקלן OCD. די פארמולע איז אזוי. (איך האף קיינער גייט עס נישט טון. עכ"פ מיינע געטרייע ליבליכע עלטערן האבן מיר ב"ה נישט אזוי מחנך געווען)

1) זאלסט אלעמאל ארויסווייזן פאר'ן קינד אז דו ביסט נישט צופרידן פון זיין אויפפירונג. אזוי אז ער זאל דאס גוט שפירן ביי זיך. און נאר ווען ער שטרענגט זיך אן מיט זיין 'יכולת' שרייב אים א וואוילע צעטיל.

2) ווען ער לערנט און דאווענט מאך זיכער אים צו זאגן "ביסט אזא צדיק אז דו לערנסט" און מאך זיכער אז ער זאל שפירן אז ער דארף נוצן 'יכולת' צו ווייטער זיין א צדיק, צו ווייטער זיין אנגענומען אין דיינע אויגן.

3) ווען דאס קינד קומט אהיים און פארציילט אז ער האט געהאט א געשלעג מיט זיין חבר זאג אים: האסטעך נישט געדארפט לאזן, האסט געדארפט צוריקפייטן. זיי נישט קיין לעמעלע. פייט! (דאס מיינט נישט צוזאגן אז מ'דארף לאזן א קינד זיין א לעמעלע. דאס מיינט צוזאגן אז מ'דארף נישט ערוועקן ביי א קינד זיין 'יכולת'.)

4) מאך זיכער צו רעדן קעגן זיינע מלמדים און קעגן ווער אימער ווען ער הערט. כדי זאלסט אים אויסלערנען צו פייטן מיט די וועלט. לערן אים אויס צו נוצן 'יכולת' ווי מער.

5) זעה זיך צו באציען צום קינד אלעמאל מיט א עדיטוד אז דא אויף דער וועלט דארף מען נוצן 'יכולת'. דהיינו, שאקל דיך אזוי 'יכולת'דיג' וד"ל. מאך זיכער אז ער זאל באקומען די מעסעדש פונקטליך וואס פאר א אינערליכע כוחות עס געדארפט גענוצט ווערן ווי מער.

6) קיינמאל נישט זיין 'עכט' צופרידן מיט'ן קינד.

7) מ'דארף געדענקען אז אזוי זאל מען זיך אומגיין מיט'ן קינד פון קליינווייז אן. און ערשט פון קליינווייז אן. און איבערגעבן פאר'ן קינד אז יודישקייט מיינט נוצן 'יכולת'.

8) מאך זיכער צו נוצן 'יכולת' ווען ס'קומט צו ריינקייט ענינים. ווייז עס ארויס. ווייז פאר'ן קינד וויפיל 'יכולת' מ'דארף נוצן כדי נישט צו שטינקען.

איך מיין אז מ'קען פארשטיין וואס פונקטליך די פארמולע פאר OCD איז. מ'דארף נישט גיין קיין הארווערד יוניווערסיטי כדי צו פארשטיין. מ'קען עס טון אין די באקוועמליכקייט פון די אייגענע היים.

יעצט, אויב מ'פארשטייט וואס עס מאכט OCD, איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין וואס עס מאכט אז מ'זאל נישט האבן OCD.

דו ווייסט ווי אומגעזונט א 'איגו' דארף זיין כדי צו האבן OCD?

איך קען דיר אויך געבן א פארמולע פאר סאושעל ענגזייעטי.

1) מאך זיכער צו זאגן פאר'ן קינד ווען א גאסט קומט, "יאנקי, איך וויל מיך נישט דארפן שעמען פון דיר, ווייז [מיט דיין יכולת] פאר פעטער מושי ווי וואויל דו ביסט". און מאך זיכער אז יאנקי זאל ציטערן אגאנצן צייט טאמער ער פירט זיך טאקע אויף גענוג פאסיג. מאך זיכער ס'זאל אים אריינגיין אין זיין בלוט וויפיל יכולת ער דארף ארויסברענגען פון זיך.

