וואס האב איך פון מיין לעבן ?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:45 pm

איך האב איצט געגעבן א קליינע נדבה פון $100.
זאל עס זיין צו א זכות פאר אונזער ידיד אז ער זאל זיך צירוק כאפן.
זאל ער זעהן אז די וועלט ענדיגט זיך נישט. זאל ער זעהן אז מיהר אידעלעך care for each other.
זאל ער גיין אין שוהל היינט, לכבוד ראש השנה, מיט מער שמחה ווי ער האט געהאט בלויז צוויי טעג צירוק.
זאל ער קענען קוקן די בני בית אין די אויגן און זאגן מיט אן אמת, עס קומען גיטע צייטן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
א.ב.ג
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

תגובהדורך א.ב.ג » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:48 pm

אויך געהאט די זכיה צו געבן ב"ה.

אוועטאר
א.ב.ג
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

תגובהדורך א.ב.ג » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:49 pm

א.ב.ג האט געשריבן:אויך געהאט די זכיה צו געבן ב"ה.

מיר גייען נישט לאזן אונזער'ס א ידיד פאלן!
לעצט פאראכטן דורך א.ב.ג אום זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:51 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:49 pm

האמיר געגעבן. איך פריי מיך צו זיין א חלק פון כלל ישראל רחמנים בני רחמנים

חסד שבמלכות
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

תגובהדורך חסד שבמלכות » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:50 pm

דברים אלו האט געשריבן:האמיר געגעבן. איך פריי מיך צו זיין א חלק פון כלל ישראל רחמנים בני רחמנים

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:51 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:הרחיבי,
א וואונטש צו דיר פון הארצן טיפן
זאלסט נאר וויסן פון גוטס
לעבן אויפן וועלט בשמחה ובטוב לבב מרוב כל.
אייביג נאר וויסן פון תענוג ונחת
ותמצא חן בעיני אלקים ואדם.
עס זאל זיין שמחנו כימות עניתנו.
השי"ת זאל דיר פירן במעגלי צדק
דיר חונן דעת זיין וואס צו טון ווייטער
כדי צו האבן דעם ריכטיגן שלוות הנפש והרחבת הדעת.

===

טייערע אידן, וואס קען מען טון צו נושא בעול זיין מיט אנדערע וואס דארפן די זעלבע חיזוק ווי הרחיבי?
כוויל חלילה נישט דא עפענען א קאמפעטיטשן, אבער וויסנדיג וויאזוי זאכן ארבעטן פארשטיי איך אז 'שיך פון גאלד' בייסט זיך די ליפן פאר צער, ווען מיר קוקן זיך נאכנישט אום אויף אים. אפשר קען מען אים אויף עפעס א וועג אנטקעגן קומען??


שיך פון גאלד האט געשריבן:איר שרייבט אפשר מיין ביאגראפיע?


בין איך אן ארבייטער, מיט אזוי גערופענע שענערע פאזיציע וואס מאכט עפעס געלט ב"ה אבער בלייב איבער שוין די לעצטע 8 חדשים מיט א מיינוס פון איבער 600 א חודש פאר אריינרעכענען סתם הוצאות וואס קומען צי צום לעבען. דער ביזנעס איז יעצט און א מצב וואס קיין איבריגע צענט וועלן זיי נישט ארויפרוקן פאר קיינעם און קיין שום פאל. יעצט האבן מיר געהאט א קינד און דער ווייב ארבעט נישט איז עס א חשבון פון איבער 1600 א חודש.
ביי שכר לימוד וועט מען נישט אראפרוקן קיין דאלאר ווייל די מאכסט דאך א געהאלט. די שיך סטאר צאלט מען פולע פרייז וכדו'
חודש'ליך באקומט מען פון די לעקטער קאמפאני אז מען גייט אפשפארן, די ציין דאקטאר קען מען ניטאמאל גיין אפילו מען דארף ווייל עס איז נישט דא קיין מעגליכקייטן דערפאר, האב אויך געדארפט אויפגעבן א העלפער פאר איינער פון מיינע קינדער וואס דארף די הילף אבער עס איז פשוט נישט דא די מעגליכקייט.