2) מאך זיכער אפצושטויבן דאס קינד יעדעס מאל ער גייט קומען צווישן מענטשן און זאג אים ארויס בפה מלא על זה הדרך: "יאנקי, פיר דיך אויף [מיט יכולת] שיין, איך וויל יעדער זאל זעהן [לויט דיין יכולת]וואסערע וואוילע יונגעל דו ביסט, אז וועסט דיך אויפפירן שיין [מיט יכולת] וועסטו טון א נחת רוח דעם אייבערשטן" (מיט 'יכולת' מאכן א נחת רוח, גענומען דעם גרעסטן מושג און עס אריינגעלייגט ביים קינד באופן 'יכולת'.)

3) ווען דו קינד קומט אהיים פון שוהל, פרעג אים מיט צעשראקענע אויגן "ביסט געווען וואויל"? און מאך זיכער ער זאל כאפן וויפיל כוחות ער דארף אריינלייגן ווען ער קומט אין סאושעל.

איך קען דיר געבן נאך און נאך משלים ווי גרינג ס'איז היינטיגע צייטן אויפצוציען קינדער מיט סאושעל ענגזייעטי. די ווארט איז נישט סושעל ענגזייעטי, די ווארט איז: ער זאל נוצן אינערליכע יכולת ווען ער קומט אין סאושעל.

איך גיי דיר געבן א פורמעלע צו מאכן זיכער אז א קינד זאל באקומען ADHD. ביי ADHD בין איך נישט אזוי זיכער ווי די פריערדיגע. איך קלער נאר. און זאג מיר צו איך בין גערעכט.

1) ווייז פאר'ן קינד ווי אומצופרידן דו ביסט מיט די פשוט'ע טאג טעגליכע נעמען פונעם אייבערשטן מתנות. דהיינו, ווייז אים נישט אז ס'דא אזא זאך ווי האבן א געוואלדיגע תענוג דשאסט פון טאג טעגליכע מתנות.

2) ווען די קינד געט זיך אויס זיינע אייגענע איידיעס פאר פאן, און ער שפירט זיך, מאך פון דעם שפיר א עסק. אמת אז היינט איז יא א גוטע טאג? (דהיינו, אמת אז ווען דו געסט נאך וואס דיין 'יכולת' זיך צו שאפן תענוג טרייבט דיך, אמת אז נאר דאס געט תענוג? און נאר דעמאלטס איז גוט; נאר דעמאלטס קען מען האבן תענוג? אבער סתם אין א גרינע דינסטאג איז פלעין, ווייל א גרינע דינסטאג האט נישט אין זיך מעשים וואס קענען דיר שאפן תענוג. סתם א סאפער איז פלעין! אמת נאר א גריל מאכט דיך שפירן גוט? פיצא סטאר? נאר דאס איז עס.

יעדעס קינד האט הנאה פון א פיצא סטאר, אדער אייזקריעם טראק. איך רעד פון א פארמולע וויאזוי מ'קען מאכן זיכער אז דאס קינד וועט אנטוויקלן ADHD. איך וויל ארויסברענגען אז חוץ פון דעם אז ADHD קומט פון איך ווייס וואס, קען עס קומען פון די פשוט'ע אופן וויאזוי מ'לעבט היינטיגע צייטן.

די גאנצע וועלט, די אלגעמיינע וועלט, לעבט מיט 'יכולת'. יכולת פון ADHD איז, "איך בין דער וואס שאפט מיינע תענוגים, דורך דעם וואס איך גיי טון פונקטליך וואס ס'שמעקט מיר". די פארקערטע דערפון איז "איך בין דער וואס דארף זיך מחבר זיין צו די פשוט'ע טאג טעגליכע מתנות וואס השי"ת געט מיך און פון דעם האבן תענוג.

ווען האט א אלגעמיינע קינד תענוג? פון וואס האט ער תענוג? פארוואס זאל מען נישט קענען זאגן אז אפשר העלפט דאס אויך צו צו די עפעדימיע פון ADHD?

(ס'איז זייער זייער א האקעלע זאך וואס איך שרייב. איך וויל נאר ארויסברענגען אז ADHD קען אפשר קומען פון איבן די תענוג פון יכולת, "איך בין דער וואס דארף שאפן מיין תענוג וויאזוי און ווען ס'פאלט מיר ביי, איך האב נישט א אנדערע אופן" און בעיקר פון נישט איבן די תענוג פון התחברות צו פשוט'ע טאג טעגליכע מתנות וואס השי"ת געט. די תענוג פון התחברות איז "איך בין דער וואס דארף אויסשטרעקן מיין האנט צו נעמען די מתנות וואס השי"ת שענקט מיך אין מיין פשוט'ע טאג טעגליכע לעבן און פון דעם האבן א געוואלדיגע עונג"

מ'דארף אבער אננעמען וואס איך שרייב מיט א געוואלדיגע מאס שכל. יעדע ריר האט זיך זיינע מהלכים און ופעמים להיפך. איך ברענג נאר ארויס שארף די 'איידיע' אז ס'קען אפשר זיין אז ווען מ'איבט די תענוג פונעם קינד'ס 'יכולת', "איך בין דער וואס דארף שאפן מיין תענוג וויאזוי און ווען ס'פאלט מיר ביי, איך האב נישט א אנדערע אופן", אבער נישט פונעם קינד'ס זכי' צום טאג טעגליכע מעשים, "איך בין דער וואס דארף אויסשטרעקן מיין האנט צו נעמען די מתנות וואס השי"ת שענקט מיך אין מיין פשוט'ע טאג טעגליכע לעבן און פון דעם האבן א געוואלדיגע עונג" וואס ס'קען געשעהן.

אויב מ'איבט די תענוג פון "וויין נישט, איך גיי דיר קויפן א קארעלע". אויב איז דאס די גאנצע תענוג וואס א קינד קען האפן. נאר צום קארעלע.

איך זאג נישט זיכער. קען זיין אז ADHD קומט פון עפעס אנדערש. זייער מעגליך אז ס'קומט פון וואקסינען און ענליכעס. אדער פון עסן נישט ארגעניש. איך זאג נאר אז ווען דו קוקסט אויף א ADHD, וואס זעהסטו? דו זעהסט א טרייב קראפט פון: "איך בין דער וואס דארף שאפן מיין תענוג וויאזוי און ווען ס'פאלט מיר ביי, איך האב נישט א אנדערע אופן"

זיי זאגן פארקערט. זיי זאגן אז ADHD קומט פון דעם אז די Reward System ביי א קינד ארבעט נישט געהעריג. אבער פארוואס מוז מען זאגן ווי זיי זאגן. אפשר פארקערט? אפשר צינד זיך נישט אן די Reward System, ווייל די גאנצע לעבן ארבעט מיט "איך בין דער וואס דארף שאפן מיין תענוג וויאזוי און ווען ס'פאלט מיר ביי, איך האב נישט א אנדערע אופן" און ס'ארבעט נישט "איך בין דער וואס דארף אויסשטרעקן מיין האנט צו נעמען די מתנות וואס השי"ת שענקט מיך אין מיין פשוט'ע טאג טעגליכע לעבן און פון דעם האבן א געוואלדיגע עונג"

זיי זאגן אז 'דיסציפלינען' איז נישט די זאך וואס פעלט ביי א קינד מיט ADHD. די שאלה איז "וויאזוי דיסציפילינירן זיי"? מיט 'יכולת' ווערט מען דיסציפלינירט אז מ'דארף נוצן 'יכולת', און ווער וויל נוצן 'יכולת'? די 'יכולת' וואס קומט פון אזא דיסציפלינירונג האט נישט אין זיך קיין שום 'תענוג' פון התחברות צו פשוט'ע מתנות. האסט אים נאר דיסציפלינירט. האט אים נישט אויסגעלערנט צו האבן תענוג פון פשוט'ע מתנות פון הקב"ה, דהיינו די התחברות.

'יכולת' מיט 'זעלבסט קאנטראל' איז צוויי אנדערע זאכן. זעלבסט קאנטראל מיינט: איך קען מיך קאנטראלירן אויסצושטרעקן מיין פינגער צו נעמען די פשוט'ע מתנות וואס מיין התחברות מיט אבסעלוט עקזיסטענץ שטעלט מיך צו יעדע רגע.

ר' שרגא נ"י איז מסביר אז אנדערש ווי זיי זאגן. זיי זאגן אז די מח איז משפיע אויפ'ן נפש. אפשר פארקערט. די נפש איז משפיע אויפן מח. ביי די אויגן ווייסן זיי דאך אויך אז די נפש איז משפיע אויף די אויגן. אן די נפש קען די אויגן נישט זעהן.

יעצט, אויב דו ווייסט וואס די פארמולע איז, ווי שווער איז צו טוישן?

שטעל דיך פאר, וויאזוי וואלט דאס קינד זיך אויפגעפירט, און געשפירט אינעווייניג אויב נוצט ער נישט די תענוג פון 'יכולת', און אויב ער נוצט יא די תענוג פון התחברות?

והשם הטוב יעזור.
צוגעלייגטע
די עמקות פון יכולת ביי די געזונט פון נפש.pdf
(120.96 KiB) דאונלאודעד 26 מאל
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שׁטילער
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 10:00 pm

תגובהדורך שׁטילער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 3:46 pm

נפש אויב פאסיבעל קענסטו מאכן א PDF פון אלע דיינע שיעורים און די אשכול ביז אהער ציזאמען אויפאיינמאל?

א דאנק

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:10 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

א מענטש מצד זיין נפש זוכט נישט תענוג. א מענטש מצד זיין נפש זוכט צו נעמען די 'התחברות' מיט די אייבערשטער. א מענטש מיינט ביי זיך אז ער וויל סתם שפירן 'תענוג' פון עבודת השי"ת, "איך וויל שפירן תענוג פון עבודת השי"ת". ס'שפירט זיך אים תענוג'דיג, און ס'וועט זיך אים שפירן תענוג'דיג, און ס'דארף זיך אים שפירן תענוג'דיג. ווייל ער ווערט באמת אנגעפילט מיט וואס ער זוכט, וויאזוי דען זאל זיך עס שפירן. אז ס'שפירט זיך נישט תענוג, איז דאך דאס נישט וואס ער זוכט.

אבער וואס ער זוכט איז, ער זוכט צו נעמען 'התחברות'. ווייל די התחברות געט אים צו שפירן זיין אייגענעם אבסעלוטישער עקזיסטענץ מצד אשת חבר כחבר, דער אייבערשטער איז די עקזיסטענץ און איך בין א קליין נקודה וואס איז מקבל די השפעה, און די קבלה, די שפע ווייזט אז איך בין מחובר צו אים. און דער התחברות ווייזט אז איך בין אויך אבסעלוטיש עקזיסטירנד מצד די התחברות. מ'דארף טון עבודה כדי צו שפירן דעם אייגענעם אבסעלוטישער תענוג מיט די התחברות. דהיינו, ווען ווייסטו אז דו שפירסט התחברות, ווען דו האסט תענוג פון דיין עבודה.

תענוג פון התחברות איז נאר א 'סימן' אז מ'איז מחובר. אויב האט מען נישט תענוג, איז א סימן אז מ'זוכט זיך נישט באמת צו מחבר זיין. אדער מ'האט זיך נישט באמת מחבר געווען. דאס אז א מענטש וויל שפירן תענוג פון עבודת השי"ת, מיינט "איך זוך התחברות". און דאס קומט פון די נפש, וואס די נפש שפירט וואס דער אייבערשטער וויל. דער אייבערשטער וויל משפיע זיין.

וואס מ'דארף יא אפטיילן איז, מ'דארף זיך אפטיילן פון די שפיר פון "איך האב תענוג אז איך האב באוויזן צאמצונעמען מיינע מוסקלן און ארויסברענגען מיינע אינערליכע כוחות צו דינען השי"ת". ווייל כי הוא הנותן לך כוח לעשות חיל. די תענוג דארף זיין "איך האב תענוג אז דער באשעפער איז מיך משפיע משמים, ווייל די השפעה ווייזט אז איך בין מחובר צו אים, און דער התחברות, דער אבסעלוטישער עקזיסטענץ איז וואס איך זוך".

והשם הטוב יעזור.
צוגעלייגטע
איך וויל שפירן תענוג פון עבודת השית.pdf
(39.05 KiB) דאונלאודעד 19 מאל
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, Working, א גוט מארגן, להודיע, מזל מידיע, פייערקרעקערס, פערדס מיניסטער, פראהביטש און 21 געסט