סתם בין איך יא אלס געווען מיט א חשבון, געשען איז עס ביים קויפן א הויז וואס דער פרייז איז אויך נישט געווען צי הויך אבער מער ווי מיין בודזשעט האט ערלויבט, דעמאלטס איז יעדער געווען פארנומען טוה עס, מען וועט העלפן מה עשה הקב"ה די רעיטס זענען נאר געווארן טייערע ביז מען האט געדארפט קלאוזען איינער פון די עלטערן וואס האבן געזאגט אז זיי גייען קענען העלפן מיט 150 האבן נאר געקענט העלפן מיט 50 און פון דעמאלטס גייט אלעס מיט די פיטום אראפ מען קען זיך נישט צאמנעמען אויף גארנישט, און ארבעט איז און דער זעלבע צייט פיר ארבעטער פון מיין טיעם האבן געטראפן נייע דזשאבס , וואס דאס מיינט טוהן דער ארבעט פון זיי און דער זעלבע צייט זיכען נייע און זיי אריינטרענען.

איך בין שמעדיג צי ארימגיין זיכן נאך הלוואות נאכדערצו יעצט ווען אויב פרעגט מען מיך וואס איז דיין פלאן מיט צירוקצאלן קען איך קיין ענטפער נישט געבן, ווייל לויט די איצטיגע אומשטענדן האב איך קיין פלאן נישט מעגליך פאר די נעקסטע פאר יאר.

וכו' וכו' וכו' וכו' .

עפן א גאו פאנד מי איך וועל זיך משתתף זיין

ישראל חיים
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:08 pm

תגובהדורך ישראל חיים » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:53 pm

111.JPG
111.JPG (33.65 KiB) געזעהן 927 מאל

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 1:02 pm

דברים אלו האט געשריבן:עפן א גאו פאנד מי איך וועל זיך משתתף זיין

אויב איז דא איינער מיט 'נאך אביסעלע' הארץ, וואס טויג זיך אויס אין די ענינים.
ביטע זייער, זיך מקשר זיין באישי מיט 'שיך פון גאלד' און אים ארויסהעלפן עפענען א קאמפעין.
ער איז א ביישן און שעמט זיך צו געוואלדעווען.

געדענקט די שיך פון גאלד, זענען דורכגעלעכערט פון אונטן און עס בלוטיגט אים יעדע טריט וואס ער שטעלט אראפ!!
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 1:15 pm

משתתף געווען.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 1:21 pm

לייגן מיר נאכאמאל איבער די לינק

http://www.gofundme.com/helpayidnow

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 1:23 pm

דברים אלו האט געשריבן:האמיר געגעבן. איך פריי מיך צו זיין א חלק פון כלל ישראל רחמנים בני רחמנים

גם אני ב"ה.
כ'האף יעצט וועסטו שוין נישט פרעגן וואס דו האסט פון דיין לעבן, האסט מזכה געוועהן אזויפיל אידן מיט די געוואלדיגע מצוה פון צדקה מתן בסתר!!!
אשרינו ואשריך!!

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 1:24 pm

זינגער האט געשריבן:דערווייל איז די לינק פארשפארט פאר מיר.

עצה טובה,

געזעהן היינט ווי ר' אלימלך בידערמאן שליט"א ביי זיין דרשה זאגט אז ס'איז א גרויסע סגולה צו זאגען 2 מאל תהילים די ערשטע נאכט ר"ה, מענטשן זעהן גרויסע זאכן, ממש ניסים ונפלאות, אז מ'קען נישט אליינס קען מען עס איינטיילן מיט ס'ווייב.

מענטשן פרעגן מיר אין אישי ווי ר' אלימלך זאגט עס, איך בין נישט זיכער.

עס דרייט זיך ארום קליפס אויף וואטסעפפ, ער דערציילט אפאר מעשות וואס ער איז עדות.

דא האט איר א בילד פון די קליפ, עס שטייט א מינוט מיט ר' מיילעך.
צוגעלייגטע
IMG_20190929_132025_690.jpg
IMG_20190929_132025_690.jpg (42.06 KiB) געזעהן 797 מאל
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 1:28 pm

שוין אריבער 4000!!
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

rogers
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 12:46 pm

תגובהדורך rogers » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 1:48 pm

Wow

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:00 pm

מ'האט געעפנט דעם גאו-פאנד-מי אפאר שעה צוריק, מיטן גאול פון $2,000.

פארוואס פונקט 2,000 דאלער? ווייל ס'האט זיך נישט געלאזט גלייבן אז מ'וועט אנקומען אפילו צו 1 אלף'ל, האט מען נישט געוואלט אז דער דורכפאל זאל זיין זייער א גרויסע...

כאטש מהאט גאנץ גוט געוואוסט אז באמת דארף מען אסאך אסאך מער.

סהאט זיך אבער ארויסגעוויזן דער אומבאשרייבליכן אחדות פון כלל ישראל בכלל, און פון די היגע חברים אויפן וועלטל בפרט.

דער עולם האט געלאזט צואוויסן טון: מ'וועט דיר נישט געבן נאר פאר א טאג, נאר נעם און נעם.

האט מען געמוזט שנעל העכערן דעם 'חובות דאך' צו $2,500 און קורצליך דערויף צו $5,000.

ועוד ידינו נטויה.

עס שטעלט זיך ארויס אז יותר ממה שהעגל רוצה לינק, הפרה רוצה להניק...

ידידים יקרים, כמותכם ירבו בישראל!!
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:06 pm

געגבען...
דער אייבישטער זאל אייך בענטשען מיט אלעס גיטס.
Sorry for my misspellings

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:13 pm

קודם האסטו שוין דריי אלפים פארן בני בית
אויב מעגליך גיב נאך איבער היינט פאר איר דריי אלפים קעש, און ווינטש איר אן א זיס לעכטיג יאר, כגלייב סוועט זיך גאר אנדערש טינקען די עפל אינעם האניג היינט נאכט
שנית: זיי אפן מיטן בני בית און דערצייל איר אז דו האסט אינטערגענומען דראסטישע שריט צו זיך ארויסדערזעהן פונעם מצב און דאס איז נאר דער אנהייב
בעט איר אז זאל דיך אינזין האבן ביים ליכט צינדען און ביי אירע תפילות
און בעטס ענק ביידע אויס א זיס לעכטיג יאר

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:15 pm

איך בין שפראכלאז וואס פאר א צדיקים אונז האמיר דא!

עם ישראל צדיקים!!!
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:17 pm

געגעבן.
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ארויף
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:06 pm

תגובהדורך ארויף » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:24 pm

עס פילט זיך אזוי גוט צי לעבען.

אשרינו

מה אנו
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

תגובהדורך מה אנו » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:24 pm

קרייסלער האט געשריבן:קודם האסטו שוין דריי אלפים פארן בני בית

שנית: זיי אפן מיטן בני בית און דערצייל איר אז דו האסט אינטערגענומען דראסטישע שריט צו זיך ארויסדערזעהן פונעם מצב און דאס איז נאר דער אנהייב
בעט איר אז זאל דיך אינזין האבן ביים ליכט צינדען און ביי אירע תפילות
און בעטס ענק ביידע אויס א זיס לעכטיג יאר

ריכטיג יעדעס ווארט,
לייג צו אז די קרוב צו 150 משתתפי הקאמפיין, זאגן און גלייבן אז מ'קען און מ'גייט בעז'ה געהאלפן ווערן
תפלה, אמונה, און אביסל געדולד,

Jzzl
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 7:07 pm

תגובהדורך Jzzl » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:25 pm

"ווי דער נביא נחמיה זאגט "ושלחו מנות לאין נכון לו

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:47 pm

געגעבן.

באשעפער קוק וואספארא פאלק די האסט!
איזי

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:59 pm

געגעבן.

דער באשעפער זאל דיר שענקן א זיס לעכטיג יאר פאר דיר און דיין בני בית און קינדער, און פאר גאנץ כלל ישראל. זאלסט גרינג און שנעל ארויסקריכן פון דיין יעצטיגע מצב, אלעס זאל איבערגעדרייט ווערן צו א שפע רב עד בלי די!

מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 3:10 pm

רבש"ע האסטו דען נישט קיין נחת רוח פון דעם אז מיר געבן צדקה איינער פארן צווייטן? צו איז דיר נישט געפאלן אונזערע גוטע מעשים? אמת אז אפילו אונזערע גוטע מעשים קומט פון דיר, מי יקדמני ואשלם, אבער דאך, מיר האבן פאקטיש געטון אזא גוטע זאך. דער עיקר וואס מיר ווילן איז אז דו זאלסט האבן א נחת רוח פון אונז, סאו, מיר פרעגן דיך ליבער טאטע, צו האסטו דען נישט הנאה געהאט פון אונזער צדקה?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט